נייע מושגים וואס כ'נישט געוואוסט ביז קאווע שטיבל...

ארטיקלען און באטראכטונגען איבער דער חרדי'שער געזעלשאפט און קולטור
באניצער אוואטאר
קאנצעפט
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 109
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 24, 2012 7:20 pm
האט שוין געלייקט: 61 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 110 מאל

נייע מושגים וואס כ'נישט געוואוסט ביז קאווע שטיבל...

שליחה דורך קאנצעפט »

איך בין געווארן אויפגעצויגן אין א חסיד'ישע פרומע שטוב, כ'בין אלץ געווען א וואויל אינגל, געפאלגט וואס מ'האט מיר געהייסן, געגלייבט וואס מ'האט מיר געלערנט, און דאס איבערגעגעבן פאר מיינע קינדער.
לעצטנס האט מיר מיין חבר אנגעוויזן די סייט קאווע שטיבל, און ס'האט זיך מיר אנגעהויבן צו דרייען גאר נייע מחשבות אין קאפ... ווי למשל:
די רבנים זענען גארבעטדש
ווער זאגט מ'דארף אפשערן האר
ווער זאגט מ'דארף גיין מיט סיעמס
ווער זאגט פרויען טארן נישט גיין מיט הויזן
ווער זאגט פרויען טארן נישט דרייוון?
ווער זאגט מ'טאר נישט שניידן די בארד
א פרוי בלאגער מיטן נאמען אשת חיל, אדער שפיצל לעדי...
א הויכגעשעצטער פראפעסאר "מארק שפירא"
אסאך חרדים לעבן א דאפלט לעבן
אלע מופתים פון צדיקים זענען שטותים והבלים...
מ'דערדרוקט די פרויען און זייער פעמיניזם (כ'קען נישט ברענגען די מקור יעצט)
נישטא אזא זאך ווי טריפה'נע ניגונים
ס'איז געווען אידישע פרויען אינדערהיים וואס זענען געגאנגען רח"ל ערומים
צינדן ליכט לעילו נשמה איז רח"ל א קריסטליכע זאך.
בלומבערג ראטעוועט אידישע קינדער מיטן מלחמה האלטן קעגן מציצה בפה...
אלע אנגענומענע סגולות ביי כלל ישראל איז באבקעס...
מענטשן זענען ביטער גערעגט אויפ'ן סאטמאר רב...
רעליגיע האט גארנישט מיט מאראל
געוויסע איסורים זענען שוין נישט אקטועל, מילא שוין נישט קיין איסור

נישט איבעראל איז די לינק ממש פון וואו ס'איז מיר אריין אין קאפ, כ'דענק נישט פונקטליך וואו אנצואווייזן אלע מראה מקומות... באט יו געט די פוינט.
באניצער אוואטאר
זר זהב
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 9465
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 06, 2012 4:23 am
האט שוין געלייקט: 3508 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3654 מאל

שליחה דורך זר זהב »

יא איי געט די פוינט.
ס'טויג נישט.
איך שרייב וואס איך וויל און וואס איך האלט פאר ריכטיג, וועדער יו "לייק" איט אר נאט
באניצער אוואטאר
ידען
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3158
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג פעברואר 28, 2012 9:27 pm
האט שוין געלייקט: 2648 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 893 מאל

שליחה דורך ידען »

א מענטש דארף זיך אלץ לערנען נייע זאכען...
פאר גוגל טאק און פאר לייגען אשכולות ענאנימעסלי
yedios1 @ gmail.com
באניצער אוואטאר
ידען
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3158
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג פעברואר 28, 2012 9:27 pm
האט שוין געלייקט: 2648 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 893 מאל

שליחה דורך ידען »

קאנצעפט

פליעז שרייב אויך וואסערע נייע זאכען האסטעך געלערענט פון די אינטערנעט און וואסערע נייע מחשבות סע האט דיר געברענגט.
פאר גוגל טאק און פאר לייגען אשכולות ענאנימעסלי
yedios1 @ gmail.com
באניצער אוואטאר
קאנצעפט
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 109
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 24, 2012 7:20 pm
האט שוין געלייקט: 61 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 110 מאל

שליחה דורך קאנצעפט »

ידען האט געשריבן:קאנצעפט

פליעז שרייב אויך וואסערע נייע זאכען האסטעך געלערענט פון די אינטערנעט און וואסערע נייע מחשבות סע האט דיר געברענגט.


כ'פארשטיי נישט וואס דו שרייבסט, זיי אביסל בעסער מסביר; האב איך נישט אקורשט געשריבן דאס וואס דו בעטסט?
באניצער אוואטאר
ידען
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3158
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג פעברואר 28, 2012 9:27 pm
האט שוין געלייקט: 2648 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 893 מאל

שליחה דורך ידען »

נישט נאר פון קאווע שטיבל.
פאר גוגל טאק און פאר לייגען אשכולות ענאנימעסלי
yedios1 @ gmail.com
באניצער אוואטאר
קאנצעפט
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 109
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 24, 2012 7:20 pm
האט שוין געלייקט: 61 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 110 מאל

שליחה דורך קאנצעפט »

ידען האט געשריבן:נישט נאר פון קאווע שטיבל.


אקעי, אפשר איין טאג וועל איך עפענען אן עקסטערן אשכול פאר דעם
באניצער אוואטאר
לאדיך אפ
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 658
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מערץ 14, 2012 10:49 pm
האט שוין געלייקט: 220 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 241 מאל

שליחה דורך לאדיך אפ »

איין טעות האסטו געמאכט. די אשכול איז געווען אז מאהראל האט גארנישט מיט רעליגיע נישט אז רעליגיע האט נישט מיט מאהראל.
אויב ממעג פרעגן, ווען האסט געשריבן "רח"ל" און ווען האסטו צוגעלייגט דריי דאטס "..."?
באניצער אוואטאר
קאנצעפט
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 109
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 24, 2012 7:20 pm
האט שוין געלייקט: 61 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 110 מאל

שליחה דורך קאנצעפט »

לאדיך אפ האט געשריבן:איין טעות האסטו געמאכט. די אשכול איז געווען אז מאהראל האט גארנישט מיט רעליגיע נישט אז רעליגיע האט נישט מיט מאהראל.
אויב ממעג פרעגן, ווען האסט געשריבן "רח"ל" און ווען האסטו צוגעלייגט דריי דאטס "..."?

גערעכט א פשוט'ער טייפאו...
וועגן די רח"ל קשיא, א שאד צו פרעגן פשט, ווען כ'האב פשוט געשריבן וויאזוי ס'איז מיר אין קאפ געקומען.
באניצער אוואטאר
לאדיך אפ
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 658
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מערץ 14, 2012 10:49 pm
האט שוין געלייקט: 220 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 241 מאל

שליחה דורך לאדיך אפ »

די עצה איז אז קאנצעפט זאל אנהויבן מחנך זיין זיינע קינדער אז יא, געוויסע רבנים זענען ערליך און הייליג אבער ליידער זעמען אויך דא רבנים גארבעדזש. יא ס'לאו דוקא אז מ'מוז אפשערן די האר, גיין מיט סיעמס, גיי מיט א סקוירט, נישט דרייוון, נישט שערן די בארד, אבער אונז פירן זיך אזוי און ביי אונז איז א געפיראכטס הייליג. יא עס זענען דא פרויען בלאגערס אשת חיל אדער הויעכגעשעצטע פראפעסארס שפירא, אבער מיר לערנען זיך נישט פון זיי ווייל מיר האבן א אנדערע מהלך.
בקיצור, אנשטאט אים זאגן ליגנט, זאג אים אמת און צייג אים אן אויף די אמת'ע סיבה פארוואס מיר טוען וואס מיר טוען, און האלטן וואס מיר האלטן.
באניצער אוואטאר
לאדיך אפ
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 658
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מערץ 14, 2012 10:49 pm
האט שוין געלייקט: 220 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 241 מאל

שליחה דורך לאדיך אפ »

אין אנדערע ווערטער, אנשטאט מחנך זיין מיט שקר אז נשים דרייוון איז אסור מדאוריתא זאג זיי די אמת אז ס'איז א מחלוקת און אונז פסקענען אז ס'אסור. סעים גאוס פאר די רעסט.
באניצער אוואטאר
לאדיך אפ
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 658
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מערץ 14, 2012 10:49 pm
האט שוין געלייקט: 220 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 241 מאל

שליחה דורך לאדיך אפ »

נאך א נייע מושג:
דאס וואס מ'זאגט "די נץ החמה" איז א פשוט'ע איינגעריסענע אמעראצעס: viewtopic.php?p=42319#p42319
באניצער אוואטאר
קאנצעפט
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 109
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 24, 2012 7:20 pm
האט שוין געלייקט: 61 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 110 מאל

שליחה דורך קאנצעפט »

יאנקל האט געשריבן:און איך בין געוואויר געווארן אז דו ביסט דוגל בשיטת "Ignorance Is Bliss". נו, אז פון די 1567 אשכולות אין "קאווע שטיבל" ביסטו פון 20 געוואויר געווארן אינפארמאציע וואס שטערט דיין איגנאראטן "בליס" געפיל, איז דאס ארט אפנים נישט געמאכט פאר דיר.


איך וועל אננעמען אז דו ביסט דוגל בשיטת "Knowledge is misery"
פון וויסן אינפארמאציע ביז זוכן ווי פון אונטער דער ערד פון יעדען בלאגער וואס שרייבט א ווארט קעגן דיין לעבנ'ס שטייגער - און טרומפייטערן דערמיט - איז פאלג מיר א גאנג...
באניצער אוואטאר
קאנצעפט
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 109
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 24, 2012 7:20 pm
האט שוין געלייקט: 61 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 110 מאל

שליחה דורך קאנצעפט »

לאדיך אפ האט געשריבן:די עצה איז אז קאנצעפט זאל אנהויבן מחנך זיין זיינע קינדער אז יא, געוויסע רבנים זענען ערליך און הייליג אבער ליידער זעמען אויך דא רבנים גארבעדזש. יא ס'לאו דוקא אז מ'מוז אפשערן די האר, גיין מיט סיעמס, גיי מיט א סקוירט, נישט דרייוון, נישט שערן די בארד, אבער אונז פירן זיך אזוי און ביי אונז איז א געפיראכטס הייליג. יא עס זענען דא פרויען בלאגערס אשת חיל אדער הויעכגעשעצטע פראפעסארס שפירא, אבער מיר לערנען זיך נישט פון זיי ווייל מיר האבן א אנדערע מהלך.
בקיצור, אנשטאט אים זאגן ליגנט, זאג אים אמת און צייג אים אן אויף די אמת'ע סיבה פארוואס מיר טוען וואס מיר טוען, און האלטן וואס מיר האלטן.

באמת באמת זייער גוט געזאגט!
באניצער אוואטאר
קאנצעפט
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 109
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 24, 2012 7:20 pm
האט שוין געלייקט: 61 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 110 מאל

שליחה דורך קאנצעפט »

כ'האב גארנישט באדויערט, כ'האב געשריבן אן אביעקטיווער סך הכל פון אינפארמאציע וואס כ'האב אויפגעפיקט דא, און ירא הקהל וישפוט יעדער פאר זיך אליין צו ער וויל עס וויסן צו נישט.

וואס כ'האב געמיינט מיט "Knowledge is misery" איז, אז מ'זעט פון די געוויסע שרייבער וואס פרובירן זיך אפצורעדן אדער אפפרעגן אויף אלעם וואס מ'האט זיי געלערנט, אז ענדערש ווי באזיצן די אינפארמאציע, עסט עס זיי אינערליך, און אומבאמערקטערהייט פון די שרייבער זעלבסט, זעט מען עס צווישן זייערע שורות אויף טריט און שריט. (הגם איך בין יעדעס מאל עקסטער נתפעל פון די וועלט מיט טערמינען און ידיעות דו ווארפסט צוזאם! און דאס איז וואס איך גלייך יא פון קאווע שטיבל)

און אן אריינגייענדיג פערזענליך קעגן איינעם, קען מען זען צומאל ווי די זעלבע וואס לייקן דעם וואס רעדט זיך אפ אויף עפעס, וועט ער לייקן שפעטער איינעם וואס ענטפערט אים אפ... דאס ווייזט נאר אויף א צעמישטקייט וואס טוט זיך אפ ביי די גרויסע ידענים... וויאזוי זאגט מען סוכות? "הושענא נפש מבהלה!".

איבער די בלאג פון אשת חיל, האב איך געזען הערשט שוין א דעבאטע ביי דיין אשכול, וואס אירע מאטיוון זענען אז זי שרייבט קלאר אז זי גייט שרייבן וואס האט איר געברענגט צו פארלאזן די חסידים, איז כדי עס צו האלטן דארט.
באניצער אוואטאר
לאדיך אפ
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 658
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מערץ 14, 2012 10:49 pm
האט שוין געלייקט: 220 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 241 מאל

שליחה דורך לאדיך אפ »

זאגט שוין די פסוק יוסיף דעת - זאגסט אלע מיט - יוסיף מכאוב!
באניצער אוואטאר
קאנצעפט
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 109
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 24, 2012 7:20 pm
האט שוין געלייקט: 61 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 110 מאל

שליחה דורך קאנצעפט »

האט מיר איינער געפרעגט פריוואט, אז דו פארנעמסט נישט די היץ פארוואס דרייסטו זיך אינעם קאך?
און מיין ענטפער איז געווען אט דאס וואס כ'האב שוין פריער אביסל געשריבן, אונז אלע ווייס מיר אז ס'איז דא נשים ערליכע און וואוילע וואס שערן נישט די האר, מיר האבן אויך געזען בילדער ווי הרב קאפלמאן ווערט געדרייווט דורך זיין טאכטער (וואס אגב גייט אנגעטון מער שלאכיש ווי די פרומע זומער מאנטלען לעידיס...), און מיר ווייסן אפי' אז ס'איז דא ערליכע אידישע פרויען שומרי תורה וואס גייען הויזן, וכו' וכו', וואס האט מיר געברענגט צו שרייבן דעם אשכול איז די עקסייטמענט וואס מ'זעט ביי טייל וואס זענען געבוירענע חסידים צו ברענגען און אפפרעגן יעדע זאך וואס מ'האט ביי אונז געלערנט, דאס איז סם לפענ"ד. כבין נייגעריג איז ביי יעדע רעליגיע טאקע דא בלאג'ס ווי די שרייבער פרובירן צו פרעגן אויף אלעס וואס מ'האט זיי געלערנט?

ווארפט מיר "לאדיך אפ" צו א לינק וואו יידל און שרגא ברענגען ארויס 'בערך' מיין נקודה הערליך שיין ותשואות חן לו.
פריינדליך
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 624
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 24, 2012 9:57 pm
האט שוין געלייקט: 5 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 175 מאל

שליחה דורך פריינדליך »

קאנצעפט האט געשריבן:און מיר ווייסן אפי' אז ס'איז דא ערליכע אידישע פרויען שומרי תורה וואס גייען הויזן, וכו' וכו'


זעט אויס אז זייענדיג אזוי מיעד שפעט ביינאכט האסטע נישט מדייק געווען וואס דו שרייבסט,
ווייל א פרוי וואס גייט מיט הויזען איז נישט ערליך, נישט אידישליך, און נישט און די גדר פון שומרי תורה,

אנשטאט אריינברעגן אזא פרוי און די גדר פון שומרי תורה, שרייב ענדערש אז אלע אידן וואס שטיצען אדער ארקענענן אזא מהלך זענענן מפקפק אויף די עקרי תורה,
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20419
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

ענטפער צו קאנצעפט

שליחה דורך berlbalaguleh »

איך זע ווי א יעדער האט דיר אזוי שיין געענטפערט און ארויסגעברענגט שטארקע פוינטס. לאמיך אויך אריינווארפן מיינע צוויי סענט. דער עצם געדאנק פון "קאווע שטיבל" איז אז יעדער איינער קען ארויסזאגן זיין מיינונג איבער אלע ענינים און יעדער טאפיק ווערט פריי דעבאטירט. ס'איז וואס מען רופט אין ענגליש א "מארקעטפלעיס אוו איידיעס". ס'מיינט נישט אז דאס איז א פסק להלכה. מ'מוז אזוי האלטן. א סטאבילער מענטש גייט נישט טוישן זיין לעבנסשטייגער (לייפסטייל) ווייל ער האט געהערט אדער געליינט א געוויסע מיינונג איבער אן ענין. ממילא איז נישט שייך צו ציען א מסקנא איבער די מיינונגען פון די שרייבערס.
באניצער אוואטאר
ציבעלע-קיגל
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1120
זיך רעגיסטרירט: זונטאג יולי 29, 2012 8:24 am
האט שוין געלייקט: 539 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 899 מאל

שליחה דורך ציבעלע-קיגל »

נישט נאר משוגעים נאר עמי-הארצים
אויב דו ווילסט אז מען זאהל אלעמאהל זאגען אז דו ביזט א ליגנער...
זאלסטו אלעמאהל זאגען נאר דער אמת...

דער אמת שטעכט!
באניצער אוואטאר
טאמבל סאס
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 4290
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 08, 2012 7:59 am
געפינט זיך: נישט דאס פלאץ.
האט שוין געלייקט: 6640 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3625 מאל

שליחה דורך טאמבל סאס »

קאנצפעט האט געשריבן:און אן אריינגייענדיג פערזענליך קעגן איינעם, קען מען זען צומאל ווי די זעלבע וואס לייקן דעם וואס רעדט זיך אפ אויף עפעס, וועט ער לייקן שפעטער איינעם וואס ענטפערט אים אפ... דאס ווייזט נאר אויף א צעמישטקייט וואס טוט זיך אפ ביי די גרויסע ידענים... וויאזוי זאגט מען סוכות? "הושענא נפש מבהלה!".


ס'איז נישט צומישטקייט, ס'איז פשוט א זאך וואס רוב היימישע עולם איז נישט באקאנט דערמיט. דאס איז דער באגריף פון: "איך האב דיר ליב, איך גלייך דיין שפראך, און מיינונג, אבער איך מוז נישט האלטן ווי דיר.
אין ענגליש זאגט מען: I respect you and your views. I don't have to agree
דאס איז נישט מייניגע, דאס איז אויך נישט פון באשעפער. דאס איז פון די מאדערנע אחיה השילוניס פון היינט.
פארוואס זאג איך אייך דאס? ווייל כל מי שאינו אומר דבר בשמם מתעטר בעטרה שאינו שלו ומביא בערות, גסות רוח ואמונות טפלות בעולם.
באניצער אוואטאר
דולה ומשקה
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 2732
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 06, 2012 2:19 pm
האט שוין געלייקט: 308 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1652 מאל

שליחה דורך דולה ומשקה »

כ'האב באמערקט אז קאווע שטיבל זאל זיין א דבר השלם ברויך מען צוקומען צו אזא ניק ווי "קאנצעפט", לשיטתו ווארפט ער אריין דער אנדערע זייט פון דער מטבע, ער ברענגט ארויף א וויכטיגע נקודה, וואס דארף געליינט ווערן, מאנכע זאלן דאס אפפרעגן און אנדערע זאלן סתם אזוי אפליינען און גיין ווייטער.
"די מבהיל'דיגע בקיאות זעה איך נישט"... (קרעדיט: געוואלדיג)
"אפשר זאלסטו אויפקומען מיט בעסערע [שרייב נישט קיין אומאיידעלע ווערטער. מנהל]"...(קרעדיט: שבת אחים)
קאווע טרינקער
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 7167
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 18, 2012 11:01 am
האט שוין געלייקט: 4109 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 7909 מאל

שליחה דורך קאווע טרינקער »

לאדיך אפ האט געשריבן:די עצה איז אז קאנצעפט זאל אנהויבן מחנך זיין זיינע קינדער אז יא, געוויסע רבנים זענען ערליך און הייליג אבער ליידער זעמען אויך דא רבנים גארבעדזש. יא ס'לאו דוקא אז מ'מוז אפשערן די האר, גיין מיט סיעמס, גיי מיט א סקוירט, נישט דרייוון, נישט שערן די בארד, אבער אונז פירן זיך אזוי און ביי אונז איז א געפיראכטס הייליג. יא עס זענען דא פרויען בלאגערס אשת חיל אדער הויעכגעשעצטע פראפעסארס שפירא, אבער מיר לערנען זיך נישט פון זיי ווייל מיר האבן א אנדערע מהלך.
בקיצור, אנשטאט אים זאגן ליגנט, זאג אים אמת און צייג אים אן אויף די אמת'ע סיבה פארוואס מיר טוען וואס מיר טוען, און האלטן וואס מיר האלטן.

מי שאכל שום יחזור ויאכל שום????
די עצה איז אז קאנצעפט זאל אנהויבן מחנך זיין זיינע קינדער אז יא, געוויסע רבנים זענען ערליך און הייליג אבער ליידער זעמען אויך דא רבנים גארבעדזש. יא, ס'לאו דוקא אז מ'מוז אפשערן די האר, גיין מיט סיעמס, גיי מיט א סקוירט, נישט דרייוון, נישט שערן די בארד. אבער דא אין אונזער געגנט האבן מאנכע אזוי דאס אוועקגעשטעלט, און ס'לוינט נישט צו זיין דירעקט אנדערש פונעם כלל, ווילאנג דו וואוינסט אין 11211, יא, עס זענען דא פרויען בלאגערס אשת חיל אדער הויעכגעשעצטע פראפעסארס שפירא, און אסאך מאהל רעדן זיי צום זאך, וקבל את האמת ממי שאמרו.
בקיצור, אנשטאט אים זאגן ליגנט, זאג אים אמת און טייל מיט אים דיין צער פארוואס מיר טוען אנדערש ווי מיר האלטן.
Under influence
פארשפארט