צפור בודד האט געשריבן:דער קאווע שטיבל דיקלערד דורכפאל ווייסט נישט קיין עקן. ס'האלט שוין איבער פינף מיליאן און כמעט פיפציג טויזנט נדבנים און די בעלזער ווייסן נישט וואו זיך אהינצוטון פון בזיונות אויף זייער גרויזאמער מפלה.
איך בין היינט ווייט פון א בעלזער נאר דאך האב איך פאר ענק איין בעלזער עקספרעשן:
יצאו עיניכם!
לדעתי איז עס א צוזאמענשטעל פון ביידע.
די אויבנאויף בילד איז א סוקסעס, מען האט געמאכט א קאמפיין + געהאט א גאול + עררייכט דעם ציל פלאס טשעינדזש = הצלחה!
אבער ווען מען גייט אריין אין פרטים זעהט זיך אן פילע קרעקס אין די אמאל שטארקע פונדאמענט אויף וואס די "כבוד בעלזא" פענאמענאן פלעגט שטיין.
דאס אז פילע בעלזא חסידים האבן בכלל נישט גורס געווען די גאנצע זאך, ביודעי ובמכירי, צו ווייל מען איז אנגעווייטאגט אז קיינער קימערט זיך נישט איבער די היזיגע מוסדות, צו פאר אנדערע סיבות, א ערשיינונג וואס פאר אפאר יאר צוריק וואלט א בעלזא חסיד זיך אליינס דערווארגן פארן אפילו ארויפברענגען אזא געדאנק.
דאס אז מען האט געמוזט צוקומען צו פארשידענע שפיצלעך, צולייגן צייט ( יא איך ווייס אז די אפיציעלע תירוץ איז וויבאלד די סיסטעם האט געקראכט, אבער דאס איז פארגעקומען בלויז עטליכע מאל אין א צירקע פיר שעה און על סמך דעם האט מען צוגעלייגט צען) עט ליעסט צוויי מאל דורכאויס די קאמפיין האט מען יא געמאכט מעטשינג.
וכהנה וכדומה, אז מען שטעלט צוזאם אפאר פאקטן שטעלט זיך ארויס אז די בילד איז נישט אזוי שיין ווי מען וואלט ווען געוואלט.
קוקט אויס ווי גאט פארלאזט נישט קיינעם, פאר די בעלזא שווענץ האט ער צוגעשטעלט גענוג געלט צו דערקלערן סוקסעס, און פאר די באטשיס גענוג דעטאלן צו דערקלערן דורכפאל.