שטודיע: האט איר אייגענע עקספיריענס איבער "דער שטערן" השפעה ?
- פראפעסאר שפירא
- היימישער באניצער
- הודעות: 389
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 03, 2012 6:27 pm
- האט שוין געלייקט: 38 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 173 מאל

ס'טוט זיך אויף די גאס, די גאס ברענט ס'דא, פאשקעווילען פליסען ווי א טייך, "דער שטערן" זיצט אויפען באשולדיגונג באנק, אייניגע שרייען אז דאס פארסמט די יוגענט אין אנדערע שרייען צוריק אז לא דובים ולא יער, ס'נישט קיין בער אין נישט קיין וואלד,
ווילען מיר זיך דערגרינטעווען מער וואס דא גייט פאר, על מה חרי האף הגדול הזה, וויל איך פרעגען האט איינער ערשט האנטיגע אינפארמאציע איבער די תוצאות פין "דער שטערן" אין טאמער יא ביטע טיילט מיט מיט אונז, אדרבה ירא הקהל וישפוט,
ברענגט עס אריין גואישקייט אין די יוגענט ? אין טאמער יא וואס קענען זיין די רעזולטאטען, ווייסט איר פין אייגענע עקספיריענס אדער פין א שכן א קרות אדער א מיטארבעטער, ביטע טיילט עס דא מיט סיי פאזיטיווע אין סיי נעגאטיווען אינפארמאציע,
ביי ביי

- ידען
- חבר ותיק
- הודעות: 3158
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג פעברואר 28, 2012 9:27 pm
- האט שוין געלייקט: 2648 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 893 מאל
Re: שטודיע: האט איר אייגענע עקספיריענס איבער "דער שטערן" השפ
איך זע דערין נישט קיין בייזנס. יא, עס באשרייבט דעם רייכן מאן אמאל אבער איך ווער דערפון נישט פארפלעקט. אויך ביי פארשידענע מעמדים און ביי די פילע באשרייבונגען אין די א. ג. כשר׳ע צייטונגען בארימט מען דעם עושר און מען בלאזט אים אויף פיל מער ווי דער שטערן זאל עס האבן אמאל געטוהן.
גויאישע פערזענליכקייטן איז די זעלבע מעשה. ער איז נישט ארגער ווי די אנדערע בלעטלעך און מיר כאפט עס קיין שום נפקא מינא. א גוי איז ממיר דער זעלבער סיי וי דו ווילסט אים פארהערליכן.

פאר גוגל טאק און פאר לייגען אשכולות ענאנימעסלי
yedios1 @ gmail.com
yedios1 @ gmail.com
Re: שטודיע: האט איר אייגענע עקספיריענס איבער "דער שטערן" השפ
ואס זאל איך זאגן? אז דער שטערן האט מיך געמאכט פרימער? ניין, ס׳האט נישט. דאס קען איך אבער יא זאגן אז ווען מיינע קינדער זעען די עקלדיגע צייטונגען און פיקטשער מעגעזינען ביי מיינע קרובים און באקומען א אילוזיע אז אלע היימישע אידן זענען אזוי מושחת׳דיג און צעדרייט, קען איך אהיימגיין און זיי דערלאנגען דעם שטערן און זאגן; זע, נישט יעדער איז ביזי מיט רעבישע בלאף און רשעות, ס׳דא אויך אידן וואס האבן א אינטערעסע אין סתם שיינע וועלטליכע ענינים, פונקט ווי יעדער נארמאלע מענטש אין די וועלט.
- גדעון
- היימישער באניצער
- הודעות: 513
- זיך רעגיסטרירט: פרייטאג מערץ 02, 2012 1:55 am
- האט שוין געלייקט: 284 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 232 מאל
Re: שטודיע: האט איר אייגענע עקספיריענס איבער "דער שטערן" השפ
אן אריינגיין אין דיטאלן, איך בין גאר אסאך שוואכער ווי איך וואלט געוואלט זיין ציליב דער שטערן, אלס בחור בין איך געווען א חודש'ליכע ליינער אנגעהויבן פון די ערשטע אויסגאבע מיטן גרויסן בילד פונעם עיר פארס וואן, און אזוי ווייטער.
פון אייגענעם ערפארונג, דער שטערן איז סם פאר אזא איינעם וואס האט ענליכע שאיפות ווי מיר פאר זיינע קינדער, ביזן היינטיגן טאג שפיר איך די אפעקט און נאכווייען וואס דער שטערן האט איבערגעלאזט אויף מיר, איך האף און בעט אז מיינע קינדער זאלן אויסוואקסען בעסער ווי מיר.
פון אייגענעם ערפארונג, דער שטערן איז סם פאר אזא איינעם וואס האט ענליכע שאיפות ווי מיר פאר זיינע קינדער, ביזן היינטיגן טאג שפיר איך די אפעקט און נאכווייען וואס דער שטערן האט איבערגעלאזט אויף מיר, איך האף און בעט אז מיינע קינדער זאלן אויסוואקסען בעסער ווי מיר.
- ידען
- חבר ותיק
- הודעות: 3158
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג פעברואר 28, 2012 9:27 pm
- האט שוין געלייקט: 2648 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 893 מאל
Re: שטודיע: האט איר אייגענע עקספיריענס איבער "דער שטערן" השפ
איך פארשטיי אז א באשרייבונג פון עיר פארס וואן איז טאקע סם פאר א אידישע נשמה און איך הייב יעצט טאקע אן צו האבן שווערע פראגעס צו די רבני המכון וואס געבן א השגחה אויפן שטערן, היתכן זיי האבן פארזען אזאנס?
דו דארפסט אבער שרייבן קלאר אין וועלכע הינזיכט עס האט דיר אראפגעפירט פון דיין ערליכקייט. וואס האט עס דיר געטוישט אז דו זאלסט האבן אזא שטארקע איינגעגעסענע שנאה צו דעם אויסגאבע?
דו דארפסט אבער שרייבן קלאר אין וועלכע הינזיכט עס האט דיר אראפגעפירט פון דיין ערליכקייט. וואס האט עס דיר געטוישט אז דו זאלסט האבן אזא שטארקע איינגעגעסענע שנאה צו דעם אויסגאבע?
פאר גוגל טאק און פאר לייגען אשכולות ענאנימעסלי
yedios1 @ gmail.com
yedios1 @ gmail.com
-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 6959
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 29, 2012 10:16 am
- האט שוין געלייקט: 4586 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 6629 מאל
Re: שטודיע: האט איר אייגענע עקספיריענס איבער "דער שטערן" השפ
ידען האט געשריבן:איך פארשטיי אז א באשרייבונג פון עיר פארס וואן איז טאקע סם פאר א אידישע נשמה און איך הייב יעצט טאקע אן צו האבן שווערע פראגעס צו די רבני המכון וואס געבן א השגחה אויפן שטערן, היתכן זיי האבן פארזען אזאנס?
דו דארפסט אבער שרייבן קלאר אין וועלכע הינזיכט עס האט דיר אראפגעפירט פון דיין ערליכקייט. וואס האט עס דיר געטוישט אז דו זאלסט האבן אזא שטארקע איינגעגעסענע שנאה צו דעם אויסגאבע?
ביזן לייענען דעם ארטיקל וועגן איר פארס וואן האב איך עספייערד צו ווערען א שומרים, די שטערן האט גורם געווען אז איך זאל וועלן ווערן א פילאט, ס'האט אנגעהויבן פליען פייגל אין קאפ, אן ס'געגאנגען מטה מטה... ...איין מנוט, א פילאט האב שוין געוואלט ווערן ווען כ'האב געליינט אין "דער איד" איבער די העראיזם פון טשעסלי סאלענבערגער "סאללי" די פילאט וואס האט געלאנדעט אויפן האדסאן... סארי, מיי מיסטעיק.
- פראפעסאר שפירא
- היימישער באניצער
- הודעות: 389
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 03, 2012 6:27 pm
- האט שוין געלייקט: 38 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 173 מאל
Re: שטודיע: האט איר אייגענע עקספיריענס איבער "דער שטערן" השפ
גדעון האט געשריבן:אן אריינגיין אין דיטאלן, איך בין גאר אסאך שוואכער ווי איך וואלט געוואלט זיין ציליב דער שטערן, אלס בחור בין איך געווען א חודש'ליכע ליינער אנגעהויבן פון די ערשטע אויסגאבע מיטן גרויסן בילד פונעם עיר פארס וואן, און אזוי ווייטער.
פון אייגענעם ערפארונג, דער שטערן איז סם פאר אזא איינעם וואס האט ענליכע שאיפות ווי מיר פאר זיינע קינדער, ביזן היינטיגן טאג שפיר איך די אפעקט און נאכווייען וואס דער שטערן האט איבערגעלאזט אויף מיר, איך האף און בעט אז מיינע קינדער זאלן אויסוואקסען בעסער ווי מיר.
פין דיין שרייבען זעהט זיך אן אז די האסט געשפירט אז ס'האט דיר געמאכט געוויסע דעמעדזש, אבער טאמער ווילסטו אז מען זאל דיר פארשטיין מיזטע זיך בעסער מסביר זיין,
וואס האסטע געשפירט ?
קענסטע אנווייזען א ספעציפישע ארטיקל אין מסביר זיין פארוואס ס'האט דיר געשאדט ?
קענסטו פינפוינטען וויזוי ס'האט דיר געמאכט שפירען ?
פארוואס איז עס א סם אין וויזוי ארבעט די סם ?
-
- ידיד השטיבל
- הודעות: 267
- זיך רעגיסטרירט: פרייטאג מערץ 16, 2012 3:06 pm
- האט שוין געלייקט: 77 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 63 מאל
Re: שטודיע: האט איר אייגענע עקספיריענס איבער "דער שטערן" השפ
מיר האט עס נישט געמאכט נישט מער פרום און נישט ווייניגער פרום. ס'האט אבער יא געגעבן א שטיקל בליק איבער די וועלט כאטש א צענזורירטע, אויסער אגאנצן צייט זיין אריינגעטון אין אביי ורבא.
אבער ברוך השם היינט קען מען שוין האבן צוטריט צו אינפארמאציע אן קיין צענזור.

- מאנשי שלומינו
- הודעות: 146
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 05, 2012 4:53 pm
- האט שוין געלייקט: 7 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 31 מאל
Re: שטודיע: האט איר אייגענע עקספיריענס איבער "דער שטערן" השפ
גדעון טייערע דו שפאצירסט זיך ארום דא אויפן טריפה'נעם אונטערנעט כאילו לא הי', קען זיין אז דו ווייסט נישט אז דו זעלבע רבנים האוסרים די טריפהנע שטערן,שפאקטיוו אסרן אויכעט די אונטערנעט) אבער קען זיין דו האלטסט די אונטערנעט איז נישט אזוי געפערליך ווי די שטערן
- דבילה
- ידיד ותיק
- הודעות: 798
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 23, 2012 10:17 pm
- האט שוין געלייקט: 1091 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 542 מאל
Re: שטודיע: האט איר אייגענע עקספיריענס איבער "דער שטערן" השפ
גדעון האט געשריבן:אן אריינגיין אין דיטאלן, איך בין גאר אסאך שוואכער ווי איך וואלט געוואלט זיין ציליב דער שטערן, אלס בחור בין איך געווען א חודש'ליכע ליינער אנגעהויבן פון די ערשטע אויסגאבע מיטן גרויסן בילד פונעם עיר פארס וואן, און אזוי ווייטער.
פון אייגענעם ערפארונג, דער שטערן איז סם פאר אזא איינעם וואס האט ענליכע שאיפות ווי מיר פאר זיינע קינדער, ביזן היינטיגן טאג שפיר איך די אפעקט און נאכווייען וואס דער שטערן האט איבערגעלאזט אויף מיר, איך האף און בעט אז מיינע קינדער זאלן אויסוואקסען בעסער ווי מיר.
גדעון טייערע. אן אריינגיין און וואס איר ווילט פאר אייערע קינדער אדער שכנים'ס קינדער, זעט איר אויס צו זיין גאר פארווייטאגט אז אייערע לעבן פארט שוין נישט אויף די גלייכע רעלסן א דאנק "דער שטערן" און ווי דאס ווערט באשטעטיגט דורך דיין פלאטירן אויפ'ן אינטערנעץ קעגן דיין פארגעשריבענער ווילן קענט איר זיך פון דעם קרומען וועג נישט ארויסזען. ביטע פארבינדט זיך מיט מיר זאפארט אין אישי, איך וועל אייך אנווייזן א טעראפיסט אדער אפשר גאר א רב וואס וועט אייך צוהעלפן לעבן אויף דער לעבנסשטייגער וואס איר וועלט זיך אליין.
Re: שטודיע: האט איר אייגענע עקספיריענס איבער "דער שטערן" השפ
מיט א צובראכן הארץ וועל איך שרייבן מיין עקספיריענס, אודה ולא אבוש כדי אנדערע אידן זאלן חלילה וחלילה נישט אריינפאלן אין זעלבן נעץ.
ווען איך בין געווען קליין האב איך געוואלט זיין א קליינע צדיק'ל, נישט נאס מאכן די פעמפער, נישט האבן א צומי. ווען איך בין געווארן אביסל גרעסער האב איך געוואלט זיין א גרויסע צדיק, קענען אויסנווייניג גאנץ פרק ביצה שנולדה, שפעטער האב איך געוואלט ענדיגן די גאנצע ששה סדרי משנה פאר די בר מצוה!
וואס וועל איך וועל זיין גרוייייייס? אוודאי? א רב!
ביז יענעם פארשאלטענעם טאג ווען איך האב געליינט די יפה בעתו וועגן "עלעקטעריק", ווי ארסו של עכנאי איז עס אריין אין מיין הארץ, על משכבי בלילות האב איך געטראכט און גע'חלומ'ט נאר פון זיין א עלעקטערישאן מיט א פארקראכטע ווען און בלויע פארזשאווערטע קליידער. אפשר גאר אזא סארט ווי דער וואס שמו בנוטריקון "זרח אור בחושך". עס איז געווען ביי מיר ויתרוצצו, דער יצר טוב זאגט מיר וואקס א תלמיד חכם און דער יצר הרע -אונטערגעשטיצט פונעם טרייפענעם יפה בעתו - שרייט "א עלעקטערישאן".
ברוך השם אז די מוסר שמועסן פון מיינע מלמדים, נאכהער משגיחים, נאכט לייגערס, שלאף-רביס, מתמידים אנפירערס און יוצר משרתים האבן געהאלפן און די אפציע פון עלעקטערישאן איז אראפ פון טיש. און אין מיין הארץ האט ווייטער געזינגען "איך וויל זיין א רבי-רב" ממש ווי אין רייך'ס יונגל-חבר'ס ניגון.
ביז יענעם פארשאלטענעם טאג ווען איך האב געליינט די אומאפהענגיקע זשורנאל פון אפטראציגע הענגערס וכו', מיסודו פון רביהגהקוה"ט קוה"ק זיעוואעכאיאייאיכי"ר, דארט האבן זיי געהאט אן אויספירליכע באריכט איבער אן על-קאידא'ני'ק, ולא די בזה, נאר די ארטיקל איז געווען געשריבן בלויז א בלאט אוועק פון די הייייייליגע דברים חוצבים להבות שנאה פון די גרויסע העלדישע לייב גווארדיסטן רבי מיילעך שטערן און רבי מנשה פילעפ הי"ד, איך האב געליינט איבער דעם אל=קאידא'ניק, די ארטיקל האט געהאט אלע פרטים, לאסוקי שמעתא אליבא דהלכתא, באשריבן די ענינים פון קוראן, די צוויי דרכי הלימוד סוני און שיעי, און די שפעטער תהלונכות הדורות און די נהרא נהרא נהרא ופשטיה, ביז צום ענדע איבער די חבורה הקדושה אל-קאידא אשר לא כרעו לבעל. איך וועלכער בין ערצויגן געווארן אין די ראנגען פון לוחמי מלחמת ה' האט אנגעכאפט אן אש קודש און בו בזמן האב איך געשוואוירן בכף ירכי אז כ'ווער אן אל-קאידא'ניק!
יא, איך בין געווארן אן אל-קאידא'ני'ק!
אוודאי האב איך גארנישט געקענט טון ווייל מיין טאטע מאמע טארן נישט וויסן, זיי וועלן מיר נאך חלילה אנשרייען אדער גאר חלילה פיינט האבן, הכלל, האב איך ביי מיר אין בעט געמאכט א טרענירונג קעמפ, איך האב געשטויסן מיין קישן, און אין שאוער האב איך זיך געראנגעלט מיט די וואסער שטראם, אזוי אז בבוא היום זאל איך ווערן א פולשטענדיגער אל קאידא'ניק מוכן ומזומן לחיי עולם הבא.
ליצנות אין א זייט געלייגט. די הבלים און טפשות אז ליינען איבער א עושר, קעמפער, ים רויבער אדער דאקטאר וועט מאכן תאוות צו ווערן אזוי איז פוסטע נאן-סענס. קיין איין יונגל האט נאכנישט געקלערט פון ווערן מאנקי-זשארדזש אדער אפילו נישט אויסשטייגן דער שלאנקער מענטש מיט די געלע הוט זיינער.
קיין איין יונגל האט נאכנישט באקומען א תאווה צו זיין המן, פרעה, נבוכדנצר, און אפילו נישט שעשגז.
קיין איין יונגל באקומט נישט קיין תאוה צו גניבה און מחלוקת ביים לערנען איבער "ההוא ארבא דמינצו עליה בי תרי" און ניטאמאל קיין רעיפיסט פון לערנען איבער נערה המאורסה.
אז מען איז מחנך א קינד נארמאל און נישט מען שליסט אים איין אין א קעידזש קען ער כמעט אלעס ליינען. פארשטייט זיך אז שרעקעדיגע זאכן קען אים שטערן פון איינשלאפן און בילדער פון נשים יפות קען אים גורם זיין חלילה א היפך שובבים, אבער גלאט ליינען וועלטליכע זאכן? דאס וועט אים בלויז א טראפ מאכן ברייטער זיינע ידיעות.
ואת הנראה לפי עניות דעתי כתבתי, ואתכם הסליחה

קופערניקוס האט געשריבן:קיין איין יונגל האט נאכנישט באקומען א תאווה צו זיין המן, פרעה, נבוכדנצר, און אפילו נישט שעשגז.
שעשגז האב איך גראדע יא געוואלט זיין...
Re: שטודיע: האט איר אייגענע עקספיריענס איבער "דער שטערן" השפ
קופערניקוס האט געשריבן:מיט א צובראכן הארץ וועל איך שרייבן מיין עקספיריענס, אודה ולא אבוש כדי אנדערע אידן זאלן חלילה וחלילה נישט אריינפאלן אין זעלבן נעץ.

פון די גאנצע שטיקל האסטו נאר באמערקט די סחורה פון שעשגז, הע?
-
- מאנשי שלומינו
- הודעות: 146
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 05, 2012 4:53 pm
- האט שוין געלייקט: 7 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 31 מאל
Re: שטודיע: האט איר אייגענע עקספיריענס איבער "דער שטערן" השפ
איך ווייס פון א יונגל וואס זיין רבי האט אים געכאפט ביי קריאת שמע אנשטאט צו זאגן ברוך שם שטיל פלעגט ער עס זאגן הויך נאך א אויספארשונג האט זיך ארויסגעשטעלט טז ער פלעגט ליינען די שטערן
-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 6959
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 29, 2012 10:16 am
- האט שוין געלייקט: 4586 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 6629 מאל
Re: שטודיע: האט איר אייגענע עקספיריענס איבער "דער שטערן" השפ
קופערניקוס האט געשריבן:פון די גאנצע שטיקל האסטו נאר באמערקט די סחורה פון שעשגז, הע?
ניין, געליינט האב איך דיין גאנצע דרשה, אבער דיינע דברים חוצבים זענען אזוי גערעכט אז כל המוסיף גורע, נאר אז מ'רעדט פון שעשגז איז זיין דז'אב געווען גאנץ נישקשה.
- ידען
- חבר ותיק
- הודעות: 3158
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג פעברואר 28, 2012 9:27 pm
- האט שוין געלייקט: 2648 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 893 מאל
Re: שטודיע: האט איר אייגענע עקספיריענס איבער "דער שטערן" השפ
קופערניקוס
א סופער שטיקל,
א פשוטע לייק איז ווייט פון גענוג.
לאמיר לייגן א לעבעדיגע רירעדיגע און פרייליכע לייק
א סופער שטיקל,
א פשוטע לייק איז ווייט פון גענוג.
לאמיר לייגן א לעבעדיגע רירעדיגע און פרייליכע לייק
פאר גוגל טאק און פאר לייגען אשכולות ענאנימעסלי
yedios1 @ gmail.com
yedios1 @ gmail.com
- ידען
- חבר ותיק
- הודעות: 3158
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג פעברואר 28, 2012 9:27 pm
- האט שוין געלייקט: 2648 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 893 מאל
Re: שטודיע: האט איר אייגענע עקספיריענס איבער "דער שטערן" השפ
יאנקל האט געשריבן:כ'האב אריינגעסיינט ספעציעל צוצוטיילן פאר קופערניקוס'ן א לייק. זיין הודעה איז ווערד אלע געלטער.
ביסט נישט אלס אריינגעסיינט?
פאר גוגל טאק און פאר לייגען אשכולות ענאנימעסלי
yedios1 @ gmail.com
yedios1 @ gmail.com
- פראפעסאר שפירא
- היימישער באניצער
- הודעות: 389
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 03, 2012 6:27 pm
- האט שוין געלייקט: 38 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 173 מאל
Re: שטודיע: האט איר אייגענע עקספיריענס איבער "דער שטערן" השפ
קופערניקס, זייער פיין געזאגט,
למעשה איז דא אזא זאך אז ליין מאטריאל קען האבען א השפעה, אבער ס'שווער צי זאגען אז דער שטערען גייט אריין אין דעם כלל, חוץ טאמער איינער ווייזט עס אויף,
אין דערווייל האבעך נאך נישט געזעהן דא קיין שום דברים של טעם פארוואס דער שטערען איז א פראבלעם,
סתם זאגען אז ס'נישט גוט אן אריינגיין אין דעטאלען, ביניך אים דאך נישט מחיוב צי גלייבען,
למעשה איז דא אזא זאך אז ליין מאטריאל קען האבען א השפעה, אבער ס'שווער צי זאגען אז דער שטערען גייט אריין אין דעם כלל, חוץ טאמער איינער ווייזט עס אויף,
אין דערווייל האבעך נאך נישט געזעהן דא קיין שום דברים של טעם פארוואס דער שטערען איז א פראבלעם,
סתם זאגען אז ס'נישט גוט אן אריינגיין אין דעטאלען, ביניך אים דאך נישט מחיוב צי גלייבען,
-
- ידיד השטיבל
- הודעות: 267
- זיך רעגיסטרירט: פרייטאג מערץ 16, 2012 3:06 pm
- האט שוין געלייקט: 77 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 63 מאל
Re: שטודיע: האט איר אייגענע עקספיריענס איבער "דער שטערן" השפ
דערפאר לערנט מען דאך אויך נישט קיין נ''ך אין די חדרים, אז ס'זאל זיך נישט פארגלוסטן צו זיין ווי דוד המלך ביי די מעשה מיט בת שבע.
-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 7167
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 18, 2012 11:01 am
- האט שוין געלייקט: 4109 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 7909 מאל
Re: שטודיע: האט איר אייגענע עקספיריענס איבער "דער שטערן" השפ
קול גדול האט געשריבן:דערפאר לערנט מען דאך אויך נישט קיין נ''ך אין די חדרים, אז ס'זאל זיך נישט פארגלוסטן צו זיין ווי דוד המלך ביי די מעשה מיט בת שבע.
אדער אמנון און תמר, און נאך אסאך............
Under influence
- יידל
- שריפטשטעלער
- הודעות: 4922
- זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש פעברואר 25, 2012 11:44 pm
- האט שוין געלייקט: 2328 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 4623 מאל
Re: שטודיע: האט איר אייגענע עקספיריענס איבער "דער שטערן" השפ
מיר דוכט זיך אז מען לערנט נישט נ"ך אין חדר וזכר למלחמה במשכילים. אבער מען פארקריכט שוין דא פונעם נושא...
לא רעב ללחם. לא צמא למים.