בעלז איז מתיר אינטערנעט פאר צוויי טעג....

ווערטלעך, הומאר, און סתם קאפ פארדרייענישן
קומזיץ
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 290
זיך רעגיסטרירט: זונטאג סעפטעמבער 18, 2016 9:17 pm
האט שוין געלייקט: 523 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 344 מאל

שליחה דורך קומזיץ »

ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:לכבוד די פארטיי מעג מען שעלטן אויך. דער עיקר איז אז יעצט האסטו דער זיג און מארגן הייבט זיך אן די נעקסטע שטאפל פון די קאלאר וואר.

א פרייליכן חגא פאר אלע ט׳ שבט סעלעברעיטערס. ביטע לאזט אביסל פאר די י׳ שבט מענטשען און די י"ב׳ניקס. זיי מעגן אויך שפילען קאלאר וואר.

Sent from my LG-K373 using Tapatalk


איך מיין אז פאר דיר איז עס די גרעסטע חגא , ווען אימער מען רעדט פון בעלזא ביסטו דא!!
כאפט אריין ווייל נאך אפאר שעה איז עס ג'ענדיגט
גדליה
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1093
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יאנואר 18, 2018 3:34 pm
האט שוין געלייקט: 566 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1901 מאל

שליחה דורך גדליה »

קומזיץ
לאזט אייך נישט פארפירן פון די ליטאים. ס'איז באמת א הערליכע זאך די געוואלדיגע געטריישאפט וואס חסידי בעלז האבען פאר די נאמען 'בעלז' און אלעס וואס האט א שייכות דערמיט. כ'בין גאנץ ערענסט יעצט און כ'מאך בכלל נישט קיין וויץ. איך שעץ אייערע געטריישאפט און איבערגעבענקייט פאר אייער אידענטיטעט.
"וואס וועל איך טוהן אז מ׳וועט איין שיינעם טאג געוואר ווערן אז איך בין נישט קיין אמתע רבי?"
- אהבת ישראל מוויזניץ
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20420
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך berlbalaguleh »

קומזיץ: איך בין מוחה אוף דעם בילבול וואס דו האסט אויסגעטראכט אויף ליטוואק...דו קומסט מיט א טענה אז ער האקט (נאר) אויף בעלזא. ס'איז בפירוש נישט אמת. ער דיסקרימינירט נישט אקעגן בעלזא. ער איז אן איקוועל אפארטוניטי מתנגד פאר סיי וועלכן חסידות...און אזוי דארף צו זיין. ווייל די אייבישטער האט איהם איבערגעלאזט פון די שיירי כנסת הגדולה פון די גרויסע לייט וואס די מתנגדים האבן ארויסגעגעבן . אנגעהויבן פון די ימי הבעש"ט הק' ביז די תקופה פון הגאון החסיד, הגר"א זצ"ל...!
קומזיץ
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 290
זיך רעגיסטרירט: זונטאג סעפטעמבער 18, 2016 9:17 pm
האט שוין געלייקט: 523 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 344 מאל

שליחה דורך קומזיץ »

גדליה האט געשריבן:קומזיץ
לאזט אייך נישט פארפירן פון די ליטאים. ס'איז באמת א הערליכע זאך די געוואלדיגע געטריישאפט וואס חסידי בעלז האבען פאר די נאמען 'בעלז' און אלעס וואס האט א שייכות דערמיט. כ'בין גאנץ ערענסט יעצט און כ'מאך בכלל נישט קיין וויץ. איך שעץ אייערע געטריישאפט און איבערגעבענקייט פאר אייער אידענטיטעט.


ישר כח , איך זיך נישט דא צו ווייזן געטריישאפט אדער פארטיידיגען בעלז פון יעדער וואס רעדט א קעגן בעלזא , נאר עס רעגט מיר אויף ווי מענטשען האבן א אגענדע און אן וויסן די פאקטען (אדער מ'ווייסט און מען פארדרייט די פאקטען ) שרייבט מען ככל העולה על רוחם
אבי עס זאל שטימען מיט זיינע אגענדע
קלוגסטער פון אייראפע
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 54
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יולי 26, 2017 12:20 pm
האט שוין געלייקט: 62 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 30 מאל

שליחה דורך קלוגסטער פון אייראפע »

rps20190115_232645.jpg
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20420
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך berlbalaguleh »

(צווייט) קלוגסטער פון אייראפע: פונקט פארקערט. פון דא . דעם פיקטשער וואס דו ברענגסט איז א ראיה אז דער עולם בכלליות האט נישט קיין אינטערנעט. ווייל אויב יא. וואלט א יעדער געקוקט ביי זיך אינדערהיים אדער אין אפיס. און מ'וואלט נישט געדארפט אראפלייגן א מאניטאר אין אן אפענעם פלאץ ברבים. וואו א יעדער שטופט זיך צו זעהן די לעצטע נייעס...!
באניצער אוואטאר
שושן פורים
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 816
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג יולי 08, 2013 12:11 am
האט שוין געלייקט: 500 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1005 מאל

שליחה דורך שושן פורים »

קומזיץ האט געשריבן:
ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:לעיקוואד תומכי שבת, מיט אנגעפער 180 מתנדבים, האבען געשאפן 1.8 מיליון אין א טאג פאריגע אלול. חסידות בעלזא רעדט פון טויזענטער נדבנים, ווייל יעדער שווארץ באזאקטע, בלאסען געזיכטע חסיד איז בע"כ א מתנדב. פינף מיליון איז גארנישט אזוי אייאייאיי. ובפרט ווען מ׳טראכט אז אלס קען זיין פון אינעווייניג, אוו מ׳געדענקט נאך וואס איז געווען ווען דער צענטער האט זיך פארזוימט.

מ׳קען עס ספינן אלס א ריזיגע געווינס, אבער אינדערויסן זעט זיך עס אויס ווי גארנישט אבנארמאל.

Sent from my LG-K373 using Tapatalk


ליטוואק , קענסט אויסגיין פאר קנאה אז אזויפיל טויזענטער יודן אנערקענען אז בעלזא איז א פלאטץ וואס איז ווערט צו געבן פאר זיי צדקה


איך פארשטיי אז עס זאגט זיך בעסער אזוי און עס שלאפט זיך בעסער דערנאך, קען זיין אויב איך וואלט געווען א בעלזער וואלט איך געזאגט די זעלבע זאך, אבער מיט ריעאלעטי האט עס א קנאפע שייכות.

צווישן די זעקס און פערציג טויזנט צושטייערער בין איך אויך אריינגערעכנט דריי מאל, און וואונדער איבער וואונדער , איך האב נישט קיין טראפ געפיל פאר בעלזא, נאר וואזשע דען? איך האב דריי בעלזע חברים מיט וועמען איך דיעל אין ביזנעס גאנץ אסאך, די חברה האבן מיר אראפגעדרייט די געהירן, און יא, עס איז מיר ווערט געווען די פאר דאללער הוצאה צו אנהאלטן די פריינטשאפט.

ווען די זעלבע חברה בעטן מיר פאר מונקאטש ביתר, צו גאר צעהלים ציריך, אדער אפילו קרית בבל גוואטאמאלא וואלט איך לכאורה געגעבן די זעלבע אמאונט.

די זעלבע קען איך גענוג און נאך חברים פון סאטמאר, פאפא, קראסנא, און טאהש וואס האבן געגעבן פאר די זעלבע סיבה.

באט עניוועי, קודאס טו בעלזא, די געלט איז דא, נישט קיין חילוק צו עס איז געקומען דורך פארלענגערן די שעות, מעטשן עטליכע מאל, די מאני איז היער און לאמיר האפן עס זאל גענוצט ווערן אויף גוטע זאכן.
דער חסיד פארן מאדערן ארטאדאקס איז פונקט ווי דער לב טהור פארן חסיד ודו'ק
אדיר_אדירינו
א גאסט אין שטיבל
א גאסט אין שטיבל
הודעות: 6
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מאי 06, 2015 10:46 pm
האט שוין געלייקט: 1 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2 מאל

Re: בעלז איז מתיר אינטערנעט פאר צוויי טעג....

שליחה דורך אדיר_אדירינו »

סמבטיון האט געשריבן:אדיר אדירנו, איך ווייס נישט אויף וועלכע וועלט די געפינסט זיך, האמת אגיד אז אפאר פון דיינע נקודות איז ריכטיג נאר איך וויל יעצט נישט אריין גיין אין דעם נושא, בנוגע די קאמפעין, דארפסטו זיין אדער בלינד אויף ביידע אויגן אדער בבחינת השנאה מקלקלת את המציאות, מען האלט יעצט 2 שעה נאך די ארגינעלע צייט און מען האלט ביי 4 אהאלב מיליאן דאלער , ווי דורךפאל ואס דורךפאל ווען דורךפאל?, ווי האט מען אזאנס באוויזן? און די שענסטע פון אלעס איז אז דאס קומט פון 41000 תורמים(אדערווייל) אויסגעשפרייט אין די גאנצע וועלט, אשרני מה טוב חלקינו, די פאר שעה האט מען ציגעלייגט, ווייל די סייט איז געווען דאון אפאר שעה, און מען האט דערלייגט אסאך געלט. הצלחה, צום ווידער זען אין אפאר שעה ווען בעלזא וועט אריבער שמייסן דעם 5 מיליאן דאלערדיגע גאול,
אמת ויציב.
א געווינס פאר די איזרעלי שנארערס.
איך בין זייער פרייליך פאר די וואס זיצען ביים שיסעל.
די בעלזער מוסדות שבגולה וועלען זיך ווייטער באדען אין חובות, נישט באצאהלען געהעריג פאר די מלמדים, מגידי שיעורים און טיטשערס, וכהנה וכהנה....
די עיקר איז אז די "מרכז און ארץ ישראל" האט נאך 5 מיליון דאלער, בנוסף צי די מיליונען וואס מען באקומט פון די ציונים...

ובא לציון גואל.
צפור בודד
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 473
זיך רעגיסטרירט: זונטאג אקטאבער 14, 2018 11:32 am
האט שוין געלייקט: 244 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 579 מאל

Re: בעלז איז מתיר אינטערנעט פאר צוויי טעג....

שליחה דורך צפור בודד »

דער קאווע שטיבל דיקלערד דורכפאל ווייסט נישט קיין עקן. ס'האלט שוין איבער פינף מיליאן און כמעט פיפציג טויזנט נדבנים און די בעלזער ווייסן נישט וואו זיך אהינצוטון פון בזיונות אויף זייער גרויזאמער מפלה.

איך בין היינט ווייט פון א בעלזער נאר דאך האב איך פאר ענק איין בעלזער עקספרעשן:

יצאו עיניכם!
באניצער אוואטאר
וואלווי
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3762
זיך רעגיסטרירט: זונטאג נאוועמבער 01, 2015 11:34 am
האט שוין געלייקט: 5604 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 5650 מאל

שליחה דורך וואלווי »

צפור בודד האט געשריבן:דער קאווע שטיבל דיקלערד דורכפאל ווייסט נישט קיין עקן. ס'האלט שוין איבער פינף מיליאן און כמעט פיפציג טויזנט נדבנים און די בעלזער ווייסן נישט וואו זיך אהינצוטון פון בזיונות אויף זייער גרויזאמער מפלה.

איך בין היינט ווייט פון א בעלזער נאר דאך האב איך פאר ענק איין בעלזער עקספרעשן:

יצאו עיניכם!


בארוהיג דיך, קיינעם'ס אויגען גייען נישט אויס, נישט פאר די קאמפיין, און נישט פאר די פארהייליגטע געטשקע שלעפעריי פון די אייניקלעך...
Until the spirit be poured upon us from on high
Isaiah 32:15 -
באניצער אוואטאר
שושן פורים
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 816
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג יולי 08, 2013 12:11 am
האט שוין געלייקט: 500 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1005 מאל

שליחה דורך שושן פורים »

צפור בודד האט געשריבן:דער קאווע שטיבל דיקלערד דורכפאל ווייסט נישט קיין עקן. ס'האלט שוין איבער פינף מיליאן און כמעט פיפציג טויזנט נדבנים און די בעלזער ווייסן נישט וואו זיך אהינצוטון פון בזיונות אויף זייער גרויזאמער מפלה.

איך בין היינט ווייט פון א בעלזער נאר דאך האב איך פאר ענק איין בעלזער עקספרעשן:

יצאו עיניכם!


לדעתי איז עס א צוזאמענשטעל פון ביידע.

די אויבנאויף בילד איז א סוקסעס, מען האט געמאכט א קאמפיין + געהאט א גאול + עררייכט דעם ציל פלאס טשעינדזש = הצלחה!

אבער ווען מען גייט אריין אין פרטים זעהט זיך אן פילע קרעקס אין די אמאל שטארקע פונדאמענט אויף וואס די "כבוד בעלזא" פענאמענאן פלעגט שטיין.

דאס אז פילע בעלזא חסידים האבן בכלל נישט גורס געווען די גאנצע זאך, ביודעי ובמכירי, צו ווייל מען איז אנגעווייטאגט אז קיינער קימערט זיך נישט איבער די היזיגע מוסדות, צו פאר אנדערע סיבות, א ערשיינונג וואס פאר אפאר יאר צוריק וואלט א בעלזא חסיד זיך אליינס דערווארגן פארן אפילו ארויפברענגען אזא געדאנק.

דאס אז מען האט געמוזט צוקומען צו פארשידענע שפיצלעך, צולייגן צייט ( יא איך ווייס אז די אפיציעלע תירוץ איז וויבאלד די סיסטעם האט געקראכט, אבער דאס איז פארגעקומען בלויז עטליכע מאל אין א צירקע פיר שעה און על סמך דעם האט מען צוגעלייגט צען) עט ליעסט צוויי מאל דורכאויס די קאמפיין האט מען יא געמאכט מעטשינג.

וכהנה וכדומה, אז מען שטעלט צוזאם אפאר פאקטן שטעלט זיך ארויס אז די בילד איז נישט אזוי שיין ווי מען וואלט ווען געוואלט.

קוקט אויס ווי גאט פארלאזט נישט קיינעם, פאר די בעלזא שווענץ האט ער צוגעשטעלט גענוג געלט צו דערקלערן סוקסעס, און פאר די באטשיס גענוג דעטאלן צו דערקלערן דורכפאל.
דער חסיד פארן מאדערן ארטאדאקס איז פונקט ווי דער לב טהור פארן חסיד ודו'ק
באניצער אוואטאר
רביה''ק זי''ע
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 5435
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 15, 2018 8:46 pm
געפינט זיך: אין קוויטל-שטוב
האט שוין געלייקט: 5089 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6524 מאל

שליחה דורך רביה''ק זי''ע »

כבוד בית בעלזא?! וואס איז דאס בעלזא בכלל? סתם א נארישע קליינטשיקע דערפל אין גאליציע. איך בין א חסיד פון בארא פארק, בארא פארק איז אן עיר ואם בישראל מיט צענדליגער טויזענטער משפחות. כל העיירות קודש, ובארא פארק קודש קדשים. יעדער ווייסט אז בארא פארק איז איבער אלעם, יעדער איד האט ערגעץ ווי אין הארץ א סאפט ספאט פאר בארא פארק. אפילו די בעלזער לאזן אפ בעלז אין די מאסן און קומען אריבער קיין בארא פארק!

דער וועלט דארף האבן בארא פארק! כולנו למען כבוד בית בארא פארק!!!
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 3 אום רביה''ק זי''ע, רעדאגירט געווארן 0 מאל בסך הכל.
Do y'all remember before the internet that people thought the cause of stupidity was the lack of access to information? Yeah, it wasn't that
באניצער אוואטאר
רביה''ק זי''ע
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 5435
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 15, 2018 8:46 pm
געפינט זיך: אין קוויטל-שטוב
האט שוין געלייקט: 5089 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6524 מאל

שליחה דורך רביה''ק זי''ע »

.
Do y'all remember before the internet that people thought the cause of stupidity was the lack of access to information? Yeah, it wasn't that
גדליה
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1093
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יאנואר 18, 2018 3:34 pm
האט שוין געלייקט: 566 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1901 מאל

שליחה דורך גדליה »

רביה''ק זי''ע האט געשריבן:כבוד בית בעלזא?! וואס איז דאס בעלזא בכלל? סתם א נארישע קליינטשיקע דערפל אין גאליציע. איך בין א חסיד פון בארא פארק, בארא פארק איז אן עיר ואם בישראל מיט צענדליגער טויזענטער משפחות. כל העיירות קודש, ובארא פארק קודש קדשים. יעדער ווייסט אז בארא פארק איז איבער אלעם, יעדער איד האט ערגעץ ווי אין הארץ א סאפט ספאט פאר בארא פארק. אפילו די בעלזער לאזן אפ בעלז אין די מאסן און קומען אריבער קיין בארא פארק!

דער וועלט דארף האבן בארא פארק! כולנו למען כבוד בית בארא פארק!!!

שוין אפגערעדט אז בארא פארק איז געווען די ארט ווי ר׳ פרחיה האט געוואוינט 69 יאר און מקדש ומטהר געווען די אוויר ביז די שיעור חימוץ איז געווארען מצה.
"וואס וועל איך טוהן אז מ׳וועט איין שיינעם טאג געוואר ווערן אז איך בין נישט קיין אמתע רבי?"
- אהבת ישראל מוויזניץ
בן פרצי
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 76
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אקטאבער 26, 2017 7:21 am
האט שוין געלייקט: 13 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 29 מאל

שליחה דורך בן פרצי »

רביה''ק זי''ע האט געשריבן:כבוד בית בעלזא?! וואס איז דאס בעלזא בכלל? סתם א נארישע קליינטשיקע דערפל אין גאליציע. איך בין א חסיד פון בארא פארק, בארא פארק איז אן עיר ואם בישראל מיט צענדליגער טויזענטער משפחות. כל העיירות קודש, ובארא פארק קודש קדשים. יעדער ווייסט אז בארא פארק איז איבער אלעם, יעדער איד האט ערגעץ ווי אין הארץ א סאפט ספאט פאר בארא פארק. אפילו די בעלזער לאזן אפ בעלז אין די מאסן און קומען אריבער קיין בארא פארק!

בעלזא איז א מקום וואס איז מחנך אויף תורה און יר"ש, וואס איז אזוי שווער צו פארשטיין?
לדוגמא כבוד פאר א מיליטער פון א מדינה אדער כבוד פאר די הייטעק פון א מדינה איז א כבוד פאר די מדינה, די זעלבע זאך אויב איז דא א תנועה אדער א קבוצה וואס שטרעבט און טוט למען כבוד ה', איז עס א כבוד פאר דער פון אויבן און פאר זיין פאלק. ווען מ'זאגט בעלזא מיינט מען נישט לאפוקי ויזניץ אדער באבוב, אזוי ווי ווען מ'זאגט אז די מדינה האט א שטארקע צבא מיינט עס נישט לאפוקי אז ס'האט א שוואכע כלכלה. יעדער חלק האט זיך זיין חשיבות. (אדער אין א צווייטע נוסח: ווען "חטיבת גולני" איז מצליח מיט א מבצע איז עס א כבוד פאר די מדינה, און ווען "חטיבת הצנחנים" האט א סוקסעס איז עס אויכט א הצלחה פאר די מדינה, ס'איז נישט קיין סתירה איינס מיטן צווייטן, און קיין איינס קומט נישט ממעט זיין פון די חשיבות פון דעם אנדערען).
באניצער אוואטאר
רביה''ק זי''ע
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 5435
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 15, 2018 8:46 pm
געפינט זיך: אין קוויטל-שטוב
האט שוין געלייקט: 5089 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6524 מאל

שליחה דורך רביה''ק זי''ע »

איך פלאן גראדע אפצושטאטן א באזוך אין בעלזא אינעם נאנטן צוקונפט, קענסטו מיר אפשר אנווייזן וואו מ'קען טרעפן די תורה און יר"ש דארט? א דאנק.
Do y'all remember before the internet that people thought the cause of stupidity was the lack of access to information? Yeah, it wasn't that
בן פרצי
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 76
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אקטאבער 26, 2017 7:21 am
האט שוין געלייקט: 13 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 29 מאל

שליחה דורך בן פרצי »

רביה''ק זי''ע האט געשריבן:איך פלאן גראדע אפצושטאטן א באזוך אין בעלזא אינעם נאנטן צוקונפט, קענסטו מיר אפשר אנווייזן וואו מ'קען טרעפן די תורה און יר"ש דארט? א דאנק.

בעלזא האט טויזענטע יונגלעך מיט מיידלעך וואס מ'איז מחנך אויף תורה יר"ש און מידות טובות, צענדליגע תלמודי תורה'ס, ישיבות און בתי חינוך לבנות, (און אזוי אויך אין אנדערע קהילות בישראל, כמו שהארכנו לעיל), וואס פרובירסטו זיך מאכן א תמים?!
רביה"ק איך בין דיסעפוינטעט פון דיר. בדר"כ שרייבסטו צום זאך.
באניצער אוואטאר
רביה''ק זי''ע
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 5435
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 15, 2018 8:46 pm
געפינט זיך: אין קוויטל-שטוב
האט שוין געלייקט: 5089 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6524 מאל

שליחה דורך רביה''ק זי''ע »

ווי ווייט איך ווייס וואוינען נישט קיין אידן היינט אין בעלזא בכלל.
Do y'all remember before the internet that people thought the cause of stupidity was the lack of access to information? Yeah, it wasn't that
בן פרצי
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 76
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אקטאבער 26, 2017 7:21 am
האט שוין געלייקט: 13 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 29 מאל

שליחה דורך בן פרצי »

רביה''ק זי''ע האט געשריבן:ווי ווייט איך ווייס וואוינען נישט קיין אידן היינט אין בעלזא בכלל.

גאנץ א שוואכע ווערטל

אבער אונז ביידע ווייסן אז מ'רעדט דא פון א קהילה וואס רופט זיך בעלזא (טאקע "במקרה" רופט זיך עס על שם יענעם שטאט ווי די מייסדי הקהילה האבן געוואוינט אמאל), און נישט פון דעם אוקראיינעם שטאט בעלז. (דאכט זיך מיר אז אין רוסלאנד איז אויך דא א שטאט וואס רופט זיך בעלז).
באניצער אוואטאר
רביה''ק זי''ע
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 5435
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 15, 2018 8:46 pm
געפינט זיך: אין קוויטל-שטוב
האט שוין געלייקט: 5089 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6524 מאל

שליחה דורך רביה''ק זי''ע »

דער גאנצער חשיבות פון "כבוד בית בעלזא", איז דאך נאר ווייל ס'קומט פונעם דערפל בעלזא, דיו לבא מן הדין להיות כנידון.
Do y'all remember before the internet that people thought the cause of stupidity was the lack of access to information? Yeah, it wasn't that
בן פרצי
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 76
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אקטאבער 26, 2017 7:21 am
האט שוין געלייקט: 13 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 29 מאל

שליחה דורך בן פרצי »

רביה''ק זי''ע האט געשריבן:דער גאנצער חשיבות פון "כבוד בית בעלזא", איז דאך נאר ווייל ס'קומט פונעם דערפל בעלזא, דיו לבא מן הדין להיות כנידון.

פשיההה
כ'האב נישט געוואוסט אז מ'האט צוטוהן מיט אזא למדן
איך בעק ארויס...
באניצער אוואטאר
רביה''ק זי''ע
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 5435
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 15, 2018 8:46 pm
געפינט זיך: אין קוויטל-שטוב
האט שוין געלייקט: 5089 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6524 מאל

שליחה דורך רביה''ק זי''ע »

בכל אופן, אפילו מיט די צענדליגער מוסדות וואס בעלזא פארמאגט, בארא פארק פאקט זיין איין הונדערט מאל, אפילו די בעלזער זענען מודה...
Do y'all remember before the internet that people thought the cause of stupidity was the lack of access to information? Yeah, it wasn't that
בן פרצי
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 76
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אקטאבער 26, 2017 7:21 am
האט שוין געלייקט: 13 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 29 מאל

שליחה דורך בן פרצי »

רביה''ק זי''ע האט געשריבן:בכל אופן, אפילו מיט די צענדליגער מוסדות וואס בעלזא פארמאגט, בארא פארק פאקט זיין איין הונדערט מאל, אפילו די בעלזער זענען מודה...

אקעי, איך ווייס שוין נישט ווען דו מיינסט עס ערענסט און ווען נישט
אבער כמובן בארא פארק איז נישט א מוסד, בארא פארק איז נישט א קהילה, אויב ס'וועט זיך אויפשטעלן א קהילת ב"פ ווי מ'איז דארט מקדש שם שמים און מלערענט דארט אויס צו זיין אן ערליכע יוד, אדרבה ואדרבה.
פארשפארט