שומר שפשע בשמירתו – די טריפה'נע 'שומרים' קארטלעך (וועקער #5)

קאמענטארן און דיסקוסיעס אויף ארטיקלען
פארשפארט
ברוך בער
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 118
זיך רעגיסטרירט: זונטאג סעפטעמבער 27, 2015 10:00 am
האט שוין געלייקט: 91 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 191 מאל

שליחה דורך ברוך בער »

באקומען אין ק/פ אבער זעט אויס ווי דברים היוצאים הלב:


א גוטן מועד, טייערע ליבע אידן.


איך וויל דא מיטטיילן מיט אייך מיינע ברויזנדע געפילן. א שרעקעדיגע מעשה האט ביי מיר פאסירט וואס האט געטוישט מיין בליק איבער די השומרים קארטלעך מן הקצה אל הקצה. די פאסירונג האט מיר אויפגעוועקט צו דעם מציאות פון מה גדלו דברי חכמים, און ווי ווייט מ'דארף זיין געווארנט נישט צו טון זאכן אויף די אייגענע האנט. יעדע זאך וואס א איד טוט דארף זיין מיט שיקול הדעת פון אלע צדדים, און חלילה קיינמאל נישט טון גארנישט אן קיין דעת תורה.

איך וויל אבער מקדים זיין, איך בין נישט קיין רב אדער דיין, נישט קיין רבי אדער בנשק'ל. איך בין בכלל נישט קיין הוגה דעות. איך הענג נישט קיין צעטלעך און מאך נישט קיינע אסיפות. איך קום נישט דא פסקנ'ן הלכות. דאס געהער די רבנים שליט"א. איך קום דא נאר מיטטיילן מיין קוק ווינקל לתועלת הרבים, און יעדער זאל זיך שואל עצה זיין מיט זיין רב, און ביי זיך אליינס אפמאכן.

איך בין א בעלאבאס וועלכער פירט א תורה'דיגע שטוב, א פרומע שטוב, ב"ה. ביי מיר אין שטוב איז נישטא קיין קאמפיוטער. ביי מיר קומט נישט אריין די אלע איבלן פון די גויאישע גאס. איך קויף נישט די אלע מאגאזינען למיניהם, אפילו נישט קיין "אידישע" מאגאזינען, און אודאי און אודאי פארמאג איך נישט קיין סמארטפאון. איך האב עס נישט, און איך דארף עס נישט, און איך בין ב"ה זייער צופרידן.

ווען מיינע אינגלעך האבן אנגעהויבן אהיימברענגען די השומרים קארטלעך, האב איך לכתחילה הנאה געהאט. איך האב געזען דערין א מיטל צו ראטעווען די דורות פון סכנת הסמארטפאון וואס אלע רבנים האבן גע'אסר'ט. איך האב פארשטאנען אז די קארטלעך זענען א געלונגענע מיטל צו אריינפרעגן אין אונזערע ליכטיגע קינדערלעך אן עקל אין אפשיי צו די טרפה'נע כלים. איך האב באוואונדערט די שעפערישקייט ווי א יעדעס קארטעל מאלט געניאל אראפ דאס ביליגקייט פון די סמארטפאון באניצער. איך האב געשעצט די עסקנים לשם שמים וועלכער געבן אוועק פון זייער צייט צו פארשפרייטן די קארטלעך צווישן די קינדער.

את חטאי אני מזכיר היום. איך בין פון די סארט מענטשן וועלכע פרעגן זיך געווענטליך נאך אויף א יעדע זאך ווער ס'שטייט אונטער דעם און וועלכע רבנים שטיצן דאס. נאר אזוי קען מען שטיין פעסט על המשמר און נישט אריינפאלן אין דעם נעץ פונעם ס"מ, וועלכער זיכט אלס אן אונטער טירל אריינצודרינגען אין אונזער מחנה. אבער דא ביי די השומרים קארטלעך האב איך מיר נישט געהאט געהעריג נאכגעפרעגט, ווייל אין מיין מוח האב איך צאמגעשטעלט די קארטלעך קאמפיין מיט די הייליגע מערכה קעגן סמארטפאונס, וואס אלע רבנים האבן דאך אונטערגעשריבן דערקעגן.

דעריבער האב איך גאר געשטיצט מיינע אינגעלעך מיט זייערע זאמלונגען פון די השומרים קארטלעך. פון זאמלען קארטלעך איז די קאמפיין אריין אין אירע צווייטע פאזע: צו אויסטיילן קארטלעך פאר די "סמארטפאון-מענטשן", ווי מיינע קינדער רופן אן די אידן וואס קענען נעבעך נישט עומד בנסיון זיין. פון טיילן איז געווארן ווארפן, און פון ווארפן אריינזאגן א פארציע מוסר.

איך קען נישט זאגן בפה מלא איז איך האב הנאה געהאט פון דאס טיילן און אריינזאגן. ס'דאך פארט א שטיקל חוצפה, ונערים דוחקים זקנים. אבער כ'האב גארנישט געזאגט. קינדער זענען דאך פארט קינדער און זיי דארפן זיך אמאל אויסגעבן, און אז זיי ווערן דורכדעם נתחנך צו זיין עומד בגדר און צו ממאס זיין אין די טמא'נע כלים, איז דאך אודאי גוט.

און אזוי איז עס געפארן. מיינע אינגעלך זענען ב"ה זייער וואוילע קינדער, גוטע קינדער, איידעלע זרע ברך השם. יא, זיינע פארטיילן השומרים קארטלעך, און זענען זייער קעגן סמארטפאונס. זיי וועלן עס נישט האלטן און זיי וועלן עס נישט צורירן. אפילו בשעת הדחק גדול, אויב זיי דארפן בארגן אמאל א טעלעפאון און זיי קענען פארשאפן נאר א סמארטפאון, צווייפל איך צי זיי וואלטן עס געבארגט אויף אהיימצורופן.

ביז נעכטן.

נעכטן, א דחוה"מ פסח אום אווענט, פרעגט מיר מיין ניין-און-א-האלב יעריגער צדיק'ל, "טאטי, וואס מיינט ****?"

"וואס מיינט וואס?", פרעג איך אים צוריק האלב אוימגלויביג האלב ערשיטערט. מסתמא האב נישט גוט געהערט.

"****. וואס מיינט עס? א טאטע האט מיר געזאגט אז דו און מאמי האבן ביינאכט ****."

"עה עהההם", האב איך מיר געטראפן אויסהוסטן א שטיק שליים אין האלז. "וועלכער טאטע האט דיר דאס געזאגט?"

"כ'ווייס נישט וויאזוי ער הייסט", פארענטפערט זיך מיין אינגל, נאך וואס ער האט געשפירט אז זיין פראגע איז אפשר נישט אזוי אומשולדיג. "ער האט מיך געפרעגט אויב איך ווייס אז מיין טאטע און מאמע האבן **** ביינאכט, און אז איך זאל פרעגן מיין טאטע אדער מאמע וואס **** מיינט."

"וואו האסט אים אנגעטראפן?"

"אויפן גאס, לעבן באבי'ס הויז. היינט ווען איך בין אהיים פון חוה"מ חדר. ער איז געשטאנען אנגעליינט אויף
א קאר און זיך געשפילט אויף זיין סמארטפאון. האב אים געגעבן א שומרים קארטל. סאו, פרעגט ער מיך, 'אינגעלע וויאזוי הייסטו?', האב איך אים נישט געוואלט אויסזאגן. זאגט ער מיך, 'איך קען דיין טאטע'ן גוט. דיין טאטע און מאמע האבן **** ביינאכט. ווייסט וואס **** מיינט? פרעג דיין טאטע אדער מאמע.'"

"סאו, טאטי, וואס מיינט עס?"

"ס'נישט קיין איידעלע זאך, אהרעלע", האב איך אים אפגע'פטר'ט. "נישט יעדע זאך וואס איינער זאגט דארף מען אויסהערן", האב איך צוגעלייגט. "קענסט שוין ליינען קרישמע און גיין אין בעט. א גוטע נאכט."

ווי נאר מיין אינגל איז ארויס פון דיינינג רום, בין איך אריינגעפאלן אין סאפע אן מאכט. רבונו של עולם! מיר מוטשען זיך דא צו האלטן אונזער שטוב ריין און הייליג, מיר ערציהן אונזערע קינדער אויפן אויסגעטראטענעם וועג, שיקן זיי צו ערליכע מוסודות התורה, און זענען זיי מחנך נאר צו תורה ויראת שמים. רוקט זיך אן דא א מנוול אן אויסוואורף וועלכער זעט זיך אן א גאנצן טאג מיט כל דבר אסור אויף זיין שמוציגער סמארטפאון און פארדארבט מיינע קינדער?

ריבונא דעלמא כולא! וויפיל קען מען פארלאנגען פון איין מענטש? איך בין ערליך, מיין פרוי איז ערליך, מיין שטוב איז אפגעהיטן און פרום, מיר גיבן אבאכט וואס עס קומט אריין אין הויז, מיר וואוינען אין א חסידישע געגנט, מיינע קינדער לערנען אין היימישע מוסדות, און וואס נאך? וואס ווילסטו פון מיר, טאטע זיסער? וויאזוי קען איך היטן די טייערע אוצר'לעך וואס דו האסטו מיר געשאנקען פון פאר'סמ'ט ווערן?

איך בין געזיצן אזוי פארגלייזט אויפן סאפע פאר א וויילע, און זיך נישט געקענט געהעריג צאמנעמען די מחשבות. ווען מיין פרוי איז אהיימגעקומען פון די חוה"מ סלייד פרעזענטעישאן, האב איך איר מיטגעטיילט די מעשה. איך האב איר דערציילט אז אהרעלע האט געוואלט וויסן וואס **** איז, ווייל עפעס איינער א שמוציאן פון גאס האט אים עס אריינגעלייגט אין קאפ אריין.

ווען מיין ווייב ווערט שטארק כעס'יג ווערט זי רויט ביי די אויערן וואס שטעקן זיך ארויס פון אונטערן טיכל, און די נאז לעכער פארברייטערן זיך אזוי. "איי קענט בעליוו דיס", האט זי ארויסגעקריצט פון צווישן די ציין. "ס'נישט קיין נארמאלע זאך", האט זי גע'טענה'ט."א שייגאץ פון די גאס האט נישט וואס צו רעדן צו מיין אהרן, עקסיוז מי! וואו איז ועד הצניעות ווען מ'דארף זיי?"

"נישטא צו וועמען צו רעדן", בין איך מסביר. "איך ווייס ניטאמאל דער נאמען פון דעם פערשוין."

"איז וואס האט אהרעלע געהאט צו רעדן מיט אים?", האט זי ווייטער געשוימט. "וואס האט אהרעלע צו צוגיין צו פרעמדע פארדארבענע יונגען און פירן שמועסן מיט זיי? א קינד דארף שטיין ווייט פון אזאלכע מענטשן, און אודאי נישט אריינגיין אין קיין געשפרעכן מיט זיי."

"ער האט אים געגעבען א השומרים קארטל", פרוביר איך איר צו בארואיגן. "אהרעלע האט דא גארנישט געטון שלעכט. ס'נישט זיין שולד."

"ניין, ס'איז דיין שולד!", שיסט זי אויס אויף מיר. "דו לאזט זיי טיילן די קארטלעך. לאז אפ מיט השומרים קארטלעך. ס'איז נישט אונזער זשאב צו פארריכטן די וועלט. א מענטש וויל האבן א סמארטפאון איז עס נישט אונזער דאגה. ער וועט פלאקערן אין גהינום פאר דעם, נישט דו. אז מ'טשעפעט זיי, טשעפען זיי צוריק. אפשר לאזט מען די מענטשן אפ און פארטיג?"

"אפשר", קלער איך ביי זיך הויך. "מ'דארף אנפרעגן ביי א קאמפעטאנטע דעת תורה." איך וועל מארגן צוגיין צום דיין נאכן דאווענען, און זיך דורכשמועסן מיט אים."

"נישט מארגן נאר שוין יעצט", האט מיין אשת חיל געפאדערט. "אהרעלע'ס מוח איז פאר'סמ'ט, און דו זאלסט יעצט קאלן דעם דיין, אדער וועם דו ווילסט, און עס אויסשמועסן. דו דארפסט וויסן וויאזוי צו האנדלן מיט אהרעלע, און וואס צו זאגן פאר די קינדער."

איך האב מיר געקווענקלט צו רופן דעם דיין אויפן טעלעפאון. פאר אזא שמועס ברויך מען עפעס מער פערזענדליך. אבער מיין פרוי האט מיר מחזק געווען אז דאס איז א שאלה ווי אלע שאלות און עס פאדערט א הלכה'דיגע תשובה.

דער דיין, פון די חשובע רבנים אין שטאט, האט מיר אויסגעהערט מיט א זיפץ. שוין נישט דאס ערשטע מאל וואס ער הערט אזוינע און ענדליכע מעשיות. ער האט מיר מסביר געווען אז ס'ליידער דא אזעלכע בשולי המחנה, וועלכע קוקן אויס ווי חרדישע אידן, אבער אינעווייניג זענען זיי אינגאנצן דורכגעפוילט. סתם אזוי זוכן זיי נישט צו טשעפען, אבער אז מ'רייצט זיך מיט זיי, קענען זיי בייסן, ותוצאותיו מי ישורנה.

דער דיין האט מיר געגעבן דעם טעלעפאון נומער פון א געוויסער מחנך אין שטאט וועלכער איז מומחה אין באהאנדלן אזוינע פעלער. ער ערקלערט מיר אז לעת עתה האב איך מיר טאקע ארויסגעדרייט פון צו געבן מיין זון א דירעקטן ענטפער. אבער מיין אינגל האט זיכער געשפירט אז ער האט געטאפט א נערוו, און קינדער זענען פון נאטור אויס נייגעריג. אויב מען וועט דאס
נישט באהאנדלן מיט די ריכטיגע צוגאנג, וועט אים דאס ענין עגבערן אין זיין מוח'ל, און קען חלילה אנמאכן גרויסע שאדענס פאר זיין עתיד.

צום שלוס האט מיר דער דיין שליט"א געזאגט מיט ווייטאג אז די השומרים קארטלעך מערכה איז שוין געגאנגען צי ווייט, און עס האט זיך דערקייקלט ארויס פון יעדן קאנטראל. "איך ווייס פון רבנים וועלכע האבן דאס מתחילה אן געשטיצט און מחזק געווען, געהאלטן דאס פאר א גוטע זאך, אבער יעצט איז די זאך שוין ארויס פון זייערע הענט. די עסקנים וועלכע פארשפרייטן די קארטלעך צווישן די קינדער פרעגן נישט אן ביי קיין שום דעת תורה. זיי טוען אלעס לויט זייער אייגענע פארשטאנד, און די תוצאות האבן ליידער נישט פארשפעטיגט צו קומען."

"חוץ מזה וואס די לשונות דארט זענען זייער גראב און פראסט, חוץ וואס מ'טרענירט די קינדער צו א ווילדקייט, וואס ווי באקאנט פעלט זיך אויס צו מערכות א הייקעלע שיקול דעת צו וואס קינדער זענען אודאי נישט מסוגל דערפאר, נוצט מען אונזערע פקודונות, אונזערע אייגענע קינדער, פאר פיס סאלדאטן אויפן פראנט. אז מען פאטשקעט אין בלאטע ווערט מען שמוציג. צו וואס טויג אונז מקרב זיין דאס גאנצע האראוואניע וואס מיר לייגן אריין אין אונזערע קינדער פאר די מערכה?"

עס האט זיך געעפנט פאר מיר א נייער קוק ווינקל, און איך פארשטיי פשוט נישט וויאזוי איך האב דאס ביז יעצט נישט געזען. וויאזוי האב איך נישט פארשטאנען אז קינדער האבן נישט וואס צו פירן ויכוחים מיט עוברי עבירה? מען לערנט אלעמאל אויס די קינדער אז פון פרעמדע זאל מען אוועקשטיין. איז דאך על אחת כמה וכמה פון די סמארטפאון יונגען. וואו איז געווען מיין שכל? וויאזוי האב איך אזוי געבלאנדשעט?

דער דיין האט מיר געזאגט אז יעצט דעם חול המועד רעדן זיך רבנים צוזאם און זענען מטכס עצה וויאזוי צו באהאנדלן דעם השומרים קארטלעך פראבלעם. פון איין זייט טאר מען חלילה נישט אונטערגראבן די מערכה אויסצוראטן דעם נגע המשחית, דעם סמארטפאון, מקרב מחננו. אבער פון דער אנדערע זייט דארף מען זען צו איינצוימען אביסל די קארטלעך פענאמען וואס איז זיך צעוואקסן אויף א מאנסטערישן פארנעם. אויף ביזדערווייל, זאגט מיר אן דער דיין, זאל איך מפרסם זיין מיין מעשה, אראפשרייבן און פארשפרייטן אפילו אום חוה"מ. איך זאל זען צו משפיע זיין אויף אנדערע עלטערן, מ'זאל אנווארענען די קינדער, למען השם נישט צוגיין צו פרעמדע מענטשן, און נישט האבן קיין פארקער מיט זיי.

ויהא רעוא שבזכות זו זאלן מיר זוכה זיין צו אויפשטעלן ערליכע אידישע דורות בדרך ישראל סבא. מען זאל קענען אנהאלטן אן אפגעזונדערטע אפגעהיטענע היים, בדד עין יעקב. און מיר זאלן אלע זוכה צו ערציען פרומע ערליכע אידן און אידענעס, ובפרט אהרן מיכאל בן חיה פעסל. אמן, און א גוטע מועד
באניצער אוואטאר
ליטוואק פון בודאפעסט
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 9705
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 6:51 pm
האט שוין געלייקט: 3162 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9133 מאל

Re: שומר שפשע בשמירתו – די טריפה'נע 'שומרים' קארטלעך (וועקער

שליחה דורך ליטוואק פון בודאפעסט »

דאס שטינקט פון אייוועלט, סיי צוליעב דער אומדערהייבבאר אריכות און סיי צוליעב דער זיך פאטשען אין בויך אויף שריט און טריט ועוד

וואס קומט פון דארט קען נישט פאראורזאכען קיין גוטס.

Sent from my LG-K373 using Tapatalk
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

די פראבלעם פון די שומרים קארטלעך איז נישט אז די קינדער טשעפען די טאטע'ס, נאר אז די טאטע'ס טשעפען צוריק...
?got it
באניצער אוואטאר
קאצקע ציקער
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2203
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אפריל 06, 2012 1:46 am
האט שוין געלייקט: 1052 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1251 מאל

שליחה דורך קאצקע ציקער »

ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:דאס שטינקט פון אייוועלט, סיי צוליעב דער אומדערהייבבאר אריכות און סיי צוליעב דער זיך פאטשען אין בויך אויף שריט און טריט ועוד

וואס קומט פון דארט קען נישט פאראורזאכען קיין גוטס.

Sent from my LG-K373 using Tapatalk

נעה איי וועלט נישט . אויב עפעס איז עס פון אונזער עקספערעמענטירער... איינער קען טרעפן די קאדס?
באניצער אוואטאר
בן תמליון
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1456
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג מערץ 16, 2012 12:34 pm
האט שוין געלייקט: 1301 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1664 מאל

שליחה דורך בן תמליון »

Pow's law בתפארתה.
באניצער אוואטאר
פליקער
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1692
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג פעברואר 28, 2014 12:45 pm
האט שוין געלייקט: 1056 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3565 מאל

שליחה דורך פליקער »

יאפ אויך באקומען אויף מיין לאקאלע שיל גרופע, און עס איז מיר אינטערעסאנט צו זען אז דער טאטע וואס וויינט קאזאק הניגזל, און באוויינט זיינע יארן שרייבט ווי א מומחה, און זאל ער פארן באבע'ן דערציילען אז ער איז נישט קיין לאנג יעריגער שרייבער.
אגב אייוועלט וואלט קיינמאל נישט ערלויבט צו שרייבען די מצוה אויף אינגעריש, נאר דאס א שיין שטיקל ארבייט, פון איינער וואס מאכט דאס ג'נער, און דאס זאל ארויסגיין ווי א ווארענונג, דער קינד וואס וועט מיר געבען א שומרים קארטל וועט פרעגען זיינע עלטערן נייע פיר מה נשתנה הלילה הזה מכל הלילות קשיות, גארענטירט.

אגב די קינד פון ברוך בער'ס ארטיקל ווייסט גוט וואס עס מיינט, האט נאר געוואלט זיכער מאכן אז זיין טאטע ווייסט.
באניצער אוואטאר
ליטוואק פון בודאפעסט
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 9705
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 6:51 pm
האט שוין געלייקט: 3162 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9133 מאל

שליחה דורך ליטוואק פון בודאפעסט »

יא יא, ויגזול את החנית מיד המצרי ויהרוג אותו בו. טאמער דער סמארטפאון ניצער איז אזא געמיינעם יונג, איז ער עלול אויפצוקלערן דיין קינד וואס מיינט ציונות אויפן אמת. טאמער דו לאזט צו דיין אינגעל טיילן שומרים קארטלעך איז עס א ראיה אז דו האלטסט אז ס׳איז גארנישט אזוי געפערלעך, און דער וואס האט א סמארטפאון מיינט נישט אז ער עסט נישט קיין קניידלעך אחרון של פסח, סך הכל האט ער א סמארטפאון. ווער וויל אז מ׳זאל איהם באשולדיגען מיט אזעלכע פאסקודנעווצעס?
באניצער אוואטאר
ליטוואק פון בודאפעסט
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 9705
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 6:51 pm
האט שוין געלייקט: 3162 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9133 מאל

שליחה דורך ליטוואק פון בודאפעסט »

דער וואכעדיגע יתד נאמן
הקטן
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3315
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מאי 15, 2012 7:30 pm
האט שוין געלייקט: 2006 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1413 מאל

שליחה דורך הקטן »

בן תמליון האט געשריבן:Pow's law בתפארתה.

POE
I want atheism to be true and am made uneasy by the fact that some of the most intelligent and well-informed people I know are religious believers

Thomas Nagel
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

בילד
credit: kolhaolam
לך לך
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 339
זיך רעגיסטרירט: זונטאג נאוועמבער 10, 2013 2:51 pm
האט שוין געלייקט: 33 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 84 מאל

שליחה דורך לך לך »

ס'אמתע בריוו ?
אדמור מקרייניץ זצל
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 128
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אקטאבער 17, 2018 8:30 am
האט שוין געלייקט: 10 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 98 מאל

שליחה דורך אדמור מקרייניץ זצל »

וויזניץ שיכון
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום אדמור מקרייניץ זצל, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
באניצער אוואטאר
רביה''ק זי''ע
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 5435
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 15, 2018 8:46 pm
געפינט זיך: אין קוויטל-שטוב
האט שוין געלייקט: 5089 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6524 מאל

שליחה דורך רביה''ק זי''ע »

איך פערזענליך האלט זייער שטארק פון די שומרים קארטלעך. די עיקר פראבלעם מיט די חרדישע סיסטעם איז אז מ'לערנט נישט אויס צו נוצן דעם דשעלי אין קאפ, איינמאל מ'לערנט אויס די קינדער צו טראכטן זעלבסשטענדיג זענען זיי שוין אין אונזערע הענט... די פאנאטישע חברה כאפן ניטאמאל אז זיי שפילן אין אונזערע הענט אריין, צדיקים - מלאכתם נעשית על ידי אחרים.
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום רביה''ק זי''ע, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
Do y'all remember before the internet that people thought the cause of stupidity was the lack of access to information? Yeah, it wasn't that
קלוגסטער פון אייראפע
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 54
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יולי 26, 2017 12:20 pm
האט שוין געלייקט: 62 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 30 מאל

שליחה דורך קלוגסטער פון אייראפע »

זיי בעסער מסביר ביטע
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

אדמור מקרייניץ זצל האט געשריבן:וויזניץ שיכון

די צעטל פארט שוין ארום איבער צוויי יאר, קיינער ווייסט נישט פון וואנעט דאס קומט, מסתמא פאלש.
האסטע פון נאוועמבער 2016
https://t.co/YIsipVq1R0
באניצער אוואטאר
רביה''ק זי''ע
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 5435
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 15, 2018 8:46 pm
געפינט זיך: אין קוויטל-שטוב
האט שוין געלייקט: 5089 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6524 מאל

שליחה דורך רביה''ק זי''ע »

.
Do y'all remember before the internet that people thought the cause of stupidity was the lack of access to information? Yeah, it wasn't that
איסר האטלקי
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2265
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מאי 23, 2016 2:00 am
געפינט זיך: צווישן קאסוב אין וויזניץ
האט שוין געלייקט: 955 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1361 מאל

שליחה דורך איסר האטלקי »

ריכטיג האט געשריבן:
אדמור מקרייניץ זצל האט געשריבן:וויזניץ שיכון

די צעטל פארט שוין ארום איבער צוויי יאר, קיינער ווייסט נישט פון וואנעט דאס קומט, מסתמא פאלש.
האסטע פון נאוועמבער 2016
https://t.co/YIsipVq1R0

קרית טאהש
אישתישבי
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3541
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 08, 2016 11:19 pm
האט שוין געלייקט: 121 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2068 מאל

שליחה דורך אישתישבי »

רביה''ק זי''ע האט געשריבן:איך פערזענליך האלט זייער שטארק פון די שומרים קארטלעך. די עיקר פראבלעם מיט די חרדישע סיסטעם איז אז מ'לערנט נישט אויס צו נוצן דעם דשעלי אין קאפ, איינמאל מ'לערנט אויס די קינדער צו טראכטן זעלבסשטענדיג זענען זיי שוין אין אונזערע הענט... די פאנאטישע חברה כאפן ניטאמאל אז זיי שפילן אין אונזערע הענט אריין, צדיקים - מלאכתם נעשית על ידי אחרים.


נו אוודאי, זאג נישט הויך, זאלען זיי ווייטער מיינען.

מען לערנט אויס די קליינער קינדער, סמארטפאנס שמד פאן, עבודה זרה, גילוי עריות וכו'. שפעטער ווען ער געפינט אויס אז זיין טאטע האט איינס , לאכט ער פין אלעמען.
א קונץ צו זיין אליהו הנביא? א קונץ צו זיין איש תשבי!
באניצער אוואטאר
רביה''ק זי''ע
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 5435
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 15, 2018 8:46 pm
געפינט זיך: אין קוויטל-שטוב
האט שוין געלייקט: 5089 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6524 מאל

שליחה דורך רביה''ק זי''ע »

נאך א נקודה. די עלטערן און מחנכים ברעינוואשן די קינדער אפצוקויפן אלעס וואס מ'פארקויפט זיי, מ'טאר נישט זיין קלוגער פון די עלטערן, צאי לך בעקבי הצאן, חדש אסור מן התורה, וכו' וכו'. איינמאל ס'גייט אים אריין אין קאפ אז ס'איז דא אזא מציאות אז זיין טאטע ווייסט נישט וואס טוט זיך מיט זיך, פארלירט ער די גאנצע טראסט אין אויטאריטעט, און פאנגט אן נוצן זיין אייגענע שכל. אויב זיין טאטע קען זיין א שגץ, קען דאך יעדער זיין א שגץ, אפילו דער בעל השומרים קארטלעך זעלבסט. ס'ברענגט אונטער די גאנצע עבודה זרה פון "מ'דארף פאלגן אפילו מ'פארשטייט נישט", ס'שאפט אינגאנצן א נייע מציאות וואס איז גאר גאר געוואונטשן.
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום רביה''ק זי''ע, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
Do y'all remember before the internet that people thought the cause of stupidity was the lack of access to information? Yeah, it wasn't that
באניצער אוואטאר
רביה''ק זי''ע
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 5435
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 15, 2018 8:46 pm
געפינט זיך: אין קוויטל-שטוב
האט שוין געלייקט: 5089 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6524 מאל

שליחה דורך רביה''ק זי''ע »

.[/quote]
Do y'all remember before the internet that people thought the cause of stupidity was the lack of access to information? Yeah, it wasn't that
אישתישבי
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3541
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 08, 2016 11:19 pm
האט שוין געלייקט: 121 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2068 מאל

שליחה דורך אישתישבי »

אין די ערשטע סעריע פלעגען זיי שרייבן אסאך אז מען דארף נישט פאלגען ווען א טאטע הייסט קעגן די תורה. וואס געשעהט? א טאטע וויל נישט דער זוהן זאל גיין דער הוט, דארף דער זוהן נישט פאלגען. און די קינדער מאכען זיך שוין אייגענע גזירה שווות וואס נאך איז קעגן די תורה, אלעס וואס זיי ווילען איז דער תורה.

ביי מיר איז פשוט אז די בעלי השומרים קארטלעך זענען פשוט'ע מחבלים וואס מאכען חרוב אידישקייט.

בכלל איז אריינברענגן א מהלך פין קארטונס וואס מאכען חוזק, כדרך הגוים, חוץ וואס עס איז קעגען די גמרא פין אל תפנו, וועלען די קינדער ווען זיי ווערן עלטער מאכען קארטונס קעגען אלעס וואס זיי האבן נישט ליב, אריינגערעכנט רבנים דיינים מחמירים און די פאסאביליטיס זענען ענדלאזע.
א קונץ צו זיין אליהו הנביא? א קונץ צו זיין איש תשבי!
באניצער אוואטאר
רביה''ק זי''ע
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 5435
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 15, 2018 8:46 pm
געפינט זיך: אין קוויטל-שטוב
האט שוין געלייקט: 5089 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6524 מאל

שליחה דורך רביה''ק זי''ע »

דאס איז אלץ לשטיתם, אז אידישקייט מיינט גיין מיט די זעלבע הוט ווי די טאטע. לשיטתנו אבער, וואס אידישקייט מיינט טון וואס שטייט אין די הייליגע ביכער אפגעזען פון וואס די טאטע טוט, איז עס מער ווי געוואונשטן.
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום רביה''ק זי''ע, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
Do y'all remember before the internet that people thought the cause of stupidity was the lack of access to information? Yeah, it wasn't that
באניצער אוואטאר
קאצקע ציקער
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2203
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אפריל 06, 2012 1:46 am
האט שוין געלייקט: 1052 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1251 מאל

שליחה דורך קאצקע ציקער »

ווען ס'קימט די צייט וועט ער זיך אליינס קויפן א סמארט פאן די שומרים קארטלעך וואס ער זעהט אלטץ קינד טוט אויף א מכה אבער די שאדן וואס ס'טוט אויף איז א פראבלעם דאס אז קינדער קיקן אראפ זייער טאטע
פארשפארט