חיים שיש בהם האט געשריבן:א גוט יאר טייערע חברים וידידים, הע"י.
אזוי ווי עס זענען פארהאנען ערליכע פרויען וועלכע לאזן וואקסן די האר פון קאפ, און היות אז עס זענען דא געוויסע הלכות צניעות און הידורים אין צניעות וועלכע זענען נוגע צו א פרוי וואס טראגט די אייגענע האר, אריינגערעכענט וואס עס ווערט געשריבן אין "שבט הלוי" (ח"ה סי' קצ"ט) אז די נשים צנועות וועלכע שערן נישט זייערע האר זאלן צודעקן די קאפ מיט צוויי כיסויים כדי עס זאל נישט ארויסשטעקן, ווי די זוהר הקדוש וואונטש די פרויען וועלכע זענען מקפיד אויף דעם מיט אלע ברכות, ווילן מיר מעלדן בשער בת רבים אז מיר האבן געעפענט א גמ"ח, "תפארת הראש", וואס פארטיילט ספעציעלע גוטע CAPS וואס מען קען אנטוהן אויף די האר, און דאס פארמיידט די האר פון זיך ארויסשטעקן און עס איז אויך באטראכט ווי א דאפעלטע צודעק אויפן קאפ, כדי יוצא צו זיין אלע שיטות.
מיר האבן אוועקגעשטעלט א ספעציעלע אנאנימעס סיסטעם וויאזוי מיר וועלן אפשיקן די קעפס פאר די וואס ווילן דאס, כדי אייער נאמען און אדרעס זאל בלייבן אין געהיים אפילו פאר די הנהלת הגמ"ח.
אויב ווילט איר באקומען אזא קעפ אדער איר דארפט מער אינפא איבער אונזער גמ"ח ביטע שיקן אן אימעיל צו tiferetrosh@gmail.com
איך נויטיג מיר באמת שטארק און דעם קעיפ, אבער פון וואנעט קען איך וויסען אז איר זענט נישט קיין שפיאן פונעם רעבין זאל זיין געזונט או שטארק.