עמעזאן אין נ.י., אדער נישט........

היימיש, לאקאל, און איבער דער וועלט
פארשפארט
באניצער אוואטאר
ליטוואק פון בודאפעסט
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 9705
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 6:51 pm
האט שוין געלייקט: 3162 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9133 מאל

עמעזאן אין נ.י., אדער נישט........

שליחה דורך ליטוואק פון בודאפעסט »

לאמיר עפענן א באזונדערע אשכול דערוועגן

הוגה האט געטענה׳ט אז עמעזאן איז אזוי געפערליך, אזש עס איז א גוטע זאך אז נ.י. האט זיי ׳אויסגעשפיגן׳.

איך האב געטענה׳ט אז עס וואלט נאר געווען א גוטע זאך, ווען דאס העלפט צו אז מ׳זאל זיי צונעמן און אפשטעלן זייער שלעכטס אדער גענצליך פארמאכן. וויבאלד דאס איז נישט די מעשה דא, ווייל זיי בלייבן אפן און מעכטיג, מאכט עס נישט אויס פאר סיי וועמן אז נ.י. איז פטור געווארען פון זיי. דער יונגערמאן פון ווסמב"ג\לעיקוואד\ק.י. וואס בארגט עמעזאן געלט אומזיסט, מוזענדיג ווארטען צוויי וואכען פאר זיין ערליך פארדינטע געלט, גייט עס נישט באקומען שנעלער. די מהלך פון פארמאכן קאנטעס אן א פארוואס אדער פארווען, און דער יונגערמאן בלייבט שטעקן מיט א ווערצהויז פון סחורה ואין קונה, גייט נאך אן מיט א חיזוק. זיי צאלען באבקעס פאר זייער ארבעטארערס און פאדערן עבודת פרך ווייטער. זיי רייטן אויף אלע שטייער צאלערס אין די פאראייניגטע שטאטן, פונקט ווי אמאל. די חילוק איז נאר ווי עס גייט פאסירען, אבער צו וועמן האט זיך נישט גע׳ענדערט.

אגב, איך האב געהערט אויף NPR פרייטאג, ווען דער מעיאר איז געווען אויף די ראדיא צו באקלאגן און פארטיידיגן זיין דיעל, ווי איינער האט געקלינגען מיט א נקודה למחשבה. טאמער די דעת הקהל איז געווען אזוי שטארק קעגן, און מ׳האט אלס אזוי געזונט פראטעסטירט, איז עס א פועל יוצא פון פיל פאסירונגן ווי סתם עמך מענטשן האבען איינגעזען ווי לענדלארדס קענן טון וואס זיי ווילען, ווי מעכטיגע מענטשן פייפען אן די געזעץ אן א שטראף, ווי פאליציאנטן ווערן געפטר׳ט פון די געזעץ פאר זייער וואויל טעטיגקייטן קעגן ארימע מענטשן. עס האט זיך פארזאמעלט אזא גלויבונג אז גרויסע ביזנעס גייט פארשקלאפען דער ארימען, און מ׳דארף זיי אפשטעלן מיט די כח הרבים. די פירערס מוזען ווייזען פאר די ארימעלייט אז זיי האבן אויך א ייינטנג און מנגייט זיך עכט באנעמן צו זייער זארגן נישט ווייניגער ווי פאר די מעכטיגע. זיך פארטיידיגן לאחר המעשה וועט זיי נישט העלפן, און מ׳קען זיך נישט פאטשען אין בויך אז וויבאלד מ׳איז גערעכט דארף מען זיך נישט פארענטפערן פאר די יעניגער.

באמת, כל ימי אבאמא איז דאס געווען די פראבלעם. די רעדנעקס האבען אויך געהאט צו פארדינען פון אסאך פון זיין ליבעראלע גאנג, נאר עס איז אוועק געשטעלט כאילו א געראנגל צווישען צווי שבטים, און טראמפ האט דאס געקענט אויסנוצען. יעצט ווען פיל טראמפ שטיצער צאלען מער טעקסעס ווי זיי פלעגן, קענען זיי אפשר כאפען אז מ׳האט זיי געזאגט ליגענט, אבער יעצט איז צו שפעט. ווען מ׳הערט אויף מיט שיטות, און מ׳ווייזט פאר מענטשן ווי זיי קענען פארדינען פערזענליך, א זאך וואס מ׳האט נישט פון זיך שטעלן פעסט קעגן ווענעזועלא אדער סאודי אראביע, מיט אריין לאזען צו ארויס ווארפען האמאסעקסואלע מענטשן אין די מיליטער, מיט לאזען אדער פארבאטען אבארשען, דעמאלס וואלטן די וויילער געהאט א גרעסערען זאג אין זייער לעבן.

Sent from my LG-K373 using Tapatalk
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
קאך_לעפל
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 2367
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג דעצעמבער 10, 2012 11:16 am
האט שוין געלייקט: 268 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3324 מאל

שליחה דורך קאך_לעפל »

[justify]איז עמאזאן גוט פאר די אלגעמיינעם באפעלקערונג? יא! מענטשען שפארן זיך געלט, און קענען ערייכן זייער באדערפענישן גיך און לייכט!
איז עמאזאן גוט פאר די אקאנאמיע? יא! דער עמעזאן האנדל ברענגט אריין פאר די רעגירונג א סאך שטייערן, און דאס העלפט שטארק צו פאר די עקאנאמיע!
איז עמאזאן גוט פאר קליינע געשעפטן? ניין! זיי נעמען אוועק זייער א סאך ביזנעס פון קלענערע געשעפטס אייגענטומער! איז דאס לעגאל? יא! איז דאס מענטשליך? ניין! איז דאס קאפיטאליזם? יא! איז דאס לעגאל? יא!
איז דאס גוט פאר ניו יארק? יא! 25 טויזענט נייע ארבייטס פאזיציעס! וואס קען דאס זיין שלעכט?
דארף מען אונטערברענגען עמאזאן?
רעגירונג? ניין! ס'איז גוט פאר די עקאנאמיע!
פרעזידענט טראמפ? יא! 1. זיי צאלן נישט גענוג שטייער. 2. איר אנפירער איז דזשעף בעזאָס, וועלכע איז גלייכצייטיג די אייגענטומער פונעם וואשינגטאן פאוסט, וואס שרייבט נעגעטיוו קעגן אים.
די אלגעמיינע באפעלקערונג? ניין! מיר זענען אנגעוויזן אויף עמאזאן, און מיר גלייכן זייערע פרייזן און קלייענטן באדינונגן.
סאציאליסטן? זיכער! זיי מאכן צופול געלט! מיר האבן אידילאגיש פיינט מענטשן וואס מאכן געלט. די רעגירונג דארף פון יעדען פארמעגליכען מאן, אוועק נעמען דאס פארמעגן, און דאס שענקן פאר די ארבייטלאזע לייט!
איז דזשעף בעזאָס א ממזר? יא!
טאטאל: קאָנקורענצן, סאציאליסטן, טראמפ, קליינע געשעפטס-אייגענטומער? ניין, פאר עמאזאן! אלגעמיינע באפעלקערונג, רעגירונג, קאפיטאליסטן? יא, פאר עמאזאן! און יעדער באנאזאם: דזשעף בעזאָס איז דער שווארצער טייוול זעלבסט![/justify]
באניצער אוואטאר
ליטוואק פון בודאפעסט
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 9705
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 6:51 pm
האט שוין געלייקט: 3162 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9133 מאל

Re: עמעזאן אין נ.י., אדער נישט........

שליחה דורך ליטוואק פון בודאפעסט »

ווען עמעזאן שטעלט צו א סערוויס, און נעמן געלט דערפאר, פיין און וואויל. די אלערליי שטיק וואס זיי מאכען, נאר ווייל זיי האבען א מאנאפאלי (ביז לעצטענס) איז נישט גוט פאר קיינעם. ווער פארדינט פון דעם אז זיי קענען שפילען מיט זייער מענטשן ווי שפילצייג? נישט צאלען רבית אויף געצווינגענע הלוואות?

Sent from my LG-K373 using Tapatalk
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
קאך_לעפל
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 2367
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג דעצעמבער 10, 2012 11:16 am
האט שוין געלייקט: 268 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3324 מאל

שליחה דורך קאך_לעפל »

ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:ווען עמעזאן שטעלט צו א סערוויס, און נעמן געלט דערפאר, פיין און וואויל. די אלערליי שטיק וואס זיי מאכען, נאר ווייל זיי האבען א מאנאפאלי (ביז לעצטענס) איז נישט גוט פאר קיינעם. ווער פארדינט פון דעם אז זיי קענען שפילען מיט זייער מענטשן ווי שפילצייג? נישט צאלען רבית אויף געצווינגענע הלוואות?

Sent from my LG-K373 using Tapatalk


אלזא? דזשעף בעזאָס איז א ממזר!

ווי ערווענט עמעזאן איז גוט פארן אלגעמיינעם קלייענט! דאס איז זייער מאטא! ס'איז אומאנגענעם צו האנדלן מיט זיי? אמת! קענסט פילייכט עמיצער וואס איז געצווינגן צו האנדלן מיט זיי?
באניצער אוואטאר
ליטוואק פון בודאפעסט
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 9705
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 6:51 pm
האט שוין געלייקט: 3162 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9133 מאל

Re: עמעזאן אין נ.י., אדער נישט........

שליחה דורך ליטוואק פון בודאפעסט »

דזשעף בעזאס׳ יחוס איז נישט קיין נושא. די פליכט פון דער רעגירונג איז אפצוהאלטן די סארט שחיתות פון קאמפאניס ווי עמעזאן. דעריבער מאכט עס נישט אויס אז איינער באקומט ביליגער דייעפערס דורך עמעזאן, די רעגירונג דארף נאכאלס צווינגען אז זיי זאלען צאלען שטייערן, און נישט אביוזן זייער מאנאפאלי.

Sent from my LG-K373 using Tapatalk
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
קאך_לעפל
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 2367
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג דעצעמבער 10, 2012 11:16 am
האט שוין געלייקט: 268 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3324 מאל

שליחה דורך קאך_לעפל »

ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:דזשעף בעזאס׳ יחוס איז נישט קיין נושא. די פליכט פון דער רעגירונג איז אפצוהאלטן די סארט שחיתות פון קאמפאניס ווי עמעזאן. דעריבער מאכט עס נישט אויס אז איינער באקומט ביליגער דייעפערס דורך עמעזאן, די רעגירונג דארף נאכאלס צווינגען אז זיי זאלען צאלען שטייערן, און נישט אביוזן זייער מאנאפאלי.

Sent from my LG-K373 using Tapatalk


וואס עמעזאן טיט איז צום באדויערן לעגאל! און די רעגירונג טאר זיך נישט אריינמישן אין קיין שום ביזנעס. דאס איז דער הויפט-פרינציפ פון קאפיטאליזם.
די פראגע איז בלויז צו די לעגיסלאטווער פליגל קען דורכפירן א געזעץ וועלכע פארבאט צו האלטן יענעמס געלט אן קיין פראצענטן, אפגעזען פון דעם וואס יענער איז איינשטומיג (זעלבסט-פארשטענדליך בלויז אויפן פאפיר, און זיכער נישט אין ריאלעטעט) אויב יא, לאמיר זען ווי די דעמקראטן וועלכע זענען איצט אין קאנטראל פונעם נידעריגער רעפרעזאנטן הויז זאלן דורכפירן אזא סארט געזעץ. און אנדערע ווערטער אויב דאס איז טאקע אזוי אומאראליש דאן פארוואס נעמען די דעמעקראטן נישט קיין זאכליכע שריט דאס אפצושטעלן... פילייכט ווייל זיי זענען צו פארנומען אויסצופארשן דעם פרעזיעדענט צו ער שלאפט נישט אין בעט מיט פוטין?
באניצער אוואטאר
ליטוואק פון בודאפעסט
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 9705
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 6:51 pm
האט שוין געלייקט: 3162 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9133 מאל

Re: עמעזאן אין נ.י., אדער נישט........

שליחה דורך ליטוואק פון בודאפעסט »

עס איז די פליכט פון די רעגירונג איינצוצוימן מאנאפאליס. וויאזוי איז א טעכנישע שאלה, וואס זיי דארפען אויסארבעטן. ווען זיי וואלטן אפגעשטעלט מייקראסאפט באצייטענס, וואלטען מיר געהאט א פיל גרעסערע אויסוואל פון פראגראמן, און זיי וואלטן זיך צוגעשטעלט צום פאלק וואס זיי דארפן. אזוי מוטשען מיר זיך מיט אפיס און ווינדאוס. (איך געדענק נאך איידער זייער מאנאפאלי, ווען מ׳פלעגט זיך רייסן איינער מיט די צווייטע, אזוי ווי סעלפאון קאמפאניס טון היינט, לטובת הציבור)

Sent from my LG-K373 using Tapatalk
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
באניצער אוואטאר
מ גפני
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1001
זיך רעגיסטרירט: זונטאג אוגוסט 05, 2012 3:09 pm
האט שוין געלייקט: 1135 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 465 מאל

בעזאס רעזיגנירט פון זיין פאזיציע אלץ CEO!

שליחה דורך מ גפני »

פארוואס טאקע?
אלע צוזאמען
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 838
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג יאנואר 11, 2021 5:39 pm
געפינט זיך: צופארן אין די ריזיגע וועלט
האט שוין געלייקט: 1835 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1044 מאל

שליחה דורך אלע צוזאמען »

קאך_לעפל האט געשריבן:[justify]איז עמאזאן גוט פאר די אלגעמיינעם באפעלקערונג? יא! מענטשען שפארן זיך געלט, און קענען ערייכן זייער באדערפענישן גיך און לייכט!
איז עמאזאן גוט פאר די אקאנאמיע? יא! דער עמעזאן האנדל ברענגט אריין פאר די רעגירונג א סאך שטייערן, און דאס העלפט שטארק צו פאר די עקאנאמיע!
איז עמאזאן גוט פאר קליינע געשעפטן? ניין! זיי נעמען אוועק זייער א סאך ביזנעס פון קלענערע געשעפטס אייגענטומער! איז דאס לעגאל? יא! איז דאס מענטשליך? ניין! איז דאס קאפיטאליזם? יא! איז דאס לעגאל? יא!
איז דאס גוט פאר ניו יארק? יא! 25 טויזענט נייע ארבייטס פאזיציעס! וואס קען דאס זיין שלעכט?
דארף מען אונטערברענגען עמאזאן?
רעגירונג? ניין! ס'איז גוט פאר די עקאנאמיע!
פרעזידענט טראמפ? יא! 1. זיי צאלן נישט גענוג שטייער. 2. איר אנפירער איז דזשעף בעזאָס, וועלכע איז גלייכצייטיג די אייגענטומער פונעם וואשינגטאן פאוסט, וואס שרייבט נעגעטיוו קעגן אים.
די אלגעמיינע באפעלקערונג? ניין! מיר זענען אנגעוויזן אויף עמאזאן, און מיר גלייכן זייערע פרייזן און קלייענטן באדינונגן.
סאציאליסטן? זיכער! זיי מאכן צופול געלט! מיר האבן אידילאגיש פיינט מענטשן וואס מאכן געלט. די רעגירונג דארף פון יעדען פארמעגליכען מאן, אוועק נעמען דאס פארמעגן, און דאס שענקן פאר די ארבייטלאזע לייט!
איז דזשעף בעזאָס א ממזר? יא!
טאטאל: קאָנקורענצן, סאציאליסטן, טראמפ, קליינע געשעפטס-אייגענטומער? ניין, פאר עמאזאן! אלגעמיינע באפעלקערונג, רעגירונג, קאפיטאליסטן? יא, פאר עמאזאן! און יעדער באנאזאם: דזשעף בעזאָס איז דער שווארצער טייוול זעלבסט![/justify]

25,000 פרישע ארבעט פאזיציעס אין 'ניו יארק סיטי' איז זייער אז גוטע זאך, אבער די פארזעהסט וויפיל ארבייטערס גייען פארלירן זייער דזשאב וועגן קליינע ביזנעסער גייען זיך צומאכן.
You have to think anyway, think big.
Donald Trump
מפיל קינד
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1010
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג סעפטעמבער 05, 2017 1:08 am
האט שוין געלייקט: 641 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 989 מאל

שליחה דורך מפיל קינד »

טאמער עמעזאן האט א אפיס געביידע אין ניו יארק, גייט דאס שאטן פאר לאקאלע קליינע ביזנעסער?!

די הויפטקווארטיר געביידע בויען זיין סייווי, און די ביזנעסער וועלן זיי סייווי צומאכן. זאל ניו יארק כאטש אויך פארדינען פון דעם, נישט נאר זיין אייביג די פארלירער.
דוראק
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 216
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מערץ 23, 2020 9:26 pm
האט שוין געלייקט: 95 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 389 מאל

שליחה דורך דוראק »

קאך_לעפל האט געשריבן:וואס עמעזאן טיט איז צום באדויערן לעגאל! און די רעגירונג טאר זיך נישט אריינמישן אין קיין שום ביזנעס. דאס איז דער הויפט-פרינציפ פון קאפיטאליזם.

בכלל ניט. דאָס איז דער הויפּט פּרינציפּ פון ליבערטעריאַניזם, ניט קאַפּיטאַליזם. עס זײנען דאָ אַ פולע קאַפּיטאַליסטישע מדינות וואו די רעגירונג מישט זיך בפירוש יע אַרײנעט אין דער עקאָנאָמיע.

פאַרשטייט זיך אַז דער הייליקער תורה׳ס בליק, מיטן „הפקעת שערים”, „השגת גבול”, „שיעור שתות” וכו׳ פּאַסט דורכאויס ניט מיטן אומאויפגעפּאַסטן קאַפּיטאַליזם.
פארשפארט