שעפטל האט געשריבן:אינטערסאנט אז וויזשניצע רבי האט נישט אינטערגעשריבן און ניטאמאל זיינע קינדער בשמו.
איך האב גערעדט צו א אייניקעל פון וויזשניצער רבי. ער האט מיר געזאגט אז זיין זיידע האט נישט אונטערגעשריבן ווייל ער האלט אז אונז דארפן נישט גיין זיצן אין תפיסה ווייל אפשר וועט עפעס א מאדערענער נישט מאכן מציצה בפה וועגן ער וועט זיך דערשרעקן פון די צעטעל וואס מ'דארף אונטערשרייבן. ער האט מיך אויך געזאגט אז רבי בנימין לאנדוי שליט"א טאהשער דיין האלט אויך אזוי.
איך וויל נישט פארקריכן פונעם ענין, אבער איך האב שוין לאנג געטראכט, ווען איך זעה א קול-קורא אונטערגעשריבן מיט מערערע רבנים, האלט איך נישט אז ס'איז די רבנים וואס פארלאנגען דעם ענין, עס איז בעיסיקלי א עסקן אדער א גרויס מויל-מאכער וואס באשליסט אפצושרייבן א שיינע נוסח, און גייט ארום מקבל זיין חתימות. וליתר שאת שרייבט מען "יתר החתימות עדיין מתקבלים".
ווען איך באשלוס עפעס שרייבן אדער פארלאנגען שרייב איך אליינס א בריוו, מיין נוסח, (העכסטנס בעט איך א פראפעשאנעל זאל מגיה זיין און משפר זיין דעם לשון), דאס איז "הקולמוס לשון הלב", משא"כ א קול קורא מיט טויזענט רבנים, איז גארנישט אנדערש ווי מיר סיינען א פעטיציע פאר, למשל, רובאשקין. איך וויל טאקע אז ער זאל ארויסגיין פריי, אדער דעם פארלאנג האב איך נישט געשריבן, און מוז נישט רעפלעקטירן מיין חוות דעת 100%, ס'איז אפילו יתכן אז איך האב פשוט אדורכשפאצירט א געגנט וואו מען האט פארלאנגט פון יעדן דורכגייער אונטערצושרייבן.
כ'האף אז מיין פוינט איז גענוג קלאר, און וועט אנקומען צו די גרויסע עסקנים, ווייל איך בין שוין סיק-ענד-טייערד פון נייע באמבאסטישע קול קורא'ס יעדע חודש מיט טויזענט אונטערגעשריבענע רבנים וואס מאכט נאר די אויגן שווינדלען.
נ.ב. איך האב גארנישט אקעגן די מערכה פון מציצה בפה, מי אנכי אריינצושטעקן מיין קעפל בין ההרים הגבוהים והרמים, איך זאג נאר מיין שיטה איבער קול-קורא'ס אין דזשענעראל.
דער קול קורא מיט די פארשטינקענע פאליטיק האט געהרגט די זאך יעדער בר דעת זעהט אז דער ציהל איז נישט דער תוכן נאר דער מי בראש, יעדע ערנסטע מערכה ווערט באלד פארוואנדעלט אין א חאזעריי דורך די זעלבע בעלי מחלוקה. דערנאך איז א ווינדער אז קיינער קימערט זיך ניטאמאל
וואס איך פארשטיי עפעס נישט... היתכן, סאכדעס פארופט א מאסן פראטעסט איבער די גראבונגען אין מערערע שטעט אין א"י (אזוי האבעך געזעהן צעטליך הענגן אין די גאסן, און באקומען א טוויטער מעסעדזש), און די רבני התאחדות זיצן זיך רואיג אין די ביורא אויף דעוויזשען עוו.?...
שעפטל האט געשריבן:וואס איך פארשטיי עפעס נישט... היתכן, סאכדעס פארופט א מאסן פראטעסט איבער די גראבונגען אין מערערע שטעט אין א"י (אזוי האבעך געזעהן צעטליך הענגן אין די גאסן, און באקומען א טוויטער מעסעדזש), און די רבני התאחדות זיצן זיך רואיג אין די ביורא אויף דעוויזשען עוו.?...
שעפטל האט געשריבן:וואס איך פארשטיי עפעס נישט... היתכן, סאכדעס פארופט א מאסן פראטעסט איבער די גראבונגען אין מערערע שטעט אין א"י (אזוי האבעך געזעהן צעטליך הענגן אין די גאסן, און באקומען א טוויטער מעסעדזש), און די רבני התאחדות זיצן זיך רואיג אין די ביורא אויף דעוויזשען עוו.?...