טאטי וואס מיינט א סמארטפאן?
-
- וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
- הודעות: 1093
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יאנואר 18, 2018 3:34 pm
- האט שוין געלייקט: 566 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1901 מאל
טאטי וואס מיינט א סמארטפאן?
קינד מיינס! וויסען זאלסטו אז אסאך יארען צוריק איז געווען אזא זאך ווי א סמארטפאן, וואס דארט האט מען געטוהן אלע מיני עבירות. דארט האט מען מחלל שבת געווען, דארט האט מען מגלה עריות געווען, דארט האט מען געפרעסן חזיר אין יום כפור ביי נעילה. ס׳האט שוין כמעט געהאלטען אז גאנץ כלל ישראל זאל אינטערגיין ווייל יעדער האט זיך געקויפט אזא סמארטפואן אין דארטען האט מען אנגעטוהן כל עבירות שבתורה, און קיינער האט שוין נישט געוואוסט ווער איז עהרליך און ווער איז א שייגעץ, סאו אלעס איז געווארען מוראדיג צומישט, ביז ענדליך איז אויפגעשטאנען די פאר עהרליכע עסקנים וואס האבען נאכנישט געוארען פארדארבען פון די סמארטפאנען און זיי האבען אויפגעשטורעמט אלע עהרליכע רבנםי פון אלע אלטרע ארטאדאקסישע קרייזען וואס זענען זיך צאמגעקומען און מ׳האט דערקלערט א מלחמת חרמה קעגען די סמארטפאנען, די איבראנער רב האט שטארק אראפגעריסען די סמארפאנען און נאכדעם האבען נאך רבנים זיך צוגעשטעלט, און אזוי צוביסלעך מיט די צייט האבען זיך צאמגענומען א קאליציע פון סקלענער רבי אין פשווערסקער רבי, און צי צימישען די שטן האט מען געברענגט אידען פין לעקוואד כדי די ס״מ זאל זעהן אז אפילו די יודן מיט געשפאלטענע היטען און פירקאנטיגע בערד זענען אויך שטארק צעקריגט מיט די סמארטפאנען, און נאכדעם האט איין רב גענומען א מייק און ארומגעלאפען אין מארק און געשריגען רבותי אידען טוהט תשובה ווארפט ארויס די סמארטפאנען, צוביסלעך האבען זיך צאמגעזאמעלט אסאך יודן און מ׳האט צוזאמען געשאסען אסאך פיילען קעגען די סמארטפאנען און אזוי צעביסלעך האט מען דאס אויסגעראטען און היינטיגע צייטען האט מען זוכה געווען אז ס׳איז נישט דא קיין זכר צו די סמארטפאן און אויב איינער וויל טרעפען א סמארטפאן ברויך ער פארען ביז קאנאדא, ווייל אין גאנץ אמעריקע האט יעדער מורא צו נוצען א סמארטפאן ווי ס׳שטייט אין פסוק וראו כל עמי הארץ ויראו ממך. און פארדעם טאקע זעהט מען בחוש אז קיינער האט מער נישט קיין סמארטפאן ווייל יעדער האט אזוי מורא געהאט און געציטערט אין די הויזען, עד כדי כך אז א חסידישע אינגעל ווייסט נישטאמאל וואס מיינט א סמארטפאן ווייל מ׳ברויך מער נישט האקען דערויף!
"וואס וועל איך טוהן אז מ׳וועט איין שיינעם טאג געוואר ווערן אז איך בין נישט קיין אמתע רבי?"
- אהבת ישראל מוויזניץ
- אהבת ישראל מוויזניץ
- שמעון וואלף
- חבר ותיק
- הודעות: 3547
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 14, 2014 1:33 pm
- געפינט זיך: אין דרום
- האט שוין געלייקט: 5476 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 3921 מאל
- וואלווי
- שריפטשטעלער
- הודעות: 3762
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג נאוועמבער 01, 2015 11:34 am
- האט שוין געלייקט: 5604 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 5650 מאל
גדליה האט געשריבן:קינד מיינס! וויסען זאלסטו אז אסאך יארען צוריק איז געווען אזא זאך ווי א סמארטפאן...
באטאם ליין טאטי, גייט זיין עפעס גוט צו האקן? פאר א יעדע גוטע זאך וואס ערליכע יודן האבן אינטער געברענגט פראוועט מען א יום טוב, נישט אזוי טאטי?
Until the spirit be poured upon us from on high
Isaiah 32:15 -
Isaiah 32:15 -
-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 2367
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג דעצעמבער 10, 2012 11:16 am
- האט שוין געלייקט: 268 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 3324 מאל
אויב איינער האט נאך געצווייפלט צו פארפירישע פראפאגאנדע איז שעדליך פאר מענטשהייט, האט ער אצינד א קלארער איבערווייז אז יא!
די געמיינע שומרים קארטלעך פראפאגאנדע האט צום באדויערען געשלאגן גאר טיפע ווארצלען צווישן די יוגענט, אזש א אלגעמיינער מענטש האט היינט א פראבלעם ארויסצונעמען א סמארטפאון אין די עפענליכקייט. די קינדער האבן פראגעס צו די עלטערן, און דער ווייטאג איז אז אין פולע פעלער פרעגן זיי נישט די עלטערן איבער וואס עס עגבערט זיי אין מוח. טאטי ווי אזוי קענסטו דיך האלטן פאר איד אין די צייט וואס די באזיצט אזא טמא'נע סמארטפאון? ווען דער קינד פרעגט קען מען אים דעקלערן אז ער איז קרבן פון פארפירישע פראפאגאנדע. דער ווייטאג איז אז דער קינד פרעגט נישט! דער פארברעך פון די פארפירישע פראפאגאנדע שעדיגט דאס חינוך פון די יונגווארג אויף א מאסנשטאבליכער פארנעם. ערוואקסענע פארשטיין נישט באיינפלוסט צו ווערן פון פארפירישע פראפאגאנדע, אבער אומרייפע קינדער פארשטייען נישט. מען הרג'עט אונז די קינדער אומזיסט.
די געמיינע שומרים קארטלעך פראפאגאנדע האט צום באדויערען געשלאגן גאר טיפע ווארצלען צווישן די יוגענט, אזש א אלגעמיינער מענטש האט היינט א פראבלעם ארויסצונעמען א סמארטפאון אין די עפענליכקייט. די קינדער האבן פראגעס צו די עלטערן, און דער ווייטאג איז אז אין פולע פעלער פרעגן זיי נישט די עלטערן איבער וואס עס עגבערט זיי אין מוח. טאטי ווי אזוי קענסטו דיך האלטן פאר איד אין די צייט וואס די באזיצט אזא טמא'נע סמארטפאון? ווען דער קינד פרעגט קען מען אים דעקלערן אז ער איז קרבן פון פארפירישע פראפאגאנדע. דער ווייטאג איז אז דער קינד פרעגט נישט! דער פארברעך פון די פארפירישע פראפאגאנדע שעדיגט דאס חינוך פון די יונגווארג אויף א מאסנשטאבליכער פארנעם. ערוואקסענע פארשטיין נישט באיינפלוסט צו ווערן פון פארפירישע פראפאגאנדע, אבער אומרייפע קינדער פארשטייען נישט. מען הרג'עט אונז די קינדער אומזיסט.
-
- וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
- הודעות: 1003
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 02, 2017 4:42 pm
- האט שוין געלייקט: 565 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 524 מאל
Re: טאטי וואס מיינט א סמארטפאן?
וואס איז די הלכה מיט די פאלדעבל סמארטפון? האט עס א דין ווי א טעבלעט , אדער ווי אפליפ פאון?
Sent from my XT1526 using Tapatalk
Sent from my XT1526 using Tapatalk
- וואלווי
- שריפטשטעלער
- הודעות: 3762
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג נאוועמבער 01, 2015 11:34 am
- האט שוין געלייקט: 5604 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 5650 מאל
אונטער חכם האט געשריבן:וואס איז די הלכה מיט די פאלדעבל סמארטפון? האט עס א דין ווי א טעבלעט , אדער ווי אפליפ פאון?
Sent from my XT1526 using Tapatalk
ונראה לחלק, דאיסור סמארטפאו"ן מקורו מדין מראית עין, דאפילו בהוספת מסנן אסרו חכמים באיתגליא דלא לימא טומאה הותרה בציבור. ובנידן דידן, דהמצאת הפלי"פ הוא מלמטה למעלה ולא במלא רוחבו כנהוג מקדמת דנא, בודאי עדיין חל איסור מראית עיין, ומה הועילו חכמים בתקנתן.
שלא נראה לענ"ד כתבתי, ודי בזה.
הק' ב*ל ש*ט
Until the spirit be poured upon us from on high
Isaiah 32:15 -
Isaiah 32:15 -
- לולקע באנוצער
- מאנשי שלומינו
- הודעות: 83
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 13, 2019 11:10 pm
- האט שוין געלייקט: 993 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 58 מאל
אונטער חכם האט געשריבן:וואס איז די הלכה מיט די פאלדעבל סמארטפון? האט עס א דין ווי א טעבלעט , אדער ווי אפליפ פאון?
א שטארקע חקירה.
בכלל האב איך שוין לאנג די קשיא: וואס איז דער גדר פון א סמארטפאון? און וואס איז דער פראבלעם?
ווערטערבוך:
Smartphone: a mobile phone that performs many of the functions of a computer, typically having a touchscreen interface, Internet access, and an operating system capable of running downloaded applications.
איצטערט, לאמיר מברר זיין; וואס איז דער פראבלעם פונעם סמארטפאון, אננעמענדיג דעם ווערטערבוך'ס ווערסיע?
דאס אליינס אז ס'האט פארשידענע פונקציעס ווי א קאמפיוטער איז דאך זיכער נישט דער פראבלעם, ווייל א קאמפיוטער מעג מען דאך יא האבן.
דאס אז ס'איז טאטש סקרין לייגט זיך נישט אויפן שכל אז ס'זאל זיין דער פראבלעם. וכן זעט מען אז מ'אסר'ט אויך דעם 4G פליפ פאון. (כאטש נישט מיט אזא הארבקייט).
ווייטער, דאס אז ס'האט אינטערנעט צוטריט איז לכאורה טאקע דער גרעסטער פראבלעם, וואס דאס זעט מען טאקע אז מ'שטעלט זיך אויך אויף קאמפיוטערס. (כאטש דיספראפארציאנאל, ביי קאמפיוטערס האט מען קיינמאל נישט געזאגט יהרג ואל יעבור, מ'האט קיינמאל נישט געמאכט קיין דרייווס נישט אריינצוקוקן)
ווייטער די אפליקאציעס זענען זיכער נישט דער פראבלעם, איז דען אסור צו שפילן אביסל קענדי קראש?
מסקנה: דער אמת'ער גדר פון א טריפה'נער סמארטפאון איז: א כלי וואס האט שנעלע אינטערנעט צוטריט, איז אפן אינגאנצן, און איז זייער גרינג ארומצוטראגן. דער פראבלעם: טאמער האט עס נישט קיין פילטער קען מען אנקומען צו שלעכטע פלעצער. איי וואס איז עס אנדערש פון א קאמפיוטער? ביים קאמפיוטער זיצטו עטליכע שעה א טאג, ווידער דעם סמארטפאון האסטו מיט דיר אגאנצן טאג.
אויב גייסטו אבער צו די מענטשן וואס טרומפייטן אגאנצן טאג אזעלכע פראזן ווי "ענדערש זיך הונדערט מאל בוקן צו א צלם ווי איינמאל אריינצוקוקן אין א סמארטפאון", אדער "%95 אידן מיט סמארטפאונס זענען מחללי שבת", און דו וועסט זיי פרעגן וואס דער פראבלעם פון א סמארטפאון איז, וועט ארויסקומען א לאנגער אומקלארער ענטפער, מיט צוזאמגעווארפענע תירוצים פון אדיקשאן, אנרייצן קינדער, חילול שבת, כפירה, און שמוץ.
לאמיר דאס צונעמען. אויב אדיקשאן איז דער פראבלעם, דאן דארף מען אסר'ן ציגארעטלעך, אראנדזש דזשוס (איר האט נישט געוואוסט אז אראנדזש דזשוס איז אדיקטיוו?), און כשר'ע (?) טעלעפאנען.
ווייטער אלץ כפירה און שמוץ איז דער זעלבער פראבלעם דא ביי קאמפיוטערס, נאר ווי מ'האט אויבן געשמועסט איז דא א גרעסערער שאנס אריינצופאלן מיט די זאכן אויף א סמארטפאון, צוליב וואס מ'האט עס מיט זיך אגאנצן צייט.
מילא בין איך זייער אומקלאר לויט די חברה פארוואס מען האט זיך ארויפגעזעצט אויפן סמארטפאון, מה חטא ומה פשע? אמת אז א סמארטפאון אן א פילטער איז ערגער ווי א קאמפיוטער אן א פילטער, אבער א סמארטפאון מיט א פילטער איז בעסער ווי א קאמפיוטער מיט א פילטער.
קוקט אייך אביסל אום אויף די טריפה'נע שומרים קארדס. וואס איז דער מעסעדזש אויף רוב פון די קארטלעך? מ'זעט א מענטש מיט א סמארטפאון מיט גראז אויפן קאפ. אה, יעצט גייט מיין קינד וויסן אז א סמארטפאון איז אדיקטיוו. האו באוט מ'מאכט א קאמפיין מיט קארטלעך צו אויפקלערן די קינדער אז ציגארעטן זענען אדיקטיוו? מ'זאל נישט טארן רייכערן נעבן שול, נישט אנצורייצן די קינדער. אזוי אויך וואס איז דער חוב קדוש דערפון?
איר קענט אויפפאסן אן אינטערעסאנטע זאך: די אלע מענטשן וואס האלטן זיך פארנומען מיט די קארטלעך וכו' האבן נאך קיינמאל נישט טועם געווען דעם טעם פון פאזיטיוויטי. וק"ל.
געשיקט פון מיין כשר'ע פאון נוצנדיג ראדיא כוואליעס
-
- ידיד השטיבל
- הודעות: 324
- זיך רעגיסטרירט: פרייטאג מערץ 15, 2019 8:23 am
- האט שוין געלייקט: 90 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 134 מאל
מיין זון האט מיר געפרעגט: וואס איז דאס דער טמאנ'ע כלי?
האב גענטפערט: אויב עס איז אן ערדענע כלי איז נאר אויב עס איז אריין א שרץ אדער א כזית פון א טויטן מענטש אין דער לופט אינעווייניג דער כלי, אויב עס איז א כלי פון יעדער סארט מעטאל דאן איז עס טמא אויב א שרץ אדער א טויטן מענטש רוהט עס אן אדער עס געפינט זיך באוהל המת . אויב עס איז פון האלץ איז עס ווי מעטאל נאר אויב עס האט א כלי קיבול נישט אז עס איז פלאך
האב גענטפערט: אויב עס איז אן ערדענע כלי איז נאר אויב עס איז אריין א שרץ אדער א כזית פון א טויטן מענטש אין דער לופט אינעווייניג דער כלי, אויב עס איז א כלי פון יעדער סארט מעטאל דאן איז עס טמא אויב א שרץ אדער א טויטן מענטש רוהט עס אן אדער עס געפינט זיך באוהל המת . אויב עס איז פון האלץ איז עס ווי מעטאל נאר אויב עס האט א כלי קיבול נישט אז עס איז פלאך
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום זאפטיג, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
ואהבת לרעך כמוך - לייקס געב איך וויפול איך האב
- ליטוואק פון בודאפעסט
- שריפטשטעלער
- הודעות: 9705
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 6:51 pm
- האט שוין געלייקט: 3162 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 9133 מאל
Re: טאטי וואס מיינט א סמארטפאן?
מעגסט איבער לערנען מסכת כלים. כלי מתכת האבען אויך פרטי דינים, מעין מלאכתו הראשונה וכדו׳.זאפטיג האט געשריבן:מיין זון האט מיר געפרעגט: וואס איז דאס דער טמאנ'ע כלי?
האב גענטפערט: אויב עס איז אן ערדענע כלי איז נאר אויב עס איז אריין א שרץ אדער א כזית פון א טויטן מענטש אין דער לופט אינעווייניג דער כלי, אויב עס איז א כלי פון יעדער סארט מעטאל דאן איז עס טמא אויב א שרץ אדער א טויטן מענטש רוהט עס אן. אויב עס איז פון האלץ איז עס ווי מעטאל נאר אויב עס האט א כלי קיבול נישט אז עס איז פלאך
Sent from my LG-K373 using Tapatalk
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
(Daniel J. Boorstin) דא
- ליטוואק פון בודאפעסט
- שריפטשטעלער
- הודעות: 9705
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 6:51 pm
- האט שוין געלייקט: 3162 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 9133 מאל
- וואלווי
- שריפטשטעלער
- הודעות: 3762
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג נאוועמבער 01, 2015 11:34 am
- האט שוין געלייקט: 5604 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 5650 מאל
זאפטיג האט געשריבן:דער ספ האט א דין זכוכית אדער ברזל?
נישט קיין חילוק ווייל הבל פיו פון אן אפיקורס איז מטמא אפי מנגד, ס'דארף נישט זיין מתוך אזוי ווי כלי חרס, און נישט בנגיעה ווי סתם א כלי.
די שאלה איז נאר אויב איינער לייגט די סמארטפאון ביינאכט אונטער די קישען אויב ס'איז מטמא אלס מדרס
Until the spirit be poured upon us from on high
Isaiah 32:15 -
Isaiah 32:15 -
- ליטוואק פון בודאפעסט
- שריפטשטעלער
- הודעות: 9705
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 6:51 pm
- האט שוין געלייקט: 3162 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 9133 מאל
- ליטוואק פון בודאפעסט
- שריפטשטעלער
- הודעות: 9705
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 6:51 pm
- האט שוין געלייקט: 3162 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 9133 מאל
דאס איז נאר ביי טומאת מדרס. טאמער די גאנצע נושא איז טומאת מדרס, איז עס גאר אן אנדערען שמועס.
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
(Daniel J. Boorstin) דא