זכריה בן אבקילוס החריבה את ביתנו ושרפה את היכלנו!

ארטיקלען און באטראכטונגען איבער דער חרדי'שער געזעלשאפט און קולטור
בן חכמוני
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 41
זיך רעגיסטרירט: זונטאג יולי 26, 2015 11:19 pm
האט שוין געלייקט: 170 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 57 מאל

זכריה בן אבקילוס החריבה את ביתנו ושרפה את היכלנו!

שליחה דורך בן חכמוני »

א צייט צוריק האבן די מתנגדי העירוב אין וויליאמסבורג געדריקט א בראשור אין וועלכע דער שרייבער האט גענוצט די גמרא אין בבא מציעא ל: אמר ר׳ יוחנן ״לא חרבה ירושלים אלא על שהעמידו דיניהם על דין תורה״ אראפצורייסן די מתירים פונעם עירוב אז הגם עס איז מעגליך אז ע״פ הלכה איז דער עירוב מותר דארף מען זיך נישט און אפשר גאר טאר מען זיך נישט מעמיד זיין על הדין.

די פשט קען אפשר כאפן דאס אויג אויפן ערשטן מינוט, אבער א קורצע איבערזיכט ברענגט גיך ארויס איר טעות. דער שרייבער פון די שורות טייטשט אפ די גמרא ווי אן אלגעמיינע היסטארישע פאקט. די גמרא פארציילט אז עס האט זיך אפגעטון אין די צייטן העמדה על הדין אין גרויסן וואס האט כביכול פארדראסן דעם אייבערשטן. אויב דאס זאגט די גמרא קען זיך הערן די פשט פונעם מתנגד. אבער באמת זענען דאך דברי חכמים עניים במקום אחד ועשירים במקום אחר, און די גמרא איז נישט סתם עפעס א ליידיגע היסטארישע פארציילונג; חז״ל - און גאר ר׳ יוחנן דער בעל המימרא אליין - געבן אונז אויף אן אנדער פלאץ די פולע מעשה פון די העמדה על הדין וואס האט חרוב געלייגט דעם בית המקדש: די באקאנטע מעשה פון קמצא און בר קמצא.

יעדער חדר יונגל קען די מעשה פון קמצא און בר קמצא. דער הייליגער אמורא רב יוחנן איז דער וואס פארציילט אונז די מעשה .דער משרת האט פארטוישט די נעמען, בר קמצא איז אנגעקומען צום סעודה אנטשטאט קמצא׳נן, דער בעל הבית האט אים מיאוס מבזה בפני העם ועדה און קיינער האט זיך נישטאמאל אנגענומען. אסאך קענען די מעשה ביז אהער: בר קמצא איז פארשעמט געווארן, קיינער האט נישט געקערט, שנאת חנם, און די גזר דין איז ארויס. אבער אין די גמרא גייט די מעשה ווייטער. דער פארשעמטער בר קמצא איז געלאפן צום קעניג און אים געזאגט אז די יודן גלייכן אים נישט. ווען דער קעניג האט געוואלט באווייז האט ער אים געזאגט ״פראביר נאר שיקן א קרבן צו זייער בית המקדש! וועט זיין מאיעסטעט זעהן ווי זיי וועלן עס נישט אקצעפטירן!״ און דער קעניג האט מסכים געווען און אים געגעבן א בהמה ארויפצוטראגן. אזוי איז דער אנגעווייטאגטער בר קמצא געגאנגען און געמאכט א פעלער אין די בהמה וואס מען וואלט ווען געקענט מתיר זיין בדיעבד און זיך אנגערוקט אין בית המקדש זאגנדיג אז ער האט א מתנה פון קעניג פארן באשעפער. ווען די באקוקערס אינעם מקדש האבן געזעהן דעם פעלער האבן זיי געוואלט מקריב זיין דעם קרבן אלץ כבוד פונעם קעניג, אבער א וואוילער יוד, א תלמיד חכם וואס פלעגט זיך דארט דרייען אין בית המקדש, זכריה בן אבקילוס האט ער געהייסן, האט זיך אנגערופן, ״שיין עמיר אויסזעהן; באלד וועט נאך יעדער זאגן אז מען קען מקריב זיין בהמות מיט פעלערן!״. דא האט דער בר קמצא געהאט זיין נצחון, די קרבן איז צוריקגעוויזן קרבן, און ער איז צוריקגעלאפן צום קעניג און אים ׳אויפגעוויזן׳ אז די יודן פארפיינטן אים און אזוי איז ער ארויפגעקומען קיין ירושלים.

און דא קומט די גמרא מיט א באמבע. וואס איז די מוסר השכל פון די קמצא און בר קמצא מעשה, הא? יעדער ווייסט שנאת חנם, אבער די גמרא פירט אויס מיט עפעס אנדערש גלייך נאכן פארציילן די מעשה: אמר רב יוחנן ענוותנותו של רבי זכריה בן אבקילוס החריבה את ביתנו ושרפה את היכלנו והגליתנו מארצנו. . *מייק דראפ*.

איר הערט יודן?! זיין פרומקייט איז דאס שחריבה את ביתנו! א יוד, דער מורה הוראה אין בית המקדש! ס׳דא א פראבלעם, א שאלה, מ׳רעכנט זיך מיט אים. און ער טראגט דעם טיטל החריבה את ביתנו ושרפה את היכלנו. אלץ פארוואס? ווייל ער האט זיך מעמיד געווען על הדין! הלכה׳דיג איז ער אפשר גערעכט געווען, אבער דאס לעבן איז ברייטער ווי די ד׳ אמות של הלכה. זו היא שחריבה, די פרומקייט פון זכריה בן אבקילוס. ר׳ יוחנן׳ס ווערטער אין בבא מציעא זענען גארנישט אזא אבסטראקט מעשה׳לע/סיבה אויפן חורבן הבית. עס איז איינס אין די זעלבע מיט די מעשה וואס אונז קען מיר שוין פון קינדווייז אן.

און די טיפקייט פון די גמרא ווי ווייט די הארבקייט פון איבעריגע פרומקייט גייט איז נאך אסאך מער אז מען נעמט אין באטראכט וואס די גמרא אין יומא זאגט. דארט פרעגט די גמרא, ממילא בית ראשון איז חרוב געווארן, נו דארט איז דרך געווען אלע עבירות חמורות ווי עס שטייט אין די ספרי הנבואים, אבער בית שני, וואס איז דארט געווען די פראבלעם? אויף דעם זאגט די גמרא אז שנאת חנם איז גאר ארגער ווי די אלע עבירות חמורות. טא, טראכט אריין: די שנאת חנם פון די קמצא און בר קמצא האט טאקע געפירט בר קמצא צום קיסר, אבער וואלט זכריה בן אבקילוס געטראפן א היתר, געמאכט אן עת לעשות, וואלט דערפון גארנישט געווארן, וואס איז טאקע די סיבה פאר ר׳ יוחנן אים צו באשולדיגן אינעם חורבן. זעה מיר ווי הארב איבעריגע פרומקייט איז, אז עס איז גאר ארגער ווי שנאת חנם וואס איז ארגער ווי די הארבסטע עבירות, ווייל נאך אלע מעשיות איז דאס געווען דעם סתימת הגולל אויפן בית המקדש. (דערמאנט אביסל פון די מעשה ווי די צונג האט געטענהט צו אלע אברים אז ער איז הויפט ווייל אן אים קענען זיי אלע טון קלאפן ווי א זייגער אבער גארנישט אויפטאן.)

פארוואס זאג איך דאס? נישט בלויז אז איר זאלט וויסן, נאר ווייל עס איז ליידער געווארן אונזער היסטאריע געפירט און פארפירט צו ווערן דורך די ווילדע חניאקישע, זכריה בן אבקילוס׳ניקעס און מיר ווערן גאר פארלוירן קעגן זייערע ״בפירושע״ גמרות און מימרות. אונזערע עכטע גדולים זענען אויסדריקלעך נישט געווען קיין ווילדע מטורפים און פרומע משוגעים. הלל הזקן האט אויסגעריסן שמיטת כספים פשוט ווייל עס דער עולם האט אויפגעהערט בארגן! יא, ער האט געמאכט עפעס א לומדישע דריידל, אבער שטעלט אייך נאר פאר זאל א תלמיד חכם היינט פראבירן אזאנס. ער וועט אויסקוקן גענוי ווי די אלע גאונים וואס האבן פראבירט ארויסצוהעלפן יודן האלטן שמיטת הארץ נאך טויזענטער יארן וואס כלל ישראל האט עס נישט עספיעט איינגעהאלטן כהלכה וועם די היינטיגע זכריה בן אבקילוס׳ניקעס האבן שוין אפגעפארבט. שלמה המלך האט איבערגעקליגט די איסור הוצאה והכנסה מיטן עירוב (דער שרייבער פון די א.ד. בראשור האט פארשטייט זיך די פאקט מייסטערהאפטיג פארדרייט צו אויף עפעס אן אופן גאר זיך צושטעלן צו זיין גילו פנים בתורה, אבער יהיה לו מה שלו) אויף וועלכע חז״ל זאגן אז מען האט פון הימל מסכים געווען! וואלטן ווען די היינטיגע דעמאלטס געלעבט וואלט געווען פיל מער ווי איין ירבעם בן נבט... און די ליסטע פון חז״ל׳ס בייפאלן און המצאות גרינגער צו מאכן פארן כלל איז ריזיג גרויס, אשאד אפי׳ זיך צו נעמען אויסרעכענען. די שפיץ איז, זיי האבן דעם עמדה על הדין פראבירט אויסצומיידן ווי די קרענק.

אוודאי איז דא אפי׳ פולע גזירות און חומרות אין די גמרא. אבער די בלויזע מציאות פון גזירות פרעגט נישט אפ די אפגעפרעגטקייט פון איבערגעטריבענע, פאלטשע פרומקייט, און - נאכמער - די צוגאנג פון חז״ל צו די גזירות באשטעטיגט נאר מיינע ווערטער. קוק למשל די גזירה אויף רחיצה אין שבת אין די גמרא (אין די מ׳ בלעטער מסכת שבת). עס איז געגאנגען בהדרגה, צוביסלעך צוביסלעך. דער עולם האט כסדר נישט געפאלגט און איז צוגעקומען צו געהעריגע איסורי דאורייתא איז קיין ברירה נישט געווען, אבער די ציל איז דירעקט נישט געווען צו שווער מאכן אויפן עולם גלייך פון זאק ארויס. די אלע געדאנקען ווי גזירה שאין הציבור יכולין לעמוד בה, גזירה לגזירה, וכו׳ זענען אלע אין די כלל פון נישט איבערטרייבן מיט איבעריגע זאכן אויפן המון און נאמען פון באשעפער.

איז זעמיר אבער נישט געבליבן מיט דעם. אונזער - איך רעד פון די געווענליכע וויליאמסבורגע/בארא פארקע/מאנסיאנע/קרית יואל׳ע באזיצער - גאנצע תורה איז על פי רוב א תורה פון די מערסט עקסטרעמיסטישע כתה רבנים אלץ צו האבן עקסזיסטירט ביי כלל ישראל. און לא די וואס די פארפירער האבן זיך געמאכט אן אייגענע תורה און מיט דעם גענומען א באדייטענדע פראצענט פון כלל ישראל אויף א רייד וואס פארט נאכאלץ, זיי האבן עס נאך אריינגעלייגט אין די מויל פון פריעדיגע און/אדער אנגעזעהענע צדיקיים אפי׳ די מיט זיי ביים לעבן און אזוי שטיל געמאכט סיי וועלכע התנגדות מיטן עס אפסטאמפלען אלץ אנטי תורה און חז״ל. יא, איך רעד פון די זכריה בן אבקילוס׳ניקעס סיי פון די דור ביים טיילונג, אריינגערעכענט ר׳ הלל ליכטענשטיין, זיין איידעם ר׳ עקיבא יוסף, און ר׳ חיים סופר ודעימם, און סיי פון די היינטיגע וויסטע, פינסטערע פרומע וואס ווייסן נישט קיין אפשטעל און פירן דאס גאנצע געמיינדע אין די טיפענישן פונעם טונקעלען אפגרינד אריין, אריינרעכענדיג די וואס פירן די בי״ד עדה החדרית אין ארץ ישראל, די זאלי סאטמארע דיינים און וויליאמסבורג און אלע אנדערע אין דעם שניט.

זעמיר אונז אינגאנצן משוגע? יעדע נייע ערפינדונג איז אסור און גאר מדאורייתא?! גאנצע ספרים האבן די ראשונים געדריקט און זיך געמיטשעט איבער וואס אן איסור דאורייתא איז, אבער די פינסטערע, נידעריגע בעלי גאה האבן נישט די מינדעסטע פראבלעם ארויסצושאקלען חדשים לבקרים איסורי דאורייתא׳ס פריש פון אויוון ארויס! און דערוואגן זאלסטו זיך נישט מיטפארן דערמיט. דאן ביזטו אן אויבער חכם, אן אויפגעקלערטער, א משכיל, און וואס נישט. אפגערעדט אז די רשעים, מחריבי בית מקדשינו, ווייסן אייביג מיט א קלארקייט פארוואס משיח איז נאכנישט אנגעקומען און וועמעס חטא האט עס גורם געווען. פארשטייט זיך זיי זענען חף מפשע און זיי זענען גאר די וואס האלטן די וועלט מיט זייערע מעשים. דער אמת ווייזט אבער זיין וועג און עס איז קלאר פאר יעדן אז עס זענען די חברה, די כתות פארפרומטע היץ קעפ וואס האבן אונז כסדר חרוב געלייגט נאך צוריק ביזן חורבן הבית. נישט אומזינסט האט דער שינעווער געזאגט דעם באקאנטן ראשי תיבות אויף די ווארט ״פרום״, און זיין פאטער איז זיך שוין ווערט געווען דאס געלט. און פאר די רשעים, זכריה בן אבקילוס׳ניקעס דהא דרא איז דער דברי חיים זצ״ל אויך נישט גוט געווען. נישט דער סאטמאר רבי זי״ע איז זיי גענוג גוט געווען און יעצט להבחל״ח איז זיי ר׳ משה שטערנבוך זעז״ג אויך נישט גענוג גוט. עס צייט אויסצורייסן דעם ניצוץ זכריה בן אבטילוס פון אונז, לאזט זייערע ווערטער נישט האבן קיין שום האפט ביי אייך בין בקודש ובין בחול, ווערט נישט דערשראקן פון זייערע נידעריגע שלאג ווערטער און גילו פנים בתורה שלא כהלכה, און אין דעם זכות וועל מיר זוכה זיין צוריק אויפצובויען דעם הייליגן בנין וואס איז צוליב אט דעם ניצוץ חרוב געווארן.
The heart has its reasons of which reason knows nothing.
Pascal -
דער גאלדענער אדלער
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 1665
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 27, 2017 6:30 pm
געפינט זיך: הלוואי ווען כ'וואלט געוויסט
האט שוין געלייקט: 6003 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3632 מאל

Re: זכריה בן אבקילוס החריבה את ביתנו ושרפה את היכלנו!

שליחה דורך דער גאלדענער אדלער »

א לייק פאר יעדן ווארט וואס דו שרייבסט דא!
באניצער אוואטאר
רביה''ק זי''ע
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 5435
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 15, 2018 8:46 pm
געפינט זיך: אין קוויטל-שטוב
האט שוין געלייקט: 5089 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6524 מאל

שליחה דורך רביה''ק זי''ע »

פון אן אנדערן קוק-ווינקל.

הערה בעלמא: עירובי חצרות העלפט נישט פאר א רשות הרבים דאורייתא, נאר פאר א כרמלית וואס דאס איז א פרומקייט פון חז"ל אליינס, הם אמרו והם אמרו.

אויך וואלט געווען א גלייכע זאך צו פרובירן פארשטיין פשט אין די גמרא פון יום שהתירו שבטים לבא זה בזה, איך מיין אז אין די שורה ליגט גילוים נפלאים. פאר הונדערטער יארן האבן אידן מקפיד געווען אויף די איסור דאורייתא, איין טאג ווען די רבנים האבן געזען אז מ'קען שוין נישט ווייטער אזוי האט מען פלוצלינג געטראפן א דיוק אין א פסוק און פארווישט די גאנצע איסור, אזש היינט צוטאגס געדענקט מען קוים אז ס'איז אמאל געווען אזא זאך, ווער ווייסט וויפיל נאך אזעלכע איסורי דאורייתאס מ'האט מבטל געווען אויף דעם אופן.

נאך א נקודה: תוספות זאגט אין א פלאץ אז אונז ווייסן נישט די וויאזוי די דרשות פון חז"ל ארבעטן, איך מיין אז די גמרא פון הותרו שבטים ווארפט א שטיקל ליכט איבער די נושא, וד"ל.
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום רביה''ק זי''ע, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
Do y'all remember before the internet that people thought the cause of stupidity was the lack of access to information? Yeah, it wasn't that
בן חכמוני
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 41
זיך רעגיסטרירט: זונטאג יולי 26, 2015 11:19 pm
האט שוין געלייקט: 170 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 57 מאל

שליחה דורך בן חכמוני »

יישר כחך פאר די לינק. העכסט אינטערעסאנט.
The heart has its reasons of which reason knows nothing.
Pascal -
באניצער אוואטאר
מי אני
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 5784
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אקטאבער 05, 2018 4:32 pm
האט שוין געלייקט: 12391 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8057 מאל

זכריה בן אבקילוס החריבה את ביתנו ושרפה את היכלנו!

שליחה דורך מי אני »

די אשכול דערמאנט מיך פון די ארטיקל אין שבת בלעטל 10.
"איך בין אפילו נישט זיכער אז איך עקזיסטיר, ווי אזוי קען איך זיין זיכער אז...?" - יאיר
"אלס וואס איך ווייס איז אז איך ווייס גארנישט (אחוץ דעם עצם פאקט)" - סקראטוס
און אפילו אין דעם בין איך אויך נישט זיכער (וכן הלאה והלאה)
פארשפארט