ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:שלאפט נעביך איין - sleep apnea בלע"ז
פליז פליז, קיין איין קינד אין א"י פארדינט נישט פון זיין פאנדרעיזינג ביזנעס, און עס מאכט גארנישט אויס צו דער וועלט צו חסד לאברהם וועט ווייטער אנגיין, צו מ'וועט פאנדרעיזען פאר די גבאים אן אנדערען וועג.
ער איז געזעסן אין תפיסה מחמת מעשי אביו, נישט די אייגענע מעשים. עס האט גארנישט מיט אים. ער איז דערמיט נישט בעסער ווי סיי וועלכע רוסישע איד וואס איז געבליבן פרום אונטער די קאמיוניסטן. אויב עפעס זענען זיי געווען אומשמטענד צו פיל גרעסערע עינויים, עד ועד בכלל.
טאמער אידן קלאמערן זיך צו זען זיין פנים, און זיי מיינען אז דאס איז דער צדיק אויף וועמן מ'האט גערעדט, ווער בין איך צו בעטן אנדערש? זאל ער לעבן ביז הונדרעט און צוואנציג געזונטעהייט. אבער טרייב נישט איבער און צווינג גארנישט אויף דער וועלט צו דער דור. צדיק הדור איז לאו דוקא חסידיש, לאו דוקא א מנהיג, און לאו דוקא באקאנט. ער קען פונקט אזוי זיין א ספרדי און א קוימען קערער. (אויף די הנחה אז אזא מושג עגזיסטירט)
דאס וועל איך נאכגעבן, אסאך מענטשן זען איין די באנקראטקייט פון די קאמפאני אידישקייט, און זיי ווילען בלייבען פרום. אין לעיקוואד קען מען זיך לייכט אן עצה געבן, מ׳בלייבט אידיש פאר זיך, און מ׳פארלאזט זיך אויף די חברים און די אייגענע רב. רוב ערנסטע אין לעיקוואד ווייסען אז די יורשים זענען נישט ווערט א שפיי, נאר צו זיי האט עס נישט. ביי געוויסע חברה איז דאס נישט גענוג, זיי מוזען האבען עפעס העכער זיי, וואס איז א בריק צווישען זיי און גאט. אן דעם זענען זיי גענצליך פארלוירען. דאס איז א נאטור זייערע, צו א חינוך, נישט קיין הכרח עפ"י תורה. אבער פאר דער צוועק האבען זיי מחליט געווען אז סקולען שטעלט עס די מערסטע צו. ער גיבט מוסר, וועןצמ׳בעט אים א ברכה, און ער פירט טיש ווען עס פעלט אויס. און דער עולם מוז עס האבען, מ׳האט זיך נאך נישט אפגעוואוינט פון די נויט.
ביסט נישט גערעכט. ער איז יא געזיצן וועגן אנדערע אידנ'ס וועגן! ער מיט זיין טאטע האבן אויפגעטוהן אסאך פאר אידנ'ס וועגן. כמעט נישטא קיין רבי אויף די היינטיגע וועלט וואס האט געהאלפן אזוי סאך אידן ברוחניות ובגשמיות ווי דער סקולענער רבי. וואס רוסישע אידן? אבי געהאקט אין קאפ אריין! פארגינסט נישט קיין איין גוט ווארט אויף קיין איין חסידי'שע רבי? קאמאן!! איז דא איין רבי זינט דעם בעש"ט'ס צייטן וואס איז עפעס ווערד ביי דיר? אלע אן אויסנאם זענען געווען פוסטע שקצים און ליידיגייערס וואס האבן גערייכערט ציגארעטלעך און זיך געבאדן אין מארינבאד?
נאר ליטווישע גדולים זענען געווען גרויסע מענטשן? פרובירסט אפילו צו פארקויפן ליגיונת אז דער חזון איש האט אוועקגעמאכט וויזניץ, בשעת די מעשה איז פונקט קאפויער - ער האט גערופן וויזניץ "א הייליגע מקום" און געזאגט פאר ר' יודל'ע און פאר טשימפער רב זצ"ל אז דער אהבת ישראל איז געוועהן א "קדוש עליון".
איך קען א וויזניצער חסיד וואס איז געזיצן צוזאמען מיטן סקולענער רבי אין תפיסה אין רומעניע, ער הייסט הרה"ג ר' אנשיל זילבער לאויו"ט. ער פלעגט וואוינען אין וויליאמסבורג, היינט וואוינט ער אין א"י. ער האט פארציילט אסאך אינטרעסאנטע ערשט-האנטיגע מעשיות פון די גרויסע מסירות נפש וואס דער סקולענער רבי האט געטוהן פאר אנדערע אידן, ער האט זיך איינגעשטעלט זיין לעבן ממש פאר אנדערע אידן, אויפגעהאדעוועט יתומים ווי זיינע אייגענע קינדער וכו' וכו'. זאג, וואס האסטו געטוהן פאר אנדערע מענטשן'ס וועגן? הא? וואס האקסטו אין קאפ אריין? ער האט עפעס געטשעפעט איינעם? זיך געקריגט מיט איינעם? וואס? ער האט נאר געטוהן חסד זיין גאנץ לעבן, געדינט דעם אייבערשטן און אלעס געמיינט אמת'דיג! קאמא"ן, קא"ט די קרע"פ.
סקולען איז זייער חשוב ביי מיר. קודם כל איז ער מיט זיין טאטע געוועהן אמת'ע ערליכע אידן. זייערע ניגונים איז זייער טיעף און הארציג, מלא דביקות. וע"כ איז דער סקולענער רבי געוועהן א וויזניצער תלמיד און גאר נאנט געוועהן צו וויזניץ און צום אהבת ישראל'ס קינדער, ספעציעל צום הייליגען דמשק אליעזר. ער האט אפילו געשיקט א הערליכע ניגון פון תפיסה צום אמרי חיים פאר משלוח מנות (חכו ממתקים), ביי מיר איז דאס זייער חשוב. ער האט געטאנצן ביי מיין חתונה אזוי לאנג אז מהאט געמוזט אפשטעלן די מוזיק. ער איז א וואוילער מענטש, א גוטער איד, א זיסער איד, זאל ער טאקע זיין געזונט און שטארק.
רבי שרגא און די גבאים איז שוין א אנדערע מעשה... אבער די רבי אליינס איז א הייליגע טייערע איד, נאך אזוי גרויס ווי אסאך פון דיינע פארביסענע ליטוואקעס!