בארג סיני אין אראביע

אידישע און וועלטליכע היסטאריע
אישתישבי
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3541
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 08, 2016 11:19 pm
האט שוין געלייקט: 121 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2068 מאל

בארג סיני אין אראביע

שליחה דורך אישתישבי »

אין די נייעס איז געשטאנען לעצטענס אז די מדינה סאודיע אראביע וויל בויען א ריזיגע שטאט צען מאל די סייז פון מאנהעטן, און אין דער פראצעס וועלען זיי חרוב מאכן אלע שפירען פין דער אמת'ער בארג סיני וואס געפונט זיך דארט אין דער מדבר.

https://www.amazon.com/Search-Real-Mt-S ... B003T7UNKI

דער דאקעמענטרי ווערט דערמאנט אין דער ארטיקל אלץ דער מקור פין דער ענין, עס קען יעדער זעהן אויב מען האט אמאזאן פריים.

פין דער אינטרעסאנטע זאכן וואס מען זעהט דארט,
א. קריעת ים סוף, עס איז דא א פאסאדזש וועג אין דער וואסער וואס דער ערד איז פיל העכער, אריין אין מדבר פין אראביע.
ב. גייענדיג אריין א וועג פין דריי טעג, איז דא ברינעמס פין וואסער וואס זענען ביטער, מרה.
ג. נאך ווייטער איז דא תמרים ביימער, און צוועלעף ? קוועלער פין וואסער.
ד. דער בארג האט נאך ארום מארקינגס פין הגבלות.
ה. דער שפיץ בארג איז שווארץ, מפני אשר ירד עליו ד' באש.
ו. עס איז דא א מערה אונטער די הייל, ווי אליהו הנביא האט זיך באהאלטן, כמפורש בנך.
ז. לעבן דער בארג, קען מען זעהן די מלחמה פלאץ פין רפידים.
ח. מען קען זעהן דארט א ריזיגע שטיין צו שפאלטן, און עס איז דא אנווייזונגען אז פין דארט איז ארויס געקומען גאר אסאך וואסער, פין די שטיינער ארום.
ט. ועוד ועוד, נאך צענדליגער קלייניקייטן וואס צייגן אז דא איז געוועהן דער פלאץ.

עס איז גאר אינטערעסאנט צו זעהן.
א קונץ צו זיין אליהו הנביא? א קונץ צו זיין איש תשבי!
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20420
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך berlbalaguleh »

זיכער מער אינטרעסאנט ווי נחום קליין פון בית צרה. און ספייקי...!
פארשפארט