שמערל האט געשריבן:קודם כל איז ר' עקיבא גלאזנער נישט קיין עכט היימישע רב, פאר עפעס א סיבה האבן די חסידישע אידן דארט זיך געמאכט שבת פאר זיך און גענומען דעם סאטמארען רב'ס פלומעניק אלס זייער חסידישער רב דארט.
ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:איך בין נייגעריג צו דער עולם וואס איז געשפרינגן צום כבוד פון סקולענער רבי, וועט זיך אויך שפרינגן פאר׳ן חפץ חיים.
Sent from my LG-K373 using Tapatalk
דאכט זיך אז דער כותב שרייבט נישט חוזק צו מאכן פונעם חפץ חיים נאר פון דיע וואס פרובירן אוועקצושטעלן אז גדולים פון געוויסע קרייזן זאגן סתם מעשה'לעך און חכמהלך און אנדער איז מער אויסגעבויט על פי הלכה שטעלט זיך ארויס אז עס ווענדט זיך פשוט צו דער גדול איז פון אונזערע צו נישט
שמערל האט געשריבן:קודם כל איז ר' עקיבא גלאזנער נישט קיין עכט היימישע רב, פאר עפעס א סיבה האבן די חסידישע אידן דארט זיך געמאכט שבת פאר זיך און גענומען דעם סאטמארען רב'ס פלומעניק אלס זייער חסידישער רב דארט.
והשנית דאס אז קאסטנער האט פארקויפט זיין נשמה צום שטן איז נישט קיין טעאריע וואס מיר היימישע ''ווייסן'', נאר פונקט פארקערט, קאסטנער איז אנגעקלאגט געווארן דורך די ציונים אין זייער געריכט (און שפעטער ערמארדעט געווארן) פאר די טענה אז ער האט פארקויפט זיין נשמה צום שטן, און די טענה אויף אים איז נישט אז ער האט געראטעוועט ציונים, נאר אז ער האט געראטעוועט די אונגארישע עליטע אידן, און צוגעזאגט די דייטשן אז ער וועט העלפן פארשווייגן די רציחות זייערע, כדי די דעפארטאציעס פון די עמך אידן זאלן קענען אנגיין געשמירט. צו עס איז אמת אדער אפשר האט ער געהאט א באגרינדעטע סיבה פאר זיינע מעשים ווייס איך נישט, אבער דיין הויפט נקודה איז עפעס זייער אומקלאר.
שמערל: במחכת"ה. לא זו. ולא זו. די פאקטן זענען א ביסל אנדערש געווען. א זשורנאליסט מיט'ן נאמען גרינוואלד. וועלכער איז, בדרך אגב געווען א רעליגיעזער איד. האט געשריבן אין א צייטונג אז דר. רודאלף קאסטנער האט קאלאבארירט מיט די נאציס אין אונגארן. איז געגאנגען קאסטנער און האט איהם אנגעקלאגט אין געריכט פאר פארלוימדונג (הוצאת שם רע). און מר. גרינוואלד האט זיך פארטיידיגט אין קאורט. ער האט גענומען א בארימטן גרויסן לאיער, שמואל תמיר ער זאל ארבעטן אויף זיין קעיס. דער לאיער, שמואל תמיר האט אין געריכט ארויסגעשלעפט א דאקומענט וואו ס'איז געווען די חתימה פון דר. קאסטנער וואו ער זאגט עדות אויף קורט בעכער. דער נאצי שליח אין אונגארן. און נאך עטליכע גרויסע נאציס אז זיי זענען געווען וואוילע. און זיי האבן נישט געטשעפעט די אידן. נאר געהאלפן זיי ראטעווען. אשר על כן זאלל מען זיי נישט באשטראפן. אבער פאר דער לאיער שמואל תמיר האט ארויסגענומען דעם דאקומענט האט מען געפרעגט פון קאסטנער אונטער א שבועה אויב ער האט אמאל געמאכט עפעס א הסכם מיט די נאצישע פיהרערס. און ער האט געזאגט אז ניין...! ווען די רעגירונג'ס צד (די אנקלעגערס) האבן געזעהן אז זייער קעיס האלט שמאל. און ס'וועט ארויסקומען נאך שמוץ אויף זיי אויך. האבן זיי געדונגען די אידישע שקצים (3) איהם צו שיסן...!