אברך משי האט געשריבן:אזוי אינמיטן זיך מתבונן זיין בנוגע דעם סקאנדאל ארויף און אראפ, זע איך א קליפ פון א עדה אידן ובראשם רבנים, שטייען ביי א הייליגע ציון אין מארוקו אלס טייל פון א לוקסוסעריעזע אויספלוג און הנאה פארוויילעכץ, מיט געזאנג-שטימע פון א אימפארטירטן ילד הפלא און א כאר וואס באגלייט מיט פארשידענע פילהארמאנישע קולות און געברומעכצער פון דער הונטערגרונג, ואני תמה לעצמי, פארוואס איז דאס ווייניגער סקאנדאל? מיט וועלכע פרט איז עס ווייניגער חילול רגשי הקדושה? מיט אזא געפירעכץ האט מען שפעטער טענות צו די יונגע בחורימלעך אז זיי ווייסן נישט בעסער? אתמהה
האמיר די זעלבע געקלערט
אלעס אלעס טוט מען היינט ביי קברי צדיקים, אפגערעדט די געפרעסעכטס אין מירון וכו' וכו', אויפשטעלן פארענטשעס אויף קברים אין צפת, קומזיצן למיניהם ביי אלע קברי צדיקים, גאנץ לעצטענס האמיר געזעהן אזא קליפטשעל פונעם בעל התניא'ס ציון וואו מ'זינגט דארט בחבורה "ווארימע לידער", און כמדומה אז אין קר"י ביים יארצייט טוט מען שוין אויך אזוי בשעת'ן ליינען קוויטלעך. נו וואס איז ערגער די "סקאנדאל"?
לאמיר פארשטיין, א פורים רב טוט מער ווייניגער אלעס וואס א עכטע רבי טוט, נאר אביסל אויף א פורימ'דיגע שטייגער, און דאס מאכט פרייליך דעם עולם. ער טאנצט מצוה טאנץ ביי חתונות, פראוועט טישן אין ביהמ"ד, דאווענט, ליינט קוויטלעך, אלעס פונקט ווי א לעגעטימע רבי, און יעדער פארשטייט אז ס'נישט ח"ו ליצנות... רבם דקרו.... נאר ס"ה אביסל לכבוד פורים. אלץ מאכט זיך אז א פורים רב טרייבט אביסל איבער, מאכט צו גוט נאך א געוויסן רבי'ן אדער ראש ישיבה, אבער בדרך כלל איז דאס זיין אויפגאבע. און דאס מעג פאסירן אין ביהמ"ד, כאטשיג דאס איז לכל הדעות א מקום קדוש מאוד מאוד, אבער ס'דאך לא גרע וואו ווען דער רבי אליינס פירט דארט טיש, יעצט טוט עס נאר דער פורים רב.
אלזא ילמדנו רבינו, וואס איז יעצט ערגער דער ציון הק', אז דארט נישט? איז עס מער מקום קדוש ווי א ביהמ"ד?
אמאל איז טאקע א ציון געווען א פלאץ פון "יזכיר לו יום המיתה", מ'האט נישט דארט געפראוועט קיין רבי'סטווע, נישט געטרינקן קיין קאלטע פאנטש, ח"י ראטל וכו' וכו', ס'געווען א פלאץ ווי מ'איז וואס ווייניגער געגאנגען, נאר מתפלל זיין און פערטיג, אבער זייט א ציון איז געווארן א רוטינע באזוך ארט, מ'איז נוהג דארטן קלות ראש פונקט ווי אין א ביהמ"ד וכדו', פארוואס טאקע איז דער פורים רב נישט ערלויבט ממשיך צו זיין די רבי'סטווע ביים ציון.
לאמיר זיך אויסמשל'ן אז דעם רבי'נס יארצייט קומט אויס פורים, וואלט איינער געזאגט אז פורים נאכמיטאג טוט מען אויס די בגדי שבת און מ'טוט אן די קוטשמע און קאלאטשן, צו גיין אויפן ציון. אוודאי נישט, אפשר גייט מען בכלל נישט פורים, אבער אויב מ'גייט, גייט מען אזוי ווי מ'גייט פורים, און ס'גארנישט קיין "סקאנדאל".