טאמבל סאס האט געשריבן:וואס איז אינטערעסאנט איז אז אין רעפארם איז טאקע משה מענדלסון אזוי ווי להבדיל ביי די ארטאדאקסן רש"ה און ביי די סאטמורים רעב יואל טט"ב.
ווען איז די רעפארמער כ"א כסלו?
"וואס וועל איך טוהן אז מ׳וועט איין שיינעם טאג געוואר ווערן אז איך בין נישט קיין אמתע רבי?"
- אהבת ישראל מוויזניץ
גדליה: דו מאכסט מיך געפערליך שטארק לאכן. איך קוילער זיך ממש פאר געלעכטער. ווען דו פארגלייכסט ר' משה מענדעלסאן/דעסויער צו סאטמאר'ע רב הרה"צ ר' יואל טייטלבוים זי"ע...!
ס'איז מעגליך אז ר' יואל'יש האט נישט געוואוסט די אלע סייענטיפיק זאכן אדער געקענט די אלע שפראכן וואס ר' משה מנדלסון האט געקענט. און איך בין אויך מסכים מיט די רוב וועלט אויף ביידע זייטן פונ'ם ספעקטרום. איינס אז רמ"ד איז געווען אן ערליכער איד. און וואס ער האט געטון איז געווען מיט גוטע כוונות. און איך געב איהם טאקע אפ דעם פארדינטן רעספעקט דערפאר. אבער ס'וועט זיין די העכסטע גראד פון אבסורדאליטעט צו לייגן רמ"ד אין איין ליגע מיט דעם סאטמאר'ע רב. ס'איז פונקט אזוי ווי ווען איינער זאלל פארגלייכן דעם ערליכן שוסטער אדער שניידער פון די שטאט ראדין מיט דעם חפץ חיים...!
לאמיר נאר אנכאפן איין קליינע נקודה. וואו ס'כאפט א חילוק פונ'ם סאטמאר'ע רב מיט רמ"ד. דער סאטמאר'ע רב. טראץ די אלע שארפע ארויסטריטן און מערכות און מחלוקות וואס ער האט אנגעפיהרט. צי מ'איז יא מסכים אדער נישט מסכים מיט איהם און זיין דרך. האט ער אויף קיין האלבן פראצענט אדער א חלק אחד מני אלף נישט געמיינט צו אריינכאפן געלט אדער כבוד...! פארקערט. ער האט געליטן די גרעסטע בזיונות כדי זיך צו האלטן פעסט ביי די שיטה אין וואס ער האט געגלייבט בכל נימי נפשו...! אויסער דעם איז ער געווען א מנהיג וואס האט אויפגעבויעט א גרויסע קהילה פון גארנישט...! און ער האט געהאט צייט און דאס הארץ אויסצוהערן א יעדן פארצרה'טן יחיד. און געבן איהם די ריכטיגע עצות...!
דער גאלדענער אדלער: ייש"כ. נאר איך נעם טיילווייז יא אן און טיילווייז נישט דיינע באהויפטונגען פון פאקטן...!
איבער די גערעכטיגקייט פון די מיטלען וואס די תלמידים/חסידים פון סאטמאר'ע רעבי'ן האבן אנגענומען וועלל איך מיך יעצט נישט מתוכח זיין. ווייל דארט זענען מיר מיט זייער א סאך זאכן אויף איין פעידזש. אבער דאס איז כולי עלמא מודי אז וואס דער סאטמאער'ע רב האט געטון. צי יא גערעכט. אדער נישט. האט ער דאס נישט געטון מיט'ן ציהל צו מאכן געלט. אדער אריינהייבן כבוד. ווייל די בזיונות אין די אמעריקאנער גאס אויפ'ן סאטמאר'ע רב און זיין קהילה זענען געווען זייער גרויס...! אויך. די סאטמאר'ע קהילה אלס קהילה איז א רייכע קהילה. אבער דער סאטמאר'ע רב פערזענליך האט נישט איבערגעלאזט קיין שום פארמעגן פון ריעל עסטעיט אדער געלט...! דאס זענען פאקטן. ואין להתוכח על זה...!
מצב נומער2... אז ער האט אויפגעבויעט זיין קהילה פון גארנישט. דאס איז אויך א פאקט. ווייל ווען ער איז אנגעקומען קיין אמעריקע. און ער איז איינגעשטאנען ביי החסיד ר' פליישמאן, ז"ל. האט ער נישט געהאט קיין מנין. א איד א באקאנטער האט פארציילט פאר מיין טאטע. אז אין אנהייב ווען דער סאטמאר'ע רב איז געקומען קיין אמעריקע. איז געווען א סאך מאל וואס מ'האט איהם אריינגערופן משלים צו זיין מנין. ספעציעל ביי של"ס. ווייל דער עולם דאהי (אפילו די שומרי שבת) האט נישט געהאלטן דעם זמן פון ר"ת. און דער איד איז נאך דאמאלס געווען א בחור...! אמת..." דער איד"... האט א סאך צוגעהאלפן צו פארשפרייטן די שיטה פון סאטמאר. ער האט אויך געפיטערט דעם עולם מיט פאלשע פראפאגאנדע און א סאך ליגנט. ס'איז נאך דאמאלס, ליידער נישט געווען קיין אינטערנעט. און מ'האט געקענט איינרעדן פאר'ן עולם הוריות מיט בוריות...(מיין שוויגער'ס א ווארט.)...!
דרייטס נישט קיין קאפ. נאכ'ן זיך צוקריגן מיט'ן בעלזער רב, איז דער רבי געווען אינגאנצן צובראכן, ס'הייסט אז ער האט געהאלטן ביים אויפגעבען די גאנצע מערכה. נאך די נשא תורה און איסור אויפ'ן כותל, האט דער עולם זיך פארשטעקט פאר בושות. דער רבי האט געהאט גענוג זאכן אויף וואס צו בויען א פארטיי, ביי-האר, סיעמס, רעדן אידיש, רבינו תם, צדקה, קדושה, לייקענען חסידישע מעשיות, נשתכח תורת הבעש"ט. ווען דער רבי וואלט געוואלט בויען א פארטיי דורך קנאות, וואלט ער זיך געקענט צאמשטעלן מיט די נטורי קרתא, כאטש נישט רעדן קעגן זיי.
ר' בערל: ביזט גערעכט אז ממש אין אנפאנג האט דער רבי קוים געהאט מנין, אבער מיט די צייט איז דער אלטער עולם צוריקגעקומען. אין תשכ"א האט סאטמאר זיך געציילט ביי 4,500 נפשות, ארום האלב פון זיי זענען געווען חסידים נאך פון סאטמאר.
Do y'all remember before the internet that people thought the cause of stupidity was the lack of access to information? Yeah, it wasn't that
"איך בין אפילו נישט זיכער אז איך עקזיסטיר, ווי אזוי קען איך זיין זיכער אז...?" - יאיר
"אלס וואס איך ווייס איז אז איך ווייס גארנישט (אחוץ דעם עצם פאקט)" - סקראטוס און אפילו אין דעם בין איך אויך נישט זיכער (וכן הלאה והלאה)
קינות גירושין האט געשריבן:לעקוואד, איך האב נעבעך אייביג געמיינט אז רמ״ד (וואס חת״ס רופט עם אן)מיינט רשע משה מנדלסון
קודם כל, טוהט זיך א גרויסער מחלוקת צו דער חת"ס האט בכלל געשריבען ספרי רמ"ד אדער ספרי חמד, דהיינו סתם ספרי חול וחשק, און אפילו נאכדעם וואס דער אריגענעלער צוואה איז בנמצא איז דער ספק נאכנישט נפתר געווארען.
בכל אופן, אפילו לגירסא רמ"ד, איז פשוט ביותר אז דאס איז נישט ר"ת רשע, מדארף זיין א תמים מופלג צו טראכטען אז דער חת"ס זאל שרייבען א ר"ת וואס אלעמאל מיינט עס ר' מיט אזא כוונה, אז מוויל שרייבען רשע שרייבט מען עס דאך ארויס, נישט מיט א ר"ת שמשתמע לתרי אפי, ניין?
מדארף בודק זיין ווי דער חת"ס איז זיך מתייחס צו עם אין אנדערע געדריקטע בריוון וכו'.
מיטן פילן רעספעקט [tag]לעיקוואד[/tag] איז עס אומעגלעך אז דער חתם סופר האט געמיינט ספרי חמד. יעדער וואס האט שוין אמאל געזען די צואה ווייסט אז עס איז געשריבן אויף גראמען. יעצט בשלמא אויב עס שטייט בספרי רמ''ד, שטימט עס מיט די המשך ''אל תשלחו יד''. אבער אויב די גירסה איז בספרי חֶמד, ווי שטימט די אויספיר ''אל תשלחו יד''?
וידוע מאמר החכם: כשם שאי אפשר לתבן בלי בר, כך אי אפשר לכרם בלי קוצים.
cictim האט געשריבן:די גרויסע מוסדות זענען געווארן 56 ווען טויזענטע אונגארישע אידן זענען געקומען קיין וויליאמסבורג אויף איינמאל אין שוין געטראפן גרייטע סאטמארע מוסדות די מחלוקת ווי סאטאר האט בייזייטיגט די אנדערע רביס זענען שוין געווען אפאר יאר פריער
שטותים, סאטמאר האט געהאט דעמאלס מענטשן פונקט ווי קלויזענבערג, רוב וואס זענן געגאנגען אויף קלויזענבערג איז ווייל דאס איז געווען די נאנטסטע צו זייער רבי/גזע, די מינוט סאטמאר רב איז אנגעקומען זענן זיי צוריק צו זייער רבי׳ן כמובן ועוד סבות וד"ל פארשטייט זיך אז סאטמאר האט געפענט מוסדות ווייל זיי האבן געהאט פאר וועם, און אין 56 זענן רוב אונגארישע געגאנגען קיין סאטמאר מטעמים הנ"ל
Sent from my LM-X210CM using Tapatalk
בקיצור די קריגסטוך נישט מיט מיר. סאמאר איז נישט געווארן רשכבהג ווייל די עולם האט עם גענומען נאר ווייל 56 איז געווארן טויזענטע מענטשן און די מוסדות זענען געווען אוועילעבעל. גראדע אפאר יאר פריער האט שוין זיין נפיו אלעס פארלוירן. די סיבה דערפאר יש כמה שיטות בזה ואכמ"ל...
cictim האט געשריבן:די גרויסע מוסדות זענען געווארן 56 ווען טויזענטע אונגארישע אידן זענען געקומען קיין וויליאמסבורג אויף איינמאל אין שוין געטראפן גרייטע סאטמארע מוסדות די מחלוקת ווי סאטאר האט בייזייטיגט די אנדערע רביס זענען שוין געווען אפאר יאר פריער
שטותים, סאטמאר האט געהאט דעמאלס מענטשן פונקט ווי קלויזענבערג, רוב וואס זענן געגאנגען אויף קלויזענבערג איז ווייל דאס איז געווען די נאנטסטע צו זייער רבי/גזע, די מינוט סאטמאר רב איז אנגעקומען זענן זיי צוריק צו זייער רבי׳ן כמובן ועוד סבות וד"ל פארשטייט זיך אז סאטמאר האט געפענט מוסדות ווייל זיי האבן געהאט פאר וועם, און אין 56 זענן רוב אונגארישע געגאנגען קיין סאטמאר מטעמים הנ"ל
Sent from my LM-X210CM using Tapatalk
נישט ריכטיג, ווייל ווער עס ווייסט אז די ערשטע סאטמארער ת”ת געעפענט געווארן אין די דיינינג רום פון ר’ יודל ראזענבערג ע”ה אין די קאלעמענטע בינינים אויף די הויעכע שטאקן. סאטמאר רב האט געהאט א וויזיע וואס עס איז נישט מעגליך צו פארשטיין. אריין געשפרינגען אין אינטערנעמונגען וואס האט נישט געמאכט קיין טראפ סענס מיט די פליישיגע אויגן, און שכל.

Sent from my SM-T867V using Tapatalk
ר׳ יודל ז"ל איז געווען א ראש ישיבה ביים קלויזענבערגער זצ"ל אין פערינוואלד, אנקומענדיג קיין אמעריקע האט ער זיך צוריק מדבק געווען אין זיין רבי׳ן סאטמאר רב זצ"ל דאס זעלבע ר׳ מרדכי לייב טירנויער איז געווען קלויזענבערגער רבי׳ס גבאי, דערנאך צוריק צו זיין רבי׳ן פארשטענדליך אז די אלע זאכן האט וויי געטון, ער האט אפילו געאפפערט פאר׳ן רבי׳ן צו ווערן ראש הישיבה ביי אים, אבי עס זאל בלייבן ביי אים מן השמים האט מען אנדערש געוואלט
cictim האט געשריבן:די גרויסע מוסדות זענען געווארן 56 ווען טויזענטע אונגארישע אידן זענען געקומען קיין וויליאמסבורג אויף איינמאל אין שוין געטראפן גרייטע סאטמארע מוסדות די מחלוקת ווי סאטאר האט בייזייטיגט די אנדערע רביס זענען שוין געווען אפאר יאר פריער
שטותים, סאטמאר האט געהאט דעמאלס מענטשן פונקט ווי קלויזענבערג, רוב וואס זענן געגאנגען אויף קלויזענבערג איז ווייל דאס איז געווען די נאנטסטע צו זייער רבי/גזע, די מינוט סאטמאר רב איז אנגעקומען זענן זיי צוריק צו זייער רבי׳ן כמובן ועוד סבות וד"ל פארשטייט זיך אז סאטמאר האט געפענט מוסדות ווייל זיי האבן געהאט פאר וועם, און אין 56 זענן רוב אונגארישע געגאנגען קיין סאטמאר מטעמים הנ"ל
Sent from my LM-X210CM using Tapatalk
נישט ריכטיג, ווייל ווער עס ווייסט אז די ערשטע סאטמארער ת”ת געעפענט געווארן אין די דיינינג רום פון ר’ יודל ראזענבערג ע”ה אין די קאלעמענטע בינינים אויף די הויעכע שטאקן. סאטמאר רב האט געהאט א וויזיע וואס עס איז נישט מעגליך צו פארשטיין. אריין געשפרינגען אין אינטערנעמונגען וואס האט נישט געמאכט קיין טראפ סענס מיט די פליישיגע אויגן, און שכל.
Sent from my SM-T867V using Tapatalk
קעלעמענטע איז געבויעט געווארן 30 יאר שפעטער, אבער איך פארשטיי די נקודה

דאס האב איך געמיינט זייער גוט פארשטאנען. איך ווייס אז די בי. קיו. אי. און די קאלעמענטע זענען געבויט געווארן אין די אנהייב 70׳גער יארן
א חסיד פון ווילנא האט געשריבן:[quote="cictim"]די גרויסע מוסדות זענען געווארן 56 ווען טויזענטע אונגארישע אידן זענען געקומען קיין וויליאמסבורג אויף איינמאל אין שוין געטראפן גרייטע סאטמארע מוסדות די מחלוקת ווי סאטאר האט בייזייטיגט די אנדערע רביס זענען שוין געווען אפאר יאר פריער
שטותים, סאטמאר האט געהאט דעמאלס מענטשן פונקט ווי קלויזענבערג, רוב וואס זענן געגאנגען אויף קלויזענבערג איז ווייל דאס איז געווען די נאנטסטע צו זייער רבי/גזע, די מינוט סאטמאר רב איז אנגעקומען זענן זיי צוריק צו זייער רבי׳ן כמובן ועוד סבות וד"ל פארשטייט זיך אז סאטמאר האט געפענט מוסדות ווייל זיי האבן געהאט פאר וועם, און אין 56 זענן רוב אונגארישע געגאנגען קיין סאטמאר מטעמים הנ"ל
Sent from my LM-X210CM using Tapatalk
נישט ריכטיג, ווייל ווער עס ווייסט אז די ערשטע סאטמארער ת”ת געעפענט געווארן אין די דיינינג רום פון ר’ יודל ראזענבערג ע”ה אין די קאלעמענטע בינינים אויף די הויעכע שטאקן. סאטמאר רב האט געהאט א וויזיע וואס עס איז נישט מעגליך צו פארשטיין. אריין געשפרינגען אין אינטערנעמונגען וואס האט נישט געמאכט קיין טראפ סענס מיט די פליישיגע אויגן, און שכל.
Sent from my SM-T867V using Tapatalk
קעלעמענטע איז געבויעט געווארן 30 יאר שפעטער, אבער איך פארשטיי די נקודה
Sent from my LM-X210CM using Tapatalk
דאס האב איך געמיינט זייער גוט פארשטאנען. איך ווייס אז די בי. קיו. אי. און די קאלעמענטע זענען געבויט געווארן אין די אנהייב 70׳גער יארן
Sent from my iPhone using Tapatalk[/quote]ניין, בי קיו אי איז געבויעט געווארן אין די כ׳ס אדער פריער, קלעמענטע איז אין די ל׳ס