שליחה
דורך קאך_לעפל » פרייטאג פעברואר 15, 2019 9:33 am
[justify]וואשינגטאן - א יאמערליכער וויי-געשריי הערט זיך פונעם רעפרעזאנטן הויז. דער פרעזידענט האט אין א אויסערארדענטליכער שריט באשלאסן זיך צו באנוצען מיט זיין עקזעקוטיווער מאכט, צו דעקלערן א נאציאנאלע נויט-פאל. די דעמעקראטען אין שפיץ פון זייערע פירער נענסי פּעלאָסי און טשאק שומער, זענען אויסער זיך פאר אויפרערעגעניש זיי זענען גענצליך ארויס פון גלייכגעוויכט, דער פאקט אז זיי קענען נישט אפהאלטן דעם פרעזידענט אויסצופירן זיינע פרעזידענטליכע פליכטן, טרייבט זיי צו האס און משוגעת, אזש הייסע לאווע שטרומט ארויס פון זייערע ברייטע נאז לעכער. פּעלאָסי האט מיט גרויס צארן דעקלערט אז מיט דעם דאזיגער שריט טיט דער פרעזידענט גענצליך אנאלירן די מאכט פונעם רעפרעזאנטן הויז. זי באשולדיגט דעם פרעזידענט מיטן מיסברויכן די מאכטן פונעם עקזעקוטיווער פליגל. אייגענליך זענען די דעמקראטן גערעכט, אבער לאמיר כאפן א איבערבליק ווער נאך עס מיסברויכט מאכטן. זינט די דעמקראטן האבן באקומען דעם מערהייט אינעם נידעריגער רעפרעזאנטן הויז, האבן זיי שוין געפענט גאנצע 17 אויספארשונגן אויף פרעזידענט טראמפ, אלעס אונטער שלייער פונעם קאנסטאטוציאלע אדמענטמענט, וואס לויטעט אז דער רעפרעזאנטן הויז זאל האלטן א וואכזאם אויג אויף די טעטיקייטן פונעם עקזעקוטיווער פליגל. האבן דען די קאנסטאטוציע-רעדאגירער טאקע געמיינט מיט דעם אדמענטמענט גאנצע 17 אויספארשונגען? אפילו א בלינדע שוטה זעט דייטליך ווי די דעמעקראטען מיסברויכן זייערער מאכטן פאר זייער נידעריגע אמביציעס און אגענדעס. נאך מער זינט דער פרעזידענט איז ארויף אויפן בענקל, האבן געוויסע שווארצע אלעמענטן אינעם יוסטיץ מיניסטעריום, אנגעהויבן צו וועבן טינקלע פלענער דורכצופירן א פאליטישער פוטש, און אקטיוויזירן דעם 25-טן אדמענטמענט פון די קאנסטאטוציע, וואס לויטעט אז אויב דער פרעזידענט איז נישט אומשטאנד אויסצופירן זיינע פליכטן ברויך מען אים צו ערזעצן. ס'הערט זיך ווירקליך אומגלויבליך אז א פאר פאסקודניאקעס אינעם יוסטיץ מיניסטעריום, וועלכע זענען נישט געווען צופרידן פון די אויסגאנג פון די וואלן, ווארום זיי האבן געוואלט אז פרוי קלינטאן זאל חלילה ווערן די פרעזידענט פון די פאראייניגטע שטאטן, האבן זיי אנגעהויבן אנצוגרייטן דעם באדען פאר א פאליטישער פוטש, א אויפשטאנד אין פילן זין פון ווארט. זיי האבן אויסגענוצט די אומבאגרעניצטע מאכט פונעם יוסטיץ מיניסטעריום, פאר זייערע שווארצע אגענדעס. אלזא, ווער מיסברויכט מאכט? דער פריעזידענט וואס טיט דאס געצווינגערנערהייט? אדער די דעמקראטן?[/justify]