שבת אחים האט געשריבן:די גאנצע לבוש איז למעשה זייער א גיטע טריק.
מיט דעם וואס מיר גייען אנדערש אנגעטוהן ווי די אלגעמיינער פאלק און מיר רעדן א אנדערע שפראך. (און נאך אפאר זאכן ווי למשל מיר האבן נישט קיין הונט און קעץ אינדערהיים ווי דער גאנצער וועלט) אט דאס מאכט אונז זיין אנדערש- און דאס מאכט אז מיר זאלן זיך נישט אויסמישן מיט די אנדערע זייט גאס,
איך בין נאר נייגעריג וויאזוי אידישקייט האט זיך געהאלטן אין די צייטן ווען די גוים זענען אויך געגאנגען מיט שטריימל און ווייסע זאקן
שבת אחים האט געשריבן:און מיר זאלן בלייבן מיט אונזער אייגענארטיגע קולטור פון דורי דורות.
די חרדישע קולטור איז גארנישט 'אונזער איייגנארטיגער', ס'איז בעיסיקלי די אייראפעאישע קולטור פון די 1800'ס.
שבת אחים האט געשריבן:מיינסט אז משיח גייט אויסקוקן ווי רביה״ק מסאטמאר מיט א פלאטשיגס? אדער ווי א עפעס א מזרחי אדער א תימנער?
איך ווייס נישט, אבער ער גייט זיכער נישט פארקויפן זיין לבוש אלס אידישקייט, און ער גייט נישט באצאלן קיין פינף טויזענט דאללער פאר א שוואנץ אויפן קאפ.