אמעריקע געפינט זיך אין א כאאטישער צושטאנד

היימיש, לאקאל, און איבער דער וועלט
באניצער אוואטאר
שבת אחים
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 6634
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מאי 08, 2014 9:39 am
געפינט זיך: ביי א פראטעסט קעגן טראמפּ!
האט שוין געלייקט: 4510 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4153 מאל

שליחה דורך שבת אחים »

אפשר קענסטו מיר ענטפערן אין קורצן וואס דיין משוגענער-טראמפ מיט זיינע רשעותדיגע רעפובליקאנער האבן געוואלט פון די 800,000 דאק״א קינדער? זיי זענען אויך טעראריסטן???

דא קענסטו זעהן אז סאיז ריינע ראסיזים. און א שאנדע און א בושה אז ענק אידן נעמען זיך אן פאר די רשעים! ממש א שאנדע! כקען עס נישט פארשטיין... אונז אידן וואס האבן זיך געוואלגערט איבעראל און מהאט אונז פון איבעראל ארויסגעווארפן זאלן זיין אזוי ראסיסטיש און רשעותדיג!!!

שרעקליך!!
Everything we hear is an opinion, not a fact. Everything we see is a perspective, not the truth
Marcus Aurelius
באניצער אוואטאר
שבת אחים
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 6634
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מאי 08, 2014 9:39 am
געפינט זיך: ביי א פראטעסט קעגן טראמפּ!
האט שוין געלייקט: 4510 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4153 מאל

שליחה דורך שבת אחים »

קאך_לעפל האט געשריבן:פיין! אומלעגאלע אימיגראַנטן אין לאנד איז ווירקליך פראבלעם.

דאן טיה א געפעליקייט פאר די מענטשהייט, און גיב פארן פרעזידענט די געלט וואס ער בעט, אז ער זאל קענען באשוצן דאס לאנד פון אומלעגאלע אימיגראַנטן, אויף א וועג וואס ער פארשטייט. און נישט ווי אזוי די פארשטייסט. ס'איז זיין פליכט, און בלויז זיין! הער אים אויף צו פייניגען, ווען די זעלבסט ווייסט אז ער איז גערעכט...קאפיש?

יא! און גלייך אים נישט צו צו היטלר'ן...


איך גלייך אים נישט צו צו היטלער- היטלער איז געוועהן אסאך קלוגער און מעהר כיטרע פון טראמפ. ער האט אריינגעכאפט אלע דייטשע בירגער אינטער זיין פארטיך.

טראמפ איז ״א אומגעלונגע היטלער״ ער קען ניטאמאל האלטן א נארמאלע רעדע. היטלער האט עלעקטערזירט די המון עם מיט זיינע רעדעס. ער איז סתם א בהמה וואס קומט זיך קוים אויס מיט זיינע אייגענע מענטשען...

ער איז די גרעסטע לוזער וואס איז נאר פארהאנען. ער איז קוים צוויי יאהר אויפן בענקל און רוב אמעריקאנער האלטן אים פאר א קרימינאל און א פוסטע משוגענער...
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום שבת אחים, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
Everything we hear is an opinion, not a fact. Everything we see is a perspective, not the truth
Marcus Aurelius
קאך_לעפל
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 2367
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג דעצעמבער 10, 2012 11:16 am
האט שוין געלייקט: 268 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3324 מאל

שליחה דורך קאך_לעפל »

שבת אחים האט געשריבן:אפשר קענסטו מיר ענטפערן אין קורצן וואס דיין משוגענער-טראמפ מיט זיינע רשעותדיגע רעפובליקאנער האבן געוואלט פון די 800,000 דאק״א קינדער? זיי זענען אויך טעראריסטן???

דא קענסטו זעהן אז סאיז ריינע ראסיזים. און א שאנדע און א בושה אז ענק אידן נעמען זיך אן פאר די רשעים! ממש א שאנדע! כקען עס נישט פארשטיין... אונז אידן וואס האבן זיך געוואלגערט איבעראל און מהאט אונז פון איבעראל ארויסגעווארפן זאלן זיין אזוי ראסיסטיש און רשעותדיג!!!

שרעקליך!!


ראנג אשכול!
קאך_לעפל
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 2367
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג דעצעמבער 10, 2012 11:16 am
האט שוין געלייקט: 268 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3324 מאל

שליחה דורך קאך_לעפל »

שבת אחים האט געשריבן:
קאך_לעפל האט געשריבן:פיין! אומלעגאלע אימיגראַנטן אין לאנד איז ווירקליך פראבלעם.

דאן טיה א געפעליקייט פאר די מענטשהייט, און גיב פארן פרעזידענט די געלט וואס ער בעט, אז ער זאל קענען באשוצן דאס לאנד פון אומלעגאלע אימיגראַנטן, אויף א וועג וואס ער פארשטייט. און נישט ווי אזוי די פארשטייסט. ס'איז זיין פליכט, און בלויז זיין! הער אים אויף צו פייניגען, ווען די זעלבסט ווייסט אז ער איז גערעכט...קאפיש?

יא! און גלייך אים נישט צו צו היטלר'ן...


איך גלייך אים נישט צו צו היטלער- היטלער איז געוועהן אסאך קלוגער און מעהר כיטרע פון טראמפ. ער האט אריינגעכאפט אלע דייטשע בירגער אינטער זיין פארטיך.

טראמפ איז ״א אומגעלונגע היטלער״ ער קען ניטאמאל האלטן א נארמאלע רעדע. היטלער האט עלעקטערזירט די המון עם מיט זיינע רעדעס. ער איז סתם א בהמה וואס קומט זיך קוים אויס מיט זיינע אייגענע מענטשען...

ער איז די גרעסטע לוזער וואס איז נאר פארהאנען.


ראנג אשכול!
באניצער אוואטאר
שבת אחים
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 6634
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מאי 08, 2014 9:39 am
געפינט זיך: ביי א פראטעסט קעגן טראמפּ!
האט שוין געלייקט: 4510 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4153 מאל

שליחה דורך שבת אחים »

דיין מאמע איז אין די ראנג אשכול...

ענטפער א קלארע תירוץ פארוואס ענק פייניקן 800,000 אומשולדיגע מענשטען!!!

דריי נישט קיין קאפ ווען דו האסט נישט וואס צוענטפערן.

האסט מיך געפרעגט פון ווי איך ווייס אז סאיז נישט קיין security issue נאר פשוטע ריינע אלטגעזעצענע ראסיזים האב איך דיר גענטפערט פון ווי איך ווייס דאס- ווייל די זעלבע מענטשען וואס ווילן די וואנט האבן זיך גענומען פייניקן 800,000 מענטשען וואס זענען נישט קיין קרימינאלן נאר פשוט ווייל זיי זענען נישט געבוירן אין אמעריקע. פון דא זעהט מען ווער ענק רעפובליקאנער זענען...

ראנג אשכול מיי פוט!
Everything we hear is an opinion, not a fact. Everything we see is a perspective, not the truth
Marcus Aurelius
קאך_לעפל
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 2367
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג דעצעמבער 10, 2012 11:16 am
האט שוין געלייקט: 268 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3324 מאל

שליחה דורך קאך_לעפל »

שבת אחים האט געשריבן:דיין מאמע איז אין די ראנג אשכול...

ענטפער א קלארע תירוץ פארוואס ענק פייניקן 800,000 אומשולדיגע מענשטען!!!

דריי נישט קיין קאפ ווען דו האסט נישט וואס צוענטפערן.

האסט מיך געפרעגט פון ווי איך ווייס אז סאיז נישט קיין security issue נאר פשוטע ריינע אלטגעזעצענע ראסיזים האב איך דיר גענטפערט פון ווי איך ווייס דאס- ווייל די זעלבע מענטשען וואס ווילן די וואנט האבן זיך גענומען פייניקן 800,000 מענטשען וואס זענען נישט קיין קרימינאלן נאר פשוט ווייל זיי זענען נישט געבוירן אין אמעריקע. פון דא זעהט מען ווער ענק רעפובליקאנער זענען...

ראנג אשכול מיי פוט!


שבת, זעץ דיר אביסל...

ביטע מאך אויף די פאלגענדע אשכולות:

"טראמפ ערגער ווי היטלער"
"800,000 געפייניגטע קינדער דורך נאצי טראמפ"

און מיר וועלן עס אי''ה דארט דעבאטירן, בסדר?
באניצער אוואטאר
רביה''ק זי''ע
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 5435
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 15, 2018 8:46 pm
געפינט זיך: אין קוויטל-שטוב
האט שוין געלייקט: 5089 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6524 מאל

שליחה דורך רביה''ק זי''ע »

קאך_לעפל האט געשריבן:
שבת אחים האט געשריבן:משוגענער-טראמפ... רשעותדיגע רעפובליקאנער... ריינע ראסיזים... א שאנדע און א בושה... רשעים... ממש א שאנדע... כקען עס נישט פארשטיין... ראסיסטיש און רשעותדיג... שרעקליך!!
ראנג אשכול!
לאו עכברא גנב, אלא חורא גנב.
Do y'all remember before the internet that people thought the cause of stupidity was the lack of access to information? Yeah, it wasn't that
אונטער חכם
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1003
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 02, 2017 4:42 pm
האט שוין געלייקט: 565 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 524 מאל

Re: אמעריקע געפינט זיך אין א כאאטישער צושטאנד

שליחה דורך אונטער חכם »

שבת, אויב די וואנט גייט סייווי גארנישט העלפן, און די מעקסיקאנער וועלן ווייטער אריינקומען אומגעשטערט, דעמאלט פארוואס איז טראמפ א ראסיסט פארן וועלן טון זאכן וואס וועט קיינעם נישט שטערן?
באניצער אוואטאר
רביה''ק זי''ע
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 5435
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 15, 2018 8:46 pm
געפינט זיך: אין קוויטל-שטוב
האט שוין געלייקט: 5089 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6524 מאל

שליחה דורך רביה''ק זי''ע »

אויב שיקן די אידן אין קרעמעטאריעמס וועט זיי סייווי נישט אויסראטן, דעמאלט פארוואס זענען נאציס ראסיסטן?
Do y'all remember before the internet that people thought the cause of stupidity was the lack of access to information? Yeah, it wasn't that
אונטער חכם
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1003
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 02, 2017 4:42 pm
האט שוין געלייקט: 565 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 524 מאל

Re: אמעריקע געפינט זיך אין א כאאטישער צושטאנד

שליחה דורך אונטער חכם »

שבת אחים האט געשריבן:אפשר קענסטו מיר ענטפערן אין קורצן וואס דיין משוגענער-טראמפ מיט זיינע רשעותדיגע רעפובליקאנער האבן געוואלט פון די 800,000 דאק״א קינדער? זיי זענען אויך טעראריסטן???

דא קענסטו זעהן אז סאיז ריינע ראסיזים. און א שאנדע און א בושה אז ענק אידן נעמען זיך אן פאר די רשעים! ממש א שאנדע! כקען עס נישט פארשטיין... אונז אידן וואס האבן זיך געוואלגערט איבעראל און מהאט אונז פון איבעראל ארויסגעווארפן זאלן זיין אזוי ראסיסטיש און רשעותדיג!!!

שרעקליך!!
איך וועל דיר מסביר זיין, די רעפובליקאנער האלטן אז אמעריקע האט א רעכט צו באשליסן וויפיל מענטשן עס זאלן אריינקומען אין לאנד, און אז עס איז א פראבלעם אויב מענטשן קומען אריין אומלעגאל, און ברענגען אריין זייערע קינדער אומלעגאל, ממילא אויב גיט מען רעכטן פאר קינדער וואס זייערע עלטערן האבן זיי אריינגעברענגט אומלעגאל, מאכט עס אז מער עלטערן זאלן זיך מאכן דעם חשבון אז עס לוינט זיך אריינצושיקן די קינדער קיין אמעריקע ווייל סוכ"ס וועלן זיי באקומען די רעכט דא צו בלייבן.

יעצט פארשטייסטו שוין?
קאך_לעפל
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 2367
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג דעצעמבער 10, 2012 11:16 am
האט שוין געלייקט: 268 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3324 מאל

שליחה דורך קאך_לעפל »

[justify]ס'איז ממש א שרעק וואס עס שפילט זיך דא אין אונזער אמעריטשקע.

די פארזיצרן פונעם נידעריגער לעגיסלאטיווען הויז די עקלהאפטע שקלאפטע פּעלאָסי לאזט נישט נאך מיט אירע פאלשטקייטן און ליבלעראלע רעטאריק און געמיינע שטיק.
זי פראבירט מיט אלע מיטלן צו באשולדיגען דעם פרעזידענט פאר די לענגסטע רעגירונג קורצשלוס אין די היסטאריע פון די פאראייניגטע שטאטן, אין דער צייט וואס בלויז אירע פארדארבענע עגאיסטישע מנעארן, און בלינדער האס צום פרעזידענט, שטרויכלען נאכאנאנד די פארהאנדלונגן.

אצינד האט דער שקלאפטע מיט דער גרעסטער מאס טראציקייט און ארגאנץ געשיקט א דעקרעט צו ווייסן הויז, מיט א פארלאנג אפצושטיפן די סטעיט אוו די יוניאן רעדע. א רעדע וואס דער פרעזידענט האלט טראדיציאל אפ אינעם לעגיסלאטיווען הויז יאנואר 29' למספ'.

די שקלאפטע פראבירט מיט יעדע מיטל וואס שטייט אין איר פאזיציע צו שטערן דעם ארדענונג אין לאנד, זי מאכט זיכער ארויפצוברענגן זינלאזע פארהאנדלונגן אינעם לעגיסלאטיווער הויז. איבער געזעצן וועלכע וועלן קיינמאל נישט דורכגיין. אלעס מיטן ציל צו פאלאזירן די רעגירונג, און צו שטערן דעם פרעזידענט אויסצופירן זיינע פליכטען.

ס'איז שוין העכסט צייט אז די מכשפה פּעלאָסי זאל אראפקריכן פונעם הויכער בוים אויף וועלכע זי איז מיט איר טיפשות ארויפגעקראכן, און אויפהערן מיט אירע געמיינע שטיקעס און שיגאנען. שענק פארן פרעזידענט זיין געלט פאר די וואנט, וועלכע די זעלבסט האסט אמאל פארלאנגט. און הער אויף צו צו פארדרייען א שמיטשיק מיט דיינע אנגעבליכע מאראלישע ווירדן אין וועלכע די זעלבסט גלייבסט א הויקער.

די אכט הונדערט טויזענט פעדעראלע ארבייטער זענען נישט מחיוב צו ליידן צוליב דיין פונסטערע האס צום פרעזידענט, און דיין פארזוך פאר נאציאנאלע אויפמערזאמקייט.

מיס. שלאנג פּעלאָסי... בעק אף....[/justify]
אונטער חכם
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1003
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 02, 2017 4:42 pm
האט שוין געלייקט: 565 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 524 מאל

Re: אמעריקע געפינט זיך אין א כאאטישער צושטאנד

שליחה דורך אונטער חכם »

To set the record straight, פעלאוסי איז נישט די וואס לאזט נישט עפענען די גאווערמענט, עס איז טראמפ.
קלוגסטער פון אייראפע
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 54
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יולי 26, 2017 12:20 pm
האט שוין געלייקט: 62 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 30 מאל

שליחה דורך קלוגסטער פון אייראפע »

IMG-20190117-WA0050.jpg


זי האט געזאלט פליען באלד. אבער דער פרעזידענט האט איר געזאגט אז זי קען נישט נוצן א גאווערמענט געלט
אין לך את ההרשאות המתאימות על מנת לצפות בקבצים המצורפים להודעה זאת.
קאך_לעפל
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 2367
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג דעצעמבער 10, 2012 11:16 am
האט שוין געלייקט: 268 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3324 מאל

וואו איז מיטש מאַקאָנעל?

שליחה דורך קאך_לעפל »

[justify]ס'איז קאמיש צו זען ווי די אנשויאונגען פון מענטשן פירן זיי צו וואנזיניגקייט.

די ליבעראלע סאציאליסטן אין וואשינגטאן האבן אצינד אנגעהויבן אויסצודרייען זייער זינלאזע באשולדיגן און גיפטיגע פיילן צום ריכטונג פונעם מאיאריטעט פירער פונעם העכערן הויז, מיטש מאַקאָנעל. זיי שרייען נאכאנאנד הייזעריגערהייט וואו איז מיטש מאַקאָנעל? וואו איז מיטש מאַקאָנעל?

אייגענטליך וואס ווילן די די ליבעראלע – סאציאליסטן פון מיטש מאַקאָנעל'ס לעבן האבן?

זייער גלייך: לויט די קאנסטיטוציע, האבן צוויי-דריטל פונעם סענאט די לעגאלע מאכט צו וועטאאירן דעם פרעזידענט. דאס באדייט אז אויב דער סענאט באשטעטיגט דעם בודזשעט, און ס'ווערט דערנאך גלייכצייטיג אויך באשטעטיגט דורכן נידריגן הויז, אבער ס'ווערט וועטאאירט דורכ'ן פרעזידענט, דאן קען צוויי דריטל פונעם סענאט צונישט מאכן דעם וועטא פונעם פרעזידענט, און דער בודזשעט גייט אריין אין געזעץ. דערפאר שרייען זיי נאכאנאנד וואו איז מיטש מאַקאָנעל?

קעלבער! מיטש מאַקאָנעל שטייט פעסט מיט'ן פרעזידענט, ער לאזט זיך נישט פארפירן פון די לעכערליכע ליבעראלע – סאציאליסטישע פראפאגאנדע. ער פארשטייט אויך אז איינמאל דער פרעזידענט ברעכט זיך צו די שקלאפטע פּעלאָסי וועט קיין גרעניץ זיכערהייטס קיינמאל נישט זיין. אפילו פּעלאָסי שווערט זיך אצינד ביי אלעם הייליגן אז זי איז אויסשליסליך יא פאר גרעניץ זיכערהייטס, ווייסט ער זייער גוט אז די ליבעראלע סאציאליסטן קען מען נישט געטרויען מיט קיין ווארט! זיי זענען אלע תלמידים און תלמידי תלמידים פון די גרעסטע ליגנערס פונעם יאר-הונדערט, ביל קלינטאן און באראק אבאמא. (ווי גוט האט יענער געזאגט: פרעזידענט טראמפ ווען ער זאגט ליגנט, מיינט מען אז ער זאגט אמת. פרוי קלינטאן ווען זי זאגט אמת, מיינט מען אז זי זאגט ליגנט). די רגע וואס דער פרעזידענט ברעכט זיך, און עפענט אויף די רעגירונג, טרינקט מען לחיים אין מעקסיקא און אין גואַטעמאַלאַ, און א פלייץ פון אומצאליגע אמיגאס וועלן פארפלייצן דעם דרום ברעג, ווייל קיין וואנט אדער גרעניץ-וואך וועט פילייכט נישט זיין. מיטש מאַקאָנעל פארשטייט דאס פילייכט זייער גוט.

וואו איז מיטש מאַקאָנעל? פרעגט נישט וואו ער איז! טוט צו די זאך, שענקט דעם פרעזידענט זיינע געפאדערטע געלטער אין וואס ער נויטיגט זיך אויסצופירן זיין פרעזידענטליכער פליכט. און די גאנצע סומאטאכע קומט צו אן ענדע. און אלס א זייטיגער ביינדל וועלן די ליבעראלע – סאציאליסטן אויך געניסן פון גרעניץ זיכערהייט און זיין באשיצט פון אומלעגאלע פארברעכער. לייגט ביטע אוועק די מאראלישע קניידלעך פאר אפיקומן...[/justify]
קאך_לעפל
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 2367
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג דעצעמבער 10, 2012 11:16 am
האט שוין געלייקט: 268 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3324 מאל

פעדעראלע רעגירונג קורצשלוס:

שליחה דורך קאך_לעפל »

[justify]די ליבעראלע מידיא, פראבירן מיט אלע זייער מעגליכקייטן צו מאלן א שווארץ בילד. זיי הערן נישט אויף צו פארטושן די מוחות פון די מענטשהייט אז דער רעגירונג קורצשלוס איז עפעס א וועלטס קאטאסראפע.

נעמליך, דער פאקט אז אכט הונדערט טויזענט מענטשן באקומען נישט זייער וועכנטליכע געהאלט איז ווירקליך א גראנדיעזע טראגעדיע (א טראגעדיע וואס שקלאפטע פּעלאָסי האט די מעגליכקייטן אפצושטעלן אין א אויגן בליק, ווען זי זאל נאר וועלן לייגן איר עגאאיסטישע אראגאנץ צייטווייליג אויף אפהאלט, און אריין שטעלן איר אנגעבליכע מאראלישע ווירדן אין שופלאד).

אין די ווירקליכקייט טוט דער רעגירונג קורצשלוס כמעט נישט עפעקטירן די אלגעמיינע אמעריקאנער באפעלקערונג, ווארום איטליכע שטאט פון די פאראייניגטע שטאטן, פארמאגט א זעלבסטשטענדיגע מוניציפאלע רעגירונג וואס פארפיגט אויף אלע אירע באדערפענישן.

דער רעגירונג קורצשלוס עפעקטירט מערסטייל בלויז די זיכערהייטס אגענטן אין די לופט-פעלדער, און די פארהאסטע פעדעראלע שטייער איינמאנער, און די עסן קארטן פאר די נויטבאדערפטיגע, (דאס קען עטווענטועל עטוואס עפעקטירן די אידישע באפעלקערונג אין די גאר נאנטע צוקונפט, אבער ב''ה מיר האבן משביע...), און די פעדעראלע יוריסדיקציע סיסטעם, און ווי אויך די פעדעראלע ים פאליציי...

די פעדעראלע רעגירונג קען זיין פארשלאסן פאר יארן לאנג, און ס'וועט גארנישט שטערן דעם רעגלמעסיגער לעבנסשטייגער פון די אמעריקאנער באפעלקערונג...

די ליבעראלע מידיא, ווי זייער שטייגער, מאכט בלויז אן א פוסטער שטורם ווינט אין א גלאז וואסער....[/justify]
קאך_לעפל
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 2367
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג דעצעמבער 10, 2012 11:16 am
האט שוין געלייקט: 268 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3324 מאל

שליחה דורך קאך_לעפל »

אינטערעסאנט אז קיין איין מידיע קוואל האט נאך נישט ארויפגעברענגט די קאנספיראציע טעאריע וועלכע שטייט אונטער די הארטע-פארביסנקייט פון די מיליאנערסקע-שקלאפטע פּעלאָסי.

די דאזיגע שלעכטהארציגע פּעלאָסי גרייט זיך ווארשיינליך צו לויפן פאר פרעזידענט פון די פאראייניגטע שטאטן אין יארע 2022' למספ'. דערפאר איז זי אויסן זיך אהערצושטעלן אלס א הארטע אומבויגזאמע פירערן וועלכע ברעכט זיך נישט פאר גארנישט אויף די וועלט ווען עס קומט צו אירע אנגעבליכע ווירדן. זי ווארפט אריין דאס גאנצע לאנד אין א כאאסישע צושטאנד, זי כאפט אוועק דאס ארימע ביסן פון די מיילער פון די נאנט צו א מיליאן פעדעראלע איינגעשטעלטע, בלויז צו זעטיגן איר מאכט-אמביציעס...

די שקלאפע וויל קעניגן אין לאנד, און מיר ליידן... א א טיפישע ליבלעראלע מאלפע...
באניצער אוואטאר
חתן בחור
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 318
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג דעצעמבער 11, 2018 9:14 pm
האט שוין געלייקט: 520 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 256 מאל

שליחה דורך חתן בחור »

שווער צו גלייבן אז זי פלאנט צו לויפן פאר פרעזידענט. אפילו אויף Biden וואס איז נאך יונגער פון איר, זאגט מען אז טאמער געווינט ער וועט ער זיין דער עלצטען פרעזידענט. און זי איז שוין כמעט 80.
באניצער אוואטאר
רביה''ק זי''ע
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 5435
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 15, 2018 8:46 pm
געפינט זיך: אין קוויטל-שטוב
האט שוין געלייקט: 5089 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6524 מאל

שליחה דורך רביה''ק זי''ע »

אין ווייטערדיגע אנטוויקלונגען, זענען די דעמקאראטן שוין מסכים צו באשטימען די פינף בילליאן דאללער פאר גרעניץ קאנטראל, אבער מ'זאל עס נישט נוצן צו בויען א וואנט...

בעיביס!!!
Do y'all remember before the internet that people thought the cause of stupidity was the lack of access to information? Yeah, it wasn't that
קאך_לעפל
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 2367
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג דעצעמבער 10, 2012 11:16 am
האט שוין געלייקט: 268 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3324 מאל

דער סטעיט אוו די יוניאן סומאטוכע:

שליחה דורך קאך_לעפל »

[justify]דער באדייט:

די אמעריקאנע קאנסטעטוציע שרייבט פאר, אז דער פרעזידענט פון די פאראייניגטע שטאטן זאל יעדע אנהייב יאר אפהאלטן אזא סארט גענעראל פארזאמלונג, מיטצוטיילן פאר די מיטגלידער פון אלע דריי פראקציעס פון דער רעגירונג - די עקזעקוטיווע, די לעגיסלאטיווע, און די יוריסדיקצישע, זיין פאליטישער און עקאנאמישע וויזיע, און ווי אזוי ער פלאנירט צו רעגירן אינעם בעפארשטייענדן יאר! דער גענעראל פארזאמלונג דארף נישט אפגעהאלטן ווערן מונדליך, נאר עס קען אויך אפגעהאלטן ווערן שריפטליך. א מערקווירדיגער טייל פון די אמעריקאנער פרעזידענטן האבן דאס טאקע געגעבן שריפטליך. אבער אנגעהויבן פון פרעזידענט ווילסאן און ווייטער האבן אלע פרעזידענטן דאס אפגעהאלטן מונדליך. דער גענעראל פארזאמלונג ווערט טראדיציענאל אפגעהאלטן, אינעם גיגאנטישן זאל פונעם נידעריגער רעפרעזאנטן הויז, אינעם רעפרעזאנטן געביידע אין וואשינגטאן.

דורכאויס דעם גענעראל פארזאמלונג זענען אנוועזנד אלע פירער פונעם לאנד. די לעגיסלאטורן, און די העכסטע ריכטער פונעם אמעריקאנער געריכט, און נאך פילע פראמינענטע פיגורן, אפגעזען צו וועלכע פארטיי מ'געהערט. דער גענעראל פארזאמלונג דינט אלס איינע פון די גרעסטע מאניפעסטאציעס אין די פאראייניגטע שטאטן, א מאַניפעסטאציע צייגט דער שיינקייט פון די אמעריקאנע ווירדן, די דויערהאפטיקייט פון די קאנסטיטוציע, און דאס אינהאלטסרייכקייט פונעם אמעריקאנער קולטור. א ריכטיגער אמעריקאנער פאטריאט וועט קיינמאל אין לעבן נישט שפילן קיין פאליטיק מיט אזא שיינע און רייכע טראדיציע. אויסגעשלאסן איינע: דאס איז די אריסטאקראטישע רייכע סאן-פראנציסקא דאמע נענסי פּעלאָסי.

די סומאטוכע:
אין אנהייב יאַנואַר איז געלונגען פאר די ליבעראלן צו געווינען דאס מערהייט אינעם נידעריגן רעפרעזאנטן הויז. אין רעזולטאט איז פרוי פּעלאָסי עמטליך אריין דערוועלט געווארן אלס פארזעצערין פונעם נידעריגן רעפרעזאנטן הויז. גאר אן ערענפולער פאזיציע, וועלכע זי באזיצט שוין אייגענטליך צום דריטן מאל דורכאויס איר לאנגיעריגע פאליטישער קאַריערע. פרעזידענט טראמפ האט איר דאן אויסטערליש ווארעם באגריסט. איר שטול איז נאך נישט געווען פולקאם אנגעווארעמט, און דער גראנדיעזער האלצערנער האמער איז איז נאך נישט געשטאנען גוט אין אירע צארטע באבישע הענט, האט זי - ווי עס לויטעט די טראדיציע - שוין געשיקט אן איינלאדענונג צום פרעזידענט אפצוהאלטן דעם יערליכער גענעראל פארזאמלונג אינעם זאל פונעם נידעריגן רעפרעזאנטן הויז. דער פרעזידענט האט דאס זעלבסטפארשטענדליך אנגענומען.

ווי עס לויטעט דאס געזעץ, איז דער רעפרעזאנטן הויז פארפליכטעט אפשטימען א ספעציעלע רעזאלוציע, אז אלע רעפרעזאנטן זאלן זיין ערלויבט זיך צו פארזאמלען אין א געמיינזאמע סעסיע אויסצוהערן דעם רעדע פונעם פרעזידענט. די העפטיגע בעפארברייטונגען פארן אפשטימונג האבן זיך אט געזאלט אנהייבן. אבער מיטאמאל האט זיך פרוי פּעלאָסי געטוישט איר טיגער הויט, און בייזוויליג געשיקט א בריוו צום פרעזידענט, אז צוליב דער רעגירונג קורצשלוס איז זי עטוואס באזארגט פאר די זיכערהייט פונעם גענעראל פארזאמלונג, דערפאר ראט זי דעם פרעזידענט, אז דער גענעראל פארזאמלונג זאל צייטווייליג געלייגט ווערן אויף אפהאלט, אדער זאל עס אפגעהאלטן ווערן שריפטליך, ווי פארצייטנס...

די לייב גוואַרדיסטען פונעם פרעזידענט האבן באלד אפגעווארפן די אנגעבליכע זינלאזע זיכערהייטס פראבלעמען באהויפטונגען פון פרוי פּעלאָסי, און זיי האבן דייטליך קלארגעשטעלט אז פרוי פּעלאָסי לעבט אין באבישע אילוזיעס, און זיי זענען פולקאם אומשטאנד אויסצופירן זייערע פליכטן. "מיר האבן נישט קיין שום פראבלעם מיט קיין שום זיכערהייטס מאסנאמען"! האט דער היים לאנד זיכערהייטס סעקרעטארשע דעקלערט. נאכמער האט זי קלארגעשטעלט: פרוי פּעלאָסי האט זיך קיינמאל נישט פארבינדן מיט מיר איבער דעם דאזיגער טאפיק. אין אנדערע ווערטער, פּעלאָסי האט זעלבסט באשאפן א זיכערהייטס פראבלעם, בלויז דורכצופירן אירע עגאאיסטישע אמביציעס. ווי עס שיינט איז דאס יא מאראליש אויסגעהאלטן...

דער קעגן-רעאקציע פונעם פרעזידענט האט נישט געשפעטיגט צו קומען:
אפגעזען פונעם ווייטאגליכער רעגירונג קורצשלוס, אפגעזען פון די אויסטערלישע פיין פון די נאנט צו א מיליאן פעדעראלע ארבייטער, וועלכע הונגערן ממש פאר א שטיקל ברויט. האט די רייכע פּעלאָסי אין די באגלייטונג איר קייזערליכער סוויטע, זיך געגרייט ארויסצולאזן אויף א דיפלאמאטישע פראפעגאנדע רייזע קיין אויסלאנד. פרוי פּעלאָסי האט פילייכט נישט געהאט דאן קיין אנדערע זארגן, ווי זיך צו גיין פאטאגראפירן מיט די מיליטערישע קאמאנדירן אין אפגאניסטאן פאר אירע פאליטישע מאטיווען... הארט פאר זי האט זיך געזאלט ארויסלאזן צום לופטפעלד מיט איר מאטארקאדע, האט זי מיטאמאל דערהאלטן א דרינגענדער באפעל פונעם קאמאנדיר אין טשיף. דער באפעל האט געלויטעט, אז צו זיין באדויערן קען דער פרעזידענט איר נישט אצינד שענקען קיין ערלויבעניש זיך צו באנוצן מיט א מיליטערישע פליגער פאר איר פראפעגאנדע און פאלטישע צוועקן. דער פרעזידענט האט איר איידל עקלערט: פרוי פּעלאָסי, מיר דארפן אייך קריטיש וויכטיג אין וואשינגטאן. דיין פאפראציע רייזע וועט מוזן ווארטן ביז דער רעגירונג קורצשלוס איז פאראיבער...

ווי ס'איז זעלבסטפארשטענליך, האט די שטאלצע פרוי פּעלאָסי געשוימט פאר כעס... זי האט אין א זינלאזע שריט באשולדיגט דעם קאמאנדיר אין טשיף מיטן איר אויסצושטעלן צו זיכערהייטס ריזיקעס...

דער ברוטאלע נקמה פון פרוי פּעלאָסי האט נישט געשפעטיגט צו קומען:
נעכטן אווענט האט דער פרעזידענט געשיקט א בריוו פאר פרוי פּעלאָסי, אז ער נעמט גערן אן איר איינלאדענונג צו קומען אפהאלטן דעם יערליכער גענעראל פארזאמלונג אינעם רעפרעזאנטן הויז. דער פרעזידענט האט מיט דעם דאזיגן שריט ווארשיינליך געוואלט מעסטן די וואסערן, און זיך געוואלט איבערצייגן ווי ווייט פרוי פּעלאָסי איז אומשטאנד צו גיין ווען זי איז אין א גוסטע צו טריצן. פרוי פּעלאָסי האט טאקע געוויזן פאר די אמעריקאנע באפעלקערונג, און פאר די גאנצע וועלט אויף וואס זי איז אלס ווירקליך אומשטאנד. זי האט געזאגט פארן פרעזידענט: איך וועל דיר צייגן ווער ס'איז ווירקליך באלעבאס אין אמעריקע... איך לאז דיר נישט קומען צום רעפרעזאנטן הויז אפצוהאלטן דיין טראדיציאנאלע גענעראל פארזאמלונג. א כפרה פאר די ווירדע פונעם קאנצעליי פונעם פרעזידענט פון די פאראייניגטע שטאטן! א כפרה אויף אלע אמעריקאנער טראדיציעס און ווירדן! א כפרה אויף אלעם! איך בין א העלדישע העלדין! און מיין מאכט איז ווירקליך גרעניצלאז...

ווען עמיצער שרייבט דאס ווען פון פאראויס, וואלט ער אן קיין צווייפל זאפארט אפגעפירט געווארן צום נענטסטען גייסטיש קראנקע אינסטאטוציע...

וואס פרוי פּעלאָסי פארזעהט ווארשיינליך איז ווי די פאלגענד:
אויב עס איז פארהאן צוויי באשעפענישן אויף די גאנצע וועלט וועמען איר ווילט נישט האבן אויף אייער שלעכטע זייט, איז דאס בלויז דער פרעזידענט פאר די פאראייניגטע שטאטן, און דאנאלד טראמפ! און ווען דאנאלד טראמפ זעלבסט איז דער פרעזידענט פון די פאראייניגטע שטאטן, און איר האט אים פערזענליך מסדר געווען בלויז פאר פאליטישע און מאכט-הונגעריגע אורזאכן, געפינט איר זיך איינגענטליך אין א שטיקל סיטואציע... דאס איז בלויז מילד גערעדט...

דער פרעזידענט האט ווי א ריכטיגער אמעריקאנער שטאטסמאן איינגעשטימט אויסצואווארטן מיטן גענעראל פארזאמלונג ביז נאך די רעגירונג קורצשלוס. אפגעזען פון די פילע אלטערנאטיווע אויסוועגן וועלכע זענען געשטאנען צו זיין דיספאזיציע. דער פרעזידענט שעצט אמעריקאנע ווירדן און טראדיציעס, ער שעצט די היסטאריע פון די פאראייניגטע שטאטן, ער שעצט דעם אמעריקאנעם קולטור. ער טוט וואס עס איז ריכטיג... אפגעזען פון זיינע פערזענליכע אנגעווייטאגטע געפילן אויף פרוי פּעלאָסי, דאס מיינט אבער נישט אז ער וועט איר אמאל פארגעבן... אייגענטליך קען מען עטוואס שוינען די צארטע דאמע...

דאקעגן פרוי פּעלאָסי שטעלט זיך ארויס ווי ערשט-קלאסישע ליגנער און פליפ-פלאפער, א לופטיגע פרוי אנגעפולט מיט עגאאיסטישקייט און אראגאנץ. א קורצזיכטיגער און אויבערפלעכליכער פאליטיקער, וואס דינט בלויז די ראדיקאלע ליבלעראלע באוועגונג אין לאנד (זעלבספארשטענליך נישט לשם וואוילטעטיגקייט).
וואס דארף מען נאך מער ווי דאס וואס איר אייגענער טאכטער, איר בלוט און פלייש, האט געזאגט אויף איר אייגענע מוטער: מיין מוטער וועט אפהאקן דעם קאפ פון אירע פיינט, אן דעם וואס זיי וועלן וויסן אז זיי זענען קאפלאז (עלובה עיסה שהנחתום מעיד עליה שהיא רעה).

פרוי פּעלאָסי וועט געדענקט ווערן מיט אויסטערלישע שאנדע, פא'רן גרינגשעצן אין די אמעריקאנע טראדיציעס און ווירדן פאר איר אייגענע עגאאיסטישע אינטערעסן... זי איז גארנישט קיין געווינער, זי איז דער גרעסטער פארלירער...[/justify]
גראף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1034
זיך רעגיסטרירט: זונטאג אפריל 06, 2014 4:10 am
געפינט זיך: אויפן גיט אין דער אלטע הײם
האט שוין געלייקט: 714 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 512 מאל

שליחה דורך גראף »

יא יא זי איז א .... און ער איז א א שטאטמאן.... האהאהאהאהא!!!!!
גראדע האלט איך אז ער איז גערעכט (דאסמאל). נאר פארגעסט נישט וואו אזוי זיינע גראבע און ווילדע אויסברויכן קעגן זיינע פאליטישע קעגנער האבן אויס געזעהן.
אביסל פילט ער וואס ס'קומט עם.
קאך_לעפל
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 2367
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג דעצעמבער 10, 2012 11:16 am
האט שוין געלייקט: 268 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3324 מאל

שליחה דורך קאך_לעפל »

איך רעד בלויז פון די איצטיגע סיטואציע. אין אלגעמיין זענען ביידע זיך ווערט דאס געלט.
קאך_לעפל
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 2367
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג דעצעמבער 10, 2012 11:16 am
האט שוין געלייקט: 268 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3324 מאל

שליחה דורך קאך_לעפל »

א בראך אויף קלאמבעס: דער ביל פון מיטש מאַקאָנעל איז אצינד דורכגעפאלן. דער סענאט שטימט אצינד אויפן ביל פון שומער...
באניצער אוואטאר
ליטוואק פון בודאפעסט
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 9706
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 6:51 pm
האט שוין געלייקט: 3162 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9133 מאל

שליחה דורך ליטוואק פון בודאפעסט »

איך דענק אז ווען קאך_לעפל איז געווען א קליין קינד, האט זיין מאמע אים נישט געלאזט נוצן די ווארט ׳ווירקליך׳.

#צוריק_צום_נושא
פארשפארט