DotCom האט געשריבן:פראפעסאר שפירא האט געשריבן:אנריפען א ישיבה אין חאפען א שמועס מיט דער בחור וואס הייבט אויף,
דאס פלעג איך זייער ענדזשויען אלס בחור, גוטע צייטן געווען, דערנאך פלעגט מען רופן דעם אונגארישן אפערעיטאר און בעטן צו קאננעקטן צו חאכאם חאכאמעצקי... דעם דייטשן קאנסול פרעגן פארוואס היטלער האט געהרג'ט אידן (אויף וואס איינער האט מיר אמאל גענטפערט 'אז ער האט דיר איבערגעלאזט איזט א שאדע' ...), דעם איזראעלי אפערעיטאר פלעגט מען רופן פרייטיג נאכמיטאג ווען דארט איז שוין שבת און מען פלעגט שרייען שאבעס!, און סתם קאלן 'קאלעקט' צו א אלטיטשקער אין רוסלאנד אדער בראזיל...
דו דערמאנסט מיר ווי מיר (בחורים) פלעגן רופן צוויי קאמפאניס קאנקורענטן, למשל צווי חאר סערוויס, טרי וועי, און זיי לאזן זיך אויסטענה'ן ווער ס'וועט וועמען שיקן א קאר 'ריידעוועי'.