קאך_לעפל האט געשריבן:שבת אחים האט געשריבן:און דאס זאגט שוין א באוואוסטע רעכטע קאנסערוועטיווע מכשיפה וואס איז א געוועזנע הייסע שטיצער פאר טראמפ און פאר די וואנט. איינע וואס האט אפען פיינט ספאנישע און מינארטיס.... זעהט זיך אויס אז אונזער ״קאך לעפל״ איז אריינגערעכנט אין די “Stupidest People in His Base”
לדעתי: איינער וואס שטיצט נאך היינטיגע טעג פרעזידענט טראמפ קען נאר זיין איינע פון דריי זאכן:
א ״גרויסע נער״ און ״וויסטע טיפוש״ אן קיין שכל.
אדער א פשוטע ״ראסיסט״ וואס האט פיינט שווארצע ספאנישע און אידן.
אדער רעדט זיך איין אז טראמפ איז עפעס א מלאך המושיע פאר מדינת ישראל.
Ann Coulter: National Emergency Designed for Trump to Scam the Stupidest People in His Base
https://www.thedailybeast.com/ann-coult ... n-his-base
סתם ארונטערייסן מענטשן מיט אנדערע מיינונגען וואס טראכטן אנדערש פון דיין קורצזיכטיגער שמאל קעפיקייט, קומט בלויז פון פארדארבענע מידות און טיפשות. דאס קומט זיכער נישט פון זיך ווייקען לאנגע יארן אין הייליגע וויזשניצע קאטשאניא...
די ווילסט רעדן ווי א נארמאלער מענטש און נישט ווי קיין זעלבסט-פארהאסטער סאציאליסט, פיין און וואויל! ווידעראום אויב די ביזט בלויז דא צו פארסאמען דדי מוחות פון די מענטשהייט מיט דיין אנגעבליכע ליבעראלע ריטאריק, דאן אקעי! און דער באן פארט ווייטער, און אנטשולדיגט אז מיר האבן זיך געטראפן...
מיר וואוינען אין אמעריקע. א לאנד וואס איז געבויעט אויף פרייהייט און קאפיטלאזים. אויב ס'שמעקט דיר נישט אונזערע ווירדן, קענסטו זיך איבערציען קיין נאצי דייטשלאנד אדער קיין ווענעזועלאַ, און גענאסן פון די עקאנאמישע שפע און פרייהייט וואס בושעוועט דארט.
יעדער קען אליינס זעהן דיינע ליגיונת סאיז דא בערך דרייסיג סאציאליסטישע לענדער אויף די וועלט וואס יעדער וואס האט שטודירט לענדער זאגט אז דארט איז דא פראספערטי און אסאך מעהר איקוואלטי ווי אין אמעריקע קומט ער מיר ברענגן א משל פון א פאלשע סאציאליסטישע לאנד ווי ווענעזוועלא! נאכמאל סאיז דא דרייסיג לענדער וואס זענען די געלונגסטע לענדער און איין לאנד וואס רופט זיך א סאציליסטשע לאנד און איז ווירקליך א פאשיסטישע לאנד פארדעם איז סאציאליזם אפגעפרעגט??
צווייטע ליגענט און פראפאגאנדע איז רופן די היינטיגע דייטשלאנד נאציס! שעמסט זיך נישט אין דיין פנים אריין??? די גרעסטע שטיצער אין געלט פאר מדינת ישראל היינטיגע צייטן. די איינציגסטע לאנד וואס האט אפען מודה געוועהן אין זייערע עבירות און וואס לערנען יעדען טאג מיט די קינדער וועגן די שואה רופט ער נאציס. די לאנד וואס באצאלט נאך עד היום הזה פארגיטונגס געלטער פאר אידן.... ווען גייט אמעריקע באצאלן געלט פאר די שווארצע אין די נאטיוו-אמעריקענער??? אדער כאטש מודה זיין אין זייער שמוציגע עבר???
מיר וואוינען אין אמעריקע. א לאנד וואס איז געבויעט אויף פרייהייט און קאפיטלאזים. אויב ס'שמעקט דיר נישט אונזערע ווירדן, קענסטו זיך איבערציען קיין נאצי דייטשלאנד אדער קיין ווענעזועלאַ, און גענאסן פון די עקאנאמישע שפע און פרייהייט וואס בושעוועט דארט.
וואס הייסט אמעריקע איז א דיקטעטארשיפ??? אזא איינער ווי איך וואס איז דא געבוירן מוז אלעס מסכים זיין בע״כ??? זינט ווען? וויאזוי מיינסטו האט זיך אלעס געטוישט?? וויאזוי האט מען באפרייט די שווארצע פון קנעכטשאפט?? וויאזוי האבן פרויען ענדליך באקומען רעכטן??? מינומום וועידשעס, רעכטן פאר ארבעטס -קלאס בירגער, טעקס ריטורען, פוד סטעמפס, וכו׳ וכו׳ נאר מיט דעם וואס די בירגער האבן זיך אויפגעשטעלט און געשריגן! יעדע גיטע זאך אין אמעריקע וואס איך און דו האבן הנאה איז נאר געקומען דורך מענטשען וואס האבן ״קריטיקרט״ דעם אלטען סיסטעם!!! רעכטן קומט כמעט קיינמאל נישט פון די TOP און פון די אויבערשטע פונעם שטייסל נאר מ׳דארף זיך ליידער שלאגן דערפאר! אט דאס איז דעמאקראטיע מיין פריינד!!!
און מקען שוין מיינען אז אמעריקענע קאפטיאליזם איז עפעס ״פרייעהייט״ און ווידער ״סאציאליזים״ איז עפעס א ״דיקטעטארשיפ״... כבין טאקע געוועהן אין קאנאדא און געזעהן ווי די ״סאציאליסטישע קאזאקן״ שלעפן עשורים אויף די גאסן אריין אין טורמע...
זינט ווען איז אין א דעמאקראטישע פרייע סאסייעטי א נארמאלע זאך אז א יעדער קען אינטערקויפן אלע פאליטשאנס??? דאס איז פרייהייט
????????? הער איך שוין דיין פרייהייט....
און ער ווייסט ניטאמאל איז פון נאך די צווייטע וועלט-קריג ביז פרעזידענט רעיגענס צייטן איז אמעריקע געוועהן שטארק גענויגט צו סאציליאזים ווי מהאט באצאלט 70 פראצענט שטייערן! און דאס זענען געוועהן די בעסטע יאהרן פאר אמעריקע. א עוורידש ארבייטארער האט דעמאלטס געמאכט לויט די היינטיגע געלטער $50 א שעה...!
הער אויף מיט דיינע ליגיונת!