משה מענדלסאהן (רמ"ד)

תולדות און ‫ביאגראפיע, פראפילן און אנאליזן פון אידישע און אלגעמיינע פערזענליכקייטן, אמאל און היינט
גדליה
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1093
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יאנואר 18, 2018 3:34 pm
האט שוין געלייקט: 566 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1901 מאל

שליחה דורך גדליה »

קאך_לעפל האט געשריבן:
Buddy האט געשריבן:ס'דא א בריוו פון הגה"ק בעל שרידי אש זצוק"ל (אז איר האט נאכנישט געהערט פון אים דאן סקיפ איט...) ווי ער שרייבט אז מען דארף בעטן מחילה פון די "משכילים הראשונים" וואס מען האט זיי פארטריבן פון כלל ישראל על לא עוול בכפם.
ביי אונז אין משפחה [אנגעזעהנע משפחה פון אונגארן] האט מען אים בכלל נישט אוועקגעמאכט, נאר מהאט אכטונג געגעבן וועגן וואס איז געשעהן מיט די באוועגונג נאכדעם
די היינטיגע מהלך המחשבה פון די חרדים קען זיך באגראבן פאר די מהלך פון די משכילים, זייערע "אויפגעקלערטע" קשיות און תירוצים איז היינט שוין אלד ניוז ביינונז חרדים, נאר וואזשע דען, דארף מען פארשטיין אסאך גמרות און פירושים אויף די פילוג פון בני רשב"ג און די חכמי יבנה און די פילוג פון ר"מ איבער די יונה אין הר גריזים, און ס'נאריש צו ענטפערן אין קורצן.

היינו טעמא דיעפעד היינו טעמא דרעפארם...

מען דערדריקט אזוי אז מ'איז געצוואונגן צו ווערן אפגעפארן, ראה ערך צדיקים ורשעים אצל הקיצונים לעומת בינונים אצל הפשרנים.

מיר געדענקן נאך די פירוש אין ראדני... מ'האט אמאל געקאנט זיין ערליך און הנאה האבן דערפון אן זיין קיצוניותדיג, היינט מאכט מען געלט פון קיצוניות קען מען זיך שווער דערהאלטן מיט נארמאלקייט


חבבי... רמ''ד איז געווען א גרויסער שייגאץ... אפגעזען צו ער איז געווען א שותמ''צ צו נישט... קאפיש?

כלומר, רמ״ד איז געווען א גרויסער שייגאץ, אפגעזען צו ער איז געווען א גרויסער שייגאץ אדער נישט.
"וואס וועל איך טוהן אז מ׳וועט איין שיינעם טאג געוואר ווערן אז איך בין נישט קיין אמתע רבי?"
- אהבת ישראל מוויזניץ
באניצער אוואטאר
רביה''ק זי''ע
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 5435
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 15, 2018 8:46 pm
געפינט זיך: אין קוויטל-שטוב
האט שוין געלייקט: 5089 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6524 מאל

שליחה דורך רביה''ק זי''ע »

Buddy האט געשריבן:מען דערדריקט אזוי אז מ'איז געצוואונגן צו ווערן אפגעפארן.

הה"ד: ס'ווערט א זעלבסטפארפולטע נבואה... אויב איך געדענק גוט, האט מען די זעלבע זאך געטון מיט שבתאי צבי אויך...
Do y'all remember before the internet that people thought the cause of stupidity was the lack of access to information? Yeah, it wasn't that
אונטער חכם
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1003
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 02, 2017 4:42 pm
האט שוין געלייקט: 565 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 524 מאל

Re: משה מענדלסאהן (רמ"ד)

שליחה דורך אונטער חכם »

כידוע טאקע אז אין דייטשלאנד, פראנקרייך, און איטאליע, ווי די התנגדות צו השכלה איז געווען גאר שטארק , איז מען סאך שנעלער אפגעפארן ווי אין אנדערע מדינות.
Buddy
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 499
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג יוני 18, 2018 8:24 am
האט שוין געלייקט: 25 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 120 מאל

שליחה דורך Buddy »

רביה''ק זי''ע האט געשריבן:
Buddy האט געשריבן:מען דערדריקט אזוי אז מ'איז געצוואונגן צו ווערן אפגעפארן.

הה"ד: ס'ווערט א זעלבסטפארפולטע נבואה... אויב איך געדענק גוט, האט מען די זעלבע זאך געטון מיט שבתאי צבי אויך...

כידוע המסורה בבית הבן איש חי ועוד, עיין שבחי הבעש"ט ודו"ק כי לא ניתן יד לפושעים וק"ל וצ"ע קטן וגדול
Buddy
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 499
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג יוני 18, 2018 8:24 am
האט שוין געלייקט: 25 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 120 מאל

שליחה דורך Buddy »

אונטער חכם האט געשריבן:כידוע טאקע אז אין דייטשלאנד, פראנקרייך, און איטאליע, ווי די התנגדות צו השכלה איז געווען גאר שטארק , איז מען סאך שנעלער אפגעפארן ווי אין אנדערע מדינות.

מסתמא סארקאסטיש...
כידוע איז מען אין גאליציע פולין אונגארן רוסלאנד אפגעפארן פארפארן אוועקגעפארן אין די מיליאנען. איש על מחנהו ואיש על דגלו. דער מיט גסיסה אטית אין דער מיט אחישנה.
אונטער חכם
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1003
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 02, 2017 4:42 pm
האט שוין געלייקט: 565 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 524 מאל

Re: משה מענדלסאהן (רמ"ד)

שליחה דורך אונטער חכם »

חוץ די גסיסה אטית זענען נאך אבער געבליבן אסאך ביי אידישקייט, אין דייטשלאנד פראנקרייך איטאליע איז כמעט גארנישט געבליבן.
Buddy
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 499
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג יוני 18, 2018 8:24 am
האט שוין געלייקט: 25 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 120 מאל

שליחה דורך Buddy »

נו ודאי אויב רוב כלל ישראל הייסן ימ"ש ווי די דתי לאומי אידן איבער די גארער וועלט וואס האבן נישט עקסעס צו אייער וועלט מיט קאווע שטיבל מאמענט איד בלאט גליונות השבוע איבער ענינים העומדים על הכיס דאן איז אייער אבזערוואציע א אבזערוואציע...
אונטער חכם
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1003
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 02, 2017 4:42 pm
האט שוין געלייקט: 565 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 524 מאל

Re: משה מענדלסאהן (רמ"ד)

שליחה דורך אונטער חכם »

די מזרחי שטאמט אויך פון רוסלאנד און פוילן, נישט פון דייטשלאנד.
זוכער
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 408
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג פעברואר 11, 2014 3:03 pm
האט שוין געלייקט: 8 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 164 מאל

שליחה דורך זוכער »

Buddy האט געשריבן:
רביה''ק זי''ע האט געשריבן:
Buddy האט געשריבן:מען דערדריקט אזוי אז מ'איז געצוואונגן צו ווערן אפגעפארן.

הה"ד: ס'ווערט א זעלבסטפארפולטע נבואה... אויב איך געדענק גוט, האט מען די זעלבע זאך געטון מיט שבתאי צבי אויך...

כידוע המסורה בבית הבן איש חי ועוד, עיין שבחי הבעש"ט ודו"ק כי לא ניתן יד לפושעים וק"ל וצ"ע קטן וגדול


אויף ישו הנוצרי איז די זעלבע זאך.
רבי יהושע בן פרחיה האט געליינט קריאת שמע און האט אים נישט געענטפערט, איז ער ארויס והדיח את ישראל.
Please do not LIKE me!
I'm here to say the hard truth / not to accumulate "likes"
באניצער אוואטאר
רביה''ק זי''ע
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 5435
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 15, 2018 8:46 pm
געפינט זיך: אין קוויטל-שטוב
האט שוין געלייקט: 5089 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6524 מאל

שליחה דורך רביה''ק זי''ע »

ביי שבתאי צבי איז געווען אסאך ערגער, מ'האט אים פארמסרט צו די רעגירונג, און זיי האבן אים נאר פרייגעלאזט בתנאי אז ער ווערט א מוסולמענער (וואס דער רמב"ם פסקנט אז מ'מעג), און נאכדעם קומט מען און מ'פארקויפט אז ער האט זיך גע'שמד'ט.
Do y'all remember before the internet that people thought the cause of stupidity was the lack of access to information? Yeah, it wasn't that
Buddy
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 499
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג יוני 18, 2018 8:24 am
האט שוין געלייקט: 25 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 120 מאל

שליחה דורך Buddy »

אונטער חכם האט געשריבן:די מזרחי שטאמט אויך פון רוסלאנד און פוילן, נישט פון דייטשלאנד.

דתי לאומי און בעיקר כמה ממחזקי הדתי לאומי זענען פון דייטשלאנד ראה ערך ישיבת חורב נהרדעא ועוד אלפי גרעינים
Buddy
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 499
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג יוני 18, 2018 8:24 am
האט שוין געלייקט: 25 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 120 מאל

שליחה דורך Buddy »

זוכער האט געשריבן:
Buddy האט געשריבן:
רביה''ק זי''ע האט געשריבן:
Buddy האט געשריבן:מען דערדריקט אזוי אז מ'איז געצוואונגן צו ווערן אפגעפארן.

הה"ד: ס'ווערט א זעלבסטפארפולטע נבואה... אויב איך געדענק גוט, האט מען די זעלבע זאך געטון מיט שבתאי צבי אויך...

כידוע המסורה בבית הבן איש חי ועוד, עיין שבחי הבעש"ט ודו"ק כי לא ניתן יד לפושעים וק"ל וצ"ע קטן וגדול


אויף ישו הנוצרי איז די זעלבע זאך.
רבי יהושע בן פרחיה האט געליינט קריאת שמע און האט אים נישט געענטפערט, איז ער ארויס והדיח את ישראל.

הגמ' אכן מטיל אחריות עליו...
אז צריך להבחין בין גורם לאחריות וכו'
באניצער אוואטאר
טאמבל סאס
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 4290
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 08, 2012 7:59 am
געפינט זיך: נישט דאס פלאץ.
האט שוין געלייקט: 6640 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3625 מאל

שליחה דורך טאמבל סאס »

למעשה האבן געוויסע וואס האבן זיך געשמד'ט פון משה מענדלסון'ס דור, און אפילו א דור נאכדעם, מרוויח געווען אז זייערע אייניקלעך וואס זענען שוין מער פון פיהר, אדער באלד פינף, גענעראציעס נישט אידן געווען, האט מען צוריה געלאזט אין נאצי גרמניה - מער ווייניגער. איך האב גערעדט מיט עמיצען וואס האלט זיך נאנט מיט אזא משפחה (היינט געהערן זיי צו רעפארם, די משפחה) וואס האט באשטעטיגט צו מיר אז כאטש זיי האבן פארלוירן געוויסע רעכטן, האבן זיי נישט געדארפט פארלאזן דייטשלאנד און מען האט זיי נישט דעפאטירט צו פארטילינגס אדער צוואנגס לאגערן.

איך רעכן, א גענעראציע צו זיין 34 פאר א מאן, און 28 פאר א פרוי, זינט אן עווערידש מיטלסטע קינד ווערט געבוירן צו א טאטע און מאמע ביי דער עידזש. אז מען פרובירט צוריקגיין פיהר דורות (די מידיען צווישן די יאהר וואס געפאלט פאר די מאן און די יאהר וואס געפאלט פאר די פרוי) פון דער מלחמה, געפאלט יאר 1815 צו דער פערטער דור prior, און אז מען גייט צוריק מיט נאך א דור (31 יאר) האלט מען אין די לעצטע צוויי יאהר פון רמ"ד'ס לעבן. סאוי, דא האט איר אן ענטפער צו די שאלה וואס האט מיך געגבערט פון אלס קינד.

איך פארשטיי אז מסתמא דארף מען דאס רעכענען נישט תיכף פון די מלחמה אויף צוריק, נאר פון ווען די געזעצן זענען איינגעפירט געווארן אבער דו האסט דעם בילד.

די מוסר השכל איז אז די וואס האבן געשפרינגען פון וואגן ווען ס'איז נאכנישט אין סטייל געווען צו שפרינגען האבן מסתמא פאראויס געזען דעם חורבן. נישט אז איך הויב חלילה ארויס שמד; איך הויב ארויס די קוראזש פון אויפגיבן די פערקס און בענעפיטס פון געהערן צו א קלוב מחמת זארג אויף די צוקונפט.

איך ווייס אז ס'וועלן זיין מאנכע וואס וועלן טענהן, 'דו זאגסט אזוי רעטראספעקטיוולי, נאכוואס היטלער האט אויסגערופן די פיהר דורות קרייטיריע, אבער כ'בין נישט מסכים, ווייל ס'איז מסתבר אז די וואס זענען שוין פיהר דורות נישט געווען אידן, האט זיך עס קנאפ דערקענט אויף זיי. אין אנדערע ווערטער, היטלער שיקט ארויס זיינע סטאטיסטישענס און עקאנאמיסטן, לאמיר סעטן א בעיס ליין וואס הייסט אנגעהערן צו אידן, נישיאין, קבורה, גיין צו שוהל, געהערן צו א קהילה וכו' און גייטס קוקטס צוריק וויפיל דורות מיר ברויכן צוריקגיין, די פרעקטיסעס מער נישט צו זען.
דאס איז נישט מייניגע, דאס איז אויך נישט פון באשעפער. דאס איז פון די מאדערנע אחיה השילוניס פון היינט.
פארוואס זאג איך אייך דאס? ווייל כל מי שאינו אומר דבר בשמם מתעטר בעטרה שאינו שלו ומביא בערות, גסות רוח ואמונות טפלות בעולם.
גדליה
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1093
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יאנואר 18, 2018 3:34 pm
האט שוין געלייקט: 566 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1901 מאל

שליחה דורך גדליה »

די אלע וואס זענען אפגעפארן זענען נישט אפגעפארן וועגען זיי האבען פאראויסגעזען די האלאקאוסט, נאר ווייל זיי האבען זיך געוואלט אסימילירן. חוץ אז דו ווילסט מאכען א רוח הקודש מעשה אויף די אפיקורסים.
אויף ציונות קענסטו יא זאגען, אז יעדע יוד וואס האט זיך באזעצט אין א״י פאר די מלחמה און האט געכאפט די גאולה פאר די צייט האט איבערגעלעבט די האלאקאוסט.
דער גאלדענער אדלער
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 1665
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 27, 2017 6:30 pm
געפינט זיך: הלוואי ווען כ'וואלט געוויסט
האט שוין געלייקט: 6003 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3632 מאל

Re: משה מענדלסאהן (רמ"ד)

שליחה דורך דער גאלדענער אדלער »

יא גדלי' זיסער דאס וואס דו טענהסט לגבי ציונים ביזטו הינדערט פראצענט גערעכט, און נישט נאר דאס נאר זיי האבן צוויי מאל פארדינט, איינס ווייל זיי האבן זיך נישט אויסגעמישט מיט די גוים, חתונה געהאט נאר צו אידן און נאך געבליבן לעבן אויך. און היינט צו טאגס זעהט מען בחוש ווי דער רבי איז גערעכט(?) געווען, ווייל גאר אסאך פון זיי זענען היינצוטאגס פרומע אידן, ווי למשל די בני עקיבא, אדער מזרחיסטן וכדומה
באניצער אוואטאר
טאמבל סאס
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 4290
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 08, 2012 7:59 am
געפינט זיך: נישט דאס פלאץ.
האט שוין געלייקט: 6640 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3625 מאל

שליחה דורך טאמבל סאס »

דער גאלדענער אדלער האט געשריבן: און נישט נאר דאס נאר זיי האבן צוויי מאל פארדינט, איינס ווייל זיי האבן זיך נישט אויסגעמישט מיט די גוים, חתונה געהאט נאר צו אידן

רעליגעיזווייז אויס - אפשר א גוטע זאך, אבער דזשענעטיקלי, זיך נאר מישן מיט די אייגענע פירט צו א פערמערונג אין מחלות ל"ע ווייל ס'ווערט מער און מער מצוי אז א קינד ירשנ'ט צוויי קאפיס פון א שלעכטע מיוטעישן - און פון זיי איז דא אסאך.
דאס איז נישט מייניגע, דאס איז אויך נישט פון באשעפער. דאס איז פון די מאדערנע אחיה השילוניס פון היינט.
פארוואס זאג איך אייך דאס? ווייל כל מי שאינו אומר דבר בשמם מתעטר בעטרה שאינו שלו ומביא בערות, גסות רוח ואמונות טפלות בעולם.
גדליה
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1093
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יאנואר 18, 2018 3:34 pm
האט שוין געלייקט: 566 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1901 מאל

שליחה דורך גדליה »

טאמבל סאס וואס גייט דיך אזוי אין לעבען אז די אידישע פאלק זאל נישט עקזיסטירען? מיר האבען אייך עפעס שלעכטס געטאן?
"וואס וועל איך טוהן אז מ׳וועט איין שיינעם טאג געוואר ווערן אז איך בין נישט קיין אמתע רבי?"
- אהבת ישראל מוויזניץ
באניצער אוואטאר
טאמבל סאס
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 4290
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 08, 2012 7:59 am
געפינט זיך: נישט דאס פלאץ.
האט שוין געלייקט: 6640 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3625 מאל

שליחה דורך טאמבל סאס »

און וואס גייט דיך אין לעבן אז די בעלזע פאלק עקזעסטירט? הא?

ס'איז דאך נאריש גערעדט -איך אדער דו פירן עפעס די וועלט? איך אדער דו פארטרעטן עפעס די אינטערעסן פון די אידישע פאלק? איך אדער דו ווייסן עפעס גענוי וואס זענען די יסודות פון פון א נעישאן בכלל צו פון די אידישע פאלק בפרט?

פארקערט, מיט פרישע בלוט, בעין, וועט זי בעסער עקזעסטירן.
דאס איז נישט מייניגע, דאס איז אויך נישט פון באשעפער. דאס איז פון די מאדערנע אחיה השילוניס פון היינט.
פארוואס זאג איך אייך דאס? ווייל כל מי שאינו אומר דבר בשמם מתעטר בעטרה שאינו שלו ומביא בערות, גסות רוח ואמונות טפלות בעולם.
גדליה
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1093
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יאנואר 18, 2018 3:34 pm
האט שוין געלייקט: 566 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1901 מאל

שליחה דורך גדליה »

פאר פרישע בלוט איז גענוג די רוסישע גרים.
"וואס וועל איך טוהן אז מ׳וועט איין שיינעם טאג געוואר ווערן אז איך בין נישט קיין אמתע רבי?"
- אהבת ישראל מוויזניץ
זוכער
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 408
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג פעברואר 11, 2014 3:03 pm
האט שוין געלייקט: 8 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 164 מאל

שליחה דורך זוכער »

ביי כלל ישראל האט מען שטענדיג ארויסגעשטעלט, עקסקומיניקירט, געלייגט אין חרם, פולסא דנירא, שמתא און ארור אלע אפטריניגע, אדער וועמען מ'האט באשולדיגט אין זיין א מקצץ בנטיעות.
רוב וועמען מ'האט ארויסגעשטעלט זענען ארויסגעפלויגן זיי און זייערע קינדער. ממש געציילטע גדולים קעגן וועמען מ'האט ארויסגערופן א ביטערע קריג להחרימם, האבן עס געמאכט.

נאר טאקע גאר ווינציג, געציילטע ממש האבן עס יא איבערגלעבט.
דער רמב"ם האט געהאט אויסצושטיין שטארקע רדיפות, זיינע ספרים האט מען פארברענט - אבער ער איז פארליבן דער רמב"ם נאך אלע רדיפות.
רבי יונתן אייבשיץ איז שיער ארויסגעפלויגן, אבער ער האט געזיגט. צי דאס וואס זיין זון האט זיך גע'שמד'ט האט געהאט צו טאן מיט דעם, איז שווער צו וויסן.

חוץ מזה איז פאראן אסאך גדולים, וואס טראצדעם וואס עס איז טאקע נישט געלונגען זיי ארויסצושטעלן פון כלל ישראל, און זענען פארבליבן גדולים און קדושים - האט מען אבער אפ'געשטעמפלט זייערע ספרים אז "ידי זרים התשלטו בם" - תלמיד טועה כתבם וכו'.
דאס זענען גאר אסאך בנמצא בספרי רבינו האבן עזרא ז"ל, וכן בפירוש רשב"ם על התורה און נאך אסאך ספרים, וואס כדי צו פארלאטעווען און פארגלעטן האט מען בלית ברירה אנגענומען אז תלמיד טועה האבן געבאבערט און אריינגעריקט דברים שאסור לשומען.
Please do not LIKE me!
I'm here to say the hard truth / not to accumulate "likes"
באניצער אוואטאר
טאמבל סאס
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 4290
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 08, 2012 7:59 am
געפינט זיך: נישט דאס פלאץ.
האט שוין געלייקט: 6640 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3625 מאל

שליחה דורך טאמבל סאס »

וואס איז אינטערעסאנט איז אז אין רעפארם איז טאקע משה מענדלסון אזוי ווי להבדיל ביי די ארטאדאקסן רש"ה און ביי די סאטמורים רעב יואל טט"ב.
דאס איז נישט מייניגע, דאס איז אויך נישט פון באשעפער. דאס איז פון די מאדערנע אחיה השילוניס פון היינט.
פארוואס זאג איך אייך דאס? ווייל כל מי שאינו אומר דבר בשמם מתעטר בעטרה שאינו שלו ומביא בערות, גסות רוח ואמונות טפלות בעולם.
Buddy
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 499
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג יוני 18, 2018 8:24 am
האט שוין געלייקט: 25 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 120 מאל

שליחה דורך Buddy »

טאמבל סאס האט געשריבן:וואס איז אינטערעסאנט איז אז אין רעפארם איז טאקע משה מענדלסון אזוי ווי להבדיל ביי די ארטאדאקסן רש"ה און ביי די סאטמורים רעב יואל טט"ב.

און ביי דתי לאומי הרב קוק...
זוכער
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 408
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג פעברואר 11, 2014 3:03 pm
האט שוין געלייקט: 8 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 164 מאל

שליחה דורך זוכער »

טאמבל סאס האט געשריבן:וואס איז אינטערעסאנט איז אז אין רעפארם איז טאקע משה מענדלסון אזוי ווי להבדיל ביי די ארטאדאקסן רש"ה און ביי די סאטמורים רעב יואל טט"ב.


מילא חסידים קוקן ארויף אויף א רבי'ן, אלץ זייער שליח צום רבוש"ע, ער איז דער נביא צווישן גאט און המון עם. ער קען פועל'ן ישועות, ער רעדט צו גאט און שאקלט אויף אלע שרפי מעלה.
אבער צי וואס דארף רעפורם א וועג-ווייזער.
האט אברהם גייגער עפעס א חשיבות ווייל ער איז דער טאטע פון רעפורם אין תקע"ד אין דייטשלאנד?
יעדער ראביי / קלוירדשי טוט וואס ער וויל. אז ער וויל רייסט ער ארויס די חופה פון די חתונה פונקט ווי זיי האבן אויסגעריסן דעם גט פון שיידוונגען. ס'איז נאך אפילו עפעס געבליבן פאר די רעפורם דזשודאיזם וואס איז געבליבן פונעם אמאל?
Please do not LIKE me!
I'm here to say the hard truth / not to accumulate "likes"
פארשפארט