ווער זענען די גדולי ישראל אין אמעריקא

ארטיקלען און באטראכטונגען איבער דער חרדי'שער געזעלשאפט און קולטור
[NAMELESS]

ווער זענען די גדולי ישראל אין אמעריקא

שליחה דורך [NAMELESS] »

אז מ'פרעגט איינעם ווער זענען די גדולים אין ארץ ישראל ווייסט מען גלייך צו ענטפערן ר' חיים קנייבסקי ר' גרשון עדעלשטיין, ביז לעצטענס איז הרב וואזנער געוועהן פאר די חסידישע וועלט וכו'. פרעג איך ווער זענען די גדולים אין אמעריקא וואס זייער דעת תורה איז אנגענומען ביי רוב אידן אין אמעריקא?
באניצער אוואטאר
וואלווי
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3762
זיך רעגיסטרירט: זונטאג נאוועמבער 01, 2015 11:34 am
האט שוין געלייקט: 5604 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 5650 מאל

שליחה דורך וואלווי »

סקולענע רבי און ליובאוויטשער רבי
Until the spirit be poured upon us from on high
Isaiah 32:15 -
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20419
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך berlbalaguleh »

וואלווי: ראויים הדברים למי שאמרם... :lol:
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

כ'רעד סיריעסלי. א ערענסטע פראגע. די עולם איז מכובד צו רעדן ערענסט.

ר' שמואל קאמינצקי איז לכאורה א קאנדידאט
ווער נאך?
באניצער אוואטאר
ליטוואק פון בודאפעסט
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 9705
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 6:51 pm
האט שוין געלייקט: 3162 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9133 מאל

שליחה דורך ליטוואק פון בודאפעסט »

לגבי לעיקוואד קען איך דיר מחדש זיין, אז די נאמען וואס מוסדות קענען זאגן צו פארשווייגן קריטיק, איז הרב מאיר שטערן שליט"א ראש ישיבת פאסעיק (גראדע, גייט ער נישט קיין פראק). די מוסדות פרעגן זיך נאך אסאך ביי אים, און מ'פאלגט אים.

איך האב געהערט יארן צוריק פון א מתנגד זיינער, אז ער האט א ריזיגע מעלה מעל ומעבר אלע אנדערע, אז ער איז אן 'אומר על דבר שלא שמע, שלא שמע'. ער רעדט נישט וואס ער ווייסט נישט, און ער האט נישט די תאווה זיך צו מישן אין זאכן.

הרב שמואל קמנצקי איז אויך אן אדרעס, פרעג מיר נישט פארוואס.

אחוץ דעם איז די ליטווישע וועלט גאנץ באנקראט אין דער הינזיכט, ואיש כל הישר בעיניו עושה.
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

ווען איך רעד פון א "גדול" מיין איך איינער וואס איז באקאנט, און יעדער ווייסט פון אים.
באניצער אוואטאר
ליטוואק פון בודאפעסט
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 9705
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 6:51 pm
האט שוין געלייקט: 3162 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9133 מאל

שליחה דורך ליטוואק פון בודאפעסט »

וואס הייסט יעדער? אפילו די וואס זענען נישט אין זיין סטאדע? אין לעיקוואד ווייסט יעדער.
איסר האטלקי
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2265
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מאי 23, 2016 2:00 am
געפינט זיך: צווישן קאסוב אין וויזניץ
האט שוין געלייקט: 955 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1361 מאל

שליחה דורך איסר האטלקי »

אדמו''ר מנאבימינסק איז פון די גרעסטע. ר' ירוחם אלשין איז היבש ארויפגעקוקט. ר' אלי' בער וואכטפויגל.
באניצער אוואטאר
וואלווי
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3762
זיך רעגיסטרירט: זונטאג נאוועמבער 01, 2015 11:34 am
האט שוין געלייקט: 5604 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 5650 מאל

שליחה דורך וואלווי »

מ'דארף מבחין זיין פון דעת תורה/פאליטישע גדולים, צו תורה'דיגע/השקפה'דיגע גדולים, ס'איז צוויי אנדערע גרופעס פון מנהיגי הדור.
Until the spirit be poured upon us from on high
Isaiah 32:15 -
באניצער אוואטאר
וואלווי
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3762
זיך רעגיסטרירט: זונטאג נאוועמבער 01, 2015 11:34 am
האט שוין געלייקט: 5604 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 5650 מאל

שליחה דורך וואלווי »

קען זיין אסאך דא וועלען נישט מודה זיין, אבער ערעב אהרן, האט היבש א למעשה'דיגע אינפלוענס אויפ'ן דור.

ר' יחזקאל רוטה, אלס אן אנגענומענער פוסק הדור ביי א ברייטערע ציבור פון פארשידענע קרייזען.
Until the spirit be poured upon us from on high
Isaiah 32:15 -
תורה ומדע
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 923
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מאי 15, 2016 10:55 am
געפינט זיך: מידוועסט
האט שוין געלייקט: 483 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 667 מאל

שליחה דורך תורה ומדע »

ר דוד פיינשטיין שליטא און ר פייוול קאהן שליטא בעל בדי השולחן. אמתע גדולי ישראל
קבל את האמת ממי שאמרו (רמבם ה' קידוש החודש)
באניצער אוואטאר
ליטוואק פון בודאפעסט
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 9705
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 6:51 pm
האט שוין געלייקט: 3162 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9133 מאל

שליחה דורך ליטוואק פון בודאפעסט »

ר׳ פייביל כהן ענטפערט נישט, כפי ציווי הדאקטאר. און ער איז זייער שטארק מקפיד דערויף.
הרב דוד פיינשטיין איז מסתמא די מערסטע ארויף געקוקטע ת"ח אין אמעריקא, אבער צו הערן עפעס פון אים, אפילו אין הלכה, איז א בחינה פון תכלת, עס שווימט ארויף איין מאל אין זיבעציג יאר. לעצטענס האט ער ארויסגעגעבן א פסק אויף די קרעדיט יוניאנ׳ס, אבער גיי פראביר דורכצושמועסן די נושא מיט אים. (די פשטות איז טאקע ווי אים, און רוב התירים שנאמרו בדבר קוקן אויס ווי פורים תורה, ואכמ"ל) א קבוצה גייט אים הערן יעדער פרייטאג, ווי ער לערנט פאר מ"ב, ווי אויך זונטאג ווען ער לערנט פאר חומש רש"י. זיי האפן צו באקומען א שייכות און צום סוף עפעס ארויסשווערצן. א שכן מיינער האט גענומען א קינד קיין נ.י. אים צו נוצן אלס סנדק. אבער למעשה האט מען ליידער נישט צופיל פון אים.

הרב א.ב. וואכטפויגל איז אוועילעבל ווען איינער דארף, אבער זיין מיינונג האט נישט קיין איינפלוס. ער נעמט צו ווייניג אחריות אויף זיין ווערטער. דער וואס זוכט אן אילן גדול ליתלות ולהיחנק עליו, נוצט אים. (און איך זאג עס אלס תלמיד).

ר׳ אהרן האט אן איינפלוס, אבער דאס איז נישט צוליב גדלות. ער קען שרייען הויך, א בחינה פון א צייטונג שרייבער. ווען ערנסטע מענטשן רעדן פון א נושא, קומט זיין נאמן נישט ארויף. אזוי ווי מיכל אינדיג קען פארפירן און צומאל אויספירן, אזוי אויך ר' אהרן.
גדליה
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1093
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יאנואר 18, 2018 3:34 pm
האט שוין געלייקט: 566 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1901 מאל

שליחה דורך גדליה »

ס'איז נישט דא מער קיין גדולי ישראל וואס זענען אנגענומען ביי יעדעם איינעם, יעדע חסידות און מקום האט זיך זייער רבי ומנהיג.
"וואס וועל איך טוהן אז מ׳וועט איין שיינעם טאג געוואר ווערן אז איך בין נישט קיין אמתע רבי?"
- אהבת ישראל מוויזניץ
דער גאלדענער אדלער
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 1665
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 27, 2017 6:30 pm
געפינט זיך: הלוואי ווען כ'וואלט געוויסט
האט שוין געלייקט: 6003 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3632 מאל

Re: ווער זענען די גדולי ישראל אין אמעריקא

שליחה דורך דער גאלדענער אדלער »

ראובן, דער בעל הוועקער!
באניצער אוואטאר
וואלווי
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3762
זיך רעגיסטרירט: זונטאג נאוועמבער 01, 2015 11:34 am
האט שוין געלייקט: 5604 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 5650 מאל

שליחה דורך וואלווי »

משמת ר' פרחיה בטלה ההנהגה...
Until the spirit be poured upon us from on high
Isaiah 32:15 -
באניצער אוואטאר
וואלווי
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3762
זיך רעגיסטרירט: זונטאג נאוועמבער 01, 2015 11:34 am
האט שוין געלייקט: 5604 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 5650 מאל

שליחה דורך וואלווי »

גדליה האט געשריבן:ס'איז נישט דא מער קיין גדולי ישראל וואס זענען אנגענומען ביי יעדעם איינעם, יעדע חסידות און מקום האט זיך זייער רבי ומנהיג.


דאס איז מן הסתם אייביג געווען די אמת אין אמעריקע, אנדערש ווי אין ארץ ישראל ווי די דעת תורה/גדולי הדור סטאטוס משוגעת פארנעמט א וויכטיגער פלאץ ביים ציבור, און דאס אויך איז שטארק אינטערגעשטיצט פון די פאליטיק.

משא"כ, אין אמעריקע איז נישטא אזוי שטארק די כסדר'דיגע צורך פון "ועשית ככל אשר יורוך" קאמפיין'ס חוץ פון אפאר שערוריה קאמפיין'ס דא דארט, מילא שאפט זיך נישט דעם ווינט פון א כללית"דיגע מנהיג הדור.

פאר טאג טעגליכע תורה און השקפה איז גענוג די לאקאלע גייסטישער פיגור...
Until the spirit be poured upon us from on high
Isaiah 32:15 -
שקד
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 270
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אוגוסט 20, 2018 9:25 pm
האט שוין געלייקט: 37 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 298 מאל

שליחה דורך שקד »

בוני עולם איז א וועלטליכע ארגאניזאציע, און עס איז אונטער די פסק פונעם גדול הדור - הגה''צ ר' מעכיל שטיינמעץ שליט''א

אינעם ישיבישן-חרדיש'ן וועלט איז דער זקן ראשי ישיבות - הגה''צ ר' משה גרין שליט''א - דאס מערסטע אנגענומען ביי אלע קרייזן

אינעם עולם התורה והמוסר וההשפעה, איז - הגה''צ ר' משה וואלפסאן שליט''א - פון די אנערקענסטע ביי אלע קרייזן
כוכב
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 2594
זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש דעצעמבער 07, 2013 6:35 pm
האט שוין געלייקט: 4455 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6836 מאל

שליחה דורך כוכב »

און אין עולם התורה והיראה והחסידות והקדושה -- כ"ק אדמו"ר הגה"ק מסקווירא שליט"א וואס כידוע זענען די אלע דריי אויבנדערמאנטע כפוף להוראתו בקודש.
אישתישבי
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3541
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 08, 2016 11:19 pm
האט שוין געלייקט: 121 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2068 מאל

שליחה דורך אישתישבי »

די רבי'ס האבן די מערסטע כוח. ווען זיי פאראייניגן זיך, וואלטען זיי אפשר געקענט אסאך אויפטאן אדער חלילה פארקערט. האט דער רבש"ע געטוהן וואס שטייט אין די משנה, און געמאכט א פירוד, און עס איז נאה להם ונאה לעולם.
א קונץ צו זיין אליהו הנביא? א קונץ צו זיין איש תשבי!
חסיד פון ליטא
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 225
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 19, 2016 12:18 am
האט שוין געלייקט: 336 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 292 מאל

Re: ווער זענען די גדולי ישראל אין אמעריקא

שליחה דורך חסיד פון ליטא »

נמחק ע"פ בקשת שקד.
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום חסיד פון ליטא, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
באניצער אוואטאר
ליטוואק פון בודאפעסט
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 9705
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 6:51 pm
האט שוין געלייקט: 3162 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9133 מאל

Re: ווער זענען די גדולי ישראל אין אמעריקא

שליחה דורך ליטוואק פון בודאפעסט »

איך ווייס נישט צו אין לעיקוואד, בענסאנהירסט, חיים ברלין, פאלסבערג, קליוולאנד וכו׳ האט מען בכלל געהערט פון די נאמען הרב משה גרין. ער איז בכלל נישט קיין באקאנטע פיגטר, און זיין מיינונג קומט זיכער אין ערגעץ נישט אן

אין יעדער סביבה איז דא א ראש, אמאל ווייסט מען ווער דאס איז און אמאל נישט. דער רבי פון באבוב45 וועט נישט נעמן קיין שריט וואס ער קען זיך נישט שטאלצירן דערמיט אי פראנט פון דער רבי פון סקווער, וכן להיפך. קיינער פון זיי איז נישט קיין פירער, און קיינער פון זיי קען קיין הלכה נישט פסקנ׳ן. וכ"ה ביי אלע רביס אן אויסנאם. זיי שמעקן די ווינט. די פסקי הלכה זענען אין די הענט פון אנדערע, וואס פירען גארנישט. ממילא טאנצט מען אהין און צוריק, דער רב וויילט אויס דער פוסק וואס ער דארף, און דער פוסק האט נישט קיין אחריות פאר זיין מעשים.

דאס זיך דורכרעדן, אפילו ווען עס נישט כדי אויסצומיידן פראבלעמן, מיינט נישט אז יענער נעמט אחריות פאר וואס ער זאגט. יעדער קען זאגען א מיינונג, און אסאך האבען קלוגע זאכען צו זאגען. די חכמה איז נעמן אחריות אויף די ווערטער וואס מען זאגט, און אויספירען ריכטיג.

די סבה וואס ארץ ישראל איז אנדערש איז פשוט ווייל די קהלות זענען מער פאראייניגט ווייל די געזעץ הויערט אויף יעדער שריט אין לעבן, און מ׳דארף זיך ספראווען כסדר אלס א פאראייניגטע פאלק. ממילא וועט ארויף שוועבן א דבר אחד לדור, און ברוך השם אז עס איז פארמיטן געווארן די פראבלעמן פון יורשים, גבירים און רעדנערס. עס וואלט סיי ווי נישט געווען די אמעריקאנער איש כל הישר בעיניו

Sent from my LG-K373 using Tapatalk
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
שקד
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 270
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אוגוסט 20, 2018 9:25 pm
האט שוין געלייקט: 37 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 298 מאל

שליחה דורך שקד »

פארוואס זע איך פונקט דאס פארקערטע?
אין ארץ ישראל זענען דא אויף יעדע זאך שלעגערייען אויף הלכות, צו ס'איז אויערבאך צו ס'איז דער גאב''ד דער ראב''ד.

וועלכע פירוד איז דא אין אמעריקא? ס'כהיום רובם ככולם מיט א אחדות, ס'נישטא קיין חילוקי דיעות צווישן אמעריקאנע גדולים.
באניצער אוואטאר
ליטוואק פון בודאפעסט
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 9705
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 6:51 pm
האט שוין געלייקט: 3162 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9133 מאל

Re: ווער זענען די גדולי ישראל אין אמעריקא

שליחה דורך ליטוואק פון בודאפעסט »

איך האב פאר דיר נייעס, גאב"ד ראב"ד איז אן אמעריקאנער זארג

Sent from my LG-K373 using Tapatalk
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
פארשפארט