לעצטענס אין מיין ארבייט איז מיר אויסגעקומען צו האנדלען מיט א יונגען גוי, אין מ'האמיר געשמועסט אביסעל פערזענליכע זאכען. האט ער מיך אזוי געזאגט צווישען די שורות אז זיין טאטע קומט פון א יודישע משפחה, אין ווי נאר זיי זענען אנגעקומען קיין אמעריקע, האט מען באשלאסען אז צוליב די רדיפות אין אייראפע גייט מען דראפען די גאנצע יודישע אידענטיטי און מ'גייט פארגעסען פון די עבר. וכך הוה, מ'האט אויסגעמעקט די גאנצע יודישע אפשטאם פון די פאמיליע היסטארי און מ'האט קיינמאל נישט גערעדט וועגען קיין שום אידישע זאך.
זאגט מיך דער יונג, דו ווייסט נישט ווי שווער ס'איז פאר מיך, צו וויסען אז איך בין טאקע נישט קיין יוד, אבער איך שטאם פון אידן, אבער איך האב נישט קיין שום קשר צו מיין עבר, ס'איז ווי א אפגעהאקטע צווייג. כ'ווייס נישט וואס עס מיינט בכלל זיין א יוד. (ער איז אויפגעוואקסען אין איינע פון די וועסט סטעיטס ווי יודישקייט איז נישט אזוי בנמצא ווי אין ניו יארק אדער ניו זשערזי).
ס'האט מיך באמת וויי געטוהן און כ'האב עם נישט געקענט העלפען, כ'האב עם גע'עצה'ט צו פראבירען גיין צו חב"ד, און ער איז אזוי ווייט פון אידישקייט, אז ער האט ניטאמאל געוויסט וואס חב"ד איז.
על כל פנים, די סיבה פארוואס איך שרייב עס איז ווייל כ'וויל ארויסברענגען וואס דעס מיינט א עבר פון דורות וואס גייט צוריק טויזענטער יארן, די רעליגיע און די קולטאר, ס'איז זאכען וואס מ'קען נישט אוועקשניידען פון זיך, און ס'איז נישט קיין יושר פאר די קומעדיגע דורות זיי זאלען אויפוואקסען אן די היסטאריע וואס קומט זיך זיי, סתם ווייל דער זיידע האט געהאט שלעכטע זכרונות פון די רעליגיע.
פארשטייט זיך אז אויסער דעם ברויך מען זיין יודן סתם אזוי, כ'ברענג נאר ארויס די בעל בית'שע פרעספעקטיוו, ווי אסימאלאציע איז בכלל נישט די לעזונג פאר איינער וואס האט א פראבלעם מיט יודישקייט, באיזה אופן שיהיה.
פארוואס זאג איך עס? כדי איר זאלט וויסען.
די געפאר פון אסימילאציע
-
- וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
- הודעות: 1093
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יאנואר 18, 2018 3:34 pm
- האט שוין געלייקט: 566 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1901 מאל
די געפאר פון אסימילאציע
"וואס וועל איך טוהן אז מ׳וועט איין שיינעם טאג געוואר ווערן אז איך בין נישט קיין אמתע רבי?"
- אהבת ישראל מוויזניץ
- אהבת ישראל מוויזניץ
-
- ידיד השטיבל
- הודעות: 225
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 19, 2016 12:18 am
- האט שוין געלייקט: 336 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 292 מאל
Re: די געפאר פון אסימילאציע
דאס אלעס קענסטו זאגן פאר איינער וואס איז מחשיב דעם אפשטאם, טאמער האט עס ביי אים נישט קיין שום ווערד קענסטו אים נישט פארהאלטן היתכן דו טוסט אזוי און דיינע קינדער וועלן אפשר ווילן אנדערש.
פונקט ווי דו פארשטייסט אז מ'קען נישט פארהאלטן דעם רעליגיעזן מאן פארן אויפצוען די קינדער רעליגיעז הגם וואס ס'שייך אז דאס קינד וועט דאס באוויינען.
פארוואס זאג איך דאס? כדי מ'זאל וויסן.
פונקט ווי דו פארשטייסט אז מ'קען נישט פארהאלטן דעם רעליגיעזן מאן פארן אויפצוען די קינדער רעליגיעז הגם וואס ס'שייך אז דאס קינד וועט דאס באוויינען.
פארוואס זאג איך דאס? כדי מ'זאל וויסן.
-
- וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
- הודעות: 1003
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 02, 2017 4:42 pm
- האט שוין געלייקט: 565 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 524 מאל
Re: די געפאר פון אסימילאציע
אויב האלטסטו אז רעליגיע איז בלויז אזא באשלוס ווי דאס יא צו נישט האלטן זיין אידישע אידענטיטעט, איז טאקע אן עוולה אויפצוציען דיינע קינדער אזוי.
- berlbalaguleh
- שריפטשטעלער
- הודעות: 20420
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
- האט שוין געלייקט: 25361 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
- קאנטאקט:
חסיד פון ליטא האט געשריבן:דאס אלעס קענסטו זאגן פאר איינער וואס איז מחשיב דעם אפשטאם, טאמער האט עס ביי אים נישט קיין שום ווערד קענסטו אים נישט פארהאלטן היתכן דו טוסט אזוי און דיינע קינדער וועלן אפשר ווילן אנדערש.
פונקט ווי דו פארשטייסט אז מ'קען נישט פארהאלטן דעם רעליגיעזן מאן פארן אויפצוען די קינדער רעליגיעז הגם וואס ס'שייך אז דאס קינד וועט דאס באוויינען.
פארוואס זאג איך דאס? כדי מ'זאל וויסן.
אין די מערסטע פאללן ווען ס'ווערט אויפגעדעקט פאר איינעם פון די עמך גויים אז ער שטאמט מעגליך פון אידן ברענגט דאס ארויס א פאזיטיווע רעאקציע. אויך א געפיהל פון בענקעניש און שטאלץ. אבער אין געוויסע פעלער ברענגט דאס ארויס א שטארק נעגאטיווע רעאקציע און ער ווילל עס אונטערדריקן אויף א יעדן מעגליכן וועג. און דאס שטופט איהם/איהר אמאל אויסצודריקן האס צו אידן אויף סיי וועלכן פארנעם...!
אן אינטרעסאנטער פאל איז זיך פארלאפן אין די לעצטע צעהן יאר אין אונגארן. דער עולם געדענקט מסתמא נאך די מעשה. א יונגער שייגעץ. א סטודענט אין די יוניווערסיטי האט געגרינדעט און אנגעפיהרט מיט אן אנטי-אידישע פאליטישע פארטיי. זייער פלאטפארמע איז אפיציעל געווען אקעגן אידן. און זיי האבן אפילו אנגעצויגן גאנץ א שטארקע צאל זיצן אין פארלאמענט.
איין שיינעם טאג באקומט דער שייגעץ א טעלעפאן קאלל. און דער מענטש אויף די 2'טע זייט ליניע זאגט איהם אז ער זאלל וויסן אז ער איז א איד. פארשטייצעך אז ער האטציך אויסגעלאכט פון איהם און ר'האט איהם אנגעוואונטשן אז ער זאלל גיין לעזעזאל. אבער יענער מענטש (א זשורנאליסט) האט נישט אויפגעגעבן. ער זאגט צו דעם אנטי-אידישן פאשיסטישן פארטיי פיהרער...איך האב דאקומענטן. איך וועלל דיר באווייזן אז דו שטאמסט פון אידן...! בלית ברירה האט ער אפגעשמועסט א צייט און פלאץ זיך צו טרעפן מיט יענעם זשורנאליסט. ער איז געווארן אינגאנצן געשאקט. און ר'האט געזעהן אז די מעשה קען זיין אמת. איז ער געגאנגען פרעגן זיין מאמע. וועלכע האט אויכעט געהאט א גוי'אישן נאמען. זיין מאמע האטציך מודה געווען אז זי איז א איד. און זייער משפחה נאמען איז געווען קליין...נאר זי האט חתונה געהאט צו א גוי...!
דער שייגעץ איז געווארן אויס מענטש...אזא פראסק זאלל ער כאפן. פונקט ער וואס האט אנגעפיהרט אנטי-אידישע פראפאגאנדע ...זאל גאר זיין... א איד...!
די ערשטע זאך וואס ער האט געטון איז, אז ער האט רעזיגנירט אלס דער הויפט פון זיין פארטיי. אבער זיינע אלע חברים האבן איהם געבעטן אז ער זאלל יא פארבלייבן אלס זייער הויפט פיהרער. כאטש ער איז א איד. ער האט אבער נישט געוואלט...!
איז ער אוועק געגאנגען צו דעם לאקאלן חב"ד ראביי, א יונגערמאן. וועלכער איז אריגינאל געבוירן אין אונגארן. נאר ר'איז געפארן לערנען אין חב"ד און באקומען סמיכה. און ער איז געווארן דער רב אין די חב"ד קהילה. ווען דער פאשיסט/איד איז געקומען צו איהם. האט ער נישט געוואוסט וויאזוי צו האנדלען מיט איהם. צי ער זאלל איהם אננעמען אדער משלח זיין לעזאזל. האט ער זיך שואל עצה געווען מיט אן עלטער'ן רב. און זיי ביידע צוזאמען האבן מסכים געווען אנצונעמען דעם נייעם גר/בעל תשובה. זיי האבן אנגעהויבן צו לערנען מיט איהם אל"ף בי"ת. און ער איז געקומען צו די תפילות אום שב"ק. אבער א סאך מתפללים זענען געווען אויסגעשפראכן אקעגן איהם. ווייל ער איז געווען זייער שטארק אקטיוו אקעגן די אידן. א טייל מתפללים האבן אפילו איבערגעלאזט דעם ביהמ"ד. אבער ער. דער נייער גר/בעל תשובה איז געווען פארעקשנ'ט אז ער ווילל ווערן אן אמת'דיגער איד. און ער האט ווייטער געלערנט אידישקייט. ביז ער איז שוין געווען גרייט זיך מגייר צו זיין....ער האט עכט נישט געדארפט קיין גירות נאר א ברית מילה. ווייל זיין מאמע און זיין באבע זענען געווען אידן...!
-
- וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
- הודעות: 1127
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 28, 2015 5:40 pm
- האט שוין געלייקט: 876 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 935 מאל
-
- וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
- הודעות: 1093
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יאנואר 18, 2018 3:34 pm
- האט שוין געלייקט: 566 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1901 מאל
חסיד פון ליטא האט געשריבן:דאס אלעס קענסטו זאגן פאר איינער וואס איז מחשיב דעם אפשטאם, טאמער האט עס ביי אים נישט קיין שום ווערד קענסטו אים נישט פארהאלטן היתכן דו טוסט אזוי און דיינע קינדער וועלן אפשר ווילן אנדערש.
פונקט ווי דו פארשטייסט אז מ'קען נישט פארהאלטן דעם רעליגיעזן מאן פארן אויפצוען די קינדער רעליגיעז הגם וואס ס'שייך אז דאס קינד וועט דאס באוויינען.
פארוואס זאג איך דאס? כדי מ'זאל וויסן.
איך קען פארשטיין אז א רעליגיעזע מאן זאל אויפציען זיין קינד רעליגיעז, און א סעקולארע מאן זאל אויפציען זיין קינד סעקולאר.
אבער סיי די רעליגיעזע מענטש און סיי די סעקולארא מענטש האבען נישט קיין רעכט אוועקצושניידען די עבר און עס איגנארירען כאילו לא היה. קענסט זאגען, אונז שטאמען פון יודן, אונזער זיידע פלעגט טוהן כך וכך, אבער אונז טו מיר עס מער נישט.
"וואס וועל איך טוהן אז מ׳וועט איין שיינעם טאג געוואר ווערן אז איך בין נישט קיין אמתע רבי?"
- אהבת ישראל מוויזניץ
- אהבת ישראל מוויזניץ
- איש חזון
- היימישער באניצער
- הודעות: 528
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג דעצעמבער 17, 2015 2:02 pm
- האט שוין געלייקט: 612 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 388 מאל
גדליה האט געשריבן:קענסט זאגען, אונז שטאמען פון יודן, אונזער זיידע פלעגט טוהן כך וכך, אבער אונז טו מיר עס מער נישט.
געווען אמאל א יוד אין אמעריטשקע, ליידער א כופר, ער האט געשיקט זיין קינד אין פובליק סקול, הערט ער איין טאג ווי זיין קינד רעדט וועגן דעד ענד סאן וכו', שרייט ער אים אהן ''עס איז דא נאר איין איינציגער גאט, און אין אים גלייבן מיר נישט'' (שמעתי)
וקרב פזורינו מבין הגויים