מיכאל כהן אנטדעקונגן
- ליטוואק פון בודאפעסט
- שריפטשטעלער
- הודעות: 9705
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 6:51 pm
- האט שוין געלייקט: 3162 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 9133 מאל
מיכאל כהן אנטדעקונגן
היינט האט מיכאל כהן געזאגט עדות אין קאנגרעס, און צונער געלייגט דער פרעזידענט, די רעפובליקאנער און די דעמאקראטען אינאיינעם. ער האט געברענגט קלארע עדות צו פארברעכונגן פון דער פרעזידענט, אבער גענצליך געלייקענט אנדערע תביעות. ער האט קלארע מימרות קעגן שווארצעס מפיו, אבער קיין טריפ קיין פראג איז נישט געשען, אבער דער טראמפ טורעם אין מאסקווא האט ער באשטעטיגט.
ועל כולם, צוגענומען די כח פון דער גרויסע נייעס פון די צווייטע באגעגעניש מיט קים דזשאנג און. קיינער קימערט זיך נישט דערמיט יעצט.
Sent from my LG-K373 using Tapatalk

The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
(Daniel J. Boorstin) דא
-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 2367
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג דעצעמבער 10, 2012 11:16 am
- האט שוין געלייקט: 268 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 3324 מאל
[justify]ער האט כמעט נישט געזאגט קיין נייעס, כמעט אלעס וואס ער האט געזאגט איז היפש באוויסט!
דאס אז דער פרעזידענט האט געדאקטרט זיינע פינאנציאלע באשטעטונגן, איז באוויסט!
דאס אז דער פרעזידענט האט זיך געלאזט וואויל גיין מיט האישה הצדיקות מרת סטאָרמי דאַניעלס, און איר געשאנקן א באקשיש זיך צו האלטן דאס מויל, איז באוויסט!
דאס אז דער פרעזידענט האט אין די פארגאנגנהייט געלאזט פאלן ראסיסטישע באמערקונגען, אין אלגעמיין קעגן טינקל-הויטיגע באשעפענישן, איז באוויסט!
דאס אז דער פרעזידענט האט געוואלט אויפבויען א דור הפלגה טורעם אין מאָסקווע, איז באוויסט!
דאס אז דער פרעזידענט האט אַנאָנימעס אפגעקויפט זיינס א פּאָרטרעט א ליציטאציע, איז באוויסט!
ער האט מער-ווייניגער אויסגעברייטערט דעטאלן און צוגעלייגט געוויסע קליינע קרישקעלעך, מיטן אויסשליסליכסטער ציל צו באשמיצן זיין געוועזענער ברויט-געבער, אלס א באלוינונג פארן אים נישט שענקן א שטעלע אינעם ווייסן הויז. דאס מערהייט פון די אינפארמאציע באשטייט פון פערזענליכע שמיץ און קרימע שטיקעס פונעם פרעזידענט און זיין פאמיליע, און כמעט נישט פון קיין הארבע קרימענאלע טעטיקייטן. ס'איז ווירקליך נישט קיין געהיימעניס אז דער פרעזידענט איז פון די קאָנטראָווערסיאַלסטע פיגורן אויפן פלאנעט.
אלענפאלס, דאס אלעס צייגט ווי די דעמעקראטען זענען אויסן אונטערצוברענגן דעם פרעזידענט וועם זיי האסן צום טויט. און בלויז דער צייט וועט זאגן צו זיי וועלן ווירקליך סוקסעסירן.
אין די זעלבע צייט וואס די דעמעקראטן אין וואשינגטאן זענען טעגליך פארנומען מיט מישן שמיץ און זיך קאכן אין קאנספיראציעס און אילוזעס, פירט דער פרעזידענט ווייטער דאס לאנד מיט א שטארקייט, ער גייט פאראויס מיט זיינע אגענדעס מיט ווי א ווילדער בילדאויזער און די דעמעקראטן קענען אים נישט אפשטעלן אדער פארשטייטערן. ס'איז קאמיש ווי א פאלטישע פארטיי האט גענומען פאר זיך בלויז איין איינציגע אגענדע, צו פילעווען אין שמיץ אויפן פרעזידענט פון די פארייניגטע שטאטן. נישט צו פארגעסן דאס איז פשוט זייער קאנסטאטוציאלע פליכט! זיי מוזן האלטן א וואכזאמער אויג אויפן פרעזידענט... ווי אזוי? דורכן נאכאנאנד נישטערן און גריבלען שמוץ און מקוה געשיכטעס אויף די פרעזידענט פון די פאראייניגטע שטאטן.[/justify]

- שבת אחים
- חבר ותיק
- הודעות: 6634
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מאי 08, 2014 9:39 am
- געפינט זיך: ביי א פראטעסט קעגן טראמפּ!
- האט שוין געלייקט: 4510 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 4153 מאל
א ווילדע בילדויזער
ער איז די גרעסטע לוזער וואס איז נאר געוועהן אין די היסטאריע פון אמעריקע. אלע זיינע מענטשען ארום אים לויפן אוועק פון אים אדער האבן ליגעאלע פראבלעמען. אלע זיינע גרעסטע שישקעס פון זיין קאמפיין גיין זיצן. ער פארלירט יעדען טאג מעהר און מעהר שטיצע. ער מיט די רעפובליקאנער האבן פארלוירן די קאנגרעס אין די מיטורעם וואלן און פלעצער וואו זיי האבן שטארק געוואונען ווען ער איז געלויפן פאר פרעזידענט. ער האט די נידריגסטע צופרידנהייט-ראטע. ער איז אומעקספירענסט, רייסט זיך ארום מיט זיינע אייגענע מענטשען. ער ווייסט נישט וואס ער טוט. ער האט באנקראטירט יעדע ביזנעס אין זיין לעבן. פארוואס זאל איך האלטן אז ער איז גוט פאר אמעריקע פונקטליך??? וואס איז זיין עקספירענס אין גאוורמענט? גארנישט! ער איז א פשוטע קרימינאל, א ליגענער, א בלאפער, א חזיר, א ראסיסט, א שלעכטע מענטש, א אפערטוניסט, און ער ליידט געפערליך פון Narcissistic personality disorder. ער סטראשעט יעדער וואס זאגט דעם אמת קעגן אים מיט דאס ערגסטע, ער אטאקירט די פרייע-פרעסע, ער שטיצט די ווילדע רעכטע KKK נאציס אין אמעריקע, ער צוקריגט זיך מיט יעדע ally פון אמעריקע. ער איז די גרעסטע קאראפטירטע מטורף וואס איז נאר אמאל געזיצן אויפן בענקל. מייק פענס איז יעצט געוועהן אין אייראפע און בשעת זיין רעדע האט ניטאמאל איין מענטש געקלאפט! אלע זענען געזיצן שטיל...
ווער סהאט עס נאכנישט געכאפט ווייסט אדער נישט די פאקטן אדער איז פשוט צוריקגעשטאנען.
פארוואס זאל איך גלייבן אז ער איז עפעס א גוטע מענטש און איז פאסיג צוזיין די פרעזידענט? ער האט ניין טויזנט מאל געזאגט אפענע ליגענט אן קיין שום בושה. ער האט נאר געלייגט אין דער ערד זיין טאטענס גאנצע פארמעגן. ער האט פארלוירן שוין א ביליאן דאללער (א דריטל פון זיין פארמעגן) זייט ער איז געלויפן פאר פרעזידענט. קיין שום נארמאלע מענטש אויף דער וועלט וויל היינטיגע צייטן מאכן ביזנעס מיט אים אדער שטיין אין זיינע ד׳ אמות. א שמוציגער יונג. א פארפוילטע מענטש פון קאפ ביז פוס וואס קען גארנישט, ליינט נישט גארנישט, רעדט זיך נישט דורך מיט קיין שום קלוגע מענטש, דערווייל איז גרויסע צרות. זיין אייגענע FBI זאגט אנדערש פון אים.
איך קוק אן אלע טראמפסטערס אזויווי איך קוק אן אלע מענדליסטן. זיי רעדן זיך אויך נעבעך איין אז ער איז עפעס א קדוש דערווייל איז ער פשוטע משוגענער.

רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום שבת אחים, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
Everything we hear is an opinion, not a fact. Everything we see is a perspective, not the truth
Marcus Aurelius
Marcus Aurelius
-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 2367
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג דעצעמבער 10, 2012 11:16 am
- האט שוין געלייקט: 268 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 3324 מאל
שבת אחים האט געשריבן:א ווילדע בילדויזערער איז די גרעסטע לוזער וואס איז נאר געוועהן אין די היסטאריע פון אמעריקע. אלע זיינע מענטשען ארום אים לויפן אוועק פון אים אדער האבן ליגעאלע פראבלעמען. ער פארלירט יעדען טאג מעהר און מעהר שטיצע. ער מיט די רעפובליקאנער האבן פארלוירן די קאנגרעס איי די מיטורעם וואלן, ער האט די נידריגסטע צופרידנהייט-ראטע. ער איז אומעקספירענסט, רייסט זיך ארום מיט זיינע אייגענע מענטשען. ער ווייסט נישט וואס ער טוט. ער האט באנקראטירט יעדע ביזנעס אין זיין לעבן. פארוואס זאל איך האלטן אז ער איז גוט פאר אמעריקע פונקטליך??? וואס איז זיין עקספירענס אין גאוורמענט? גארנישט! ער איז א פשוטע קרימינאל, א ליגענער, א בלאפער, א חזיר, א ראסיסט, א שלעכטע מענטש, א אפערטוניסט, און ער ליידט געפערליך פון Narcissistic personality disorder
ער סטראשעט יעדער וואס זאגט דעם אמת קעגן אים מיט דאס ערגסטע, ער אטאקירט די פרייע-פרעסע, ער שטיצט די ווילדע רעכטע KKK נאציס אין אמעריקע, ער צוקריגט זיך מיט יעדע ally פון אמעריקע. ער איז די גרעסטע קאראפטירטע משוגענער וואס איז נאר אמאל געזיצן
אויפן בענקל.
ווער סהאט עס נאכנישט געכאפט ווייסט אדער נישט די פאקטן אדער איז פשוט צוריקגעשטאנען.
פארוואס זאל איך גלייבן אז ער איז עפעס א גוטע מענטש און איז פאסיג צוזיין די פרעזידענט? ער האט ניין טויזנט מאל געזאגט אפענע ליגענט אן קיין שום בושה. ער האט נאר געלייגט אין דער ערד זיין טאטענס גאנצע פארמעגן. ער האט פארלוירן שוין א ביליאן דאללער (א דריטל פון זיין פארמעגן) זייט ער איז געלויפן פאר פרעזידענט. קיין שום נארמאלע מענטש אויף דער וועלט וויל היינטיגע צייטן מאכן ביזנעס מיט אים אדער שטיין אין זיינע ד׳ אמות. א שמוציגער יונג. א פארפוילטע מענטש פון קאפ ביז פוס וואס קען גארנישט, ליינט נישט גארנישט, רעדט זיך נישט דורך מיט קיין שום קלוגע מענטש, דערווייל איז גרויסע צרות. זיין אייגענע FBI זאגט אנדערש פון אים.
איך קוק אן אלע טראמפסטערס אזויווי איך קוק אן אלע מענדליסטן. זיי רעדן זיך אויך נעבעך איין אז ער איז עפעס א קדוש דערווייל איז ער פשוטע משוגענער.
יעדעס ווארט הייליג אמת.
ווי ס'זעט זיך אויס גלייכסטו נישט דעם פרעזידענט צו שטארק, ער איז פילייכט נישט איינשטימיג מיט דיינע פערזענליכע אטנשואוינגען.
אבער צום באדויערן האבן דיינע חברים די סאציאליסטן און מארקיסיסטן ביזדערווייל נאכנישט באוויזן אראפצוברענגן דעם פרעזידענט פון די פאראייניגטע שטאטן. און ווי עס שיינט גייט מען נאך ליידן פון דעם סאדיסט און ראסיסט, און לוזער טראמפ, פאר נאך זעקס יארע.
רבי שבת, האלט לעבן דיר בארואיגס איינשפריץ. ס'וועט דיר רעמלמעסיג דערהאלטן ביים לעבן אין קומענדיגע זעקס יארע.
- שבת אחים
- חבר ותיק
- הודעות: 6634
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מאי 08, 2014 9:39 am
- געפינט זיך: ביי א פראטעסט קעגן טראמפּ!
- האט שוין געלייקט: 4510 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 4153 מאל
קאך_לעפל האט געשריבן:שבת אחים האט געשריבן:א ווילדע בילדויזערער איז די גרעסטע לוזער וואס איז נאר געוועהן אין די היסטאריע פון אמעריקע. אלע זיינע מענטשען ארום אים לויפן אוועק פון אים אדער האבן ליגעאלע פראבלעמען. ער פארלירט יעדען טאג מעהר און מעהר שטיצע. ער מיט די רעפובליקאנער האבן פארלוירן די קאנגרעס איי די מיטורעם וואלן, ער האט די נידריגסטע צופרידנהייט-ראטע. ער איז אומעקספירענסט, רייסט זיך ארום מיט זיינע אייגענע מענטשען. ער ווייסט נישט וואס ער טוט. ער האט באנקראטירט יעדע ביזנעס אין זיין לעבן. פארוואס זאל איך האלטן אז ער איז גוט פאר אמעריקע פונקטליך??? וואס איז זיין עקספירענס אין גאוורמענט? גארנישט! ער איז א פשוטע קרימינאל, א ליגענער, א בלאפער, א חזיר, א ראסיסט, א שלעכטע מענטש, א אפערטוניסט, און ער ליידט געפערליך פון Narcissistic personality disorder
ער סטראשעט יעדער וואס זאגט דעם אמת קעגן אים מיט דאס ערגסטע, ער אטאקירט די פרייע-פרעסע, ער שטיצט די ווילדע רעכטע KKK נאציס אין אמעריקע, ער צוקריגט זיך מיט יעדע ally פון אמעריקע. ער איז די גרעסטע קאראפטירטע משוגענער וואס איז נאר אמאל געזיצן
אויפן בענקל.
ווער סהאט עס נאכנישט געכאפט ווייסט אדער נישט די פאקטן אדער איז פשוט צוריקגעשטאנען.
פארוואס זאל איך גלייבן אז ער איז עפעס א גוטע מענטש און איז פאסיג צוזיין די פרעזידענט? ער האט ניין טויזנט מאל געזאגט אפענע ליגענט אן קיין שום בושה. ער האט נאר געלייגט אין דער ערד זיין טאטענס גאנצע פארמעגן. ער האט פארלוירן שוין א ביליאן דאללער (א דריטל פון זיין פארמעגן) זייט ער איז געלויפן פאר פרעזידענט. קיין שום נארמאלע מענטש אויף דער וועלט וויל היינטיגע צייטן מאכן ביזנעס מיט אים אדער שטיין אין זיינע ד׳ אמות. א שמוציגער יונג. א פארפוילטע מענטש פון קאפ ביז פוס וואס קען גארנישט, ליינט נישט גארנישט, רעדט זיך נישט דורך מיט קיין שום קלוגע מענטש, דערווייל איז גרויסע צרות. זיין אייגענע FBI זאגט אנדערש פון אים.
איך קוק אן אלע טראמפסטערס אזויווי איך קוק אן אלע מענדליסטן. זיי רעדן זיך אויך נעבעך איין אז ער איז עפעס א קדוש דערווייל איז ער פשוטע משוגענער.
יעדעס ווארט הייליג אמת.
אבער צום באדויערן האבן דיינע חברים די סאציאליסטן און מארקיסיסטן ביזדערווייל נאכנישט באוויזן אראפצוברענגן דעם פרעזידענט פון די פאראייניגטע שטאטן. און ווי עס שיינט גייט מען נאך ליידן פון דעם סאדיסט און ראסיסט, און לוזער טראמפ, פאר נאך זעקס יארע.
רבי שבת, האלט לעבן דיר בארואיגס איינשפריץ. ס'וועט דיר רעמלמעסיג דערהאלטן ביים לעבן אין קומענדיגע זעקס יארע.
פארוואס זאל איך טראכטן אז ער גייט געוואונען נאכמאל ווען די פאקט האט געוויזן אז זיי האבן פארלוירן הונדערטער בענקלעך (אלעס אינאיינעם) אין די מיטורעמס?
טראמפ האט בכלל נישט זיך געראכטן צו געוואונען דעם פרעזידענטשאפט. ער איז נאר געלויפן צו ווערן מעהר פאפיולער און צו באקומען עטענשאן אין די מידיע. דאס אז ער האט געוואונען איז א שטארקע שטראף פאר אים. ווייל ער האט זיך אריינגעלייגט אין ״ספאט לייט״ און מקען זיך נישט אריינלייגן אין קיין ספאטלייט און טשעפענען יעדעם איינעם ווען מאיז אזוי קאראפטירט ווי טראמפ. אין די נעקסטע פאר יאהר גייט ער ליידן פון די Southern District of New York. סאיז דא א סיבה פארוואס ער איז די איינציגסטע פרעזידענט אין די מאדערענע צייטן וואס זיין טעקס-ריטורן איז נישט פובליק. וואס האט ער מורא?
דו זאגסט אז ער גייט זיצן נאך זעקס יאהר אויפן בענקל. איך ווייס נישט. איך גלייב עס נישט. אבער איין זאך בין איך זיכער. טראמפ האט פארלוירן מיט דעם וואס ער איז געווארן פרעזידענט. סגייט אים קאסטן אסאך, און לכאורה גייען זיינע קינדער גייען זיצן, אדער אפילו ער אליינס. און סגייט אים אפקאסטן א גרויס חלק פון זיין פארמעגן אויב נישט דאס גאנצע.
דערווייל פאלן אלע זיינע ״גרויסע מענטשען״ ווי פלוגן ממש!!! ער מיט זיין פאמיליע איז נעקסט!
ונזכה ונחי׳ ונראה.
Everything we hear is an opinion, not a fact. Everything we see is a perspective, not the truth
Marcus Aurelius
Marcus Aurelius
- ליטוואק פון בודאפעסט
- שריפטשטעלער
- הודעות: 9705
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 6:51 pm
- האט שוין געלייקט: 3162 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 9133 מאל
Re: מיכאל כהן אנטדעקונגן
ייש" ענק ביידער פאר׳ן פארדרייען נאך אן אשכול
Sent from my LG-K373 using Tapatalk
Sent from my LG-K373 using Tapatalk
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
(Daniel J. Boorstin) דא
-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 2367
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג דעצעמבער 10, 2012 11:16 am
- האט שוין געלייקט: 268 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 3324 מאל
יא! יא! מיר הערן דאס נאכאנאנד אויף סי.ען.ען. און פון אנדערע ליבראלע קוועלער.
ער האט פארלוירן דעם קאנגרעס! דאס הייסט פארלירן מענטשן? ער האט דאך צובאקומען בענקליך אינעם סענאט?
טראמפ האט נישט געגלייבט אז ער וועט געווינען?
דאס האבן מיר טאקע אויך געהערט פונעם מערסט-באגלייבסטען מענטש פונעם יאר הונדערט, רבי מיכאל כהן השם יאריך ימיו ושנותיו בנעימים, אין זיין היינטיגע צייגעניש אין וועלכע ער האט אראפגעצויגן די הויזן פון זיין געוועזענער ברויט-געבער.

- וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
- הודעות: 1093
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יאנואר 18, 2018 3:34 pm
- האט שוין געלייקט: 566 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1901 מאל
קאך לעפל
למעשה ווי אזוי איז מעגליך אז טראמפ זאל זיין א פאטריאט אז ער האט פארארבעט מעשים מיט רוסלאנד.
אזא מענטש געטרויט מען נישט מיט פירן א לאנד.

"וואס וועל איך טוהן אז מ׳וועט איין שיינעם טאג געוואר ווערן אז איך בין נישט קיין אמתע רבי?"
- אהבת ישראל מוויזניץ
- אהבת ישראל מוויזניץ
-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 2367
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג דעצעמבער 10, 2012 11:16 am
- האט שוין געלייקט: 268 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 3324 מאל
[justify]פון די מערקווערדיגע אויפאסונגען פונעם צייגעניש פון הרב כהן, איז דער פאקט אז דער פרעזידענט וואס האט זיך עמטליך דעקלערט אלס א נאצינאליצט, און האלט זיך פאר א פייערדיגער אמעריקאנער פאטריאט, האט זיך ארויסגעדרייט פון מיליטער דינסט דורכאויס דעם קריג אין וויטנאם.
דאס איז א שטארקע שאנדע, נעמליך, אין יענע עפאכע זענען שווערע טויזענטער יונגע אמעריקאנער, דורכגענומען געווארן מיט א גייסט פון פאטריאטיזם און העראואיזם, און זיך געמיינזאם אנגעשלאסן אין די אמעריקאנער מיליטערישע קרעפטן, וועלכע זענען געווען פארוויקלט אין פייערדיגע קאמפן קעגן די רויטע ארמייען פונעם הייליגן הויטשימינער, (הוי טשי מין, איז געווען דער פירער פונעם קאמוניסטישער צפון וויטנאם, און ער איז געווען שטארק פארהייליגט ביי די מאסן אין צפון וויטנאם.) דער פאקט אז דער פרעזידענט האט נישט געפונען פאר וויכטיג זיך אנצושליסן אין די ארמיי, און נאך מער, ער האט זיך נאך אפילו ארויסגעדרייט אומלעגאל, איז ווירקליך א שווארצע שאנדע, און איז אין קאנטראסט מיט זיין באמבאסטישע נאצינאליסטישע פראקלאמאציע.
דער נעכטיגער טאג איז ווארשיינליך געווען פארן פרעזידענט גאר א שווארצער טאג.
אין ציגאב צו די בייסיגע און העסליכע צייגעניש פון הרב כהן, האט דער פרעזידענט גלייכצייטיג אויך געגעסן הארטע קניידליך אין וויטנאם. (אין דאס סאמען ארט, וואו ער האט זיך אנטזאגט צו קעמפן מיט א סאך יארן בעפאר. קרעדיט רבי מיכאל כהן.) דער רינדעכדיג, פליישיגער, קאמוניסטישער קאמיסאר, פארזעצער קים דזשאנק אן, האט דערלאנגט פארן פרעזידענט א שטויס אין דער אונטער. ער האט זיך געלאזט פאטאגראפירן מיטן פרעזידענט, און גענאסן פון די רייכע קעניגליכע בעלער אויף א מאסנשטאבליכער פארנעם. ביזדערווייל האט זיך ארויסגעשטעלט אז דאס אלעס איז געווען פאר גארנישט. דער קאמיסאר איז נישט גרייט אויפצוגעבן זיינע נוקליערע איינריכטונגן, ער וויל בלויז אז די שטייפע עקאנאמישע סאנקציעס זאלן אפגעטאן ווערן פון זיין לאנד, דער פרעזידענט האט זיך געמוזט פאקן פעק און זיך אומקערן אהיים קיין וואשינגטאן מיט ליידיגע הענט. דער קאמוניסטישער קאמיסאר האט אים פילייכט געווארפן איבערן דראנג.[/justify]

- דער שכן
- היימישער באניצער
- הודעות: 477
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יאנואר 21, 2014 10:17 am
- געפינט זיך: בין תנור וכיריים - בין קיעבארד לטאטשבארד לסמארטפאון.
- האט שוין געלייקט: 635 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 162 מאל
קאך_לעפל האט געשריבן:[justify]פון די מערקווערדיגע אויפאסונגען פונעם צייגעניש פון הרב כהן, איז דער פאקט אז דער פרעזידענט וואס האט זיך עמטליך דעקלערט אלס א נאצינאליצט, און האלט זיך פאר א פייערדיגער אמעריקאנער פאטריאט, האט זיך ארויסגעדרייט פון מיליטער דינסט דורכאויס דעם קריג אין וויטנאם.
דאס איז א שטארקע שאנדע, נעמליך, אין יענע עפאכע זענען שווערע טויזענטער יונגע אמעריקאנער, דורכגענומען געווארן מיט א גייסט פון פאטריאטיזם און העראואיזם, און זיך געמיינזאם אנגעשלאסן אין די אמעריקאנער מיליטערישע קרעפטן, וועלכע זענען געווען פארוויקלט אין פייערדיגע קאמפן קעגן די רויטע ארמייען פונעם הייליגן הויטשימינער, (הוי טשי מין, איז געווען דער פירער פונעם קאמוניסטישער צפון וויטנאם, און ער איז געווען שטארק פארהייליגט ביי די מאסן אין צפון וויטנאם.) דער פאקט אז דער פרעזידענט האט נישט געפונען פאר וויכטיג זיך אנצושליסן אין די ארמיי, און נאך מער, ער האט זיך נאך אפילו ארויסגעדרייט אומלעגאל, איז ווירקליך א שווארצע שאנדע, און איז אין קאנטראסט מיט זיין באמבאסטישע נאצינאליסטישע פראקלאמאציע.
דער נעכטיגער טאג איז ווארשיינליך געווען פארן פרעזידענט גאר א שווארצער טאג.
אין ציגאב צו די בייסיגע און העסליכע צייגעניש פון הרב כהן, האט דער פרעזידענט גלייכצייטיג אויך געגעסן הארטע קניידליך אין וויטנאם. (אין דאס סאמען ארט, וואו ער האט זיך אנטזאגט צו קעמפן מיט א סאך יארן בעפאר. קרעדיט רבי מיכאל כהן.) דער רינדעכדיג, פליישיגער, קאמוניסטישער קאמיסאר, פארזעצער קים דזשאנק אן, האט דערלאנגט פארן פרעזידענט א שטויס אין דער אונטער. ער האט זיך געלאזט פאטאגראפירן מיטן פרעזידענט, און גענאסן פון די רייכע קעניגליכע בעלער אויף א מאסנשטאבליכער פארנעם. ביזדערווייל האט זיך ארויסגעשטעלט אז דאס אלעס איז געווען פאר גארנישט. דער קאמיסאר איז נישט גרייט אויפצוגעבן זיינע נוקליערע איינריכטונגן, ער וויל בלויז אז די שטייפע עקאנאמישע סאנקציעס זאלן אפגעטאן ווערן פון זיין לאנד, דער פרעזידענט האט זיך געמוזט פאקן פעק און זיך אומקערן אהיים קיין וואשינגטאן מיט ליידיגע הענט. דער קאמוניסטישער קאמיסאר האט אים פילייכט געווארפן איבערן דראנג.[/justify]
טראמפ האט זיך נישט געלאזט. כינע האט זיך גארנישט אזוי געפרייט מיט די ארויסקום.
טראמפ איז גארנישט אזא פארלירער דא.
https://www.youtube.com/watch?v=cbjue8E9oZ8
און:
https://www.youtube.com/watch?v=VnNkWNJP5gY
דער שכן - שכן טוב - נעיבער - Neighbor
בדרך שאדם רוצה לילך ([בה]) מוליכין אותו. אזוי איז עס, און אזוי גייט עס.. אבער נישט: אזוי ווילעך און אזוי וועט עס זיין.. ראָהּהנג!