יהא זכרו ברוך
-
- היימישער באניצער
- הודעות: 565
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג נאוועמבער 25, 2013 11:20 am
- האט שוין געלייקט: 91 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 160 מאל
- berlbalaguleh
- שריפטשטעלער
- הודעות: 20420
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
- האט שוין געלייקט: 25361 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
- קאנטאקט:
התם ומתמם עם תמימים: יא. זיכער. מ'זאגט אז ער האט נישט געמאכט קיין האלד אפס אויף בענק. און נישט געפארן אום שבת מיט א קאר. מיין שאלה איז. אויב ס'איז געבליבן א פאר הונדערט גאלאנס כוס של ברכה אויף וואס די לעצטע רבי זצוק"ל האט געבענטשט. מ'קען עס פארקויפן פאר שווערע געלטער. און כאטש האבן א שטיקל הכנסה...!
-
- היימישער באניצער
- הודעות: 565
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג נאוועמבער 25, 2013 11:20 am
- האט שוין געלייקט: 91 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 160 מאל
berlbalaguleh האט געשריבן:התם ומתמם עם תמימים: יא. זיכער. מ'זאגט אז ער האט נישט געמאכט קיין האלד אפס אויף בענק. און נישט געפארן אום שבת מיט א קאר. מיין שאלה איז. אויב ס'איז געבליבן א פאר הונדערט גאלאנס כוס של ברכה אויף וואס די לעצטע רבי זצוק"ל האט געבענטשט. מ'קען עס פארקויפן פאר שווערע געלטער. און כאטש האבן א שטיקל הכנסה...!
נו וועגן דעם האב איך געשריבן וואס כ'האב געשריבן
- berlbalaguleh
- שריפטשטעלער
- הודעות: 20420
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
- האט שוין געלייקט: 25361 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
- קאנטאקט:
- נקודת-אמת
- היימישער באניצער
- הודעות: 489
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אוגוסט 31, 2017 3:16 am
- האט שוין געלייקט: 373 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 625 מאל
ב.ד.ה. הרה"ח ר' יענק'ל מאשקאוויטץ ז"ל
הרה"ח ר' יענק'ל מאשקאוויטץ ע"ה, פון עיה"ק ירושלים.
א זוהן פון באניאהד'ער רב ז"ל,
א בעלזער חסיד, געוועזן א שטיקל גבאי/שמש אינעם סקווירא'ער שטיבלעך אין ירושלים,
פלעגט אויסרופן כיבודים אויף חופות אין עטליכע רעבי'שע חצרות הקודש.
אסאך גע'יושב'ט אין לעלוב-ניקלשבורג.
א זיסע יודעל געוועהן.
יהא זכרו ברוך
קרעדיט בילד JDN

הקאצקער זצ"ל שאל לחיהרי"ם זצ"ל על הפסוק אמת מארץ תצמח, מה זורעים בארץ שיצמח מזה האמת ענה לו ה"חידושי הרי"מ" בזה הלשון: אז מען בעגראבט דעם שקר וואקסט ארויס דער אמת.
(אמת ואמונה, קלד)
קומט אויס אז דער כח ההיולי פונעם אמת איז גאר דער באגראבענעם שקר! ודו"ק-
- ידיד ותיק
- הודעות: 776
- זיך רעגיסטרירט: פרייטאג מאי 11, 2018 12:46 pm
- האט שוין געלייקט: 1399 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1005 מאל
ר' יאנקל מאשקאוויטש ז"ל
איי א זיסע אידל
פון א גוטע חוש צו יומער און ווי ער איז געקומען האט ער געמאכט יעדעם פרייליך און גוטמוטיג
אייביג מיט א גוט ווארט אין מויל
פון א גוטע חוש צו יומער און ווי ער איז געקומען האט ער געמאכט יעדעם פרייליך און גוטמוטיג
אייביג מיט א גוט ווארט אין מויל
-
- היימישער באניצער
- הודעות: 473
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג אקטאבער 14, 2018 11:32 am
- האט שוין געלייקט: 244 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 579 מאל
Re: יהא זכרו ברוך
לאמיך פון אים עפעס נאכזאגן. איך בין געווען א בחור'ל און געדאוונט אין רשב"ם וואו יענק'ל פלעגט צו דונערן ביי די שפעטע מנינים. עס איז געווען ארום די יארן ווען מ'האט געגרונדערט דער ש"ס פארטיי. א וויכוח האט אויסגעבראכן אין ביהמ"ד, דאכט זיך מיר איבער תחנון או משהו כזה, יענקל האט נישט געוואלט זאגן און אנדערע האבן יא געוואלט.
רופט זיך יענק'ל אן צו א ספרדישער איד, אתה יודע רק ש"ס, קבלה אתה לא יודע...
כאטש ער האט זיך געדרייט אין בעלז איז ער געווען א שוואכער חסיד. ער האט איין ברודער יוסף עמרם וואס איז גאר א שטארקער בעלזער אינעווייניגער און נאך א ברודער (וואלווי?) וועם מ'האט ארויסגעווארפן. איך מיין אז יענק'ל איז געווען נאנט מיט אהרן מרדכי רוטנער והמבין יבין.
רופט זיך יענק'ל אן צו א ספרדישער איד, אתה יודע רק ש"ס, קבלה אתה לא יודע...
כאטש ער האט זיך געדרייט אין בעלז איז ער געווען א שוואכער חסיד. ער האט איין ברודער יוסף עמרם וואס איז גאר א שטארקער בעלזער אינעווייניגער און נאך א ברודער (וואלווי?) וועם מ'האט ארויסגעווארפן. איך מיין אז יענק'ל איז געווען נאנט מיט אהרן מרדכי רוטנער והמבין יבין.
- berlbalaguleh
- שריפטשטעלער
- הודעות: 20420
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
- האט שוין געלייקט: 25361 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
- קאנטאקט:
א פארשפעטיגט ברוך דיין האמת: מרדכי אריה מאזעס, ע"ה...!
איך האב היינט אויסגעפונען אז ער איז אוועק מיט בערך 9 וואכן צוריק.
איך האב איהם צום ערשטן מאל דערקענט מיט בערך 45 יאר צוריק. ער האט געוואוינט בשכינות, און געדאוונט (ווען ס'איז אויסגעקומען) אין גראסווארדיין ביהמ"ד.אויף די 10'טע עוועניו.
ער איז געווען זייער א זיסער איד. מ'קען זאגן אויף איהם אז ר'איז געווען א משמח אלוקים ואנשים...! ער האט אייביג געהאט א גוט ווערטל. און ר'איז ארומגעגאנגען מיט א שמייכל. אין יענע צייט (תשל"ד) האט דער איידעם פונ'ם גראסווארדיינ'ער רב, הרב בערל גאנץ ז"ל פארגעלערנט א שיעור אין משנה ברורה א יעדן שבת נאכ'ן דאווענען. מ'האט געגעבן א קליינעם קידוש און מ'האט געלערנט דעם שיעור. און אונזער הרב מרדכי אריה (המכונה לייבי) האטציך צוגעזעצט צום שיעור גלייך ווען ער איז אריינגעקומען אין ביהמ"ד. האטציך איינער א לץ אנגערופן..."ער לערנט פאר'ן דאווענען"...!
אין אנהייב איז ער געווען א פעינטינג קאנטראקטאר. שפעטער (מיט בערך 25 יאר צוריק) האט ער אויפגעמאכט א ליקער און וויין געשעפט. נאכדעם האט ער עס פארקויפט. אבער ער איז געבליבן דארט צו מענעדזשן די ביזנעס. ווייל ער איז געווען א גרויסער מומחה אין אלערליי ליקערס און וויינען...!
ער פלעגט זיצן בפתח האוהל. ביי די אריינגאנג צום וויין געשפט. אבער לעצטנס האביך איהם נישט געזעהן. ווען כ'האב געפרעגט דעם יונגערמאן דעם איצטיגן בעה"ב וואו ער איז. זאגט ער מיר אז ער איז נפטר געווארן מיט בערך 9 וואכן צוריק...!
יהא זיכרו ברוך...!
ווען איך וועלל האבן א פיקטשער פון איהם, וועלל איך עס, בלי"נ ארויפלייגן...!
איך האב היינט אויסגעפונען אז ער איז אוועק מיט בערך 9 וואכן צוריק.
איך האב איהם צום ערשטן מאל דערקענט מיט בערך 45 יאר צוריק. ער האט געוואוינט בשכינות, און געדאוונט (ווען ס'איז אויסגעקומען) אין גראסווארדיין ביהמ"ד.אויף די 10'טע עוועניו.
ער איז געווען זייער א זיסער איד. מ'קען זאגן אויף איהם אז ר'איז געווען א משמח אלוקים ואנשים...! ער האט אייביג געהאט א גוט ווערטל. און ר'איז ארומגעגאנגען מיט א שמייכל. אין יענע צייט (תשל"ד) האט דער איידעם פונ'ם גראסווארדיינ'ער רב, הרב בערל גאנץ ז"ל פארגעלערנט א שיעור אין משנה ברורה א יעדן שבת נאכ'ן דאווענען. מ'האט געגעבן א קליינעם קידוש און מ'האט געלערנט דעם שיעור. און אונזער הרב מרדכי אריה (המכונה לייבי) האטציך צוגעזעצט צום שיעור גלייך ווען ער איז אריינגעקומען אין ביהמ"ד. האטציך איינער א לץ אנגערופן..."ער לערנט פאר'ן דאווענען"...!
אין אנהייב איז ער געווען א פעינטינג קאנטראקטאר. שפעטער (מיט בערך 25 יאר צוריק) האט ער אויפגעמאכט א ליקער און וויין געשעפט. נאכדעם האט ער עס פארקויפט. אבער ער איז געבליבן דארט צו מענעדזשן די ביזנעס. ווייל ער איז געווען א גרויסער מומחה אין אלערליי ליקערס און וויינען...!
ער פלעגט זיצן בפתח האוהל. ביי די אריינגאנג צום וויין געשפט. אבער לעצטנס האביך איהם נישט געזעהן. ווען כ'האב געפרעגט דעם יונגערמאן דעם איצטיגן בעה"ב וואו ער איז. זאגט ער מיר אז ער איז נפטר געווארן מיט בערך 9 וואכן צוריק...!
יהא זיכרו ברוך...!
ווען איך וועלל האבן א פיקטשער פון איהם, וועלל איך עס, בלי"נ ארויפלייגן...!
- נקודת-אמת
- היימישער באניצער
- הודעות: 489
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אוגוסט 31, 2017 3:16 am
- האט שוין געלייקט: 373 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 625 מאל
berlbalaguleh האט געשריבן:שפעטער (מיט בערך 25 יאר צוריק) האט ער אויפגעמאכט א ליקער און וויין געשעפט.
ער פלעגט זיצן בפתח האוהל. ביי די אריינגאנג צום וויין געשפט.
13/55?
הקאצקער זצ"ל שאל לחיהרי"ם זצ"ל על הפסוק אמת מארץ תצמח, מה זורעים בארץ שיצמח מזה האמת ענה לו ה"חידושי הרי"מ" בזה הלשון: אז מען בעגראבט דעם שקר וואקסט ארויס דער אמת.
(אמת ואמונה, קלד)
קומט אויס אז דער כח ההיולי פונעם אמת איז גאר דער באגראבענעם שקר! ודו"ק- berlbalaguleh
- שריפטשטעלער
- הודעות: 20420
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
- האט שוין געלייקט: 25361 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
- קאנטאקט:
נקודת אמת: יא. זיכער. א ייש"כ פאר זיך אנרופן. אויב ד ביסט אמאל אריינגעגאנגען אין יענע געשעפט האסטו איהם זיכער געקענט...!
איך האב געזאגט פאר עטליכע (מעגליכע) קאסטומערס אז ער איז א גרויסער מומחה ווייל ער האט שוין טועם געווען פון אלע וויינען און בראנפנס...!
ערנסט גערעדט. ער איז געווען א לב טוב. און ער האטציך געפרייט ווען ער קען טון א טובה פאר א איד...!
איך האב געזאגט פאר עטליכע (מעגליכע) קאסטומערס אז ער איז א גרויסער מומחה ווייל ער האט שוין טועם געווען פון אלע וויינען און בראנפנס...!
ערנסט גערעדט. ער איז געווען א לב טוב. און ער האטציך געפרייט ווען ער קען טון א טובה פאר א איד...!
-
- היימישער באניצער
- הודעות: 565
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג נאוועמבער 25, 2013 11:20 am
- האט שוין געלייקט: 91 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 160 מאל
צפור בודד האט געשריבן:לאמיך פון אים עפעס נאכזאגן. איך בין געווען א בחור'ל און געדאוונט אין רשב"ם וואו יענק'ל פלעגט צו דונערן ביי די שפעטע מנינים. עס איז געווען ארום די יארן ווען מ'האט געגרונדערט דער ש"ס פארטיי. א וויכוח האט אויסגעבראכן אין ביהמ"ד, דאכט זיך מיר איבער תחנון או משהו כזה, יענקל האט נישט געוואלט זאגן און אנדערע האבן יא געוואלט.
רופט זיך יענק'ל אן צו א ספרדישער איד, אתה יודע רק ש"ס, קבלה אתה לא יודע...
כאטש ער האט זיך געדרייט אין בעלז איז ער געווען א שוואכער חסיד. ער האט איין ברודער יוסף עמרם וואס איז גאר א שטארקער בעלזער אינעווייניגער און נאך א ברודער (וואלווי?) וועם מ'האט ארויסגעווארפן. איך מיין אז יענק'ל איז געווען נאנט מיט אהרן מרדכי רוטנער והמבין יבין.
אין ווי דרייען זיך זיינע קינדער היינט?
-
- היימישער באניצער
- הודעות: 491
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג יולי 09, 2017 12:37 pm
- האט שוין געלייקט: 1 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 181 מאל
-
- היימישער באניצער
- הודעות: 428
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יוני 26, 2012 6:00 pm
- האט שוין געלייקט: 998 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 363 מאל
איך בין זיינס א תלמיד, איך קען נישט אָנצייגן ספעציעל די אויבנדערמאנטע זאכן אז עס קלעבט מער אויף איהם ווי רוב חרידישע אידן זיין יאר גאַנג חוץ אפשר מרביץ תורה ווייל למעשה האט ער אנגעפירט א קארפאראציע, וואס דארט איז תורה געווען די זאך וואס מען האט געטוהן רוב צייט פון טאג, און ער איז געווען די אחראית דעראויף. איך אלס תלמיד האט סיי די 4 יאר וואס איך האב דארט געלערנט און סיי נאך וואס איך בין געגאנגען צו ישיבה גדולה איהם אנגעקוקט ווי א פירער פון א קארפאראציע.
איין זאך בין איך איהם יא מעריץ אז ער האט אנגעהאלטן די דרך הלימוד אביסל וואס ר' עזריאל טויבער (פון וועם ער האט אפגעקויפט די ישיבה) האט איינגעפירט. דאס איז די בלעטער חלק, עס איז געווען א גאנצע א שטארקע דגוש צו זיך פארהערן אויף אויסנווענדיג די בלעטער וואס מען האט געלערנט אגאנץ יאר פּלאס די בלעטער פון די יארן פאר דעם. דאס הייסט אז סוף שיעור ד' פלעגט מען זיך פארהערן איבער 400 בלאט אויסנווענדיג. און אנדערע ווערטער עס איז געווען ווינט פון בקיאות.
ווער זענען געווען די מספידים, און ווען האט זיך די לוי' אנגעהויבן, און וועלכע בית בחיים האט מען איהם געלייגט?
איין זאך בין איך איהם יא מעריץ אז ער האט אנגעהאלטן די דרך הלימוד אביסל וואס ר' עזריאל טויבער (פון וועם ער האט אפגעקויפט די ישיבה) האט איינגעפירט. דאס איז די בלעטער חלק, עס איז געווען א גאנצע א שטארקע דגוש צו זיך פארהערן אויף אויסנווענדיג די בלעטער וואס מען האט געלערנט אגאנץ יאר פּלאס די בלעטער פון די יארן פאר דעם. דאס הייסט אז סוף שיעור ד' פלעגט מען זיך פארהערן איבער 400 בלאט אויסנווענדיג. און אנדערע ווערטער עס איז געווען ווינט פון בקיאות.
ווער זענען געווען די מספידים, און ווען האט זיך די לוי' אנגעהויבן, און וועלכע בית בחיים האט מען איהם געלייגט?
-
- ידיד ותיק
- הודעות: 776
- זיך רעגיסטרירט: פרייטאג מאי 11, 2018 12:46 pm
- האט שוין געלייקט: 1399 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1005 מאל
ר' אשר זעליג ז"ל
אלס א תלמוד פון ישיבה שער אפרים אין די בראשית יארן [נ' יארן} האב איך איהם קענען געלערנט מיט עטליכע שטריכען וואס דארף ווערן ארויסגעברענגט
1)נישט געווען א 'באגי-מען' - און נישט גענוצט זיין מאכט צו פייניגען בחורים,
2)זיך געזארגט פאר די תלמידים, איך ווייס פון א בחור וואס איז נישט געוזנט געווען און ער איז אריבערגעקומען צום בחור אין שטוב צו לערנען מיט איהם,

- ליטוואק פון בודאפעסט
- שריפטשטעלער
- הודעות: 9705
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 6:51 pm
- האט שוין געלייקט: 3162 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 9133 מאל
Re: יהא זכרו ברוך
ליל ששי פרשת בא תשע"ט איז אוועק פלוצלונג אין מאנסי הרב י. הערמאן. ער איז געווען א יעקישע איד, וואס האט זיך אריין געלייגט מיט עטליכע דרייסיג יאר צוריק (אדער מער) אין די סוגיא פון חדש. מיט די יארען פלעגט ער דרוקן יערליך א קונטרס, אדער דריי קונטרסים במשך די מאנאטען, מיט די אינפארמאציע וואס א מענטש דארף נזהר צו זיין אויף חדש. ער פלעגט געוואויר ווערן ווען די נייע תבואה איז אנגעקומן פון די מעהלער צום פאבריק, און נאכגעפארשט די דאטום אויף יעדער פראדוקט ווען עס איז פאבריצירט געווארען (לויט די סעלל ביי דאטום), אזוי האט מען זיך געקענט דערוויסן וואס טוט זיך
איך געדענק מיט צוואנציג יאר צוריק אין סט. פאלסבערג אין די דעמאלסדיגע קליינע גראסערי, ווי די כולל ווייבער פלעגן איינקויפען מיט די קונטרס אין האנט, נאכצופארשן די דאטום אויף יעדער פראדוקט אז עס זאל קלאפן. און שפעטער בין איך, אדער מיין ווייב, דער אין קרעמל מיט די קונטרס (אויף פי.די.ף. אויף מיין סמארטפאון) וואס קוקט די קונטרס ביים איינקויפן. ער האט גארנישט געמאכט דערפון און אנגעהאלטן די זאך, פראפעסיאנאל און פארצייטיש אינאיינעם, און געהאלפן אסאך אידען צו קענן עסן במשך די ווינטער מאנאטען.
יהא זכרו ברוך
Sent from my LG-K373 using Tapatalk

The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
(Daniel J. Boorstin) דא
- berlbalaguleh
- שריפטשטעלער
- הודעות: 20420
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
- האט שוין געלייקט: 25361 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
- קאנטאקט:
שמחהלע קאפשטיק האט געשריבן:אלס א תלמוד פון ישיבה שער אפרים אין די בראשית יארן [נ' יארן} האב איך איהם קענען געלערנט מיט עטליכע שטריכען וואס דארף ווערן ארויסגעברענגט
1)נישט געווען א 'באגי-מען' - און נישט גענוצט זיין מאכט צו פייניגען בחורים,
2)זיך געזארגט פאר די תלמידים, איך ווייס פון א בחור וואס איז נישט געוזנט געווען און ער איז אריבערגעקומען צום בחור אין שטוב צו לערנען מיט איהם,
שמחה'לע קאפשטיק" ייש"כ. פאר ארויסברענגען די שטריכן פון הרב גרינבערגער ז"ל אין אזא גוטן ליכט. איך האב ליעב ווען מ'באשרייבט א נפטר. אז מזאלל ארויסברענגען זיינע גוטע נקודות בחייו. אפילו אויב ער האט געהאט א פאר נעגאטיווע פונקטן. (ווער האט דען נישט?!) איז דא נישט די צייט און דאס פלאץ דאס ארויסצוברענגען. ווייל ווען מ'לייענט איבער די גוטע זייט פון א נפטר ברענגט דאס א התעוררות ביי א מענטש.. משא"כ די נעגאטיווע זאכן ברענגען נאר א געפיהל פון ביטערניש...! מ'מעג ברענגען א פאר הומאריסטישע עפיזאדן פון דעם נפטר'ס לעבן. נאר נישט אזעלכע וועלכע טוען איהם אראפקלאפן...!