זר זהב האט געשריבן:איך האב מיר פריער גענומען דאס לעבען, און וואס זאל איך ענק זאגן? ס'אמחיה! איך שפיר זיך ווי א נייער מענטש.
איך וויל מיר קלאר מאכן. (די ריכטיגע ספעלינג וואלט געווען "לעבן", אבער וואס קען איך טוהן אז מ'כאפט נישט מיינע קארני וויצן)
זר זהב האט געשריבן:איך האב מיר פריער גענומען דאס לעבען, און וואס זאל איך ענק זאגן? ס'אמחיה! איך שפיר זיך ווי א נייער מענטש.
שרגא האט געשריבן:חאצקל האט געשריבן:מיין פראגע איז נישט געצילט צו יא נעמען די לעבן אדער נישט, די פראגע איז צו "האט טאקע יעדער פלאנטער א וועג ארויס" אזוי ווי ס'מורגל בפי אנשים?
איך פרעג עס אויף דעם נוסח כדי מ'זאל נעמען ערנסטער די פראגע, אן נישט קומען מיט טעארעיס און תנחמין של הבל
צו ענטפערן דיין פראגע: ניין, נישט יעדע פלאנטער האט א וועג ארויס. מען דארף דעם מציאות נישט לייקענען און עס זענען דא וואס שטארבן דערביטערט.
אבער יעדע פלאנטער האט א שאנס צו האבן א וועג ארויס, אפילו אמאל קוקט עס אויס זייער שווער צו גלייבן. יעצט וויבאלד יעדער אינדיווידועלער מענטש ביי זיינע שוועריגקייטן האט למעשה א שאנס אז עס זאל אים בעסער ווערן, דארף ער האפן אז דאס וועט טאקע געשען און קיינמאל נישט אויפגעבן. (בטחון מיינט לאו דוקא אז מען גלייבט אז עס וועט זיכער זיין גוט [עכ"פ לויט'ן חזון איש], ווייל ווער זאגט, אפשר איז דיר יא אנגעשריבן אז עס זאל דיר זיין שלעכט, צוליב דיינע חטאים אדער אנדערע חשבונות? נאר דו דארפסט האפן און בעטן אז עס זאל דיר זיין גוט, און בעיקר גלייב אז אלעס וואס פאסירט איז מיט א חשבון פון דעם מנהיג העולם.)
חאצקל האט געשריבן:איי מ'זעט דאך דער מציאות, אז א סך מענטשן זענען אראפ ביגן שאולה און אזוי געבליבן עד יומם האחרון? פארוואס האבן די נייע קרעפטן אינעם מענטליכן נפש נישט געברענגט דערצי אז ער זאל זיך ערהוילן פון זיין פראבלעם?
דבילה האט געשריבן:חאצקל האט געשריבן:איי מ'זעט דאך דער מציאות, אז א סך מענטשן זענען אראפ ביגן שאולה און אזוי געבליבן עד יומם האחרון? פארוואס האבן די נייע קרעפטן אינעם מענטליכן נפש נישט געברענגט דערצי אז ער זאל זיך ערהוילן פון זיין פראבלעם?
דאס א א מענטש האט א מעגליכקייט ארויס פון זיין (נפשיות'דיגן) פראבלעם מיינט נאכנישט אז ער מוז ארויסגיין דערפין. 'ך רעד פון איינער וואס וויל ארויס פון זיין פראבלעם און ערלויבט מענטשן עם צו העלפן. 'שטייטזיך אז הכל תלוי במזל אפילו ס"ת שבהיכל, און אויב די איינציגער מענטשן ביי וועם ער זוכט הילף זענען רויבער אדער סתם נישט טויגליך 'עט ער לאו דוקא אנקומען.
חאצקל האט געשריבן:דבילה האט געשריבן:חאצקל האט געשריבן:איי מ'זעט דאך דער מציאות, אז א סך מענטשן זענען אראפ ביגן שאולה און אזוי געבליבן עד יומם האחרון? פארוואס האבן די נייע קרעפטן אינעם מענטליכן נפש נישט געברענגט דערצי אז ער זאל זיך ערהוילן פון זיין פראבלעם?
דאס א א מענטש האט א מעגליכקייט ארויס פון זיין (נפשיות'דיגן) פראבלעם מיינט נאכנישט אז ער מוז ארויסגיין דערפין. 'ך רעד פון איינער וואס וויל ארויס פון זיין פראבלעם און ערלויבט מענטשן עם צו העלפן. 'שטייטזיך אז הכל תלוי במזל אפילו ס"ת שבהיכל, און אויב די איינציגער מענטשן ביי וועם ער זוכט הילף זענען רויבער אדער סתם נישט טויגליך 'עט ער לאו דוקא אנקומען.
נו,אויב אזוי, קומען מיר צוריק צו די פראגע מיט וואס איך האב אנגעהויבן דעם אשכול!!!
חאצקל האט געשריבן:איינער מיט שווערע נאטורן וואס האלט שוין ביים פערטן גט ל"ע, אדער א מיטליעריגער וואס טרעפט נישט קיין הצלחה און סיפוק אין לעבן שפירנדיג אז זיין ישות טרעפט זיך נישט קיין ארט אין גאט'ס וועלט און קומט נישט צום אויסדרוק, און דאס איז נאכן טון אלעס צו טוישן די מצב, אריין גערעכנט טעראפי, וויטאמינען, לערנען, סגולות וכו' אבער אן ערפאלג, און טרעפט זיך אצינד פאר אן אויסגעלאשענעם צוקומפט. אדער איינער ווערט נישט פטור פון א פחד אדער געוויסנביסן אדער אנדערע פאקטן וואס שטייען אים לצנינים בעיניו.
איז נישט פאראן אמאל וואס ס'נישטא קיין אנדער אויסוועג נאר דאס אייננעמען... ווי פלוני בן פלוני האט איבערגעלאזט א צעטל נאכן זיך הענגען, אז "דער רבי ר' נחמן איז געווען גערעכט, פון אלעם איז דא א וועג ארויס"...
חאצקל האט געשריבן:איך בין יעצט אויפן וועג צוריק פונעם בריק ממש ווי א נייער מענטש, איר האט מיר געראטעוועט דער לעצטער מינוט פון אריבער גיין דעם צוים, אלס ווייל איר האט זיך אזוי געבעטן ביי מיר אז איך זאל עס נישט טון
א דאנק אייך מיינע לעבנס רעטער ר' דבילה, און ר' געפילטע