ווער האט טאקע אויפגעבויעט סאטמאר נאכן קריג??

אידישע און וועלטליכע היסטאריע
באניצער אוואטאר
ליטוואק פון בודאפעסט
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 9706
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 6:51 pm
האט שוין געלייקט: 3162 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9133 מאל

שליחה דורך ליטוואק פון בודאפעסט »

און ער האט עס נאר געקענט טון, ווייל עס איז געווען א תורה ודעת אין שטאט, און מאנכע האבן געזוכט בעסער. ער האט עס נאר געקענט טון ווייל רבנים (נאר געציילטע) האבן געשטופט זייער סטאדע אויף בעסערס. ער האט עס נאר געקענט טון ווייל א גרופע בעלעבתים האבן אים געדינגן דערפאר, ווייל זיי האבן שוין געשטרעבט אויף בעסער.

אלס איז געבויט אויף גרופעס פון נעמען לאזע יחידים, טריט נאך טריט.

איך האב פונקט היינט געליינט ערגעץ אז די בוך War and Peace פון Leo Tolstoy איז געבויט ארויס צו ברענגן דער טעזע, אבער פערזענליך ווייס איך נישט דערפון
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
באניצער אוואטאר
וואלווי
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3762
זיך רעגיסטרירט: זונטאג נאוועמבער 01, 2015 11:34 am
האט שוין געלייקט: 5604 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 5650 מאל

שליחה דורך וואלווי »

רביה''ק זי''ע האט געשריבן:[left]The Satmar group grew rapidly, attracting many new followers. A 1961 survey established that its Williamsburg community included 4,500 people. From the 860 household heads, about 40 percent were neither Satmar nor Sighet Hasidim in the pre-war years - Wikipedia.[/left]


דעם זאגט אסאך. ווייל אויב 60 פערצענט איז סיגוט-סאטמאר, מיינט עס אז האלב פון די איבעריגע זענען מן הסתם געווען סאטמארע געשטימט אדער האלבע מעריצים נאך אינדערהיים, ווייל סיי וויי זענען געווען אסאך א זעלעכע אינדערהיים חוץ פונ'ם חשבון פון 60% די עכטע היימישע, פארשטייט זיך אז די סוג זענען אויך געווען אינדערהיים חצי בעלזא כנהוג. עכ"פ ס'איז געווען א סיגניפיקענט היימישע סאטמארער קראוד.

נאר וויקיפידיע איז נישט אן אקוראט סארס...
Until the spirit be poured upon us from on high
Isaiah 32:15 -
cictim
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 385
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מאי 14, 2015 3:13 pm
האט שוין געלייקט: 9 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 254 מאל

שליחה דורך cictim »

געהערט פון א סאטמער תלמיד אז אין ישיבה האבן געלערנט פערציג בחורים ביז 1956 ווען די אונגארישע יודן זענען געקומען בהמוניהם דעמאלטס איז סאטמער געווארן גרויס - אויפגעשטעלט יודישקייט אין אמעריקא וכו', תשי"ז מיט בעלז וכן הלאה
באניצער אוואטאר
רביה''ק זי''ע
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 5435
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 15, 2018 8:46 pm
געפינט זיך: אין קוויטל-שטוב
האט שוין געלייקט: 5089 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6524 מאל

שליחה דורך רביה''ק זי''ע »

וואלווי האט געשריבן:אויב 60 פערצענט איז סיגוט-סאטמאר, מיינט עס אז האלב פון די איבעריגע זענען מן הסתם געווען סאטמארע געשטימט אדער האלבע מעריצים נאך אינדערהיים.
לאו דוקא.
וואלווי האט געשריבן:נאר וויקיפידיע איז נישט אן אקוראט סארס...

זיי ברענגען א מקור אויף דעם.
Do y'all remember before the internet that people thought the cause of stupidity was the lack of access to information? Yeah, it wasn't that
Buddy
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 499
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג יוני 18, 2018 8:24 am
האט שוין געלייקט: 25 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 120 מאל

שליחה דורך Buddy »

נאר אזוינס געבויט...[youtube]http://www.youtube.com/watch?v=yMApZ6iC57c[/youtube]
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום Buddy, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
תורה ומדע
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 923
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מאי 15, 2016 10:55 am
געפינט זיך: מידוועסט
האט שוין געלייקט: 483 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 667 מאל

שליחה דורך תורה ומדע »

ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:און ער האט עס נאר געקענט טון, ווייל עס איז געווען א תורה ודעת אין שטאט, און מאנכע האבן געזוכט בעסער. ער האט עס נאר געקענט טון ווייל רבנים (נאר געציילטע) האבן געשטופט זייער סטאדע אויף בעסערס. ער האט עס נאר געקענט טון ווייל א גרופע בעלעבתים האבן אים געדינגן דערפאר, ווייל זיי האבן שוין געשטרעבט אויף בעסער.

אלס איז געבויט אויף גרופעס פון נעמען לאזע יחידים, טריט נאך טריט.

איך האב פונקט היינט געליינט ערגעץ אז די בוך War and Peace פון Leo Tolstoy איז געבויט ארויס צו ברענגן דער טעזע, אבער פערזענליך ווייס איך נישט דערפון

אוודאי, אין מלך בלא עם.
קבל את האמת ממי שאמרו (רמבם ה' קידוש החודש)
באניצער אוואטאר
רביה''ק זי''ע
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 5435
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 15, 2018 8:46 pm
געפינט זיך: אין קוויטל-שטוב
האט שוין געלייקט: 5089 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6524 מאל

שליחה דורך רביה''ק זי''ע »

Buddy האט געשריבן:נאר אזוינס געבויט..
אז דו ווילסט דן זיין וועמענס פירות זענען שענער ארויס, קען איך דיר ברענגען יוטיובס כהנה וכהנה איבער די פארשטינקענע מדינה וואס די ציונים האבן אויפגעשטעלט, ממש א חרפה און א בושה פאר כלל ישראל און פאר'ן מין האנושי.
Do y'all remember before the internet that people thought the cause of stupidity was the lack of access to information? Yeah, it wasn't that
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20420
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך berlbalaguleh »

אדמור מקרייניץ זצל האט געשריבן:האט מיך פארציילט א עלטערע יוד אז נאכן קריג עז ער אנגעקומען צום די פי קעמפ ביים קלויזנבורגן רב. ער איז דעמאלטס געגאנגען אנע קאפל נעבעך אזוי ווי רוב היימישע יודן יענע צייט ווען ער האט געטראפן קלויזנבורגע רב האט ער עם אנגעהויבן אויפקלערן אז פאר א סיבה האט ער פין זיין גאנצע משפחה איבערגעלעבט און ער מיז בלייבן יודיש בקיצור ער האט אים מקרב געוועהן דארטן ברוחניות ובגשמיות
זאגט ער מיר אז ער האט צי פארדאנקען קלויזנבורגן רב זיין יודישקייט מיט זיין גאנצע לעבן.

איך האב געוויסט אז ער האט מיט קלויזנבורג גארנישט האב איך אים געפרעגט וואס איז פשט אז ער האט נישט אנגעהאלטן קשר מיט אים פארציילט ער מיר אז ווען ער איז געקומען די ערשטע מאל אויף אמעריקע איז ער אריין צי אים אין ער האט אים אנגעשריגן און געטשעפעט איז ער אוועקגעגאנגען און קיינמאל נישט געגאנגען צי אים נאכאמאל.

דעם עפיזאד ווייזט אביסל וואס די מצב איז געוועהן דעמאלטס בעצם וואלט קלויזנבורגע רב געדארפט זיין פין די גערעסטע רביס געראטעוועט הונדערטע יודן אין יענע צייט. נאר וואסקיינער זיכט נישט אזעלכע רביס
משא"כ סאקמער רב מיט זיין שמייכל אין פרייליכקייט האט ער אגעקויפט די האלבע וועלט אן גארנישט

אדמו"ר מ'קרייניץ: דארט ליגט דער סוד פארוואס דער קלויזנבורגער עולם האט איבערגעלאזט זייער רבי'ן און אריבערגעגאנגען קיין סאטמאר.און ס'איז טאקע א שאד. בכל אופן. א סאך מענטשן פרובירן צו לייגן די שולד פארוואס דער קלויזנבורגער רב זצ"ל האט פארלוירן זיין עולם אויף סאטמאר. נאר דא איז סאטמאר גארנישט שולדיג. ווייל דער קלויזנבורגער רב, נאכ'ן פארשאפן גרויסע געלטער און ארבעטן שווער מחזיר בתשובה צו זיין זייער א סאך פון די נאך מלחמה יתומים און יתומות. האט ער דאהי זיך ארומגעווארפן מיט זיין עולם. און ווען דער סאטמאר'ע רב איז אנגעקומען. און דער עולם האט געזעהן און געהערט דעם חילוק וויאזוי ער נעמט אויף דעם עולם.איז פארשטענדליך אז זיי האבן איבערגעלאזט און געגאנגען קיין סאטמאר. מעגליך אז דאס בייזערן זיך און אומ-פריינטליכקייט פון קלויזנבורגער רב איז געווען א רעזולטאט פון זיינע מיטמאכענישן אין לאגער אונטער די נאציס. אבער דער עולם האט נישט געוואלט וויסן פון קיין תירוצים...!
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20420
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך berlbalaguleh »

וואלווי: לגבי דעם ענין פון די נאטור פון קלויזנבורגער רב זצ"ל. אז ער איז בטבע נישט געווען קיין פריינטליכער און סימפאטישער מענטש. דאס איז נישט אינגאנצן ריכטיג. וויל וויאזוי דען האט ער צוגעצויגן אזויפיהל עלנדע און פארבלאנדזשעטע נשמות און זיי מחזיר בתשובה געווען. נאר ווי ס'זעהט אויס האט ער געהאט געוויסע זמנים וואס ער האטציך צובייזערט אויף זיין עולם. פונקט דאן ווען זיי האבן געדארפט האבן חיזוק. און הערן א גוט ווארט. נאר איך ווייס פון איין ספעציפישן קעיס. וואס א איד א צובראכענער איד וואס האט פארלוירן זיין משפחה אין די מלחמה אונטער די נאציס ימ"ש. ווען ער איז אריינגעקומען צום קלויזנבורגער רב און זיך באקלאגט אויף זיין מצב. האט איהם דער קלויזנבורגער רב געזאגט... "קום לאמיר וויינען צוזאמען"...!

מיין מאמע, ע"ה האט מיר פארציילט אז דער קלויזנבורגער רב איז נאך די מלחמה. ווען ער איז נאך געווען אין די.פי. לאגער ארויסגעפארן מיט די שיף קיין אמעריקע. און ער האט פארברענגט חוה"מ פסח אויף די שיף. כדי צו שאפן געלט אין אמעריקע. און ער האט געגעבן פאר א יעדן מיידל וואס האט חתונה געהאט און אנגעטון א שייטל, $300.00. אויך האמיר אונז געהאט א קרוב, וועלכער האט געשטאמט פון א שיינע משפחה. און ער איז געווארן אפגעפארן אין קריעג, ל"ע. און דער קלויזנבורגער רב האט איהם מחזיר בתשובה געווען...!

ווי ס'זעהט אויס אז ער האט געהאט געוויסע זמנים וואס דאס פארביטערטקייט האטציך גובר געווען אויף איהם. בכל אופן. ווען סאטמאר'ע רב האט אויפגעמאכט זיין ביהמ"ד זענען א יעדע וואך צענדליגער מתפללים אריבער אהין א יעדע וואך...!
Buddy
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 499
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג יוני 18, 2018 8:24 am
האט שוין געלייקט: 25 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 120 מאל

שליחה דורך Buddy »

רביה''ק זי''ע האט געשריבן:
Buddy האט געשריבן:נאר אזוינס געבויט..
אז דו ווילסט דן זיין וועמענס פירות זענען שענער ארויס, קען איך דיר ברענגען יוטיובס כהנה וכהנה איבער די פארשטינקענע מדינה וואס די ציונים האבן אויפגעשטעלט, ממש א חרפה און א בושה פאר כלל ישראל און פאר'ן מין האנושי.

אויב עפעס טויג נישט אין ארץ ישראל, איז נאר דא איינעם צו באשולדיגן, און דאס איז די אנשי התורה אין חוץ לארץ!! די גאנצע רפיון וואס איז דא אין ארץ ישראל קומט דירעקט פון אונז דא אין חוץ לארץ! זיי זעהן ווי אונז טובל'ן זיך אין סטעיק, מהאקט א לעבן מיט אשיינע קאר הויז און גוטע קינדער, פארלירן זיי די חשק צו זיך שמוציג מאכן און ארויסגיין העלפן דאס לאנד זאל זיך אנטוויקלן, די אויסדערוועלטע פון פאלק ווערן כסדר געסטראשעט פון די אמעריקאנע טייקונים זיי זאלן אפלאזן דף היומי אהבת הארץ.

אבער ב"ה מגעטזיך פיין אנעצה אן זיי... די קמעא קמעא לויפט גאנץ שנעל יחסית...

יצא עיני המרגלים!! אינדזשוי די ארץ זבת חלב ודבש אשר הוציאנו משם - אמעריקטשקע ולאנדאן הבירה, גיי געפעפטע הויזן, ס'עט דיר גארנישט העלפן
:lol: [justify]ארץ ישראל מאז ולתמיד, עם הנצח לא מפחד מדרך הארוכה[/justify] :lol:
chosen people
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 428
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יוני 26, 2012 6:00 pm
האט שוין געלייקט: 998 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 363 מאל

שליחה דורך chosen people »

berlbalaguleh האט געשריבן:וואלווי: לגבי דעם ענין פון די נאטור פון קלויזנבורגער רב זצ"ל. אז ער איז בטבע נישט געווען קיין פריינטליכער און סימפאטישער מענטש. דאס איז נישט אינגאנצן ריכטיג. וויל וויאזוי דען האט ער צוגעצויגן אזויפיהל עלנדע און פארבלאנדזשעטע נשמות און זיי מחזיר בתשובה געווען. נאר ווי ס'זעהט אויס האט ער געהאט געוויסע זמנים וואס ער האטציך צובייזערט אויף זיין עולם. פונקט דאן ווען זיי האבן געדארפט האבן חיזוק. און הערן א גוט ווארט. נאר איך ווייס פון איין ספעציפישן קעיס. וואס א איד א צובראכענער איד וואס האט פארלוירן זיין משפחה אין די מלחמה אונטער די נאציס ימ"ש. ווען ער איז אריינגעקומען צום קלויזנבורגער רב און זיך באקלאגט אויף זיין מצב. האט איהם דער קלויזנבורגער רב געזאגט... "קום לאמיר וויינען צוזאמען"...!

מיין מאמע, ע"ה האט מיר פארציילט אז דער קלויזנבורגער רב איז נאך די מלחמה. ווען ער איז נאך געווען אין די.פי. לאגער ארויסגעפארן מיט די שיף קיין אמעריקע. און ער האט פארברענגט חוה"מ פסח אויף די שיף. כדי צו שאפן געלט אין אמעריקע. און ער האט געגעבן פאר א יעדן מיידל וואס האט חתונה געהאט און אנגעטון א שייטל, $300.00. אויך האמיר אונז געהאט א קרוב, וועלכער האט געשטאמט פון א שיינע משפחה. און ער איז געווארן אפגעפארן אין קריעג, ל"ע. און דער קלויזנבורגער רב האט איהם מחזיר בתשובה געווען...!

ווי ס'זעהט אויס אז ער האט געהאט געוויסע זמנים וואס דאס פארביטערטקייט האטציך גובר געווען אויף איהם. בכל אופן. ווען סאטמאר'ע רב האט אויפגעמאכט זיין ביהמ"ד זענען א יעדע וואך צענדליגער מתפללים אריבער אהין א יעדע וואך...!


[justify]איך קען נישט קיין היסטאריע אבער אויב גלייך נאכן מלחמה ווען ער האט אלעס געהאט פארלוירן ווייב קינדער און קהלה איז ער געווען א ליבליכער מענטש. נאר שפעטערע יארן ווען ער האט געוואוינט אין וויליאמסבורג און אנגעפאנגען א נייע לעבן א נייע ווייב מיט קינדער און קהלה איז ער געווארן מער אנגעצויגן? קימט אריין אזא מחשבה צו מיר, אז קען זיין די סאטמערע האבן איהם גערודפט כידוע אז מען האט עס געטוהן צו א שיינע פאר רבנים און ער האט נישט געוויסט ווי אזוי דאס צו עסן און דאס האט איהם געמאכט אַן אנגעצויגענע געמיט. וואס די חורבן האירופיה האט נישט געקענט האבן אן השפעה אויף איהם האט די היימישע פארענדיגט שפעטער. עס נאר אן אולי, מען דארף פרעגן די עלטערע יודן.[/justify]
יעקב מענטש
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1127
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 28, 2015 5:40 pm
האט שוין געלייקט: 876 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 935 מאל

שליחה דורך יעקב מענטש »

ס'קומט זיך קרעדיט פאר זייער אסאך מסי"נ אידן וואס האבן פאראידישט אמעריקע, די שיין'ס און גערטנער'ס פשרהלאזער קאמף האט נישט ווייניג צוגעגעבן. דער צעהלימער רב'ס כשרות האט אוודאי געלייגט יסודות אין דעם בנין.

אבער מ'דארף פארשטיין אז אהערברענגן 'חסידישע' און 'היימישע' חינוך כבשנים קדמוניות האט למעשה קיינער נישט באוויזן אויסער דער רבי זי"ע (ס'מיינט נישט אז קיינער וואלט דאס נישט געקענט באווייזן, איך בין נישט קיין נביא).

קיין איין רב האט נישט מלחמה געהאלטן מיט די איינגעפירטע מאדערנע מנהגים וואס האט דא געהערשט אין אמעריקע, און ס'איז זייער יתכן אז מ'וואלט מיר אלע געגאנגען שטריימעללאז ווען נישט דעם רבי'ן (איך מיין אוודאי נישט משבח צו זיין דעם האריגן קאפ צודעק, איך מיין נאר ארויסצוברענגן א נקודה וואס דאס שטרייכט אונטער).

זייער אסאך מענטשען האבן 'געבויעט' אידישקייט, אבער דער רבי האט געמאכט א 'רעוואלוציע'.
Buddy
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 499
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג יוני 18, 2018 8:24 am
האט שוין געלייקט: 25 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 120 מאל

שליחה דורך Buddy »

יעקב מענטש האט געשריבן:ס'קומט זיך קרעדיט פאר זייער אסאך מסי"נ אידן וואס האבן פאראידישט אמעריקע, די שיין'ס און גערטנער'ס פשרהלאזער קאמף האט נישט ווייניג צוגעגעבן. דער צעהלימער רב'ס כשרות האט אוודאי געלייגט יסודות אין דעם בנין.

אבער מ'דארף פארשטיין אז אהערברענגן 'חסידישע' און 'היימישע' חינוך כבשנים קדמוניות האט למעשה קיינער נישט באוויזן אויסער דער רבי זי"ע (ס'מיינט נישט אז קיינער וואלט דאס נישט געקענט באווייזן, איך בין נישט קיין נביא).

קיין איין רב האט נישט מלחמה געהאלטן מיט די איינגעפירטע מאדערנע מנהגים וואס האט דא געהערשט אין אמעריקע, און ס'איז זייער יתכן אז מ'וואלט מיר אלע געגאנגען שטריימעללאז ווען נישט דעם רבי'ן (איך מיין אוודאי נישט משבח צו זיין דעם האריגן קאפ צודעק, איך מיין נאר ארויסצוברענגן א נקודה וואס דאס שטרייכט אונטער).

זייער אסאך מענטשען האבן 'געבויעט' אידישקייט, אבער דער רבי האט געמאכט א 'רעוואלוציע'.

דו רעדסט אזוי ווייל מען האט דיך געברעינד וואשד אז די שטריימל איז די זאך!! און ס'איז יתכן אז מ'וואלט מיר אלע געווען צוגעלאזענע אידן וואס וואלטן ווייטער געלאזט די אלגעמיינע אידישע וועלט צוריקקומען צו זיין ערליכע אידן ווען נישט... איך מיין אוודאי נישט צו מבזה זיין דעם האריגן קאפ צודעק קרי:שטריימל שייטל בלע"ז,איך מיין נאר ארויסצוברענגן א נקודה וואס דאס שטרייכט אונטער).

און וואס איז שלעכט געווען פון די אגודת הרבנים בראשות הגה"ק רבי אליהו הענקין זצוקללה"ה זיעוכי"א?? זיי זענען געווען א חברה צדיקים ותלמידי חכמים נאך אזוי ווי זייער איבערגעזעצטערס דורך א מאנכע חברה...

און ס'איז געווען חוצמזה די גאנצע היימישע עולם נאכ'ן קריג, וואס איז קיין דמיון וואס איז פארגעקומען פאר'ן קריג.

שטריימל שטריימל ווי איז דיין חסיד, נישט חסיד וצדיק וואו איז דיין שכל...
באניצער אוואטאר
ליטוואק פון בודאפעסט
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 9706
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 6:51 pm
האט שוין געלייקט: 3162 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9133 מאל

Re: ווער האט טאקע אויפגעבויעט סאטמאר נאכן קריג??

שליחה דורך ליטוואק פון בודאפעסט »

לדעתי קען מען ארויס נעמן א וויכטיגע נקודה פון די שמועס.

מענטשן רעדען זיך אפ, אז די שיטה"ק קעגן ציונות איז שולדיג פאר די ווילדקייט וואס סאטמאר האט געברענגט צו חרדיטום. דא זעט מען אז א מענטש קען זיין א ציונישע פונדאמענטאליסט, און די זעלבע פרא אדם ווי יואלי פון סענדז סט. אלזא, נישט די שיטה איז שולדיג, נאר עפעס אנדערש.

Sent from my LG-K373 using Tapatalk
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
באניצער אוואטאר
רביה''ק זי''ע
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 5435
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 15, 2018 8:46 pm
געפינט זיך: אין קוויטל-שטוב
האט שוין געלייקט: 5089 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6524 מאל

שליחה דורך רביה''ק זי''ע »

Buddy האט געשריבן:אויב עפעס טויג נישט אין ארץ ישראל, איז נאר דא איינעם צו באשולדיגן, און דאס איז די אנשי התורה אין חוץ לארץ!!
:lol: :lol:

אבי געהאקט, איך זע אז דו לאכסט אויך פון דיינע נארישע רייד.
Do y'all remember before the internet that people thought the cause of stupidity was the lack of access to information? Yeah, it wasn't that
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20420
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך berlbalaguleh »

טשאוזן פיעפל: ייש"כ. דו ברענגסט א שטארקע נקודה למחשבה. ווייל איך ווייס פאר א פאקט אז דער קלויזנבורגער רב זצוק"ל איז געווען זייער א ליעבליכער מענטש. איך האב געהערט א סאך פון זיינע חומש רש"י שיעורים (לייוו). און ער האט עס ארויסגעברענגט מיט אזא מתיקות און איידלקייט אז די נשמה איז ממש צוגאנגען. און איך ווייס פון א סאך פעלער וואס אידן זענען אריין צו איהם מיט א קוויטל. און ער האט זיי אנגעוואונטשן מיט הארץ און געפיהל. אבער לאידך גיסא איז געווען א סאך פעלער וואס זיינע מתפללים האבן באקומען פון איהם א ..."קאלטן שויער"... און אן אנזידלונג. פונקט ווען זיי האבן געדארפט הערן א גוט ווארט פון חיזוק. איך האב גערעדט צו עטליכע אידן וועלכע האבן מיר פארציילט אז ווען זיי זענען אריבערגעגאנגען צו איהם זאגן גוט שבת, האט ער זיי אנגעזידלט...! ווער ווייסט? אפשר האט ער געהאט אן עניין דערביי. אבער דער עולם . די פשוטי עם האבן פון דעם נישט געוואלט וויסן. כמו שאמרנו...!
באניצער אוואטאר
רביה''ק זי''ע
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 5435
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 15, 2018 8:46 pm
געפינט זיך: אין קוויטל-שטוב
האט שוין געלייקט: 5089 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6524 מאל

שליחה דורך רביה''ק זי''ע »

לגבי קלויזענבורגע רב איז זייער פשוט, ער האט נישט געהאט קיין שום פראבלעם צו זאגן היינט אזוי און מארגן פארקערט, והוא הדין לגבי ליבליכקייט/שארפקייט, אלץ איז געווען וויאזוי ער האט געפילט אויפ'ן מינוט. ווען מ'פלעגט אים פרעגן אויף עפעס אז נעכטן האט ער געזאגט פארקערט, פלעגט ער זאגן אז ער זאגט אתה חונן דריי מאל א טאג, איז יעדע מאל באקומט ער א פרישע גאנג...
Do y'all remember before the internet that people thought the cause of stupidity was the lack of access to information? Yeah, it wasn't that
צפור בודד
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 473
זיך רעגיסטרירט: זונטאג אקטאבער 14, 2018 11:32 am
האט שוין געלייקט: 244 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 579 מאל

שליחה דורך צפור בודד »

חזקה על באדי צו פארפירן א שמועס איז לאמיר צוריק גיין טו בעיסיקס. דער גאלדענער אדלער (דג"א) איז אוודאי גערעכט און פון סאטמארער פראפאגאנדע און מעשה אגרוף קען מען פירן לאנגע שמועסן. איך וויל נאר אנרירן צוויי נקודות.

1. אויב איז עס אינגאנצן נישט אמת און למעשה איז יעדער איז געווען איש על מחנהו ואיש על דגלו ווי דג"א שרייבט, פארוואס און וויאזוי האט זיך ר' יואליש אזוי שנעל און שטארק אויפבגעבויט? אנהייב די 50'ער יארן איז ער שוין געווען מושל בכפה אין חסידישער אמעריקע. פון וואו האט ער גענומען אזויפיל מענטשן אזוי שנעל מיט אזא מאכט אז יעדער איז געווען על מכונו? דאס מיינט נאך נישט אז ער האט אויפגעבויעט אידישקייט, מדבר שממה וכו' נאר פונדעסטוועגן האט געמוזט זיין ערגעץ וואו א היפשער חלל וואס האט געווארט אויף אים דאס אנצופילן.

ב. דג"א שרייבט אז ער איז געווען דער מלך און דער מושל בכיפה אין אונגארן פארן קריג. דאס לייענט מען אפט נאר איז דאס למעשה אזוי און וואו שטעלט זיך עס אויס? איז עס כאילו ווי זאגן אויף נאכן קריג אז ער איז געווען מושל בכפה ביי דער התאחדות אדער איז עס געווען אויף א ברייטערן פארנעם? און וויפל דערפון איז געווען באמת מחמת גדלותו און וויפל פון זיינע טיטלען און שטעלעס זענען געווען פון זיינע און זיינע נאכפאלגער'ס אגרעסיווע מיטלען?
באניצער אוואטאר
וואלווי
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3762
זיך רעגיסטרירט: זונטאג נאוועמבער 01, 2015 11:34 am
האט שוין געלייקט: 5604 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 5650 מאל

שליחה דורך וואלווי »

צפור בודד האט געשריבן:חזקה על באדי צו פארפירן א שמועס איז לאמיר צוריק גיין טו בעיסיקס. דער גאלדענער אדלער (דג"א) איז אוודאי גערעכט און פון סאטמארער פראפאגאנדע און מעשה אגרוף קען מען פירן לאנגע שמועסן. איך וויל נאר אנרירן צוויי נקודות.

1. אויב איז עס אינגאנצן נישט אמת און למעשה איז יעדער איז געווען איש על מחנהו ואיש על דגלו ווי דג"א שרייבט, פארוואס און וויאזוי האט זיך ר' יואליש אזוי שנעל און שטארק אויפבגעבויט? אנהייב די 50'ער יארן איז ער שוין געווען מושל בכפה אין חסידישער אמעריקע. פון וואו האט ער גענומען אזויפיל מענטשן אזוי שנעל מיט אזא מאכט אז יעדער איז געווען על מכונו? דאס מיינט נאך נישט אז ער האט אויפגעבויעט אידישקייט, מדבר שממה וכו' נאר פונדעסטוועגן האט געמוזט זיין ערגעץ וואו א היפשער חלל וואס האט געווארט אויף אים דאס אנצופילן.

ב. דג"א שרייבט אז ער איז געווען דער מלך און דער מושל בכיפה אין אונגארן פארן קריג. דאס לייענט מען אפט נאר איז דאס למעשה אזוי און וואו שטעלט זיך עס אויס? איז עס כאילו ווי זאגן אויף נאכן קריג אז ער איז געווען מושל בכפה ביי דער התאחדות אדער איז עס געווען אויף א ברייטערן פארנעם? און וויפל דערפון איז געווען באמת מחמת גדלותו און וויפל פון זיינע טיטלען און שטעלעס זענען געווען פון זיינע און זיינע נאכפאלגער'ס אגרעסיווע מיטלען?


בנוגע דיינע צוויי נקודות

1) דאס וואס די באמערקסט די שנעלע הצלחה, דאס האט צו טוהן מיט די כח ההנהגה פון סאטמארער רב, דאס הייסט די "איכות" ההנהגה, ווייל למעשה איז ער געווען זייער א שטארקער מנהיג און זייער אן איפלוענטעל מענטש. וואס גאלדענע רעדט איז די שיעור אין "כמות" פון יודישקייט וואס דארט איז שוין אן איבער געבלוזענע מעשה כאילו ער האט געבויט יודישקייט אליינס. בקיצור, ס'איז פירערשאפט ווס. אויפטוהן. אזוי אויך די אלע פאקטען פון די גוט הארץ פון קלויזענבורגער רב נעמט נישט אוועק די חילוק פון לידערשיפ ווס. אויפטוהען. קען זיין אז בעצם איז קלויזענבורגער רב יא געווען א ווארימע מענטש, אבער אויב איז ער געווען שארף אין די ראנג מינוט איז דאס זייער א שוואכע לידערשיפ סקיל. ער האט געקענט זיין א גרעסערע בויער נאכ'ן קריג, אבער אויב האט ער געדריקט דעם נישט ריכטיגען קנעפל אין די נישט ריכטיגע צייט, האט עס געטראגען אזא פנים. ס'איז אויפטוהן לחוד, און הנהגה לחוד.

2) אפשר די טערם "מושל בכיפה" איז נישט אזוי אקוראט, אבער מ'דארף געדענקען היסטאריע פון די יארן תר"צ-ת"ש און נישט תר"ע-תר"פ. אמת אז ס'געווען נאך רבי'ס בימיו, אבער וואס מער די יארן האבן זיך גערוקט איז די השפעה פון סאטמארע רב געווארן שטערקער און שטערקער. טראכט אויף דעם גאנג, ווי אזוי וואלט אויס געזען די אידישע הנהגה אין אונגארין-טראנסילוואניע-מארמאראש שנת תש"י ווען נישט היטלער ימ"ש. אין תר"פ האט נאך געלעבט א מנחת אלעזר, עצי חיים, אהבת ישראל, חקל יצחק, רבנים פרעשבורג'ער תלמידים. אבער געב א קוק אין ת"ש וועסטו זעהן אז אפילו אז די קינדער פון אהבת ישראל האבן שוין געפירט און דער חקל יצחק האט נאך געלעבט מ"מ וויפיל מער רבנות שטעלעס בימים ההם זענען שוין יעצט געווען תלוי על פיו פון סאטמארער רב. אפי' אשכנז'ישע רבנים זענען געווארן ציביסלעך מער חסידיש געשטימט. מ'קען נישט קוקען א סנעפשאט פון תר"ע אדער תר"פ. מ'דארף קוקען א מאווינג אימעדזש פון 20 יאר ביז'ן קריג ווי ציבסלעך האט זיך געבויט טאג נאך טאג וואס מ'רופט דא אין אמעריקאנער פאליטישער וועלט אן עמערדזשינג לידער, עד כדי כך אז א סנעפשאט פון די ת"ש יארן קען דאס קאנפירמען. טראכט ווי אזוי דאס וואלט געווען אין תש"י ווען נישט די קריג.
Until the spirit be poured upon us from on high
Isaiah 32:15 -
Buddy
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 499
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג יוני 18, 2018 8:24 am
האט שוין געלייקט: 25 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 120 מאל

שליחה דורך Buddy »

דער האט אים אויפגעבויט... :mrgreen:
Buddy
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 499
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג יוני 18, 2018 8:24 am
האט שוין געלייקט: 25 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 120 מאל

שליחה דורך Buddy »

רביה''ק זי''ע האט געשריבן:
Buddy האט געשריבן:נאר אזוינס געבויט..
אז דו ווילסט דן זיין וועמענס פירות זענען שענער ארויס, קען איך דיר ברענגען יוטיובס כהנה וכהנה איבער די פארשטינקענע מדינה וואס די ציונים האבן אויפגעשטעלט, ממש א חרפה און א בושה פאר כלל ישראל און פאר'ן מין האנושי.

אלץ איז תלוי אין די אויגן... ווי אזוי מקוקט...
באניצער אוואטאר
רביה''ק זי''ע
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 5435
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 15, 2018 8:46 pm
געפינט זיך: אין קוויטל-שטוב
האט שוין געלייקט: 5089 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6524 מאל

שליחה דורך רביה''ק זי''ע »

משוגענער, טראג אפ פון דאנעט!!!
Do y'all remember before the internet that people thought the cause of stupidity was the lack of access to information? Yeah, it wasn't that
קאך_לעפל
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 2367
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג דעצעמבער 10, 2012 11:16 am
האט שוין געלייקט: 268 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3324 מאל

שליחה דורך קאך_לעפל »

רביה''ק זי''ע האט געשריבן:משוגענער, טראג אפ פון דאנעט!!!


ווי איז דער טאלאראנץ פאר א צווייטער איד?

חביבי היקר בלייבט ביטע מיט אונז. דיין שפערישער קוואל פון רעליגיעזע-ציוניזם איז ממש אומאויסשעפבאר! מיר ליבן דיך מיטן גאנצן הארץ...

אבער במטותא ממך. ביטע האלט אייך אין די אינהאלטרייכע ציוניסטיש דעזעגנירטע אשכולות.

יישר כוח פארן פארשטיין.
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום קאך_לעפל, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
פארשפארט