קאך_לעפל האט געשריבן:Buddy האט געשריבן:ס'דא א בריוו פון הגה"ק בעל שרידי אש זצוק"ל (אז איר האט נאכנישט געהערט פון אים דאן סקיפ איט...) ווי ער שרייבט אז מען דארף בעטן מחילה פון די "משכילים הראשונים" וואס מען האט זיי פארטריבן פון כלל ישראל על לא עוול בכפם.
ביי אונז אין משפחה [אנגעזעהנע משפחה פון אונגארן] האט מען אים בכלל נישט אוועקגעמאכט, נאר מהאט אכטונג געגעבן וועגן וואס איז געשעהן מיט די באוועגונג נאכדעם
די היינטיגע מהלך המחשבה פון די חרדים קען זיך באגראבן פאר די מהלך פון די משכילים, זייערע "אויפגעקלערטע" קשיות און תירוצים איז היינט שוין אלד ניוז ביינונז חרדים, נאר וואזשע דען, דארף מען פארשטיין אסאך גמרות און פירושים אויף די פילוג פון בני רשב"ג און די חכמי יבנה און די פילוג פון ר"מ איבער די יונה אין הר גריזים, און ס'נאריש צו ענטפערן אין קורצן.
היינו טעמא דיעפעד היינו טעמא דרעפארם...
מען דערדריקט אזוי אז מ'איז געצוואונגן צו ווערן אפגעפארן, ראה ערך צדיקים ורשעים אצל הקיצונים לעומת בינונים אצל הפשרנים.
מיר געדענקן נאך די פירוש אין ראדני... מ'האט אמאל געקאנט זיין ערליך און הנאה האבן דערפון אן זיין קיצוניותדיג, היינט מאכט מען געלט פון קיצוניות קען מען זיך שווער דערהאלטן מיט נארמאלקייט
חבבי... רמ''ד איז געווען א גרויסער שייגאץ... אפגעזען צו ער איז געווען א שותמ''צ צו נישט... קאפיש?
כלומר, רמ״ד איז געווען א גרויסער שייגאץ, אפגעזען צו ער איז געווען א גרויסער שייגאץ אדער נישט.