פרעזידענטס טאג!

אידישע און וועלטליכע היסטאריע
קאך_לעפל
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 2367
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג דעצעמבער 10, 2012 11:16 am
האט שוין געלייקט: 268 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3324 מאל

פרעזידענטס טאג!

שליחה דורך קאך_לעפל »

[justify]היינט איז די געבורטס טאג פון איינע פון גרעסטע העלדן און אדעל-לייט פון די פאראייניגטע שטאטן, דער ערשטער אמעריקאנער פרעזידענט, פרעזידענט זשארזש וואשינגטאן. דער טאג האט גאר א שטארקע באדייט פארן אידישן פאלק.

ווי עס איז באוויסט איז די שטאט ראוד איילענד, געווען דאס לעצטע פון די דרייצן שטאטן וואס האט אקצעפטירט די קאנסטעטוציע. מיטן איינשלוס פון ראוד איילענד איז דער פאראייניגטע שטאטן פון אמעריקע, איז דאס לאנד גענצליך פארפולקאמט געווארן אלס איין נאציאן אונטער ג-ט, געבינדן צו די קאנסטאטוציע אויף שטענדיג.

אין ראוד איילענד האט שוין דאן געשפרודלט א הערליכע ווירבלנדע גייסטרייכע אידישע געמיינדע, אין וועלכע עס זענען געווען אנגעשלאסן מייסטענס רייכע פארטוגעזישע אידן. דער הויפט פרנס אין יענע שטורעמישע עפאכע איז געווען א איד מיטן נאמען משה סעיקסאַס. דער משה סעיקסאַס האט ערשט אנגעקוקט די קאנסטאטוציע עטוואס סקעפּטיש. דאס איז געווען צילוב דעם וואס דורכאויס די פראנצויזישע רעוואלוציע, וואס איז זיך אייגענליך אויך פארלאפן אין יענע עפאכע, האט די אלגעמיינע באפעלקערונג באקומען גלייכבארעכטיגקייט און פרייהייט, אבער נישט די אידן. אידן זענען נישט געווען אנערקענט אלס לעגעטימע פראנצויזישע בירגער. ס'האט גענומען עטליכע יאר ביז די אידן אין פראנקרייך זענען ענדליך אנערקענט געווארן אלס לעגעטימע בירגער אין פראנקרייך, און גענאסן פון אלע בירגערליכע רעכטן, א שטייגער ווי גלייכבארעכטיגקייט און פרייהייט, און נאך.

אלזא, דער משה סעיקסאַס האט זיך געפארכטן אז פרייהייט פון רעליגיע וואס דער קאנסטאטוציע גראנטירט שלוסט נישט איין די אידישע רעליגיע. דערפאר האט ער א באזארגטער אפגעשריבן א בריוו פאר פרעזידענט וואשינגטאן מיט זיינע צווייפלנישן. דער אנטווארט פון פרעזידענט וואשינגטאן האט נישט געשפעטיגט צו קומען. פרעזידענט וואשינגטאן האט צוריק געשריבן פאר משה סעיקסאַס גאר א ווארימער בריוו, אין וועלכער ער ווידערהאלט דייטליך, אז די פרייהייט פון רעליגיע וואס די קאנסטאטוציע פארזיכערט, שליסט אויך איין די אידישע רעליגיע. און דער פרעזידענט שרייבט נאך צו עטליכע ווארימע ווערטער, מיט א אויסצוג פונעם געטליכער נביא מיכה: ס'זאל זיין דער ווילן, אז די קינדער פון אברהם וואס לעבן אין דעם דאזיגער לאנד, זאל ווייטער פארזעצן צו זיין ווערט און געניסן אין די גוטע ווילן פון די אנדערע בירגער, און איטליכע בירגער זאל זיצן זיכער אונטער זיין וויינשטאק און אונטער זיין פייגן בוים, און אן קיין שום ציטערנישט.

דער בריוו איז געווען פאר די אידישע געמיינדע ווי קאלט וואסער אויף א מידע זעהל. דער בריוו הענגט נאך ביז צום היינטיגן טאג אינעם טארא שול אין ניו פארט, און דינט אלס א שטאלץ פאר די גאנצע געמיינדע, און פאר גאנצן אמעריקאנער אידענטום.

זאל דער געדענקעניש פון פרעזידענט וואשינגטאן זיין פאראייביגט צום גוטן.[/justify]
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20420
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך berlbalaguleh »

קא* לעפל: כ'זעה דו ביסט געווארן א גרויסער שרייבער דא. וואויל. אשריך ואשרי חלקך. כ'האב נאר איין בקשה צו דיר. (דע קענסט זאגן בילכל) ביטע לערן דיך אויס צו שרייבן נארמאלע ווערטער אין אידיש. אזוי אז דער עולם זאלל הנאה האבן פון דיין געשרייבעכץ...יישר כח למפרע (למפריע)...!
קאך_לעפל
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 2367
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג דעצעמבער 10, 2012 11:16 am
האט שוין געלייקט: 268 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3324 מאל

שליחה דורך קאך_לעפל »

berlbalaguleh האט געשריבן:קא* לעפל: כ'זעה דו ביסט געווארן א גרויסער שרייבער דא. וואויל. אשריך ואשרי חלקך. כ'האב נאר איין בקשה צו דיר. (דע קענסט זאגן בילכל) ביטע לערן דיך אויס צו שרייבן נארמאלע ווערטער אין אידיש. אזוי אז דער עולם זאלל הנאה האבן פון דיין געשרייבעכץ...יישר כח למפרע (למפריע)...!


ו.ב.י.ל.י.כ.ל.

נ.ב. יאג ארויס פון דא ביטע.
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20420
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך berlbalaguleh »

פארוואס...? או. קעי. דו מיינסט איכ'ל מיך ארומשפיעלן מיט דיר דא מיט שטותים והבלים. בילכל און ו'בילכל 'עט טיר נישט העלפן. דזשאסט סטארט ביהעיווינג. ווייז אז כאטש דו הייסט קאק לעפל ביסטו א נארמאלער, אנשטענדיגער מענטש... הצלחה רבה...!
באניצער אוואטאר
יהודי פשוט
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 703
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג דעצעמבער 30, 2014 9:00 pm
האט שוין געלייקט: 435 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 489 מאל

Re: פרעזידענטס טאג!

שליחה דורך יהודי פשוט »

berlbalaguleh האט געשריבן:קא* לעפל: כ'זעה דו ביסט געווארן א גרויסער שרייבער דא. וואויל. אשריך ואשרי חלקך. כ'האב נאר איין בקשה צו דיר. (דע קענסט זאגן בילכל) ביטע לערן דיך אויס צו שרייבן נארמאלע ווערטער אין אידיש. אזוי אז דער עולם זאלל הנאה האבן פון דיין געשרייבעכץ...יישר כח למפרע (למפריע)...!
איך מיין אז א גרויס חלק עולם האט שטארק הנאה פון די שרייבונגען פון קאך לעפל און פונעם סטיל וויאזוי ער שרייבט.
אויב ס'געפעלט נישט פאר איינעם איז ער נישט געצווינגען צו לייענען
איך בין א נער און איך גלייב!!!
קאך_לעפל
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 2367
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג דעצעמבער 10, 2012 11:16 am
האט שוין געלייקט: 268 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3324 מאל

שליחה דורך קאך_לעפל »

פיין, נאך א זאכליכע אשכול אין טוילעט אריין.... שוין... זאל זיין....
קאך_לעפל
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 2367
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג דעצעמבער 10, 2012 11:16 am
האט שוין געלייקט: 268 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3324 מאל

שליחה דורך קאך_לעפל »

אויסבעסערונג:

פרייהייט פון רעליגיע איז אייגענטליך א טייל פון די ביל אוו רייטס, וואס איז צוגעלייגט געווארן צו די קאנסטאטוציע אין יאר 791' למספ', און דער בריוו פון וואשינגטאן צו משה סעיקסאַס איז געשריבן געווארן אין יארע 790' למספ'. נאך איידער דער באגריף פון פרייהייט פון רעליגיע איז עמטליך אריין אין געזעץ. דערפאר איז נאך מער פארשטענליך פארוואס משה סעיקסאַס איז געווען אזוי באזארגט. אין אנדערע ווערטער פרעזידענט וואשינגטאן האט געשאנקן פאר די אידן רעליגיעזע פרייהייט, נאך איידער די קאנסטאטוציע האט.

דאס איז אייגענטליך א אינטערסאנטע קרישקעלע.
באניצער אוואטאר
איש חזון
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 528
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג דעצעמבער 17, 2015 2:02 pm
האט שוין געלייקט: 612 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 388 מאל

שליחה דורך איש חזון »

א דאנק פאר די באשרייבונג

קאך_לעפל האט געשריבן:[justify]מיט א אויסצוג פונעם געטליכער נביא מיכה: ס'זאל זיין דער ווילן, אז די קינדער פון אברהם וואס לעבן אין דעם דאזיגער לאנד, זאל ווייטער פארזעצן צו זיין ווערט און געניסן אין די גוטע ווילן פון די אנדערע בירגער, און איטליכע בירגער זאל זיצן זיכער אונטער זיין וויינשטאק און אונטער זיין פייגן בוים, און אן קיין שום ציטערנישט.[/justify]

איך מיין אז דאס איז נישט א פסוק (און דאס איז זיכער איז א געטליכע נביא וועט נישט זאגן אזאנס אויף אמעריקע, אפשר אויף ירושלים דאמעריקע...)
וקרב פזורינו מבין הגויים
קאך_לעפל
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 2367
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג דעצעמבער 10, 2012 11:16 am
האט שוין געלייקט: 268 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3324 מאל

שליחה דורך קאך_לעפל »

נישט דער גאנצער זאץ איז פון נביא.
בלויז דער אויספיר פינעם זאץ!
וְיָשְׁבוּ אִישׁ תַּחַת גַּפְנוֹ וְתַחַת תְּאֵנָתוֹ וְאֵין מַחֲרִיד כִּי פִי ה' צְבָאוֹת דִּבֵּר (מיכה ד, פסוקים ג – ד
פארשפארט