אונזער אידישע און לשון הקודש'דיגע שפראך איז געבענטשט מיט אסאך מליצות, וואס אן אינערליכער מענטש ווייסט אויטאמאטיש. זיי האבען מקורות, אבער זיי זענען נישט געבונדן צו די מקורות. למשל, ווען מ'גיבט א מענטש א טיטל 'הרה"ק', מיינט עס נישט אז ער איז א הייליגער מענטש, און נישט יעדער הייליגער מענטש באקומט עס, נאר א חסידישער רבי פון די אפראווטע מדינות. ספרדים זאלען מוחל זיין און טרעפן אייגענע טיטלען פאר זייער פירערס. אזוי אויך ווען מ'זאגט אז א מענטש איז א אב"י, דאס מיינט א נדבן צו אונזער מוסדות, נישט אז ער האט א הארץ פון שטיין. איך בין יעצט צו פויל צו טרעפן ענליכס, אבער דער עולם ווייסט אוודאי וויאזוי עס גייט.
אין די אלגעמיינע ענגליש רעדנדיגע וועלט, האבען זיי אויך מליצות, און א פרעמדע מוז עס איבער טייטשען אויף זיין שפראך. מיר ווייסן אלע (אחוץ אפאר מענטשן וואס חזקה על חבר אחד שלא יניח דבר שאינו מתוקן מתחת ידו, און ער וועט שוין קומען דערציילן ווער) אז ווען א גוי רעדט אויף די זייאניסטן, מיינט ער אלע אידן. די שנאה וואס אסאך האבן צו מדינת ישראל, איז נישט מער ווי א תירוץ צו האסן אידן. עס וועט גארנישט העלפן פאר קיין שום מענטש זיך אפצושאקלען פון ציונות כאילו נישט איהם מיינט מען, ווייל דוקא איהם מיינט מען, און דער מדינה איז בלויז א תירוץ.
אלס פיין און וואויל, אבער עס גייט נאך ווייטער. ווען גויים אדער פרייע אידן האסן חסידים, ווייל זיי שטינקען, זיי רעדן נישט שיין צו מענטשן, זיי טראכטן נישט פאר זיך און זענען נאר מעמבערס פון א קולט און זיי ווייסן נישט מער ווי געלט און עסן, דארף מען אליינס פארשטיין אז דאס זענען בלויז מליצות. זיי האבען פיינט פרומע אידן, און עס וועט דיר גארנישט העלפן זיי 'מסביר צו זיין' אז דו גייסט צוויי מאל א טאג אין שאוער און אז דיינע ציינער זענען געפוצט. אפילו ווען עס איז אמת, וועט עס דיר נישט העלפן, ווייל נישט דאס מיינט מען.
ווען א 'רויט-האלזיגע' אין מיטל אמעריקא רעדט וועגען ניו יארק אדוואקאטן, מיינט ער אויך נאר דער איד, נישט נאר על דערשאוויץ און בען בראנפמאן. און אזוי אויך ווען די ראדיא שרייערס דרשנ'ען וועגן די געפערליכע, געפארפולע, פיפטע קאלומנע'דיגע ליבעראלן. זיי זוכן צו ארעסטירן אלע ליבעראלע פאר sedition און זיי זענען מסביר פארוואס. מיינסט זיי מיינען נאר AOC? א הויקער, זיי מיינען יעדן איד, און זיי רעדן פונקט ווי Charles Coughlin בשעתו. ווען א קבוצה מענטשן ווערט באשולדיגט אלס seditious וויסן זאלסטו אז דא רעדט זיך נישט פון מיינונגס פארשידענהייטן, נאר מסוכנ'דיגע ראסיזם. עס וועט דיר נישט העלפן זיי צו פארציילן אז דו האסט אויך געוואלט זייער פארטיי, פונקט ווי פוצן דיינע ציין וועט דיר נישט העלפן קעגן די פרייע אנטי פרומע אידן.
ביזדערווייל איז עס נאר שרייערס אויף די ראדיא, פונקט ווי Charles Coughlin, אבער מיר זאלן נאר וויסן זיך צו היטן און זיך נישט איינרעדן אז איינער מיינט דא אונזער טובה. פארקערט, ווען זיי קענען געווינען גענצליך, זענען מיר אין פארהאקטע צרות. ווען זיי מאכען סדר מיט אלע 'ליבעראלן', וועלען מיר אויך שטיין אין רייע. פראביר נאר דעמאלס אנצוטון דיין רויטע הוט, וועסט אויסזען ווי דער אסימילירטע איד אין דייטשלאנד, וואס ווען די נאציס זענען איהם געקומען נעמען, האט ער זיי סאלוטירט מיט זיינע מונדירן פון די 'גרויסע קריג', וועלנדיג ווייזן זיין געטריישאפט צו זייער נאציאנאליזם. זיין סוף קענסטו אליינס אויספירן.
וואס מיינען זיי באמת?
- ליטוואק פון בודאפעסט
- שריפטשטעלער
- הודעות: 9705
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 6:51 pm
- האט שוין געלייקט: 3162 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 9133 מאל
- ליטוואק פון בודאפעסט
- שריפטשטעלער
- הודעות: 9705
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 6:51 pm
- האט שוין געלייקט: 3162 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 9133 מאל
איך בין פון ענגלאנד, גוים שרייען נאך א איד איז א נארמאלע זאך ביי מיר, עס גייט מיר נישט אן. נאר ווען די עם חכם ונבון פראבירט צו טראכטן אז די גראבע רויטע האלזניקעס פארטרעטען זיי, די deplorables זענען עפעס אונזער פריינד, דאס שטערט מיר
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
(Daniel J. Boorstin) דא