שלום עליכם! לאמיך זיך פארשטעלן פאר אייך
- רביה''ק זי''ע
- שריפטשטעלער
- הודעות: 5435
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 15, 2018 8:46 pm
- געפינט זיך: אין קוויטל-שטוב
- האט שוין געלייקט: 5359 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 6529 מאל
-
- א גאסט אין שטיבל
- הודעות: 1
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יאנואר 01, 2019 9:41 pm
א באזוכער בין איך שוין גאר א לאנגע צייט. יעצט האלט איך איז געקומען די צייט איך זאל אויך קענען אריינווארפן מיין צווויי-סענס אינעם שטיבל. איך אנגעהער צו קהל יראי השם ד'קארלסבורג בראשות הגה"ק בעל עמק התשובה שליט"א לאויש"ט, אבער בדעתי הקטן בין חולק אויף די התמנות פין בנו הרה"ג רבי משה שליט"א אלץ רב הצעיר.
העלפן מענטשן באקומען א געשמאקע פרייליכע און ערפילטע לעבן צוזאמען מיט זייער ווייב, וואס האלט אין איין ווערן בעסער און בעסער. ווייל ווען איך האב חתונה געהאט, האב איך נישט געוואוסט וואס מעג איך יא טוהן, און וואס נישט. וואס איז גוט פאר מיך צו טוהן, וואס נישט. ווען זאל איך יא נאכגעבן פאר מיין גוף, ווען נישט. וואס איז א מצוה, וואס איז אן עבירה? ווען איז עס א מצוה, ווען איז עס אן עבירה? וואס קען איך יא זאגן פאר מיין ווייב, וואס נישט? מיט וואס דארף איך מיך שעמען און איר נישט דערציילן, וואס זאל איך איר יא דערציילן. וועלכע זאכן זאל איך בעטן אז איך זאל עס באקומען און וועלכע זאכן זאל איך נישט בעטן ווייל איך וועל נאר ערגער מאכן. אפגערעדט וואס איך האב נישט געוואוסט ווי אזוי צו ווערן דער בעה"ב אין שטוב. ווי אזוי צו באקומען וואס איך וויל, ווי אזוי מאכט מען דאס? ווי אזוי קלער איך איר אויף, ווי אזוי בין איך איר מסביר א זאך אז זי זאל עס פארשטיין? ווי אזוי מאך איך איר אונטרעסירט אין די זאכן וואס אונטרעסירט מיך? ווי אזוי באקום איך "אלע" מיינע באדערפענישן פון שטוב, פון מיין ווייב. ווי אזוי? ווי אזוי? נאך דעם ווי אזוי ווייס איך וואס זי וויל??? ווי אזוי מאך איך איר פרייליך??? ווי אזוי ווער איך געוואר?????? פארוואס זאגט זי מיך נישט וואס זי וויל? וואס גייט איר מאכן פרייליך? איך גיי עס שוין טוהן! און אוודאי האב איך געהאט אסאך הלכה שאלות איבערן קאפ. איך האב נישט געוואוסט וועלכע שאלה מעג איך יא פרעגן, און וועלכע שאלה מעג איך נישט פרעגן. וועמען זאל איך פרעגן? אפשר ווען איך גיי פרעגן וועט מען מיך אנקוקן ווי א שגץ ח"ו. איך האב מיך ממש נישט געוואוסט ווי אהין צוטוהן. איך בין געווען פיל מיט ספיקות, שריט און טריט. אבער איך קען פארשטיין אז מען קען פרעגן א שאלה, וואס הייסט? מען לערענט דאך אלעס אויס פאר די חתונה? ווייסטו וואס מיינט אלעס? האסטו שוין געהערט דער ווארט אלעס? מען לערענט אלעס אויס? אבער, וואס מיינט אלעס? וויפיל ספיקות קענסטו דיך אראפשרייבן, וואס איז זיך אונטערגעקומען, נאכדעם אזוי גערופנער אלעס וואס מען האט דיך אויסגעלערענט? און דו ווייסט נישט צו מען מעג אפילו פרעגן די שאלות, אדער ווייסטו נישט וועם צו פרעגן, ווייל וועם דו האסט נאר געפרעגט, האט מען דיך נישט געגעבן א קלארא ענטפער? איי מען האט דאך דיך אלעס אויסגעלערענט? אדער איז דאס נישט פון דעם אלעס, נאר דאס איז מער ווי אלעס?.......................... איך האב נישט פארשטאנען..
דעריבער האב איך אנגעפאנגען זיכן און נישטערן. איך האב מיך גענומען לערנען מער גמרות און מער הלכות פון שלחן ערוך, איך האב גענומען הוראה און שימוש חכמים ביי גדולי ישראל. איך האב מיך גענומען זיכן און פארשטן, איך האב געהערט סידי'ס אויף אלע עניני הבית, איך האב געליינט אסאך אויף עניני הבית, איך האב אלעס פראבירט. איך האב געזוכט מענטשן וואס......... איך בין ארים געגאנגען צו רבנים - אין ארץ ישראל, אמעריקא און קאנאדא. איך האב געלערענט וואס איך דארף וויסן צו מאכן א טויש אין מיין שטוב! (מעג מען טאקע?)
יא, ב"ה איך האב געטראפן דעם סוד. איך האב געטוישט מיין גאנצע לעבן צו אן אמת'ע געשמאקע לעבן. איך האב מיך קיינמאל נישט געחלומט אז א מענטש קען אנקומען צו אזא געשמאקייט. דער געשמאקע לעבן וואס איך האב יעצט באקומען ווערט געשמאקער און געשמאקער פון טאג צו טאג.

איך דריי מיר שוין לאנג ארום דא אין שטיבל און איך בין זיך מחיה מיט די שמועסן דא, נאר קיין קאווע האב איך נישט געקענט מאכן ווייל איך בין נישט קיין רעדזשיסטערד חבר, ממילא נעם איך די מיה, און די פעדער אין די האנט און איך שליס מיר אן אין די חבריא. איך האב ליב נישקשה'דיגע קאווע, נישט בריעדיג און נישט קאלט, נאר ממש נישקשה.
איך האף איר וועט הנאה האבן פון מיר און איך פון אייך, קיין גרויסער שרייבער בין איך נישט אבער איך האב ליב זיך צולאזן הערן פון צייט צו צייט.
זייט אלע געזונט און שטארק.
איך האף איר וועט הנאה האבן פון מיר און איך פון אייך, קיין גרויסער שרייבער בין איך נישט אבער איך האב ליב זיך צולאזן הערן פון צייט צו צייט.
זייט אלע געזונט און שטארק.
-
- א גאסט אין שטיבל
- הודעות: 9
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג יאנואר 07, 2019 8:27 am
- האט שוין באקומען לייקס: 6 מאל
-
- א גאסט אין שטיבל
- הודעות: 3
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יאנואר 09, 2019 7:22 am
איך בין אן ארץ ישראלדיגע יוד,
וואס לצרכי פרנסה וויל איך פאהרן צי די גאלדענע מדינה אמריקה.
אלע יאהרן האב איך שוין מיטגעהאלטן די נייעס דא אין קאווע שטיבל, בעיקר אין די מוזיק אפטיילונג.
איז יעצט וואס איך פלאן צי קומען קיין אמריקה, איז נישט קיין מעהר פאסיגע צייט צי זיך איינשרייבן
און אליינס ווערן א חלק פון די חסידישע קבוצה.

- זיך רעגיסטרירט: זונטאג יאנואר 13, 2019 12:40 pm
- האט שוין באקומען לייקס: 2 מאל
-
- חבר ותיק
- הודעות: 2265
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מאי 23, 2016 2:00 am
- געפינט זיך: צווישן קאסוב אין וויזניץ
- האט שוין געלייקט: 1049 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1381 מאל
- משהה פרידמן
- מאנשי שלומינו
- הודעות: 27
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יאנואר 17, 2019 7:33 pm
- האט שוין געלייקט: 139 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 16 מאל
- רביה''ק זי''ע
- שריפטשטעלער
- הודעות: 5435
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 15, 2018 8:46 pm
- געפינט זיך: אין קוויטל-שטוב
- האט שוין געלייקט: 5359 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 6529 מאל
איך גלייך שטארק א גוט גלעזל קאווע, שטייענדיג אינעם קאווע שטיבל, נאכ'ן כאפן א טבילה אין א פלאמ'עדיג הייסע מקוה, ארום גענומען מיט חברים און גוטע פריינט וואס שלינגען מיט דארשט מיינע פערל ווערטער וואס איך לאז הערן מיט חכמה און קלוגשאפט.
איך בין געוועהן א פשוט'ע איד אבער היינט בין איך שוין א געטרייער קנעכט
איך בין געוועהן א פשוט'ע איד אבער היינט בין איך שוין א געטרייער קנעכט
איך בין און די יארן וואס מ'רופט teenager און איך זיך גוטע אינטערסאנטע ליטעראטור צו ליינען, און אויך מענטשען מיט וועם ס'גייט זיין א געשמאק צו אויסשמועסן וועלטליכע געשענישן,(און אויך זיך צו אויסגעבן די אייגענע סחורה) און די חברים האבן מיר מודיע געווען פון די פארום, האב איך באשלאסן אז עס וואלט געווען א גוטע איידיע זיך צו אנשליסן, און ווערן א חבר און די גרופע
-
- מאנשי שלומינו
- הודעות: 31
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג פעברואר 03, 2019 9:26 am
- האט שוין געלייקט: 16 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 65 מאל
ס'האט זיך אנגעהויבן מיט'ן זיך אנטרעפן אינעם "וועקער" בערך א יאר צוריק. דורכ'ן וועקער בין איך אנגעקומען דא און געטראפן א כלי מלא וגדוש.
ס'איז, דוכט זיך, איבעריג צו אויסלויבן דעם פארום וואו היימישע אידן קענען אויסלופטערן טעמעס וואס אין די פארלאפענע טעג האט מען זיך נאר געקענט שושקענען דערוועגן. פון היימישע פאליטיק ביז רעליגיעזע ספיקות - אלעס ווערט דא אויסגערעדט און ארגומענטירט.
דער פארום דא איז א דורכזיכטיגער פענסטער אריין און ארויס פון די היימישע קאמיוניטי. א דרויסענדיגער קען גיבן א קוק און לערנען אסאך וואס קומט פאר אינווייניג; דער וואס איז אינווייניג נוצט דעם פארום צו כאפן א בליק אויף דער דרויסענדיגער. נישט נאר אין ממשות'דיגער ענינים ווי נייעס און פאליטיק, נאר - און אפשר איבערהויפט - אין דברים הנוגעים ללב. למשל ס'איז פאראן דא א דיסקוסיע איבער'ן קדמות הזוהר אדער די דיפערענצן אין די דאטומס צווישן חז"ל און או"ה. איך קען זיך נאר פארשטעלן די רעאקציע פון מיינע שוואגערס ביי א שבת שבע ברכות אויב איינער זאל גיבן א פרעג אזא פראגע הויך. דער ודגי-הים-בידכם-נתנו שוואגער וואלט אים ארויסגעטראסקעט בשן ועין מיט קללות "כופר אפיקורס" וכו'.
פארוואס כ'האב מחליט געווען צו ווערן א חבר דא? איינס ווייל איך פיל אז איך האב וואס מיטצוטיילן אדער רעאגירן צו געוויסע טעמעס; און צוויי, פשוט צו שטיצן אן "אינסטיטוציע" וואס ערלויבט פרייע אויסדרוק פאר די וועלכע קענען זיך נישט אויסדרוקן אזוי פריי אין אנדערע אומשטענדן.

איך בין א איד א בטלן וואס איז אויסגעטוהן פון די וועלט אין איך וויל אביסעל מיט האלטן וואס טיט זיך איך וויל בעיקר קויפען איך האב נישט קיין סאך וואס צופארקויפן איך בין א יונגר מאן און די דרייסיגע יארען אן קיין שום טאלאנטען אין איך גיהער נישט צו קיין שום חסידות אין איך האב נישט קיין שאיפות אין מיין לעבען אין איוך נישט קיין פלענער אף גארנישט איך וויל מיט טיילען מיין בטלנות'קייט פארען עולם , ווי זאגט דע וועלט " יעדער שמויגר צו זיך טויגער" בטלונישערהייט קומט מען מער אהן ווי צו זיין א חכם
-
- א גאסט אין שטיבל
- הודעות: 6
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג פעברואר 05, 2019 7:04 pm
- האט שוין באקומען לייקס: 6 מאל
איך ארבעט שווער דורכ'ן טאג, איך גלייך זיך אויסצוליפטערן פון צייט צו צייט ביי א הייסע גלאז קאווע ליינענדיג טשיקאווע און אונטערעסאנטע ארטיקלן און אנאליזן, שוין א לאנגע צייט וואס איך ליין די קאווע שטיבל ארטיקלן וואס איך האב זייער הנאה דערפון, פון צייט צו צייט האב איך וואס צוצולייגן אבער איך האב נישט די מעגליכקייט אן זיך רעגיסטרירן,