מיכאל שניצלער: שיקטס די קינדער אין פאבליק סקול
-
- א גאסט אין שטיבל
- הודעות: 9
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 31, 2012 5:15 pm
- האט שוין באקומען לייקס: 1 מאל
ניין בשום פנים ואופן....... דאס איז נישט קיין גערעדעכץ........ אבער עד מתי???? פארוואס זאלן נישט זיין אפאר רבנים וואס אין זייער הארץ פליסט אביסעלע אהבת ישראל און רחמנות אויף טאטעס און מאמעס וואס מאכן נאס זייערע קישענעס מיט הייסע בלוטיגע טרערן, און מאכן א ויצעקו אויף די מנהלים, ווילאנג וועט איר אוועק שניידן לעבעדיגע שטיקער פון כלל ישראל...... רוצחים הערט אויף!!!!!
- חכם מחוכם
- ידיד השטיבל
- הודעות: 184
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אוגוסט 06, 2012 8:56 pm
- האט שוין געלייקט: 26 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 68 מאל
נו ראמני, וועם דו וועסט ווערן פרעזידענט, וועסטו דיך נעמען צו די ראשי ישיבות......, איין רגע פאר דו האקסט, קענסט נישט ארויפלייגן א ליילעך אויף אלע ר"י, יעדע שטעקן האט צוויי זייטן, און קיינעם ווארפט מען נישט ארויס פאר גארנישט, איך מאך נישט אוועק, איך מנהלים וואס ווייסן נישט וויאזוי זיך אומציגיין מיט בחורים, אבער לגבי ארויסווארפן?, איי דיסעגרי
- גאלד
- חבר ותיק
- הודעות: 2379
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מאי 07, 2012 1:42 pm
- האט שוין געלייקט: 625 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1419 מאל
לאמיר לייגן מיכאל שניצלר אין א זייט,
א צווייטע קשיא,
וואס ברויך א טאטע, טוהן מיט א בחור וואס האט נישט קיין כח, קיין מח, קיין געדולד, צו זיצן און לערנען פון 6 אזייגער פארטאגס ביז צענע ביינאכט???
דאס מערסטע וואס ער קען פארנעמען איז 2 שעה א טאג, (פאר א אינגערמאן וואלט דאס געווען א צדיק)
איז אזא בחור א פראבלעם? א באם?
איז נישט א גרויס חלק נאטור מענטשן אין דעם קאטעגאריע וואס האבן נישט די כשרונות צו זיצן איבער א ספר 18 שעה א טאג, אזא איינער מאכט דאך עס נאר קאליע, דער בחור שפרינגט פון די הויט, פארלירט די גאנצע חשק, דער בחור שפירט ווי א שמאטע, און לא ימלט אז ער וועט אנמאכן א געדראטשקע,

- a1b2
- היימישער באניצער
- הודעות: 558
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יולי 11, 2012 1:45 pm
- האט שוין געלייקט: 146 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 74 מאל
גאלד האט געשריבן:לאמיר לייגן מיכאל שניצלר אין א זייט,
א צווייטע קשיא,
וואס ברויך א טאטע, טוהן מיט א בחור וואס האט נישט קיין כח, קיין מח, קיין געדולד, צו זיצן און לערנען פון 6 אזייגער פארטאגס ביז צענע ביינאכט???
איז אזא בחור א פראבלעם? א באם?
איז נישט א גרויס חלק נאטור מענטשן אין דעם קאטעגאריע וואס האבן נישט די כשרונות צו זיצן איבער א ספר 18 שעה א טאג, אזא איינער מאכט דאך עס נאר קאליע, דער בחור שפרינגט פון די הויט און לא ימלט אז ער וועט אנמאכן א געדראטשקע,
עפשער זאגסטי מיר אין וועלכע ישובה דארף מען זיצן איבער א ספר 18 שעה א טאג?
-
- היימישער באניצער
- הודעות: 377
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 04, 2012 12:16 pm
- האט שוין געלייקט: 42 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 38 מאל
חכם מחוכם האט געשריבן:דעינעש האט געשריבן:בח"ח מביא הענין שלפנינו
איך זעה דארט האט מען אים שוין געמאכט פאר א איש החינוך, עס זאל אויסזעהן בעסער
יא, זיי זענען גיט. זיי זענען מקיים דעם הרוצה לשקר ירחיק עדותו.
אפשר אז הר"ר מיכא' שליט"א וועט דורך דעם אינוועסטן אינעם חינוך סיסטעם, האט זיך שוין געלוינט די הכתרה אויך.
- ידען
- חבר ותיק
- הודעות: 3158
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג פעברואר 28, 2012 9:27 pm
- האט שוין געלייקט: 2648 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 893 מאל
חכם מחוכם האט געשריבן:נו ראמני, וועם דו וועסט ווערן פרעזידענט, וועסטו דיך נעמען צו די ראשי ישיבות......, איין רגע פאר דו האקסט, קענסט נישט ארויפלייגן א ליילעך אויף אלע ר"י, יעדע שטעקן האט צוויי זייטן, און קיינעם ווארפט מען נישט ארויס פאר גארנישט, איך מאך נישט אוועק, איך מנהלים וואס ווייסן נישט וויאזוי זיך אומציגיין מיט בחורים, אבער לגבי ארויסווארפן?, איי דיסעגרי
קיינעם ווארפט מען נישט ארויס פאר גארנישט?
Get your facts straight!
איך ״ווייס״ אנדערש!
פאר גוגל טאק און פאר לייגען אשכולות ענאנימעסלי
yedios1 @ gmail.com
yedios1 @ gmail.com
-
- היימישער באניצער
- הודעות: 377
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 04, 2012 12:16 pm
- האט שוין געלייקט: 42 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 38 מאל
ידען האט געשריבן:חכם מחוכם האט געשריבן:...איין רגע פאר דו האקסט, קענסט נישט ארויפלייגן א ליילעך אויף אלע ר"י, יעדע שטעקן האט צוויי זייטן, און קיינעם ווארפט מען נישט ארויס פאר גארנישט, איך מאך נישט אוועק, איך מנהלים וואס ווייסן נישט וויאזוי זיך אומציגיין מיט בחורים, אבער לגבי ארויסווארפן?, איי דיסעגרי
קיינעם ווארפט מען נישט ארויס פאר גארנישט?
Get your facts straight!
איך ״ווייס״ אנדערש!
ג"א מצטרף, אפשר אויך נישט האקן (ליילע"ך בלע"ז) אויף אלע בחורים וואס זענען פארוויקלט געווארן אין זייער ר"י האנט ל"ע בדרך לא דרך .. וואס די זענען די נשמות וואס דארפן עקסטער חיזוק להחזיק מעמד.
-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 7167
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 18, 2012 11:01 am
- האט שוין געלייקט: 4109 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 7909 מאל
יאנקל האט געשריבן:מיכאל! ווער האט דיר געפרעגט?! ווער בעט דיך זיך אריינצומישן אין געשעפטן וואס זענען נוגע דעם כלל?! ביסט א רב? א רבי? א דיין? האסט הוראה? ניטאמאל א ביהמ"ד האסטו! אלזא, מי שמך לשר ושופט עלינו?! ווער ביסטו בכלל צו קענען זאגן וועמען מ'דארף יא ארייננעמען אין א ישיבה און וועמען נישט?! ווער ביסטו צו זאגן אזא שרעקליכן הירוס אז מ'זאל שיקן קינדער אין פובליק שולע? ווער גיט דיך רשות צו גיין רעדן אויף "יו-טוב" און חוזק מאכן פון די אלע טייערע אידן וואס זענען מקרב די פארלוירענע נשמות, ל"ע?! וואס מיינסטו, ווייל דו ביסט א זינגער ביי חתנות קענסטו זיך לאזן וואוילגיין און לאזן הערן דיינע דעות? זינג אין מיקראפאן "אמר רבי עקיבא" און שווייג ווען עס קומט צו עניני הציבור.
הוא מותיב לה והוא מפרק לה. איין ישועה קען נאך כלל ישראל האבן, אז אזעלכע אידן ווי ר' מיכאל וועלן זיך נישט שרעקן פון די פריערדערמאנטע ווערטער, און דאס בלוט פון אידישע קינדער וועט זיי שטיין פאר די אויגן און אוועקטרייבן די חששות פון די בייזע פינסטערע עלעמענטן וועלכע דאמינירן דעם מהלך החינוך והיהדות.
א יישר כח אייך, ר' מיכאל, פאר'ן לאזן הערן דעם געפיל פון אן איש פשוט און משמח אלוקים ואנשים. אייער דעה איז מיר חשוב'ער פון די קארופטירטע דעות פון געלטגייציגע, מאכט-הונגעריגע אפארטוניסטן. אייערע ווערטער, געזאגט - ניין, געשריגן - מיט הארץ און געפיל, זענען מער ווערד ווי 10 שובבי"ם תורות, און פערציג שבת הגדול דרשות. ס'דרינגט שטערקער אריין אין די הערצער ווי די קוואקערייען פון קראנקהאפטיגע רשעים באקליידעט באיצטלא דרבנן, וועמענ'ס טאשן און בעקיטשעס זענען וויכטיגער פון די עדרי הצאן וועמען זיי פירן אין תהום אריין.
די ראשי הישיבות וועלכע ווארפן זיך מיט אידישע קינדער כדי זיך צו בויען א נאמען לשם ולתפארת, קענען נישט מיט זייערע געשליפענע פיסקלעך צעשאקלען די אינערליכע גלידער ווי אייערע פלאמפייערדיגע ווערטער, געזאגט ביושר ובצדק, באמת ובתמים. ר' מיכאל, ירבו כמותך בישראל! לאמיך אייך זאגן דעם אמת אין פנים: איך וואלט אייך נישט געהאלטן פאר ראוי צו זיין מיין מורה-דרך; אבער אויב בין איך געצוואונגען זיך צו קלויבן אזא איינעם, וואלט איך אייך ליבערשט געקליבן ווי די אלע רבנים און אדמו"רים אויסגערעכנט אין דעם "ביזנעס דירעקטארי".
איך בין נישט קיין שניצלער פען (וואס טוט ער פאר קירוב? ליפא טוט שוין מער), אבער איך מוז דיר לייקן יענקל, אלץ אל תפרוש מן הציבור
Under influence
- דבילה
- ידיד ותיק
- הודעות: 798
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 23, 2012 10:17 pm
- האט שוין געלייקט: 1091 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 542 מאל
a1b2 האט געשריבן:גאלד האט געשריבן:לאמיר לייגן מיכאל שניצלר אין א זייט,
א צווייטע קשיא,
וואס ברויך א טאטע, טוהן מיט א בחור וואס האט נישט קיין כח, קיין מח, קיין געדולד, צו זיצן און לערנען פון 6 אזייגער פארטאגס ביז צענע ביינאכט???
איז אזא בחור א פראבלעם? א באם?
איז נישט א גרויס חלק נאטור מענטשן אין דעם קאטעגאריע וואס האבן נישט די כשרונות צו זיצן איבער א ספר 18 שעה א טאג, אזא איינער מאכט דאך עס נאר קאליע, דער בחור שפרינגט פון די הויט און לא ימלט אז ער וועט אנמאכן א געדראטשקע,
עפשער זאגסטי מיר אין וועלכע ישובה דארף מען זיצן איבער א ספר 18 שעה א טאג?
אפשר צייגסטו א וואוילע בחור (לויט'ן סיסטעם) וואס לערענט (אפיציעל) נאר צוויי שעה?
-
- מאנשי שלומינו
- הודעות: 49
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 29, 2012 10:05 am
- האט שוין געלייקט: 21 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 77 מאל
דעינעש האט געשריבן:חכם מחוכם האט געשריבן:דעינעש האט געשריבן:בח"ח מביא הענין שלפנינו
איך זעה דארט האט מען אים שוין געמאכט פאר א איש החינוך, עס זאל אויסזעהן בעסער
יא, זיי זענען גיט. זיי זענען מקיים דעם הרוצה לשקר ירחיק עדותו.
אפשר אז הר"ר מיכא' שליט"א וועט דורך דעם אינוועסטן אינעם חינוך סיסטעם, האט זיך שוין געלוינט די הכתרה אויך.
זינט הר"ר מיכאל שליט"א איז ארויסגעקומען מיט טרעק 5 איז ער לדעתי זיכער אן ערענסטע מחנך. א משקר איז נאר דער וואס לייקענט דאס.
-
- מאנשי שלומינו
- הודעות: 42
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אוגוסט 06, 2012 4:29 pm
- האט שוין געלייקט: 4 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 46 מאל
עס איז פאר זיכער אז עס איז א ביטערע פראבלעם וואס רייסט שטיקער ביי כלל ישראל.
די שאלה איז נאר וואס די סאלושען קען זיין. אין דערהיים איז א ישיבה געווען נאר פאר מציונים וואס האבן געוואלט עפעס אויסגעוואקסן, וואס זיי זענען געפארן קיין וואלאזשין, נאווארדאק, חכמי לובלין, און נאך. ווידער אום דער בחור וואס האט נישט געהאט דעם זיצער איז געבליבן אין שטאט און געלערנט אביסל תורה מיטן טאטן אדער געגאנגן אפאר שעה מיט א פריוואטן מלמד, און די איבריגע שעה'ן פארברענגט אין פעלד געריבן קוען און געהאקט האלץ און געפלאנצט פארדייעס אדער קרויט, און אזוי אויסגעוואקסן א פשוטער וואוילע דארפס איד.
היינט איז א ישיבה געווארן ווי א חוב און יעדער בחור פון א' ביז ת' דארף זיצן אין איין שוהל, און ווער עס פיהלט ס'נישט פאר אים קען העלפן דעם מענעדזשער אדער זיך דרייען ווי א זב אין האלוועי אדער אין קאווע שטיבל (נישט דעיע...) און ער ווערט אראפגעקוקט. און יעדן בין זמנים דארף ער זיך צוריקבעטן צו זיין פלאץ וואס ער גלייכט אינגאנצן נישט, פשוט אז ער זאל נאך קענען טון א האלבע נארמאלע שידוך. און גייט ארויס פון ישיבה בייז מיטן גארנישט קונה זיין. איז דאס א סיסטעם?
די שאלה וואס מען קען יא טון, לאז סתם בחורים גיין ארבעטן? וועט דאס שטארק שאטן פאר די עווערעדזש. אפשר וואלט געווען א פלאן צוצושטעלן געוויסע קאמפאניס און ווערהאוזעס וואס ניצן אסאך ארבייטער אריינצונעמען נאר בחורים און אזוי זיי האלטן?

דאס ביטערע טראפ איז בכלל נישט אזוי ביטער... כ'על מיך פרייען צו הערן פון דיר: poar.kaveshtiebel@gmail.com
- גאלד
- חבר ותיק
- הודעות: 2379
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מאי 07, 2012 1:42 pm
- האט שוין געלייקט: 625 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1419 מאל
2 גרויסע חילוקים פון אינדערהיים,
1. אינדעהיים האט דער בחור געארבעט פאר ברויט צו עסן, דער בחור האט געהאט א ערנסטע דאגה פון פרנסה, דאס האט מעטשורט א בחור אדרבא ס'האט געמאכט רייפער זיין געזעלשאפט,
נישט ווי היינט וואס מ'גייט ארבעטן אויף צו שטיפן די צייט, און זאל נישט שטיין אונטער די פיס פון די מאמע,
2. אמאל איז דער גויאישער גאס נישט געווען אזוי פארדארבן,

- הודעות: 90
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 31, 2012 4:49 pm
- האט שוין געלייקט: 85 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 66 מאל
גאלד האט געשריבן:2 גרויסע חילוקים פון אינדערהיים,
1. אינדעהיים האט דער בחור געארבעט פאר ברויט צו עסן, דער בחור האט געהאט א ערנסטע דאגה פון פרנסה, דאס האט מעטשורט א בחור אדרבא ס'האט געמאכט רייפער זיין געזעלשאפט,
נישט ווי היינט וואס מ'גייט ארבעטן אויף צו שטיפן די צייט, און זאל נישט שטיין אונטער די פיס פון די מאמע,
2. אמאל איז דער גויאישער גאס נישט געווען אזוי פארדארבן,
1) ס'מאכט נאכאלס א בחור רייפער, פארוואס זאל א בחור נישט האבן א פאך אין די האנט? ביי די צייט וואס ער וויל זיך אויסלערנען א פאך איז שוין די צייט וואס ער האט שוין א צווילינג, מיט נאך א דרילינג אן די וועי!, פארוואס זאל ער נישט האבן א פאך אין די האנט פאר ער מוז עס שוין האבן?
און ס'איז נישט אזוי ווי "שוין איז ער געזיצן אין ישיבה אפאר יאר" וואס איז אזוי געפערליך. ניין! ווייל דאס זיצן אין ישיבה מאכט עס ערגער, זיך ארומדרייען ליידיג און גארנישט טוהן - אחוץ זיצן אויף פעיסבוק און טוויטער - מאכט עס ערגער, ער וואלט שוין ווען ענדערש געדארפט גיין ארבייטן, און זיין א נארמאלער מענשט.
און די טרויעריגער פאקט איז, אז אפי' די וואס ווייסן דאס און האלטן אז ס'איז נישט גערעכט, וועלן פאר זייערע קינדער נאכאלס נעמען נאר א בחור וואס האט צוקוועטש עטליכע בענק אין זיינער צייט, ווייל ווייל ווייל.....
פארוואס האקט מען אריין אין די מיידלעך אז זיי זאלן דוקא נעמען בני טוירע, זיי קענען עס ניטאמאל הענדלען, ס'קומט עטליכע חדשים נאך די חתונה און דער מאן זיצט אין כולל און זיי זענען שוין נערוועז פון איהם, צו וואס האט איר אויסגעפעלט צו נעמען א בן תורה און איהם נאכדעם ארויסשלעפן?, אבער איך בין אביסל פארקראכן פונעם פוינט
2) זייט ווען קען מען נישט צושטעלן ארבייט וואס האט נישט מיט די "פארדארבענע" גאס? ישיבות קען זיך עפענען יעדן צווייטן טאג, אבער עטליכע אפיסעס קען מען נישט עפענען??
און זייט נישט ברוגז אמאל איז טאקע נישט געווען דער אינטערנעט, אבער מיידעלעך זענען פונקט אזוי געווען... און אמאל האט מען אויך געהאט א גוטן טעיסט.
- ציבעלע-קיגל
- וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
- הודעות: 1120
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג יולי 29, 2012 8:24 am
- האט שוין געלייקט: 539 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 899 מאל
- דולה ומשקה
- שריפטשטעלער
- הודעות: 2732
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 06, 2012 2:19 pm
- האט שוין געלייקט: 308 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1652 מאל
יאפס, דער וואס האט פראבלעמען פון אריין שטעלן זיין קינד אין א מוסד, אדער דער וואס האט שכר-לימוד פראבלעמען, אדער דער וואס זיין קינד פאסט זיך נישט אזוי גוט אריין אין דעם סיסטעם, וכיוצ"ב. "זאל שיקען זיין קינד אין פאבליק-סקול".
וואס גייט זיין מיט זיין רוחניות?
אה! א גוטע שאלה, וואס האט אויך א גוטע תירוץ... נחמת ישראל!
נחמת ישראל גייט ראטעווען דאס קינד, זיי וועלען דיר העלפן משם ואילך מיט צאלן דיין שכר-לימוד, זוכן א מוסד, וכל מיני שאר ירקות. ברוך השם מיר האבן אזא וואוילטעטיגע ארגאניזאציע.

"די מבהיל'דיגע בקיאות זעה איך נישט"... (קרעדיט: געוואלדיג)
"אפשר זאלסטו אויפקומען מיט בעסערע [שרייב נישט קיין אומאיידעלע ווערטער. מנהל]"...(קרעדיט: שבת אחים)
"אפשר זאלסטו אויפקומען מיט בעסערע [שרייב נישט קיין אומאיידעלע ווערטער. מנהל]"...(קרעדיט: שבת אחים)