מיאמי - כניסה לרבנים only!

ארטיקלען און באטראכטונגען איבער דער חרדי'שער געזעלשאפט און קולטור
באניצער אוואטאר
ליטוואק פון בודאפעסט
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 9705
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 6:51 pm
האט שוין געלייקט: 3162 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9133 מאל

שליחה דורך ליטוואק פון בודאפעסט »

שטילע אינגערמאן האט געשריבן:
בעל מדות האט געשריבן:
איך בין אויפגעוואקסן אין א שטוב ווי מחאות און אנטי ציונות האבן באקומען מער ליבשאפט ווי אינזער אייגענע פאמיליע, אלץ בחור האב איך געלערנט אין א ישיבה וואס איז אנגעשטעקט מיט אט די שיקאנירונגען פון האסן יעדער איד און איך האב פלייסיג מיטגעהאלטן די גאנצע מסגרת און איך האב נאך א יאר פון זיך פלאגן אויף תורה אוועקגעבנדיג פון מיין פרייע צייט און אייגן ווילן שעות אריכות ווילנדיג ברענגען צו מיינע עלטערן נחת, איך האב געלערנט גוט און זיך ענדליך פארהערט ביי א רייע "בוחנים" (א געוויסע "ארבעט" פאר "ארבעט'סלאזע" מענטשן) איך האב גוט געקענט אינעווייניג און אויסענווייניג און אלץ מתן שכרה בצדה געקריגן א "בעכער" פון די הנהלת הישיבה אלץ אנערקענונג פאר מיין אויסעגעווענליכע התמדה פון א גאנצן יאר הארעווען,
איך קום אהן אהיים מיט מיין אזוי באליבטע מתנה פון ישיבה, איך וויל הערן מיין טאטנ'ס גוט ווארט, א קניפ אין בעקל, א קלאפ אין רוקן, מיין טאטע עפנט דעם באקסל הייבט אהן הנאה האבן ווען מיטאמאל זעה איך א ווילדן גרימצארן אויף זיין באקן, ער כאפט מיין בעכער געבט עס א טראסקע אראפ אויפן ערד האקנדיג דערויף מיט זיין פיס ווען פון זיין מויל רייסן זיך ארויס ווילדע אטאקעס אנגעהויבן אויף מיר און געענדיגט מיטן הנהלת הישיבה, כאפט אייך אהן דאס הארץ, ער קוויטשעט מיט באנומענע יללות, ...פוי..ווי קען דאס ווערן געניצט פאר א מתנה ווען עס איז דערויף ארויפגעקריצט די טמא'נע ווערטער "מעיד אין איזראעל"?!?...שעמען זאלן זיי זיך!.....


אט דאס האב איך געלייענט און מיין מיינונג איז גארנישט אריינצירעדן אין אזעלכע האקעלע נושאים און איך גיי נישט געבן רעכט פאר דעם בחור'ל פארן אראפנעמען די בארד און פאות אבער איך קען נישט קיין טענות צו אים האבן.

און דאס איז ליידער מיט די סארט מענטשן וואס זייער גאנצע לעבן איז פול מיט לעבנסלוסט פון מוחה זיין, זיי אטעמען ציונות, און שטעלן זייערע פאמיליע'ס, קינדער'ס חינוך, ברענגען פרנסה, און אלעס ארום אלץ א זייטיגע זאך אין לעבן.


א ביטערע רחמנות אויף דער קינד וואס האט נעבעך געוואלט איבערצייגן די פאטער אז ער איז א מציון אין די פאטער האט עיהם צופילקט די בעכער, אין די טאטע דארף מען הענגן אונדרויסען פון שומר שבת א זונטאג נאכט.

אבער טוע א טובה הער אויף קויפן די קרעפ, דער בחור איז נישט אראפ פון וועג וועגען דעים, דאס איז אפשר א גוטע תירץ אדער א צו הילף, אבער זיי מוחל האק נישט אין טשיייניק.
דא ביי אונז א געוואלד קראנקע עלטערן וואס האבן געמאכט מיטן קינדער וואס זיי איז געפאלן, ספעיצעל די אינגערלייט וואס האבן עלטערן וואס זענען גיבורען תיכף נאכן קריג האבן די עלטערן איבגעלאסט יעדער שני וחמישי די טעם זיי האבן באקומען, אין ב״ה א הערליך דור פון חסידישע אינגערלייט מעט אייפאונס אין בעקיטשעס.
אראפ נעמען די פיאות האט זירא מיט א טאטע רוב מאל, סהאט מיט די קינד וועלען האקן א לעבן,


אין דער ספר הזכרון אויף הרב הוטנער, ברענגען זיי א גאר אינטרעסאנטע רשימה פון איהם. ער שרייבט וואס איז געשען צו איהם נאכ'ן לערנען דער מוסר מהלך. ער האט אלס געוואוסט די גמרא פון אותו האיש, וואס יהושע בן פרחיה האט איהם דערווייטערט אין מיטען ק"ש מיט א שאקעל מיט די האנט, און אזוי איז ער ארויס לתרבות רעה.
איידער ער האט געלערנט מוסר, האט ער געטראכט ביי זיך, קוק אן די גאנצע קריסטענדום, אלס איז געבויט אויף א קליינע שאקעל מיט די הענט, קוק ווי אלס איז געבויט אויף אזא קליינע יסוד, ס'איז אלס איין שטיק גארנישט. נאכ'ן לערנען מוסר האט ער געזען אז פארקערט, מ'זעט פון דא די גרויסע כח פון א שאקעל מיט די האנט, אז פון אזא קלייניקייט קען ארויסקומען אזא מין ריזיגע צרה ווי די קריסטליכע גלויבונג, וואס האט יארען געבויט און געבליעט און גערודפ'ט אידען און דער אויבישטער. אלס פון א שאקעל מיט די האנט.

אין מיין קליינע ערפארונג אין מיין קינדער האב איך זיך איבערגעצייגט מערערע מאל דער ענין. אמאל קען מען דורך א קלייניקייט מאכען פראבלעמען און פאררעכטען אדער אויסמיידען פראבלעמען דורך א קלייניקייט. יא, איך האב נישט קיין ערפארונג אין בחורים אוועק גייען פון אידישקייט און וויאזוי דאס צו פארמיידען, אבער ס'איז מיר בכלל נישט קיין וואונדער אזא מעשה. אז דער בחור גייט צוריק אין ישיבה אן א חשק אין לערנען, און דערנאך זוכט ער מיט וואס אנצופילען די צייט, איז עס מיר גאנץ לייכט פארצושטעלען דער גליטש פון אזא מעשה.

איך האב זיך אויסגעלערנט נישט מזלזל צו זיין אין קלייניקייטען.
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
היסטאריקער
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1029
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג מאי 11, 2012 1:00 pm
האט שוין געלייקט: 1704 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 310 מאל

שליחה דורך היסטאריקער »

ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:אין דער ספר הזכרון אויף הרב הוטנער, ברענגען זיי א גאר אינטרעסאנטע רשימה פון איהם. ער שרייבט וואס איז געשען צו איהם נאכ'ן לערנען דער מוסר מהלך. ער האט אלס געוואוסט די גמרא פון אותו האיש, וואס יהושע בן פרחיה האט איהם דערווייטערט אין מיטען ק"ש מיט א שאקעל מיט די האנט, און אזוי איז ער ארויס לתרבות רעה.
איידער ער האט געלערנט מוסר, האט ער געטראכט ביי זיך, קוק אן די גאנצע קריסטענדום, אלס איז געבויט אויף א קליינע שאקעל מיט די הענט, קוק ווי אלס איז געבויט אויף אזא קליינע יסוד, ס'איז אלס איין שטיק גארנישט. נאכ'ן לערנען מוסר האט ער געזען אז פארקערט, מ'זעט פון דא די גרויסע כח פון א שאקעל מיט די האנט, אז פון אזא קלייניקייט קען ארויסקומען אזא מין ריזיגע צרה ווי די קריסטליכע גלויבונג, וואס האט יארען געבויט און געבליעט און גערודפ'ט אידען און דער אויבישטער. אלס פון א שאקעל מיט די האנט.
איך האב זיך אויסגעלערנט נישט מזלזל צו זיין אין קלייניקייטען.


היינט איז זיין יארצייט
היסטאריע קען מען נישט פארדרייען..
באניצער אוואטאר
שמעקעדיג
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 16679
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
האט שוין געלייקט: 18070 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 18981 מאל

שליחה דורך שמעקעדיג »

מרדכי ישראל האט געשריבן:די לעצטע פאר יאר קומט שוין נישט ארויס קיין קול קורא'ס אקעגן פארן קיין מיאמי מען נעמט זיך איבער די עכט פרצות ווי סנודס און אינטערנעט

כהיום יום - יעדע וואך אין "דער איד" איז דא 2 בלעטער מיט'ן הארבן איסור.
וירח ה' את ריח הניחוח
באניצער אוואטאר
רביה''ק זי''ע
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 5435
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 15, 2018 8:46 pm
געפינט זיך: אין קוויטל-שטוב
האט שוין געלייקט: 5089 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6524 מאל

שליחה דורך רביה''ק זי''ע »

רביה''ק זי''ע האט געשריבן:אין ישיבה איז געווען א גוי א דשעניטאר וואס פלעגט פארציילן אז ער פלעגט אמאל זיין א דשעניטאר נישט מער און נישט ווייניגער ווי אינעם וואטיקאן אליינס. איין טאג - פלעגט ער פארציילן - איז געווען א גרויסע הייליגע פאסט-טאג, אינמיטן וואשן די פלארס צו וואס הערט ער לעבעדיגע מוזיק. "ווער וואגט זיך צו הוליען אזוי אין אזא הייליגן טאג?" טראכט ער צו זיך מיט גרויס וואונדער, גייט ער נאך די קול פון די מוזיק ביז ער קומט אן צו א געוויסע צימער, ער גיבט אן עפן אויף דעם טיר, און וואס זעט ער דארט? די גרעסטע קארדינאלן האקן שטיקער און שיכורן ארום!!! "וואס גייט דא פאר?" רופט ער אויס מיט גרויס וואונדער, "איז דען נישט היינט די הייליגע פאסט-טאג?! ווי קענען ענק שיכורן אין אז הייליגן טאג?!". "נע, דו פארשטייסט נישט" זאגן זיי איהם, "דאס איז אלץ געזאגט געווארן פאר זיי, ס'מיינט נישט אונז..." ודפח"ח.
Do y'all remember before the internet that people thought the cause of stupidity was the lack of access to information? Yeah, it wasn't that
באניצער אוואטאר
שמעקעדיג
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 16679
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
האט שוין געלייקט: 18070 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 18981 מאל

שליחה דורך שמעקעדיג »

און אז מען רעדט שוין פון היפאקריטיסווע, איז כדאי צו זעהן טאקע אין דעם זעלבן איד.

.
וירח ה' את ריח הניחוח
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20420
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך berlbalaguleh »

שמעקעדיג: דרשות מוסר לחוד. וכסף לחוד...!

איך געדענק מיט יארן צוריק איז געווען א פולל פעידזש עד אין ..."די צייטונג"...פון א האטעל אין שווייץ וואס האט אויסגערעכנט אלע תענוגי עולם הזה, שידה ושידות. אריינגערעכנט א דזשעקוזי. און אויפ'ן נעקסטן פעידזש איז געווען אן ארטיקל פון אן ערליכן איד וועלכער האט מעורר געווען איבער די תערובות אין האטעללן. און ער האט פארגעשלאגן אז מענער און (להבדיל) פרויען, רחמנא ליצלן, זאללן עסן אין אנדערע זמנים אין דיינינג רום. און אום שב"ק ווען משפחות עסן צוזאמען, זאלל מען אויפשטעללן א ..."שפאניש ווענטל"...!

דאס קען נאר אן אונגערישער מח. ווען אין די זעלבע ציייט וואס ער געט זיך נאך אלע תאוות עולם הזה ווילל ער אויכעט זיין א ..."פרומער"...!
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום berlbalaguleh, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
קאך_לעפל
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 2367
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג דעצעמבער 10, 2012 11:16 am
האט שוין געלייקט: 268 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3324 מאל

שפאנונג: א איסור צו פארן נופש'ען אין חלדודנא, איז אונטערוועג

שליחה דורך קאך_לעפל »

הרב צבי קלאר מיט עסקן נמרץ יואלי צימערמאן האלטן שוין אצינד אין די לעצטע פאזעס פון צוגרייטן א פרישע א איסור צו פארן קיין חלדודנא.
אין זייער פרעסע קאנפערענץ האבן זיי פראקאלמירט, אז זיי טוען דאס בלויז מיט די גוטהייסונג פון די הייליגע רביס, וואס זיצן דארט אפ זיך צו פלעגן דעם גוף קדוש (לא להנאת גופי ח''ו)

דער אלגעמיינער מענטשהייט נעמט אויף די גינסטיגע נייעס מיט א אומהויערע סאטיספעקציע. דער שטאנדהאפטיגער חלדודנא-איסר פארשפרעכט צו זיין א פולשטענדיגע רעוואלוציע. לויט ווי אנעליסטן שאצן, וועט דער פרישער הייליגער חלדודנא איסר, גאר נאך איבערשטייגען דעם דויערהאפטע פלארידא איסור, וואס איז ווי ברייט באוויסט אויסטערליש פארהייליגט בתפיצות ישראל.
כלל ישראל קוקט ארויס מיט שפאנונג אויפן ערשיינונג פונעם פרישען חלדודנא-איסר. ( די עסקנים פארשפרעכן אז מ'וועט אהיים שיקן די קינדער פון ישיבה, פון די דאזיגע עלטערן וואס וועלן בייזוויליג פארלעצן דעם בעפארשטייענדעם חלדודנא-איסר.)

אין אלגעמיין ווענדט זיך דאס כלל ישראל צו די רבנים מיט א הארציגער פארלאנג. אז מ'זאל אהער שטעלן מער איסורים חמורים פארן ציבור... נעמליך, זינט די ערשיינונג פון סושי און כורעים שמאטעס אויף יום הקדוש, און האנד געשטריקטע גארטלעך, איז צום באדויערן אידישקייט גאר שטארק לייכט געווארן, אזש ס'האט זיך דערקיילקעלט צו א צושטאנד פון רבים חללים הפילה הזונה... דער איינציגסטער מעטאד וועלכע וועט ווירקליך ראטעווערן דעם כלל ישראל, איז בלויז איסורים. נאך איסורים און נאך איסורים...און בלויז איסורים. וואס הארבער אלס בעסער...

שיעור פארגעסן...

דער לעצטער וואס וועט ארויסגיין, זאל ביטע פארמאכן די לעקטער...
באניצער אוואטאר
רביה''ק זי''ע
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 5435
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 15, 2018 8:46 pm
געפינט זיך: אין קוויטל-שטוב
האט שוין געלייקט: 5089 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6524 מאל

שליחה דורך רביה''ק זי''ע »

פארדעם דארף מען טאקע פראדוצירן קינדער אין דער וועלט אריין, אז אפילו ווען דער עולם כאפט הענט און פיס, זאל דאך עפעס א פראצענט איבערבלייבן, ואינך יודע איזה מהן יוכשר.
Do y'all remember before the internet that people thought the cause of stupidity was the lack of access to information? Yeah, it wasn't that
קאך_לעפל
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 2367
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג דעצעמבער 10, 2012 11:16 am
האט שוין געלייקט: 268 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3324 מאל

שליחה דורך קאך_לעפל »

רביה''ק זי''ע האט געשריבן:פארדעם דארף מען טאקע פראדוצירן קינדער אין דער וועלט אריין, אז אפילו ווען דער עולם כאפט הענט און פיס, זאל דאך עפעס א פראצענט איבערבלייבן, ואינך יודע איזה מהן יוכשר.


יא, און אויך כפרות איז א ערענסטע פראבלעם...
שמחהלע קאפשטיק
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 776
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג מאי 11, 2018 12:46 pm
האט שוין געלייקט: 1399 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1005 מאל

פה מיאמי יצ"ו

שליחה דורך שמחהלע קאפשטיק »

איך ווייס פון איינער וואס נאכען צוריק-קומען פון מיאמי ווי ער פלעגט וויילן אגאנץ ווינטער - האט איהם ר' מאטעלע זצ"ל געפרעגט נו וויאזוי איז עס ?
האט יענער געזאגט "אז וואלט די שיף געאנקערט נאך די מלחמה אין פלארידע וואלט זיכער געווען א איסור גדול צו פארן צו די טרייפענע ניו יארק, ודפח"ח
באניצער אוואטאר
שמעון וואלף
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3547
זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 14, 2014 1:33 pm
געפינט זיך: אין דרום
האט שוין געלייקט: 5476 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3921 מאל

שליחה דורך שמעון וואלף »

שמעקעדיג האט געשריבן:און אז מען רעדט שוין פון היפאקריטיסווע, איז כדאי צו זעהן טאקע אין דעם זעלבן איד.

.

די עד פון די ocean view איז פאר גוים. זעהסט דאך אז ס'איז געשריבן אין ענגלעש
באניצער אוואטאר
שמעקעדיג
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 16679
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
האט שוין געלייקט: 18070 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 18981 מאל

שליחה דורך שמעקעדיג »

פילייכט פאר'ן שבת גוי וואס מען ניצט פאר'ן אינטערנעעאט!
וירח ה' את ריח הניחוח
באניצער אוואטאר
שמעון וואלף
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3547
זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 14, 2014 1:33 pm
געפינט זיך: אין דרום
האט שוין געלייקט: 5476 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3921 מאל

שליחה דורך שמעון וואלף »

נישט געקענט טרעפן א פאסיגע אשכול, שרייב איך עס דא.

צווישן די פלאקאטן וואס הענגן אין בית מדרש האט איינס געכאפט מיין אויג וואס דארט ווערט געמאלדן דברי חיזוק פון רבנו שליט"א פאר די וואס שטייען אויף ליל ששי שובבי"ם אין די פריע פארטאגס שעה'ן און שלעפן זיך אין ביהמ"ד טראץ די ביטערע פרעסטן. פערצופאל איז דאס געווען אין אן ארונישע שול אבער על הכלל כולו יצא - די זעלבע געדאנק טרעפט מען ביי אנדערע רבי'ס אויך.

דער אדמו"ר זיצט זיך אויף וואקעישן (מנוחת הנפש בלע"ז), געפארן מיט א פריוואטע פליגער מיט עטליכע משרתים, א געשמאקע קלימאט פאר'ן טעגליכע שפאציר, דא דארט זיצט מען מיט א ספר וואס די בילדער ווערן ברייט פאבלעצירט, און ער שרייבט דברי חיזוק פאר די חסידים וואס רייסן שטיקער פון זיך לכבוד שובבי"ם.
שמן למאור
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3266
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג נאוועמבער 15, 2021 6:21 pm
געפינט זיך: וואו די כהן גדול גייט אליין...
האט שוין געלייקט: 3320 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9066 מאל

שליחה דורך שמן למאור »

ווי גייט נאר די באקאנטער וויץ,
איינער זעט ווי זיין חבר משה, א שטיקל אויפגעקלערטער, זינגט זיך אזוי מיט א דביקות, רבי רבי רבי מיר ווילן זיך מקשר זיין צו דיר... הנני מקשר נפשי...
פרעגט ער, משה, זייט ווען ביסטו געווארן אזא חסיד פונעם רבין?
זאגט ער, וואס פארשטייסטו נישט, בשעת איך פריר דא יעצט פאר קעלט אין ניו יארק, באדט זיך יעצט די רבי שליט''א, אין א געשמאקע ווארימע שיקוזי, אין די ווארימע מיאמי פלארידא...
"שמן למאור" - שמן זית זך להעלות נר תמיד

I can explain it to you but I can't understand it for you
Edward I. Koch-

אלע מיינע קאווע שטיבל ארטיקלען!!!
באניצער אוואטאר
פאליטיקאנט
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 1413
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג יאנואר 19, 2018 4:53 pm
געפינט זיך: אין דמיון
האט שוין געלייקט: 765 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2068 מאל

Re: מיאמי - כניסה לרבנים only!

שליחה דורך פאליטיקאנט »

איינער האט מיר געזאגט אז די רבי'ס זענען אין א גרעסערע בחינה ווי יחזקאל הנביא, ווייל ביי עם שטייט: לא ראה יחזקאל מה שראתה שפחה על הים, אבער די רבי'ס זענען יא זוכה כסדר צו זען דעם שפחה על הים....
באניצער אוואטאר
כספי
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 437
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מערץ 29, 2023 2:48 pm
האט שוין געלייקט: 883 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 634 מאל

שליחה דורך כספי »

שרייבט איינער (אויף אייוועלט) ער"ה איז די מנהג צו פארן צו די בערג/פלארידע/מיאמי/שווייץ/חלאדודנא וכו', ווייל מ'דארף גיין ער"ה צו מקום מנוחת הצדיקים...
אִם תְּבַקְשֶׁנָּה כַכָּסֶ"ף וְכַמַּטְמוֹנִים תַּחְפְּשֶׂנָּה. אָז תָּבִין יִרְאַת הוי"ה וְדַעַת אֱלֹקִים תִּמְצָא. @קוואדער נאך
פארשפארט