הנץ החמה / שקיעת החמה

פראגעס, ספיקות, באשרייבונגען
באניצער אוואטאר
משה געציל
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1676
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 27, 2012 2:12 pm
האט שוין געלייקט: 2456 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2705 מאל

הנץ החמה / שקיעת החמה

שליחה דורך משה געציל »

שוין א לענגערע צייט וואס איך פראביר צו פארשטיין פארוואס רוב לוחות ווען זיי שרייבן דעם זמן פון די נץ זענען זיי זיך מתייחס צום הנה״ח, אין אידיש הנץ - דאס שפראצונג, משא״כ ווען מען שרייבט פונעם שקיעה שרייבט מען שקה״ח אין אידיש שקיעה - איינזינקונג אן דעם ה׳ בעפאר וואס וואלט זיך געליינט השקיעה - דאס איינזינקונג, מאי שנא?
ומי קרי לחינוך השלמה, והא תניא אי זה חינוך היה רגיל לאכול בשתי שעות מאכילין אותו לשלש בשלש מאכילין אותו בארבע? אמר רבא בר עולא תרי חנוכי הוו: (יומא פ"ב ע"א)
געפילטע פיש
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 6959
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 29, 2012 10:16 am
האט שוין געלייקט: 4586 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6629 מאל

שליחה דורך געפילטע פיש »

ווייל די וועג ווי דער עולם זאגט עס, הנץ מיט א פתח הא, אדער די נץ איז א טעות, די הא איז א חלק פונעם ווארט, און מ'דארף דאס זאגן מיט א קמץ הא.
באניצער אוואטאר
זר זהב
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 9465
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 06, 2012 4:23 am
האט שוין געלייקט: 3508 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3654 מאל

שליחה דורך זר זהב »

אינטערעסאנט קיינמאל נישט געוואוסט דערפון. איך הער קיינעם נישט זאגן מיט א ה' בכלל. מ'זאגט "דער נץ"
איך שרייב וואס איך וויל און וואס איך האלט פאר ריכטיג, וועדער יו "לייק" איט אר נאט
באניצער אוואטאר
משה געציל
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1676
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 27, 2012 2:12 pm
האט שוין געלייקט: 2456 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2705 מאל

שליחה דורך משה געציל »

געפילטע פיש האט געשריבן:ווייל די וועג ווי דער עולם זאגט עס, הנץ מיט א פתח הא, אדער די נץ איז א טעות, די הא איז א חלק פונעם ווארט, און מ'דארף דאס זאגן מיט א קמץ הא.

דער ה׳ איז פון די שורש? וואס טוט זיך מיט כפורחת עלתה ״נצה״ (וישב מ׳ י׳), דער שורש דארט איז נישט נץ?
ומי קרי לחינוך השלמה, והא תניא אי זה חינוך היה רגיל לאכול בשתי שעות מאכילין אותו לשלש בשלש מאכילין אותו בארבע? אמר רבא בר עולא תרי חנוכי הוו: (יומא פ"ב ע"א)
באניצער אוואטאר
דבילה
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 798
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 23, 2012 10:17 pm
האט שוין געלייקט: 1091 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 542 מאל

שליחה דורך דבילה »

משה געציל האט געשריבן:

דער ה' פונ'ם "הנץ" איז די ה"א הידועה וואס קומט פאר א שם דבר, נישט די ה' פון "הפעיל". והא ראיה וואס משה געציל ברענגט וואס דאס שטעלט קלאר ארויס דעם נ' אלץ דעם פ"א הפועל.
געפילטע פיש
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 6959
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 29, 2012 10:16 am
האט שוין געלייקט: 4586 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6629 מאל

שליחה דורך געפילטע פיש »

קוק דא ווי אזוי ס'איז געפינטעלט אויבן, און הערה 1. טעות נפוצה היא לקרוא למועד זה כ"נץ החמה", אך למעשה ה-"ה" היא חלק מן המילה ואיננה ה' הידיעה. (השוו לשיר השירים ז יג – "הנצו הרימונים")
דאס איז א איינגעגעסענע עם-הארצות.
באניצער אוואטאר
דבילה
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 798
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 23, 2012 10:17 pm
האט שוין געלייקט: 1091 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 542 מאל

שליחה דורך דבילה »

געפילטע פיש האט געשריבן:קוק דא ווי אזוי ס'איז געפינטעלט אויבן, און הערה 1. טעות נפוצה היא לקרוא למועד זה כ"נץ החמה", אך למעשה ה-"ה" היא חלק מן המילה ואיננה ה' הידיעה. (השוו לשיר השירים ז יג – "הנצו הרימונים")
דאס איז א איינגעגעסענע עם-הארצות.

האביך נישט ריכטיג פארשטאנען "הנצו". איז דער הא נישט א הא תמוה?

דבילה האט געשריבן:

לשון המנחת שי:

מצאתי בס' דקדוק ישן כ"י שצד"י הנצי בדגש במקום אות החסרה כמו הנצצו ובספרים שבידינו אין בהם דגש ושרשו נצה.

לערנט ער דעך קלאר אז דער הא איז נישט פונ'ם שורש.
באניצער אוואטאר
דבילה
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 798
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 23, 2012 10:17 pm
האט שוין געלייקט: 1091 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 542 מאל

שליחה דורך דבילה »

געפילטע פיש האט געשריבן:קוק דא ווי אזוי ס'איז געפינטעלט אויבן, און הערה 1. טעות נפוצה היא לקרוא למועד זה כ"נץ החמה", אך למעשה ה-"ה" היא חלק מן המילה ואיננה ה' הידיעה. (השוו לשיר השירים ז יג – "הנצו הרימונים")
דאס איז א איינגעגעסענע עם-הארצות.

בד"וו, דאס איז א קלאסישע דוגמא ווי ס'איז וויכטיג צו קוקן אויף די מקורות פון וויקי. אויף דעם פאל שטייט דעך "דרוש מקור"...
געפילטע פיש
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 6959
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 29, 2012 10:16 am
האט שוין געלייקט: 4586 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6629 מאל

שליחה דורך געפילטע פיש »

די נץ וואס די פסוק רעדט דא איז נישט "די שפראצינג", נאר א בלום.

רש"י צייכענט צו א פסוק אין ישעיה י"ח ה
מצודות ציון דארט זאגט ""נצה" - הוא כעין פרח וגדול ממנו וכן נאמר והיא כפורחת עלתה נצה (בראשית מ')"
מלבי"ם ""פרח, נצה". יש אילנות שהפרח קודם להציץ כמו השקדים ודומיהם, וע"כ תמצא במטה אהרן ויוצא פרח ויצץ ציץ, ומזה המין מדבר פה במליצתו, ויש אילנות שהנץ יוקדם להפרח, וע"כ אמר לקמן (כז) יציץ ופרח ישראל:"

זע אויך דא און דא.
געפילטע פיש
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 6959
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 29, 2012 10:16 am
האט שוין געלייקט: 4586 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6629 מאל

שליחה דורך געפילטע פיש »

דבילה האט געשריבן:
געפילטע פיש האט געשריבן:קוק דא ווי אזוי ס'איז געפינטעלט אויבן, און הערה 1. טעות נפוצה היא לקרוא למועד זה כ"נץ החמה", אך למעשה ה-"ה" היא חלק מן המילה ואיננה ה' הידיעה. (השוו לשיר השירים ז יג – "הנצו הרימונים")
דאס איז א איינגעגעסענע עם-הארצות.

בד"וו, דאס איז א קלאסישע דוגמא ווי ס'איז וויכטיג צו קוקן אויף די מקורות פון וויקי. אויף דעם פאל שטייט דעך "דרוש מקור"...

איך וואלט נישט גענומען בלינדערהייט פון וויקי, איך האב דאס געהערט פון א תלמיד חכם וואס טוט אסאך אין זמנים.
באניצער אוואטאר
משה געציל
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1676
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 27, 2012 2:12 pm
האט שוין געלייקט: 2456 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2705 מאל

שליחה דורך משה געציל »

געפילטע פיש האט געשריבן:די נץ וואס די פסוק רעדט דא איז נישט "די שפראצינג", נאר א בלום.

רש"י צייכענט צו א פסוק אין ישעיה י"ח ה
מצודות ציון דארט זאגט ""נצה" - הוא כעין פרח וגדול ממנו וכן נאמר והיא כפורחת עלתה נצה (בראשית מ')"
מלבי"ם ""פרח, נצה". יש אילנות שהפרח קודם להציץ כמו השקדים ודומיהם, וע"כ תמצא במטה אהרן ויוצא פרח ויצץ ציץ, ומזה המין מדבר פה במליצתו, ויש אילנות שהנץ יוקדם להפרח, וע"כ אמר לקמן (כז) יציץ ופרח ישראל:"

זע אויך דא און דא.

דער אבן עזרא צייכנט צו דעם פסוק וואס דו האסט פריער געברענגט פאר הנץ-שפראצונג, עלתה נצה- כמו הנצו רמונים.
ומי קרי לחינוך השלמה, והא תניא אי זה חינוך היה רגיל לאכול בשתי שעות מאכילין אותו לשלש בשלש מאכילין אותו בארבע? אמר רבא בר עולא תרי חנוכי הוו: (יומא פ"ב ע"א)
באניצער אוואטאר
משה געציל
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1676
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 27, 2012 2:12 pm
האט שוין געלייקט: 2456 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2705 מאל

שליחה דורך משה געציל »

געפילטע פיש האט געשריבן:די נץ וואס די פסוק רעדט דא איז נישט "די שפראצינג", נאר א בלום.

רש"י צייכענט צו א פסוק אין ישעיה י"ח ה
מצודות ציון דארט זאגט ""נצה" - הוא כעין פרח וגדול ממנו וכן נאמר והיא כפורחת עלתה נצה (בראשית מ')"
מלבי"ם ""פרח, נצה". יש אילנות שהפרח קודם להציץ כמו השקדים ודומיהם, וע"כ תמצא במטה אהרן ויוצא פרח ויצץ ציץ, ומזה המין מדבר פה במליצתו, ויש אילנות שהנץ יוקדם להפרח, וע"כ אמר לקמן (כז) יציץ ופרח ישראל:"

פון דאס וואס רש״י צייכנט צו נצה - הוא כעין פרח, איז נאכנישט מוכרח אז עס טייטשט נישט שפראצינג, פונקט ווי פרח מיינט א בלום הגם פרח טייטשט וואקסן דאך רופט מען אן א בלום פרח ע״ש וואס עס וואקסט, וה״ה לנצה טראץ וואס עס טייטשט שפראצן דאך רופט מען אן דער בלום על שמה וויבאלד עס שפראצט.
ומי קרי לחינוך השלמה, והא תניא אי זה חינוך היה רגיל לאכול בשתי שעות מאכילין אותו לשלש בשלש מאכילין אותו בארבע? אמר רבא בר עולא תרי חנוכי הוו: (יומא פ"ב ע"א)
באניצער אוואטאר
דבילה
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 798
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 23, 2012 10:17 pm
האט שוין געלייקט: 1091 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 542 מאל

שליחה דורך דבילה »

געפילטע פיש האט געשריבן:די נץ וואס די פסוק רעדט דא איז נישט "די שפראצינג", נאר א בלום.

רש"י צייכענט צו א פסוק אין ישעיה י"ח ה
מצודות ציון דארט זאגט ""נצה" - הוא כעין פרח וגדול ממנו וכן נאמר והיא כפורחת עלתה נצה (בראשית מ')"
מלבי"ם ""פרח, נצה". יש אילנות שהפרח קודם להציץ כמו השקדים ודומיהם, וע"כ תמצא במטה אהרן ויוצא פרח ויצץ ציץ, ומזה המין מדבר פה במליצתו, ויש אילנות שהנץ יוקדם להפרח, וע"כ אמר לקמן (כז) יציץ ופרח ישראל:"

זע אויך דא און דא.

אבער באמערק אז ווען דער מליץ וויל נוצן דעם "נצה" אלץ א פועל טוט ער ערזעצן דעם נ' מיט א יו"ד און מאכט דערמיט "יציץ" נישט "ינץ", ד.ה. אז דער י' פארנעמט יעצט דעם פלאץ פונ'ם "פא" (פעל) און דער צד"י בלייבט אלץ דער ע' (פעל). ביטע קער זיך אום צו דעם ת"ח און זאג עם אז דבילה איז מיט עם מחולק...
געפילטע פיש
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 6959
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 29, 2012 10:16 am
האט שוין געלייקט: 4586 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6629 מאל

שליחה דורך געפילטע פיש »

איך קען מיך מיט ענק נישט טענה'ן ווייל איר קענט דיקדוק בעסער ווי מיר, אין אנדערע ווערטער, איך קען נישט קיין דיקדוק... איך האב נאר איבערגעזאגט וואס כ'האב געהערט פון איינער וואס קען און ליגט אין זמנים און לוחות.
איך האב געטראפן א שמועס דערוועגן אין חדרי, אט איז א ציטאט.

מתוך מילון "רב-מילים":
הסבר מלא לצירוף הָנֵץ החמה שם ז'

1. ספרותית זריחת השמש.
• הוא השכים קום ויצא לדרכו עם הנץ החמה.

2. (בהלכה) הזמן המדויק של זריחת השמש. לזמן זה יש השלכה על קביעת אורך היום, זמני התפילות ושאר המצוות שמקיימים אותן דווקא ביום ולא בלילה.
• "זמנה [של קריאת המגילה בפורים] כל היום, מהנץ החמה עד סוף היום" (שולחן ערוך, אורח חיים תרפז א).
באניצער אוואטאר
משה געציל
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1676
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 27, 2012 2:12 pm
האט שוין געלייקט: 2456 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2705 מאל

שליחה דורך משה געציל »

געפילטע פיש האט געשריבן:איך קען מיך מיט ענק נישט טענה'ן ווייל איר קענט דיקדוק בעסער ווי מיר, אין אנדערע ווערטער, איך קען נישט קיין דיקדוק... איך האב נאר איבערגעזאגט וואס כ'האב געהערט פון איינער וואס קען און ליגט אין זמנים און לוחות.
איך האב געטראפן א שמועס דערוועגן אין חדרי, אט איז א ציטאט.

מתוך מילון "רב-מילים":
הסבר מלא לצירוף הָנֵץ החמה שם ז'

דער שרייבער פון בחדרי איז ביי מיר פונקט ווי דער שרייבער פון וויקי, ווי אויך האב איך נישט געטראפן דארטן איינער זאל ערווענען דעם פסוק עלתה ״נצה״ וואס ווי געשריבן אויבן שרייבט דער אבן עזרא קלאר אז עס איז פון דער זעלבער שורש פון הנצו רמונים.
ומי קרי לחינוך השלמה, והא תניא אי זה חינוך היה רגיל לאכול בשתי שעות מאכילין אותו לשלש בשלש מאכילין אותו בארבע? אמר רבא בר עולא תרי חנוכי הוו: (יומא פ"ב ע"א)
אליהועיני
א גאסט אין שטיבל
א גאסט אין שטיבל
הודעות: 15
זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש אוגוסט 25, 2012 1:56 pm
האט שוין געלייקט: 2 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 10 מאל

שליחה דורך אליהועיני »

ברשותכם, לאמיר אביסל סדר מאכן. געפילטע איז אייגנטליך גערעכט אז נץ איז א טעות. די ה"א איז נישט ה"א הידיעה, נאר ה"א הפעיל. עס איז ווירקליך א חלק פון ווארט, פונדעסטוועגן איז די ה"א נישט פון שורש. נישט קיין סתירה. פארהאן חלקי התיבה וואס זענען נישט פון שורש, אף על פי כן זענען זיי א חלק פון ווארט. די ה"א איז פון סימני הפעל.
ווייטער די ה"א פון נצה איז א חלק פון ווארט, אבער אויך דא איז די ה"א נישט פון שורש, נאר סימן הנקבה (און פארמאגט א מפיק). דער שורש פון נץ איז נ.י.צ. (די יו"ד איז נסתר)
[אנטשולדיג פארן שוואך יידיש שרייבן, איך בין ליידער א סאברע].
באניצער אוואטאר
שמעקעדיג
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 16680
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
האט שוין געלייקט: 18071 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 18981 מאל

שליחה דורך שמעקעדיג »

אליהועיני האט געשריבן:[אנטשולדיג פארן שוואך יידיש שרייבן, איך בין ליידער א סאברע].

ליידער?
וירח ה' את ריח הניחוח
באניצער אוואטאר
משה געציל
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1676
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 27, 2012 2:12 pm
האט שוין געלייקט: 2456 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2705 מאל

שליחה דורך משה געציל »

אליהועיני האט געשריבן:ברשותכם, לאמיר אביסל סדר מאכן. געפילטע איז אייגנטליך גערעכט אז נץ איז א טעות. די ה"א איז נישט ה"א הידיעה, נאר ה"א הפעיל. עס איז ווירקליך א חלק פון ווארט, פונדעסטוועגן איז די ה"א נישט פון שורש. נישט קיין סתירה. פארהאן חלקי התיבה וואס זענען נישט פון שורש, אף על פי כן זענען זיי א חלק פון ווארט. די ה"א איז פון סימני הפעל.
ווייטער די ה"א פון נצה איז א חלק פון ווארט, אבער אויך דא איז די ה"א נישט פון שורש, נאר סימן הנקבה (און פארמאגט א מפיק). דער שורש פון נץ איז נ.י.צ. (די יו"ד איז נסתר)
[אנטשולדיג פארן שוואך יידיש שרייבן, איך בין ליידער א סאברע].

אין אנדערע ווערטער, דער ה׳ איז א יסוד נופל? מקור לזה?
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום משה געציל, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
ומי קרי לחינוך השלמה, והא תניא אי זה חינוך היה רגיל לאכול בשתי שעות מאכילין אותו לשלש בשלש מאכילין אותו בארבע? אמר רבא בר עולא תרי חנוכי הוו: (יומא פ"ב ע"א)
איחוד פעלד
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2933
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מאי 20, 2012 6:00 pm
האט שוין געלייקט: 513 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1430 מאל

שליחה דורך איחוד פעלד »

עס קען זיין א טעות צו שרייבען נץ, א קורצער גוגל זיך, אדער אין היברא באקס ווייזט אז מען האט געשריבען נץ אהן די הא, פאר די לעצטע הונדרעט אן דרייסיג יאר לכל הפחות. איך האב נישט געהאט קיין צייט צו זוכען לענגער. עס איז דא נאך משלים פין טעותים וואס מען האט געשריבען. למשל ראשי ישיבות, איז א טעות, אבער מען שרייבט אזוי גאר לאנג. (הערשל ציג שרייבט וועגען דעם).
א משוגענער באלאנגט אין משוגעים הויז, און א מאלעסטער באלאנגט אין תפיסה!!
אדם המוכה מחבירו יכול לילך לקבול לפני עכו"ם אע"פ דגורם למכה היזק גדול (רמ"א סי' שפ"ח ס"ז), מותר לקצץ ידיו על ידי גוי (ש"ך ס"ק מ"ה).
אליהועיני
א גאסט אין שטיבל
א גאסט אין שטיבל
הודעות: 15
זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש אוגוסט 25, 2012 1:56 pm
האט שוין געלייקט: 2 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 10 מאל

שליחה דורך אליהועיני »

משה געציל האט געשריבן:
אליהועיני האט געשריבן:ברשותכם, לאמיר אביסל סדר מאכן. געפילטע איז אייגנטליך גערעכט אז נץ איז א טעות. די ה"א איז נישט ה"א הידיעה, נאר ה"א הפעיל. עס איז ווירקליך א חלק פון ווארט, פונדעסטוועגן איז די ה"א נישט פון שורש. נישט קיין סתירה. פארהאן חלקי התיבה וואס זענען נישט פון שורש, אף על פי כן זענען זיי א חלק פון ווארט. די ה"א איז פון סימני הפעל.
ווייטער די ה"א פון נצה איז א חלק פון ווארט, אבער אויך דא איז די ה"א נישט פון שורש, נאר סימן הנקבה (און פארמאגט א מפיק). דער שורש פון נץ איז נ.י.צ. (די יו"ד איז נסתר)
[אנטשולדיג פארן שוואך יידיש שרייבן, איך בין ליידער א סאברע].

אין אנדערע ווערטער, דער ה׳ איז א יסוד נופל? מקור לזה?

די ה"א איז נישט א יסוד נופל, זי איז כלל נישט פון יסוד (שורש). דער יסוד נופל איז גאר די יו"ד, ווי איך האב געשריבן. די ה"א פון הנץ איז סימן הפעל, און די ה"א פון נצה איז סימן הנקבה.
פארשפארט