אנליין קאמפעינס - וואס טראכטען די רבי׳ס?

גדליה
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1093
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יאנואר 18, 2018 3:34 pm
האט שוין געלייקט: 566 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1901 מאל

אנליין קאמפעינס - וואס טראכטען די רבי׳ס?

שליחה דורך גדליה »

די אנליין קאמפעינס מערן זיך ששה בכרס אחד. ווי נאר איינס ענדיגט זיך מיט די באנוס גאול מיט די אלע חכמה׳לעך, שפראצט אויס דריי נייע.
איינער קען מיך מסביר זיין וואס די אלע רבי׳ס טראכטען?
שוין צען יאר וואס מ׳פארפירט אז די אינטערנעט איז די סאמע אבי אבות הטומאה, ס׳ברענגט אלע גיטין און אפילו די צונאמי קומט אויך וועגען די אינטערנעט.
פלוצלינג איז אויפגעקומען א טשערידי מעשה, און מ׳קען מאכען גרויס געלד אויף די אינטערנעט. אין אלע רבי׳ס, אן אפילו א בלינק טאן מיט די אויגען, כאפען זיך ארויף אויפ׳ן וואגן. כאילו ס׳איז בכלל נישט געווען א מדובר בכלל.
העלא! מר. דוד קאהן. ביי די ל״ג בעומר הדלקה האב איך אייך געהערט וויינען און פארפירען אויף די כלים מכלים שונים וואס די אלע חוץ לארצ׳דיגע ברענגען ליידער אריין אין ארצינו הקדושה.
וואס איז געשען מיט די אלע כלים מכלים שונים? פלוצלינג איז עס מותר לכתחילה און גאר א מצוה.
איינער קען מיך איבערגעבען וואס די רבי׳ס טראכטן (אויב טראכטן זיי בכלל) ווייל ס׳גייט מיך באמת נישט אריין אין קאפ.
אויב פארשטייסטו אז מיר לעבען אין 2018 און מ׳ברויך פאנדרעיזען געלד אויף די היינטיגע וועג, נו געזונטערהייט.
אבער דעמאלטץ פארשטיי אויך אז היינט קאמוניקירען מענטשען אויף א נייע וועג, און מ׳מאכט ביזנעס אויף א נייע וועג, און די טעלעפאנס קוקען אויס אנדערש.
בקיצור, איינס פון די צוויי. אדער הער אויף האקען אויף סיי ועלכע כלים מכלים שונים, אדער מאך דיך ווי די נוצט נישט די אינטערנעט. צו טאנצען אויף ביידע חתונות איז די שפיץ פון היפאקריטיע. ס׳איז בערך ווי סאטמאר רבי זי״ע זאל אריינשטעלען א חבר הכנסת, און דער כנסת מיטגליד זאל פארפירען אז מ׳טאר נישט גיין צו די בחירות. עפעס אזוי, ווייל כ׳האב נישט קיין בעסערע ביישפיל אויף אזא שטוינענדע פליפ פלאפפינג.
"וואס וועל איך טוהן אז מ׳וועט איין שיינעם טאג געוואר ווערן אז איך בין נישט קיין אמתע רבי?"
- אהבת ישראל מוויזניץ
גדליה
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1093
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יאנואר 18, 2018 3:34 pm
האט שוין געלייקט: 566 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1901 מאל

שליחה דורך גדליה »

טייל פון די קאמפיינס שטרייכען אונטער אז ס׳איז געמאכט ״נאר פאר מענטשען וואס נוצען סייווי אינטערנעט.״
לויט דעם קומט בקרוב א קאמפעין אז די אלע אידען וואס זענען סייווי מחלל שבת זאלן שוין אויך אנצינדען די לעקטער אין גרויסן בעסמעדרעש.
"וואס וועל איך טוהן אז מ׳וועט איין שיינעם טאג געוואר ווערן אז איך בין נישט קיין אמתע רבי?"
- אהבת ישראל מוויזניץ
טמיר
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1145
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אקטאבער 21, 2015 4:07 pm
האט שוין געלייקט: 5304 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1338 מאל

Re: אנליין קאמפעינס - וואס טראכטען די רבי׳ס?

שליחה דורך טמיר »

איז דא איין רבי וואס האט געאסרט צי נוצן א געפילטערטע אינטערנעט אין אפיס אויף א קאמפיוטער?? סתם אבי פארפירט

אגב, די אויסדריק מר. דוד קאהן פארדינט א מחאה. דאס איז א מענטש וואס לכו"ע פארדינט נישט אזא טיטל
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום טמיר, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
געשריבן לזכות א גוטע חבר וואס זיכט א חברותא אין ווילי http://www.kaveshtiebel.com/viewtopic.p ... 83#p535783
גדליה
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1093
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יאנואר 18, 2018 3:34 pm
האט שוין געלייקט: 566 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1901 מאל

שליחה דורך גדליה »

כ׳האב געמיינט די היתר איז נאר לצורך פרנסה. פלוצלינג האט יעדע ״קאמפיוטער אין אפיס״ א היתר.
זאל מען צולייגען פון היינט און ווייטער: לצורך פרנסה ולצורך צדקה למען מוסדותינו הק׳.
אויך אפשר לצורך נעטפליקס.
אויך זאל מען צולייגען אויף די טשערידי קאמפעינס א מודעה אז קיינער זאל נישט געבען קיין נדבות מיט אומגעפילטערטע אינטערנעט. להסר מכשול. מ׳זאל עס שרייבען אין ענגליש און יודיש, אלע זאלען פארשטיין. מ׳קען געבען א ספעציעלע בויגען אויסצופיעלן, אזוי ווי ביי די מוסדות.
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום גדליה, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
"וואס וועל איך טוהן אז מ׳וועט איין שיינעם טאג געוואר ווערן אז איך בין נישט קיין אמתע רבי?"
- אהבת ישראל מוויזניץ
גדליה
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1093
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יאנואר 18, 2018 3:34 pm
האט שוין געלייקט: 566 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1901 מאל

שליחה דורך גדליה »

אין קעיס איינער פארשטייט נישט די נקודה.
מ׳קען נישט שרייען לאנגע יארן אז די אינטערנעט איז ממש א שרעקליכע זאך, וואס מ׳מוז נוצען כמי שכפאו שד.
און דא נוצט מען עס בלי שום גבול ובלי שום שכל. אנטשולדיגט, דעס איז היפאקריטיע. פון דעם רעדט די פסוק.
אויב די רבי דארף נוצען אינטערנעט פאר זיין קאמפעין, ברויך איך נוצען אינטערנעט צו קוקען נייעס. אמת איך קען מיך אן עצה געבען אן נייעס, אבער די רבי קען זיך אויכעט א עצה געבען אן די אינטערנעט קאמפעין, והא ראי׳ די מוסדות זענען זייער שיין אנגאנגען אלע יארן.

אגב יעדע מענטש מיט א משהו שכל אין קאפ פארשטייט אז טויזענטער נדבות ווערען געמאכט דורך די טריפהנע שרעקליכע סמארטפאונס. קיין איין רבי קען נישט זיין אזא ריזיגע טיפש צו מיינען אז יעדע נדבה ווערט טאקע נאר געמאכט דורך א משומר געפילטערטע גרויסע גראבע קאמפיוטער פון 1990.
חוץ מזה וואס רבי׳ס אין ארץ ישראל האבען אפילו נישט מתיר געווען געפילטערטע אינטערנעט.
"וואס וועל איך טוהן אז מ׳וועט איין שיינעם טאג געוואר ווערן אז איך בין נישט קיין אמתע רבי?"
- אהבת ישראל מוויזניץ
בן ישי
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1702
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יוני 02, 2016 2:51 am
האט שוין געלייקט: 253 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 852 מאל

שליחה דורך בן ישי »

די רבי'ס נוצן דא אויך די היתר פון לצורך פרנסה...
איי די פרעגסט אז מ'פלעגט קענען מאכן געלט אן אינטערנעט איז די תירוץ אז מ'פלעגט אויך קענען ארבעטן אן אינטערנעט.
דוד בן ישי עבדך משיחך
באניצער אוואטאר
ליטוואק פון בודאפעסט
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 9705
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 6:51 pm
האט שוין געלייקט: 3162 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9133 מאל

Re: אנליין קאמפעינס - וואס טראכטען די רבי׳ס?

שליחה דורך ליטוואק פון בודאפעסט »

אזוי ארבעט די היסטאריא.
צום ערשטן מאל זען זיי וואס מיינט אינטרנט, און פאאוואס דער עולם וואס נוצט עס נישט לשם פרנסה מיינט נישט אז עס טאנצן דארט נאקעטע קיען אויפ׳ן סקרין. זיי לערנען זיך אויס די נוצן וואס מענטשן האבען מעל ומעבר לפרנסה הארורה.
דאס קען נאר זיין א גוטע זאך. מ׳עט קענן ליידן אביסל היפאקריסי דערפאר.

Sent from my LG-K373 using Tapatalk
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
מיימון
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 378
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 26, 2015 12:17 am
האט שוין געלייקט: 262 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1509 מאל

שליחה דורך מיימון »

יא עס איז א גוטע זאך לכאורה. די וועלט האט זיך געגעבן א דריי נאך אפאר מאל און מען האלט שוין אביסל ווייטער. מיר האלטן שוין נענטער צום מציאות וואס גייט זיין אין די קומענדיגע יארן ווען יעדע קהילה וועט פארמאגן א וועבסייט מיט אלע מודעות און קאנטאקטן. אזוי ווי יעדע מסודרדיגע פירמע, מען וועט קענען הערן די שיעורים און קויפן א זיץ אנליין וכדומה. דאס גייט זיכער זיין און וואלט שוין לאנג געדארפט זיין ווען נישט מעשה שטן. די חברה קענען נאר נישט אראפ פונעם בוים דארף מען זיי לאזן בכבוד פארגעסן דעם ענין און אנערקענען די נייע מציאות, מען דארף זיך נאר פרייען אז דאסמאל האט מען נישט געדארפט ווארטן אויף א נייע גרעסערע איסור וואס זאל פארשלינגען די אלטע (אזוי ווי קאמפיוטער האט מבטל געווען ווידיא, וואס האט מבטל געווען ראדיא וואס האט פארשלינגען דעם איסור פון פארן אויף פלארידע) נאר די רבנים זענען ב"ה געקומען צום שכל און איינגעזען וואס יעדער בעל הבית ווייסט שוין צוואנציג יאר. אונז זעמיר אויפן רייט טרעק.
יאסל ראקאווער
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 635
זיך רעגיסטרירט: זונטאג סעפטעמבער 15, 2013 2:30 pm
האט שוין געלייקט: 320 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1444 מאל

שליחה דורך יאסל ראקאווער »

מיימון דיין לעצטע פאוסט מאכט מיך טראכטען אז די דארפסט קאמפאזען די חד גדיא פון איסורים פאר די נעקסטע וועקער.

"דאסמאל האט מען נישט געדארפט ווארטן אויף א נייע גרעסערע איסור וואס זאל פארשלינגען די אלטע (אזוי ווי קאמפיוטער האט מבטל געווען ווידיא, וואס האט מבטל געווען ראדיא וואס האט פארשלינגען דעם איסור פון פארן אויף פלארידע) "

Epic!!
הנח לו ליוסל, איך בין נישט קיין נביא, איך בין נישט די משנה ברורה. מיינע ווערטער איז נישט געמאסטן!

פארטייטש מיך נישט, און ליין נישט צווישען די שורות
מיימון
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 378
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 26, 2015 12:17 am
האט שוין געלייקט: 262 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1509 מאל

שליחה דורך מיימון »

די נעקסטע וועקער? הלוואי. מיין ארטיקל פארן נעקסטן נאכן נעקסטן איז שוין גרייט ואין קול ואין קשב. מיר דארפן ארויסגעבן א "איינשלעפער" פאר ביז די קרעטשמע.
אישתישבי
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3541
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 08, 2016 11:19 pm
האט שוין געלייקט: 121 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2068 מאל

שליחה דורך אישתישבי »

לדעתי איז דער פראבלעם נישט דער חלק פין מאכען א קאמפיין און דורך דעם ניצען מענטשן דער אסור'דיגע אינטערנעט צו געבען געלט. ניין. נישט דאס. דער פראבלעם איז ווער גרייט צו דער קאמפיין אויף דער אינטערנעט? איינער וואס ארבעט פאר די מוסד אוודאי, איז וואס איז זיין היתר צו ניצען אינטערנעט? וועלכע רב האט געגעבן א היתר פאר די מוסד צו האבען א קאמפיוטער מיט אינטערנעט שלא לצורך פרנסה?

בכלל ניצען אלע מוסדות די אינטערנעט פאר אלע גאווערנמענט וועבזייטלעך, און דארט איז אויך שווער, בת יתרו מי התיר לך?
א קונץ צו זיין אליהו הנביא? א קונץ צו זיין איש תשבי!
יעקב מענטש
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1127
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 28, 2015 5:40 pm
האט שוין געלייקט: 876 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 935 מאל

שליחה דורך יעקב מענטש »

טמיר האט געשריבן:איז דא איין רבי וואס האט געאסרט צי נוצן א געפילטערטע אינטערנעט אין אפיס אויף א קאמפיוטער?? סתם אבי פארפירט

אגב, די אויסדריק מר. דוד קאהן פארדינט א מחאה. דאס איז א מענטש וואס לכו"ע פארדינט נישט אזא טיטל

Sent from my Moto G (5) using Tapatalk

די לייק איז פאר די צווייטע שורה פון דיין תגובה.

אבער אויף די ערשטע האלב, הגם מ'קען פראבירן צו מיישב זיין אז 'טעכניש' איז עס נישט נכלל אין דעם איסור וואס זיי האבן ארויסגעגעבן, אבער ס'איז זיכער קעגן די Spirit פונעם איסור.


איך האב א גרעסערע פראבלעם (אויך מיר א פראבלעם, הלואי זאל עס זיין ס'גרעסטע) מיט א רבי וואס מאכט א יו טוירן א טאג נאכדעם וואס דושינסקיא רבי האט געקענסעלט זיין קאמפיין. בכלל איז אינטערסאנט אז דער דושינסקיא (און לעצטענס ראחמיסטריווקא) האבן פון גארנישט געוואוסט ביז ממש 20 מינוט פארן התחלת הקאמפיין?

מיין השערה איז: אז פאר די רבי'ס איז עס קיינמאל נישט געווען ניחא די גאנצע זאך, זיי האבן אויך געפיהלט אז דאס איז היפאקריטיסווע, אבער זיי האבן באקומען לחץ פון די הנהלת גשמי. ביז דער דושינסקיא רבי האט אפגעמאכט אז ער איז גרייט מקריב צו זיין דאס געלט פאר זיינע אידעאלן (קודאס צו אים), און איינמאל ס'איז דא איין פרומער איז זעלבסט פארשטענדליך אז די גאנצע חברה וועט נאכטאנצן.
אישתישבי
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3541
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 08, 2016 11:19 pm
האט שוין געלייקט: 121 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2068 מאל

שליחה דורך אישתישבי »

גראדע האט דער דושינסקי נישט געוויסט, ער האט אויסגעפינען אינמיטען דער דינער, ווען מען האט עס אויסגערופן.

ראחמיסטריווקא האט נאך געטאנצט, כידוע איז ר' דוד משה א קיצוני.
א קונץ צו זיין אליהו הנביא? א קונץ צו זיין איש תשבי!
גדליה
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1093
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יאנואר 18, 2018 3:34 pm
האט שוין געלייקט: 566 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1901 מאל

שליחה דורך גדליה »

אישתישבי האט געשריבן:גראדע האט דער דושינסקי נישט געוויסט, ער האט אויסגעפינען אינמיטען דער דינער, ווען מען האט עס אויסגערופן.

ראחמיסטריווקא האט נאך געטאנצט, כידוע איז ר' דוד משה א קיצוני.

דושינסקי האט נישט געוויסט, רחמסיטרוויקא האט געטאנצט.
א רב וואס האט נישט געוואוסט אז זיין קהילה מאכט א אנליין קאמפעיין, אדער א רב וואס קען נישט דעסיידן יא אדער ניין, זאל מוחל זיין זיך אפזאגען פון די רבנות. זאל ער גיין זיין א מענעזשער אין קאנסטראקשען, וועט ער זעהן ווי אזוי מ'פירט א אינסטיטוציע.
"וואס וועל איך טוהן אז מ׳וועט איין שיינעם טאג געוואר ווערן אז איך בין נישט קיין אמתע רבי?"
- אהבת ישראל מוויזניץ
באניצער אוואטאר
לעיקוואד
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3911
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג סעפטעמבער 10, 2012 7:22 am
האט שוין געלייקט: 1536 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6289 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך לעיקוואד »

טשערידי איז נישט 'די אינטערנעט'. עס איז פשוט אזא מין היכי תמצי ווי מען קען געבן געלט צו די מוסדות. עס איז נישט אנדערש ווי יעדער מאל דו גיסט א נדבה מיט א קרעדיט קארד גייט דאס דורך די 'אינטערנעט'.

דער שם חפצא אינטערענט וואס מען האקט אויף מיינט נישט דאס, עס מיינט עפעס א מין בריה בפני עצמו וואס איז ג חמורות און פירט אפ כלל ישראל.

דער חידוש /טעות פון הרב דושינסקי איז אז דאס איז יא שייך צו דער חפצא אינטערענט, קען זיין ער פארשטייט נישט אז דער קרעדיט קארטל מאשין וואס דער משולח טראגט ארום אין בית מדרש איז אויך א קאמפיוטער מיט אינטערנעט. אדער מאכט ער עפעס א גזירה לגזירה.
I have a dream
Martin Luther King ~
יעקב מענטש
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1127
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 28, 2015 5:40 pm
האט שוין געלייקט: 876 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 935 מאל

שליחה דורך יעקב מענטש »

גדליה האט געשריבן:
אישתישבי האט געשריבן:גראדע האט דער דושינסקי נישט געוויסט, ער האט אויסגעפינען אינמיטען דער דינער, ווען מען האט עס אויסגערופן.

ראחמיסטריווקא האט נאך געטאנצט, כידוע איז ר' דוד משה א קיצוני.

דושינסקי האט נישט געוויסט, רחמסיטרוויקא האט געטאנצט.
א רב וואס האט נישט געוואוסט אז זיין קהילה מאכט א אנליין קאמפעיין, אדער א רב וואס קען נישט דעסיידן יא אדער ניין, זאל מוחל זיין זיך אפזאגען פון די רבנות. זאל ער גיין זיין א מענעזשער אין קאנסטראקשען, וועט ער זעהן ווי אזוי מ'פירט א אינסטיטוציע.

פארלאנגסט ממש רוח הקודש? פשיהא!

@לעיקוואד.

איך האב נישט קיין פראבלעם מיט אינטערנעט קאמפיין, אבער איך מיין אז ס'איז נאריש צוצושטעלן א קרעדיט קארטל מאשין צו א קאמפיין אויפן אינטערנעט מיט 'ציהלן' און אינטערנעט אדווערטייזמענט מיט קליפס וכו'
גדליה
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1093
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יאנואר 18, 2018 3:34 pm
האט שוין געלייקט: 566 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1901 מאל

שליחה דורך גדליה »

@יעקב מענטש
רוח הקודש פארלאנגט זיך צו פסקענען שאלות איבער מעדיצין און שידוכים וכדו' (אויך ווען סקומט צו הלכה שאלות, ביי די רביס וואס קענען ליידער נישט לערנען און מוזען אנקומען צו רוח הקודש)
צו וויסען וואס גייט פאר ביי די אייגענע קהילה, וואו מען איז אליינס רבי און רב, דארף מען נישט קיין רוח הקודש נאר אביסעל אחריות.
@לעיקוואוד
כווייס נישט פונקט וויאזוי די קאמפעינס ארבעטען אבער סאיז דא א סיבה פארוואס מצאלט זיבען פראצענט פאר טשארידי אנשטאט צוויי פראצענט פאר פידעליטי. סאיז א געהעריגע סאושעל מידיע קאמפיין, אין מיינע אויגען.
"וואס וועל איך טוהן אז מ׳וועט איין שיינעם טאג געוואר ווערן אז איך בין נישט קיין אמתע רבי?"
- אהבת ישראל מוויזניץ
באניצער אוואטאר
לעיקוואד
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3911
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג סעפטעמבער 10, 2012 7:22 am
האט שוין געלייקט: 1536 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6289 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך לעיקוואד »

איך האב נישט געזאגט אז עס איז נאר אזויווי פידעליטי, נאר אז דער בער 'אינטערנעט' מיינט מען נישט דאס. רוף דאס סושאל מידיע עס איז נישט די 'סאשאל מידיע' וואס מען האקט אויף. עס איז בערך אזויווי דער אלטער געדאנק פון געבן יעדער יונגל א פושקע מיט פרייזעס און גאולס וכו'. דער 'אינטערנעט' וואס מען האקט אויף מיינט נישט דאס.


אגב, די ראחמיסטריקווא צעטל שטייט אז זיי מאכן נישט ווייל 'דאס פאסט נישט פאר ראחמיסטריקווא". דאס איז מער א מענטשליכע טענה. ער זאגט נישט עס איז אסור וכו'. ער זאגט נאר אז ראחמיסטריקווא האלט זיך (און איז טאקע) א חאניאקישער חסידות פאסט נישט זיין זאלן מאכן אזא סארט מאדערנער קאמפיין.
I have a dream
Martin Luther King ~
באניצער אוואטאר
לעיקוואד
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3911
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג סעפטעמבער 10, 2012 7:22 am
האט שוין געלייקט: 1536 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6289 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך לעיקוואד »

כוועל געבן נאך א משל. פארהאן רעביס וואס ווילען דער עולם זאל מיטהאלטן זייערע מעמדים וכו', מאכט מען א האק אופ דורך סקייפ וכדומה.שמעתי אז דער אמשינובער רבי האט לכתחילה נישט געוואלט דאס זאל זיין דורך סקייפ ווייל דאס איז 'אינטערנעט', האט מען געמאכט נאר טעלעפאן. בעלזא רב נוצט יא אינטערנעט טעכנאלאגיע פאר זיינע מעמדים, אבער ער לייגט עס אוודאי נישט אויף יוטוב נאר דורך א פריוואטע וועג וואס מען קען זעהן נאר אין בעלזא בתי מדרשים וכדו'.

אין אנדערע ווערטער כולי עלמא מודי אז 'אינטערנעט' פאסט נישט, די שאלה איז נאר ווי פונקט שטייט די גדר פון פשוט נוצען די וויערס ביז זיין 'אויף די אינטערנעט'.
I have a dream
Martin Luther King ~
באניצער אוואטאר
לעיקוואד
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3911
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג סעפטעמבער 10, 2012 7:22 am
האט שוין געלייקט: 1536 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6289 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך לעיקוואד »

א רבי איז נישט דער סי אי או פון א חסידות. דער רבי האט פשוט א דזשאב צו טיילן קוגל און זאגן תורה והדרכה רוחנית. גיווענטליך איז דא א מנהל אין יעדער חסידות וואס ווייסט אליס וואס גייט פאר און איז למעשה דער סי אי או.
I have a dream
Martin Luther King ~
גדליה
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1093
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יאנואר 18, 2018 3:34 pm
האט שוין געלייקט: 566 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1901 מאל

שליחה דורך גדליה »

לעיקוואד האט געשריבן:איך האב נישט געזאגט אז עס איז נאר אזויווי פידעליטי, נאר אז דער בער 'אינטערנעט' מיינט מען נישט דאס. רוף דאס סושאל מידיע עס איז נישט די 'סאשאל מידיע' וואס מען האקט אויף. עס איז בערך אזויווי דער אלטער געדאנק פון געבן יעדער יונגל א פושקע מיט פרייזעס און גאולס וכו'. דער 'אינטערנעט' וואס מען האקט אויף מיינט נישט דאס.

אקעי ווייסען מיר שוין וואס די אינטערנעט בער איז נישט.
וואס איז עס יא? עמעזאן? יוטיוב? ווי ליגט דער בער?
א קאמענטאר אויף טשערידי איז ווייניגער שעדליך ווי א קאמענטאר אויף יוטיוב?
אוודאי קען מען אויפקומען מיט ארטיפישעל חילוקים, אבער סאיז זייער פאני ווי אויף די געברויכן פון די רביס קען מען טרעפען אלע מיני היתרים, נאר אויף די געברויך פון א חסידיש ווייבל צו טרעפן ביליגע קליידער אנליין, אויף דעם קען קיינער נישט טרעפן א היתר.
"וואס וועל איך טוהן אז מ׳וועט איין שיינעם טאג געוואר ווערן אז איך בין נישט קיין אמתע רבי?"
- אהבת ישראל מוויזניץ
גדליה
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1093
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יאנואר 18, 2018 3:34 pm
האט שוין געלייקט: 566 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1901 מאל

שליחה דורך גדליה »

לעיקוואד האט געשריבן:א רבי איז נישט דער סי אי או פון א חסידות. דער רבי האט פשוט א דזשאב צו טיילן קוגל און זאגן תורה והדרכה רוחנית. גיווענטליך איז דא א מנהל אין יעדער חסידות וואס ווייסט אליס וואס גייט פאר און איז למעשה דער סי אי או.

יא יא. אזוי מוז זיין.
ברויך מען ארויסגעבען א ליסטע פון די אמתע מנהיגי ישראל.
"וואס וועל איך טוהן אז מ׳וועט איין שיינעם טאג געוואר ווערן אז איך בין נישט קיין אמתע רבי?"
- אהבת ישראל מוויזניץ
באניצער אוואטאר
לעיקוואד
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3911
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג סעפטעמבער 10, 2012 7:22 am
האט שוין געלייקט: 1536 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6289 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך לעיקוואד »

.
I have a dream
Martin Luther King ~
פארשפארט