דין תורה און ב"ד, עצות מיט ערפארונגן

הילף, עצות און טיפס
צפור בודד
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 473
זיך רעגיסטרירט: זונטאג אקטאבער 14, 2018 11:32 am
האט שוין געלייקט: 244 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 579 מאל

שליחה דורך צפור בודד »

בדרך כלל איז בעסער צו נעמען א לויער און אויך א טוען און דער טוען צו נוצן נאר אויף דער הלכה לפי חושן משפט.

איינס פון די גרויסע חילוקים צווישן בי"ד און געריכט איז אז אין געריכט געבט מען זיך אפ כמעט אינגאצן מיט פאקטן, און דער געזעץ נוצט מען אויף צו ציען די פאקטן לכאן ולכאן. משא"כ אין בי"ד באהאנדלט מען די פאקטן רעלאטיוו שוואך נאר פשעטלעך מיט ש"ך'ן און ב"ח'ן איז עד אין סוף. א לויער איז בדרך כלל מער פראפעשינעל, האט מער דרך ארץ, איז געבינדן צו די תקנות פון דער באר און ווייסט בעסער וויאזוי צו באהאנדלען די נושאים. נישט אלעמאל איז אזוי נאר אויף דעם קען מען זיך נאכפרעגן ווער ס'יז גוט און האט ערפארונג אין בי"ד אויך. און אויף די ענינים וואס איז חושן משפט'דיג אויף דעם קען מען נעמען א טוען אדער סתם א תלמוד חכם וואס קען גוט חו"מ און ער קען זיין אן אדווייזער. א לויער קאסט טאקע א סך מער און אויף דעם איז נישטא קיין עצה.
אישתישבי
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3541
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 08, 2016 11:19 pm
האט שוין געלייקט: 121 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2068 מאל

שליחה דורך אישתישבי »

הלוואי וואלטן דין תורות זיך געצויגן אויף שך'ן און בח'ן.

קארט איז דאך ערגער ווי דין תורה. עס ענדיגט זיך נישט, און קאסט אפ.
.
א קונץ צו זיין אליהו הנביא? א קונץ צו זיין איש תשבי!
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20420
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך berlbalaguleh »

אישתישבי: ניין. אין מיינע אויגן איז ליידער מקויים געווארן דער פסוק..."ואויבנו פלילים"...די ש"ך'ן און ב"ח'ן זענע נישט די פראבלעם. די אידישע הלכות זענען זייער גוט און יושר'דיג. נאר די געמיינע יונגען וועלכע זענען (ליידער) ממונה אויסצוטייטשן די הלכות. זענען אין די מערסטע פאללן קארופטירטע באדיונגען. וועלכע דרייען מיט די תורה אזוי ווי זיי אליינס וויללן. קרדום לחפור בה...! און זיי מאכן אן דעם גרעסטן חילול ה' אז מ'זאגט אז אין קאורט איז דא מער יושר ווי להבדיל ביי א בית דין...!
אישתישבי
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3541
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 08, 2016 11:19 pm
האט שוין געלייקט: 121 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2068 מאל

שליחה דורך אישתישבי »

איך בין נישט מסכים מיט דער הנחה, איך האלט אז געוועהנליך ווען דריי אידן זעצן זיך צו א דין תורה, פראבירן זיי בכל מאודם ארויסצוגעבן א פסק וואס זאל זיין א פשרה די בעסטע שייך.

די פראבלעם איז טוענים. נישט דיינים.
א קונץ צו זיין אליהו הנביא? א קונץ צו זיין איש תשבי!
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20420
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך berlbalaguleh »

אישתישבי: אין פאל פון התאחדות. איז עס איצא שייגעץ. דער דיירעקטאר. ווען איינער ברענגט איהם א פעקל מיט באקשיש. געט ער אינסטרוקציעס פאר די דיינים וויאזוי צו פיהרן די דין תורה...איך רעד פון עקספיריענס. ואכמ"ל...!
אישתישבי
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3541
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 08, 2016 11:19 pm
האט שוין געלייקט: 121 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2068 מאל

שליחה דורך אישתישבי »

דאס וואס די וועסט פין דיין דין תורה, זיי האבן גע'פסק'נט אז די ליעס איז בטל, ווייל די האסט אויך געזאגט א זי האט דיר אויסגענארט מיט די דירה אז עס איז נישטא קיין גוטע לייט אין די האלוועי, קומט אויס אז עס איז א מקח טעות.

אזוי גייט עס ווען די האלסט אז די ביסט גערעכט, אבער די ווייסט נישט וועלכע טענות זענען גוט פאר דיר.

זיי זענען געשלאפן ביי דיין טוען'ס רעדען, ווייל ער האט גערעדט נארישקייטן ווי די אליין זאגסט, און זיי האבן שוין געוויסט וואס זיי ווילען פסק'ענען.
א קונץ צו זיין אליהו הנביא? א קונץ צו זיין איש תשבי!
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20420
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך berlbalaguleh »

אישתישבי: מיט דעם צווייטן חלק ביניך מסכים מיט דיר. זיי זענען געשלאפן ווייל זיי האבן שוין פון פאראויס געוואוסט וואס דער פסק גייט זיין. בפקודת זייער הויפט. איצא שייגעץ...!
באניצער אוואטאר
ליטוואק פון בודאפעסט
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 9705
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 6:51 pm
האט שוין געלייקט: 3162 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9133 מאל

שליחה דורך ליטוואק פון בודאפעסט »

אין ליכט פון עפעס וואס איך האב געהאט מיט א חבר לעצטענס, וויל איך ברענגן נאך א לעקציע וואס איך האב פון עקספיריענס.

א טוען וועט אפט רעדן כאילו ער איז א חבר מיט דער בעל דין, און כאילו זיי ביידע זענען איינס, ער גלויבט פונקט אזויפיל אין די קעיס ווי דער בעל דין. אנשטאט'ס טרעפן די לעכער און פראבלעמן מיט זיין טענות, וועט ער זיך שנעל איבערצייגט ווערן אין די גערעכטיגקייט פון די ווערטער, כאילו דער דיין וועט אויך אזוי זיין. די פראבלעם איז, ווען דער דיין טראכט אנדערש. דעמאלס האט דער טוען א לייכטע עצה, און ער הייסט זיין בעל דין נישט פאלגן, צו זיך אויסדרייען. און פון דעם ווערט אסאך פון דער אומטרוי וואס מענטשן האבן אין בית דין, ווייל דער בעל דין דארף קיינמאל נישט פאלגן.
און פסיכאלאגיש איז עס אויך א פראבלעם. ווען א מענטש האט קליינע האפענונגן, איז ער מער צופרידן צום סוף. ווען ער חלומ'ט, מיט די הילף פון זיין טוען, אז דער דיין וועט אויפשטיין און האלטן א גאנצע הספד, "איש פלוני, נישט נאר ביסטו זכאי, נאר דו פארדינסט עולם הבא פאר'ן זיין אוזוי באקריוועדעט אזוי לאנג, און זיך איינגעהאלטן (עפ"י רוב) פון יענעם שמייסן און אנמקל'ן. דו ביסט א זעלטענע צדיק, און דו וועסט באקומען דיין געלט, זיין געלט און אסאך אנדערע געלט אין צווישען". ווען דאס פאסירט נישט למעשה, איז ער אנטוישט.
דער פליכט פון דער טוען איז צו מינערן דער בעל דין'ס האפענונגן, און אים ארויס צו ברענגן וועלכע חלקים פון זיין טענה זענען שוואך. נישט נאר ווייל אזוי וועט ער קענן ארויס ברענגן זיין צד לאורה מיט די ריכטיגע ראיות, און שנעלער מיט ווייניגער עקספענסעס, נאר אויך ווייל יעצט וועט עס אים לייכטער זיין אנצונעמן א פארלוסט, אדער נישט די זיג וואס ער האט געוואלט.
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום ליטוואק פון בודאפעסט, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
אישתישבי
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3541
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 08, 2016 11:19 pm
האט שוין געלייקט: 121 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2068 מאל

שליחה דורך אישתישבי »

וואס הייסט נישט פאלגען? מען שרייבט אונטער שט"ב מוז מען פאלגען, אז נישט גייט מען אין ערכאות.
א קונץ צו זיין אליהו הנביא? א קונץ צו זיין איש תשבי!
באניצער אוואטאר
ליטוואק פון בודאפעסט
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 9705
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 6:51 pm
האט שוין געלייקט: 3162 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9133 מאל

Re: דין תורה און ב"ד, עצות מיט ערפארונגן

שליחה דורך ליטוואק פון בודאפעסט »

נישט ממש. עס ווענדט זיך אויף די מצב און רוב מענטשן ווילן נישט גיין אין קאורט. אפט ווארפט דער ריכטער ארויס די גאנצע קעיס, אדער הייסט גיין אין אן אנדערען בי"ד. עס איז נישט קיין גענצליכע הצלה.

Sent from my LG-K373 using Tapatalk
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
באניצער אוואטאר
טאמבל סאס
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 4290
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 08, 2012 7:59 am
געפינט זיך: נישט דאס פלאץ.
האט שוין געלייקט: 6640 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3625 מאל

שליחה דורך טאמבל סאס »

כלל נומער 0: און אויב האסטו נאר אפילו $150 דאלער פארבליבן אין באנק זאלסטו קודם פאר אלעם זיך אראפזעצן מיט א לויער פאר א שעה און הערן וואס דו קענסט קריגן אויב גייסטו אין קאורט ענדישער ווי בי"ד ווייל אין מיין עקספיריענס וועסטו "אייביג" פארדינען א מער יושר'דיגע פראצעדור אפילו אויב נישט א מער גינסטיגן רעזאלץ פאר דיר, אויב גייסטו בערכאות. די בתי דינים האבן נישט קיין כח, נישט קיין שוטרים און נישט קיין קאהירענט, טראנספערענט, אונ-פארשעל סיסטעם ווי אזוי דורכצופירן דין תורות. איך בין טאקע אינג אבער מען דארף נישט זיין קיין וועלט'ס פיקח דאס שנעל איינצוזען.

און אין דזשענערל זאג איך, וויי איז צו דער טאג וואס די גויאישע אינסטאנצן וועלן גרענטן די בתי דינים די אזוי-אויסגעווארטע כח וואס זיי גארן צו קריגן. אויף קיין אידיש קינד נישט געוואונטשן. און ווייסט ווער עס וועט שולדיג זיין? נאר דו און יעדער איינער וואס גייט זיך מתדיין זיין ביי זיי, היינט ווען זיי האבן נאכנישט קיין כח. אזוי טוען זיי ביסלעכווייז זאמלען געלט און כח און מענטשן און איין טאג וועלן זיי גיין צו די גאווערנמענט און זאגן, קוק וואספארא ציבור מיר האבן וואס טוט נאר אנערקענען אין אונזער אויטאריטעט, מיר טויגן אפילו בעסער ווי אייך, לאזט אונז אויסאיבן אפילו א גרעסערע כח אויף אונזערע מענטשן, זיי זענען סייווי מסכים, און עס וועט זיך אייך אסאך מער לוינען...השם ישמרינו.

איך ווייס אז ליטוואק און איש תישבו וועט באדערן וואס איך זאג ווייל זיי קענען מזמן לזמן מאכן אביסל עקסטערע געלט פאר יו"ט צו מאכן פון א דין תורה'לע דא א דין תורה'לע דארט און בערל בעל עגלה וועט עס אויך באדערן ווייל ער וועט מער נישט קענען טאנצן פון עלעקטערישן, צו באס דרייווער, צו טוען אהין און צוריק און מער נישט קענען בוליען אלטע אלמנות (דזשאוק:)) אבער ליטוואק און איש תשבו זאלן זיך זוכן א מער סטאבילער און זיכערער פרנסה, ווי למשל לויערס, וואו זיי קענען נאכאלס לאקי זיין אויסצוקומען אויף קעגנדע זייטן און זיך ארומרייסן ביי די קעפ איינער קעגן צווייטן און בערל בעל עגלה זאל אין זיין פריה-טיים עוסק זיין אין אינוועסטיגעיטיוו דזשורנאליזם און פאראדי און זאל אונז יא פיהלפארביג פארצילן זיינע אומאפרעגבארע ראיות אז איצא גליק האט געקריגן באקשיש פון דעם צעקאליעטשטן אידיש רעדנדן חבסקער טוען..
דאס איז נישט מייניגע, דאס איז אויך נישט פון באשעפער. דאס איז פון די מאדערנע אחיה השילוניס פון היינט.
פארוואס זאג איך אייך דאס? ווייל כל מי שאינו אומר דבר בשמם מתעטר בעטרה שאינו שלו ומביא בערות, גסות רוח ואמונות טפלות בעולם.
באניצער אוואטאר
ליטוואק פון בודאפעסט
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 9705
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 6:51 pm
האט שוין געלייקט: 3162 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9133 מאל

Re: דין תורה און ב"ד, עצות מיט ערפארונגן

שליחה דורך ליטוואק פון בודאפעסט »

עס איז זיס צו ליינען די נאאיווע גלויבונג אין די גויישע קאורט סיסטעם. איך ווייס נישט ווי דו וואוינסט, אבער אין אמעריקא איז דער קאורט סיסטעם אזוי מלא טפשות און קרומקייט, מיט פארשידענט שטיקעס און אפמאכס, אזש קיין אמת קענסטו דארט גארנישט האפען.
ומה גם, אז זיי קענען נישט פסקנ׳ן דינא דבר מצרא ווייל זיי גלויבען נישט דערין, און זיי פארשטיין נישט צו הלכות קדימה ביי א בעל חוב, א טאכטער מעג באגנבנ׳ן די ירושה פון איהר ברודער און נאך א טוץ גניבות וגזילות וואס איז אפיציעל ביי זיי.

Sent from my LG-K373 using Tapatalk
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
קרעקער
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1108
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 04, 2012 9:54 am
האט שוין געלייקט: 110 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 470 מאל

שליחה דורך קרעקער »

איך האב אינשורענס ביי א היימישע קאמאפני, צוליב זייער קלארע פארנאלעסונג (וואס זיי זענען מודה און כהאב עווידענס) האב איך געהאט א שאדן פון $1500, יענער איגנארט מיך,
וואס קען איך טוהן צוריקצובאקומען דאס געלט? דין תורה וועט מיר קאסטן מער, און ער קען זיך אויסלאכן, גיין אין סמאל קלעימס קארט לוינט זיך נישט די צייט,
איז דא א לויער אדער טוען וואס זאל נעמען די קעיס פאר באצאלט בלויז אויב ער געווינט מיר דאס געלט?
אדער איינער האט סיי וועלכע אנדערע עצה?
"וואויל איז צו די אויגען וואס האבען געזעהן אויגן וואס האבען געזעהן קאווע שטיבל..." (רביה"ק פר' נשא ת"ש-כ"ח)
באניצער אוואטאר
ליטוואק פון בודאפעסט
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 9705
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 6:51 pm
האט שוין געלייקט: 3162 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9133 מאל

Re: דין תורה און ב"ד, עצות מיט ערפארונגן

שליחה דורך ליטוואק פון בודאפעסט »

איך ווייס נישט ווי דו וואוינסט, אבער בי"ד מישרים פון לעיקוואד (עס קען זיין זיי האבן אן אפיס אין נ.י. אויך) האט א סיסטעם פון סמאל קלעימס. זיי זענען ערליכע יונגעלייט וואס ליגען אין לערנן. איינער וואס איז מקפיד אויף אונגארישע זאכען, ווי מסורה מיט שימוש (ליין:פראקטיש פארשטיין פאליטיק), וועט נישט הנאה האבן פון זיי.

Sent from my LG-K373 using Tapatalk
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
פארשפארט