חסידות חב"ד און פארוואס איך בין נישט קיין חסיד
- ליטוואק פון בודאפעסט
- שריפטשטעלער
- הודעות: 9706
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 6:51 pm
- האט שוין געלייקט: 3162 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 9133 מאל
Re: חסידות חב"ד און פארוואס איך בין נישט קיין חסיד
הקטן, די לשונות פון תניא זענען אומקלאר אין דער הינזיכט. 'לפחות', עכ''פ', 'לא די' זענען אלע נישט משמע אז דער קבלת עול איז דער עיקר
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
(Daniel J. Boorstin) דא
-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 3315
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מאי 15, 2012 7:30 pm
- האט שוין געלייקט: 2006 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1413 מאל
ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:הקטן, די לשונות פון תניא זענען אומקלאר אין דער הינזיכט. 'לפחות', עכ''פ', 'לא די' זענען אלע נישט משמע אז דער קבלת עול איז דער עיקר
נא, ווער זאגט ס'איז די עיקר??
אן קבלת עול הייבט זיך גארנישט אן
און קבלת עול דארף אייביג בלייבן
אבער דער עיקר ??? העל נא!
איך מיין איך ווייס שוין פארוואס איך בין נישט קיין ליטוואק
I want atheism to be true and am made uneasy by the fact that some of the most intelligent and well-informed people I know are religious believers
Thomas Nagel
- ליטוואק פון בודאפעסט
- שריפטשטעלער
- הודעות: 9706
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 6:51 pm
- האט שוין געלייקט: 3162 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 9133 מאל
Re: חסידות חב"ד און פארוואס איך בין נישט קיין חסיד
דו האסט געברענגט די ווערטער 'עיקר' און 'שרש' צו ווייזען אז איך בין נישט גערעכט, האב איך געברענגט דער אומקלארקייט פון זיין לשון. און אין דעם שטעל איך זיך. דער קבלת עול ווערט נישט פארשוואונדען ביים אוהב וואס איז זיך מתנהג בחסידות. זיין חסידות איז אן עמקות פון זיין קבלת עול. אבער טאמער דער ערשטע שריט איז געבויט אויף דער ישות און געפיל פונ'ם איד, איז זיין חסידות אויך נישט אויף אזא אופן.
אז דו ווילסט מיר פערזענליך אטאקירען, ביטע עפען אן אשכול אין 'אנשי שם'. איך וועל זיך פרייען זיך צו זען דארט.
אז דו ווילסט מיר פערזענליך אטאקירען, ביטע עפען אן אשכול אין 'אנשי שם'. איך וועל זיך פרייען זיך צו זען דארט.
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
(Daniel J. Boorstin) דא
-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 3315
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מאי 15, 2012 7:30 pm
- האט שוין געלייקט: 2006 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1413 מאל
דו זעסט א פרעזענדליכע אטאקט דארט וואו ס'איז נישט דא.
איך האב זיך באצויגן צים געדאנקען גאנק פינעם ליטוואק (אזוי וואו דו האסט געטון צים חסיד)
די תניא'ס ווערטער ראשית העבודה ועיקרה ושרשה מיינט דו ווארצעל דו אנפאנג נישט וואו אין עיקר וטפל
דו שורש איז קיינמאל נישט די תכלית
איך האב זיך באצויגן צים געדאנקען גאנק פינעם ליטוואק (אזוי וואו דו האסט געטון צים חסיד)
די תניא'ס ווערטער ראשית העבודה ועיקרה ושרשה מיינט דו ווארצעל דו אנפאנג נישט וואו אין עיקר וטפל
דו שורש איז קיינמאל נישט די תכלית
I want atheism to be true and am made uneasy by the fact that some of the most intelligent and well-informed people I know are religious believers
Thomas Nagel
- לעיקוואד
- שריפטשטעלער
- הודעות: 3911
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג סעפטעמבער 10, 2012 7:22 am
- האט שוין געלייקט: 1536 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 6289 מאל
- קאנטאקט:
איך כאפ נישט די סתירה פון בית אהרן צו מיר. דער נושא ווערט ברייט ארומגעשמועסט אין אלע ספרי חסידות מיט אלע צדדים מעלות און חסרונות. וואס דאס דורכטוהן קלאר פאדערט א שטארקע עיון. הכלל איז מאדנע ר' ליטוואק'ס באהעפטונג אז חסידים מאכן זיך נישט וואוסענדיג פון די קבלת עול. און ער איז נאך מדייק אין תניא פמ"א אזוינע מאדנע דיוקים פון א ווארט ארויף א ווארט אראפ בשעת דער תניא רעדט קלאר פון דער נושא נישט נאר אין די דריי ווערטער און עס איז נישט קיין ספק מה דעתו. טאקע ווי ר' ליטוואק שרייט אז וועלכע מדרגה מען זאל נאר זיין טאר מען נישט פארגעסן די קבלת עול. איך ווייס נישט ווי מען קען עם קוועטשן אנדערש.
אגב, מען קען ווען זיך אננעמען טאקע פאר די צד אז די סארט קבלת עול וואס מען רעדט דא פעלט בכלל נישט אויס און די עיקר כוונה איז נאר טוהן מתוך הזדהות מיט די כוונת וטעם הדבר. נאר דא רעדט מען על פי חסידות און חסידות איז קלאר אז זי האלט נישט אזוי. עכ"פ חסידות חב"ד זיכער נישט.

I have a dream
Martin Luther King ~
Martin Luther King ~
- לעיקוואד
- שריפטשטעלער
- הודעות: 3911
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג סעפטעמבער 10, 2012 7:22 am
- האט שוין געלייקט: 1536 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 6289 מאל
- קאנטאקט:
נעה כ'האב נישט אזוי געזאגט. נאר אז מדארף אויך אריינגעבן א געשמאק. אויך דער כוונה פון בית אהרן איז נישט פונקט אזוי אבער איך האב נישט קיין צייט ערב שבת מסביר צו זיין. אפשר נאך שבת.
I have a dream
Martin Luther King ~
Martin Luther King ~
- ליטוואק פון בודאפעסט
- שריפטשטעלער
- הודעות: 9706
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 6:51 pm
- האט שוין געלייקט: 3162 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 9133 מאל
איך האב מיר לעצטענס ארום געטראכט אפאר אנדערע עניינים אין חסידות חב"ד און די דרך וואס מ'האט מיר אויסגעלערנט, און איך וויל אביסל מיטטיילען.
א שטיק צייט צוריק, האט ערשיינט א נייע דרך אין עבודת ה' ביי אידען, וואס הייסט דרך המוסר. די בעלי מוסר האבען אוועק געשטעלט א מהלך המחשבה, וואס איז ווייניג אויפגענומען געווארען, און עגזיסטירט כמעט נישט היינט. אבער די ספרים זענען נאך דא, און קרישקעלעך דרייען זיך נאך אין דער וועלט. לויט וואס איך האב געלערנט, איז די דרך המוסר געבויט אויף איין גרויסע קשיא, מדוע לא יתאים מעשי האדם ורצונותיו עם דעותיו. וואס איז די פשט אין די געוואלדיגע מרחק צווישען די הארץ און די קאפ פון א מענטשן, און וויאזוי קען מען אריבער גיין די געוואלדיגע בריק? א מענט איז איבערגעצייגט א טויזענט פערצענט אז ער גייט שטארבען, און ער וועט צאלען א פרייז פאר געוויסע טעטען זיינער, און פון דעסטוועגען איז עס מעגליך אז ער פאלט דארט אריין. ווי קען עס זיין? א מענטש זעט זיין אייגענע כוחות, ער זעט איין ווי גרויס און ברייט זיי זענען, און ער נוצט עס אויס ואיף דערפען די נעט. ווי קען א מענטש אזוינס טון? זעט ער נישט איין די חרבן? און די קשיא גייט מיט א מענטשן אויף שריט און טריט. האט הרב ישראל סאלאנטער איינגעפירט אן עסק פון מוסר, ווי מ'גייט נוצען חז"ל און זייער מוסר, אבער מ'גייט עס איינקריצען אין הארצן, מ'גייט מאכען סדרים קבועים דאס איינצוחזר'ן, מ'גייט עס איינחזר'ן מיט 'שפתים דולקות' און א גאנצע עסק, און מ'גייט איינפירען פסיכאלאגישע קונצ'ן אז דער 'זיך' פון דער מענטש וועט זיך נעמען טראכטען אזוי ווי זיין קאפ טראכט. די תלמידים האבען אויסגעברייטערט די סוגיא, און איינגעפירט געוויסע מנהגים און סגנוני הדיבור ומליצה אז מענטשען זאלען איינקריצען ביי זיך די נאכאנאנדיגע פשטות פון די מציאות פון דברי חז"ל.
אין חב"ד פלאגט מען זיך אויך שטארק מיט די פראבלעם. אויף זייערע שפראך איז עס אז דער נפש הבהמי לאזט קיינמאל נישט אפ, ער שטופט זיך אומעטום אריין און צושטערט דער נפש אלקי פון שיינען גענצליך. זייער עצה איז אז מ'דארף א וועג אויסצוראטען דער נפש הבהמי משרשה. וויאזוי קען מען? געוויסע מענטשן אין דער וועלט זענען געבוירען געווארען אן קיין שום נפש הבהמי, זיי זענען צדיקים בני צדיקים, צדיקים מעיקרא וואס האבען קיינמאל נישט קיין יצר הרע נישט געהאט. אז מ'באהעפט זיך צו די מענטשן, קען מען זיך באשיינען מיט בלויז דער נפש אלוקי, און מ'וועט קיין טעות שוין נישט מאכען, מ'וועט שוין נישט אריין פאלען אין דער נפש הבהמי. ביי זיי, יעדער פרואוו צו לערנען חסידות אן א רבי, איז א טעות מעיקרא. זיי פארציילען זאגאר,
אוודאי איז די מעשה נישט געשען, אבער אמת איז עס אז זיי פארציילען אזוי. און דאס איז זייער תירוץ צו די קשיא פון די דעות און די מעשים בפועל.

ומתאים גם עם הסיפור על אודות החפץ חיים שהיה אצל הרבי הרש"ב ואמר שישתדל שגם בישיבה שלו ילמדו חסידות כדי שיהיה לבחורים להט של תמימים והרבי הרש"ב חייך. וביאר הרבי הריי"ץ את החיוך: כי העיקר זה ההתקשרות לרבי
אוודאי איז די מעשה נישט געשען, אבער אמת איז עס אז זיי פארציילען אזוי. און דאס איז זייער תירוץ צו די קשיא פון די דעות און די מעשים בפועל.
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
(Daniel J. Boorstin) דא
- רביה''ק זי''ע
- שריפטשטעלער
- הודעות: 5435
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 15, 2018 8:46 pm
- געפינט זיך: אין קוויטל-שטוב
- האט שוין געלייקט: 5089 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 6524 מאל
די ספר התניא פאנגט זיך אן מיט די ווערטער: "תניא משביעים אותו תהי צדיק ואל תהי רשע, ואפילו כל העולם כולו אומרים לך צדיק אתה היה בעיניך כרשע. וצריך להבין דהא תנן אל תהי רשע בפני עצמך, וגם אם יהיה בעיניו כרשע ירע לבבו ויהיה עצב ולא יוכל לעבוד ה' בשמחה ובטוב לבב." עכ"ל. אין די ווערטער שטעקט די עיקר בראך פון חב"ד, אונז האט מען אויסגעלערנט אז די ווערטער זענען שפיץ גאות, דאס אז איינער קען נישט זיין בשמחה נאר אז ער פילט זיך ווי א יש אז ער איז א צדיק. דער רבי פון לובלין האט אונז אויסגעלערנט אז מ'קען זיין בשמחה אפילו ווען מ'איז א רשע, כמבואר היטב ע"י הרב ישראל מנחם אלתר בהקדמה לספר התניא בהוצאת פאר מקדושים. ווי האט נאר יענער געזאגט, ביי אונז האט מען געהאט ביטול היש.
Do y'all remember before the internet that people thought the cause of stupidity was the lack of access to information? Yeah, it wasn't that
- ליטוואק פון בודאפעסט
- שריפטשטעלער
- הודעות: 9706
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 6:51 pm
- האט שוין געלייקט: 3162 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 9133 מאל
רביה''ק זי''ע האט געשריבן:די ספר התניא פאנגט זיך אן מיט די ווערטער: "תניא משביעים אותו תהי צדיק ואל תהי רשע, ואפילו כל העולם כולו אומרים לך צדיק אתה היה בעיניך כרשע. וצריך להבין דהא תנן אל תהי רשע בפני עצמך, וגם אם יהיה בעיניו כרשע ירע לבבו ויהיה עצב ולא יוכל לעבוד ה' בשמחה ובטוב לבב." עכ"ל. אין די ווערטער שטעקט די עיקר בראך פון חב"ד, אונז האט מען אויסגעלערנט אז די ווערטער זענען שפיץ גאות, דאס אז איינער קען נישט זיין בשמחה נאר אז ער פילט זיך ווי א יש אז ער איז א צדיק. דער רבי פון לובלין האט אונז אויסגעלערנט אז מ'קען זיין בשמחה אפילו ווען מ'איז א רשע, כמבואר היטב ע"י הרב ישראל מנחם אלתר בהקדמה לספר התניא בהוצאת פאר מקדושים. ווי האט נאר יענער געזאגט, ביי אונז האט מען געהאט ביטול היש.
איך פארשטיי נישט פונקט דיין פראבלעם. ער זאגט אז 'היה בעיניך כרשע' קען נישט זיין כפשוטו, ווייל אזוי וועט ער נישט קענען דינען דער באשעפער. דו זאגסט אז אנדערע גדולי החסידישע דענקערס האבען געהאלטען אז מ'וואלט נישט אזוי געדארפט שפירען? איז וואס? וואס האט עס מיט די מציאות וואס ער ברענגט אז מ'וועט נישט זיין פרייליך?
גראדע, דער ביטול הישות פון חב"ד פאדערט אן אנדערע שמועס. אויפ'ן שפיץ גאפעל, ווען איינער קומט דרשנ'ן וועגען ארנטליכקייט אין ביזנעס, האלט אן דיין קעשענעס זייער שטארק.....
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
(Daniel J. Boorstin) דא
- רביה''ק זי''ע
- שריפטשטעלער
- הודעות: 5435
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 15, 2018 8:46 pm
- געפינט זיך: אין קוויטל-שטוב
- האט שוין געלייקט: 5089 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 6524 מאל
ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:איך פארשטיי נישט פונקט דיין פראבלעם. ער זאגט אז 'היה בעיניך כרשע' קען נישט זיין כפשוטו, ווייל אזוי וועט ער נישט קענען דינען דער באשעפער. דו זאגסט אז אנדערע גדולי החסידישע דענקערס האבען געהאלטען אז מ'וואלט נישט אזוי געדארפט שפירען? איז וואס? וואס האט עס מיט די מציאות וואס ער ברענגט אז מ'וועט נישט זיין פרייליך?
איך בין מקצר ווייל איך וויל נישט ארויסקומען צו שארף, אבער די מציאות אז איינער וואס פילט זיך ווי א גארנישט וועט נישט זיין פרייליך איז נאר ביי איינער וואס ליידט אויף די מחלה וואס רופט זיך גיאות. ביי פוילישע חסידים האט מען געארבעט צו אנערקענען אז מ'איז טאקע באמת א גארנישט, נאכדעם איז מען אויטאמאטיש פרייליך.
סיי אין חב"ד און סיי אין קאצק האט מען געטון אסאך אין התבוננות, די חילוק איז נאר אין וואס מ'האט זיך מתבונן געווען. אין קאצק האט מען זיך מתבונן געווען אין שפלות עצמו, אין חב"ד האט מען זיך מתבונן געווען אין גדלות הבורא. וד"ל.
Do y'all remember before the internet that people thought the cause of stupidity was the lack of access to information? Yeah, it wasn't that
- ליטוואק פון בודאפעסט
- שריפטשטעלער
- הודעות: 9706
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 6:51 pm
- האט שוין געלייקט: 3162 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 9133 מאל
Re: חסידות חב"ד און פארוואס איך בין נישט קיין חסיד
דו שטעלסט צוזאם וואס וואלט געמעגט זיין מיט וואס איז. די מציאות איז א מ׳פרייט זיך מיט דערגרייכונגן און מ׳ווערט נישט פרייליך פון גארנישט אויפטון. דעריבער איז שווער צו זאגען אז מ׳דארף נאכאנאנד זאגען א מענטש וואס פארא רשע ער איזק
קומען די פוילישע צדיקים און זאגען אז עס דא א שמחה פון זיין א גארנישט. דער תניא אין זיין קשיא דינגט זיך דערמיט? דער תורה פון ׳ושמחת בכל הטוב׳ דינגט זיך אויך?
Sent from my LG-K373 using Tapatalk
קומען די פוילישע צדיקים און זאגען אז עס דא א שמחה פון זיין א גארנישט. דער תניא אין זיין קשיא דינגט זיך דערמיט? דער תורה פון ׳ושמחת בכל הטוב׳ דינגט זיך אויך?
Sent from my LG-K373 using Tapatalk
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
(Daniel J. Boorstin) דא
-
- ידיד השטיבל
- הודעות: 164
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מערץ 26, 2018 11:53 pm
- האט שוין געלייקט: 23 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 110 מאל
ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:איך וויל ארומרעדען פארוואס איך בין נישט קיין חב"ד חסיד און וואס איך ווייס פון חב"ד און פארוואס ס'געפעלט מיר נישט. איך מיין נישט די געזעלשאפטליכע נקודות דערפון, ס'גייט מיר ווייניג אן צו מ'גלויבט אז דער רעבע איז משיח, און די זייטיגע משוגעת'ן וואס ס'געפונט זיך אין יעדע קרייז איז נישט דער נושא. סתם אזוי, דער לעצטע רעבע איז מיר א קליינע משל פון חב"ד. איך האב אסאך געזען אין ליקוטי שיחות און איך בין גאנץ ווייניג נתפעל פונ'ם רעבע'ן הן בענין חסידות, וואס ער רעדט אויף גאנץ א קליינער פארמאט, ווי אויך זיין אינטעלעקטואל"ע כוחות, וואס זענען גאנץ קליין כלפי אמת'ער גדולי ישראל וואס איך האב געזען און געלערנט. איך מיין די תורות און עניינים און צוגאנג צו אידישקייט וואס דרייט זיך אין חב"ד און האט זיך שוין אריינגערוקט אינ'ם ברייטערע ציבור וואס צייגט אויף א געוויסע טע'אלאגי'ע וואס כפי החינוך מאבותי ורבותי און וואס מ'האט מיר אויסגעלערנט פון ספרים איז דאס נישט איינשטימיג מיט תורה'דיגע מושגים.
דער עבודה פונ'ם מענטש איז צו זיין אן עבד ה', און יעדער טריט זיינער דארף זיין משועבד צו עבדות. דער אייבישטער האט געהייסען טוהן מצוות, דארף מען טוהן מצוות. דער אייבישטער האט געהייסען דאווענען צו איהם, דארף מען דאווענען צו איהם. דער אייבישטער האט געהייסען האבען מדות טובות, דארף מען האבען מדות טובות. אלס אונטער'ן רובריק פון עבודת ה'. ווען א מענטש דערגרייכט הויכע מדרגות און האלט שוין נאכ'ן קיינמאל נישט זינדיגען און מוכתר בכל מדה טובה און ער טוט אלע מצוות בהידור, קען ער אנהייבען מיט חסידות, וואס דער באדייט דערפון איז נאכגייען כוונת הקב"ה במצוותיו און פראבירען צו טוהן כפי דער עומק הכוונה פון יעדע מצוה אלס אן אויסדרוק פון אהבת ה' וואס מ'זוכט צו טוהן אפילו מער ווי ער האט געהייסען.
דער לימוד הקבלה איז א חלק פון לימוד התורה אזוי ווי כל התורה כולה. ס'איז אויך א חלק פון עבודת ה'. דער עבודת ה' דערין איז צו לאזען א מענטש וויסען יסוד הכוונה בהבריאה כדי צו וויסען ווי זיך צו פירען בדרכי החסידות, ד.ה. נאכצוגייען דער אמת'ער רצון ה'. דאס איז די צווייטע טריט פון עבודת ה', אז א מענטש איז אזא עבד אז ער זוכט זיך משעבד צו זיין נאך און נאך פאר זיין בורא אויסצודרוקען זיין הכנעה צו איהם און זיין אהבה. דעריבער טאקע איז געווען אנגענומען בכל תפוצות ישראל, און געפסקנ'ט דורך תקנות וחרמות, און שטארק באשטעטיגט אין כתבי אריז"ל, אז מ'זאל נישט וואגען צוצוגייען צו לימוד הקבלה אז מ'שטייט נישט אויף א הויכע שטאפעל אין עבודת ה'. נאר דער וואס האלט ביי חסידות מעג עס לערנען, ווייל נאר דער וואס האלט ביי חסידות לערנט עס ריכטיג און האט א שייכות דערצו.
כפי וואס איך ווייס, איז חב"ד געבויט אויף גאר אן אנדערע צוגאנג. דאס אליינס אז מ'האלט און מ'וויל מחנך זיין קליינער קינדער מיט לימוד 'פנימיות התורה' איז דער ערשטע טריט. מ'זוכט אריינצוברענגען דער מענטש אינ'ם כוונת הבריאה נאכצומאכען דער אייבישטער און זיך צושטעלען צו זיין ארבעט. מ'גייט נישט צו אלס עבד, נאר אלס שותף. דעריבער רעדט מען פון 'לכתחלה אריבער' און 'ביטול היש', וואס איז איראניש, ווייל דאס איז די גרעסטע ישות שייך. אז מ'גייט צו צו אידישקייט אן א הכנעה אן אן עבדות, נאר אלס אדון און דער וואס פיהרט דער וועלט. איך קום נישט לייקענען דער מציאות אז יעדע פעולה וואס א מענטש טוט דערגרייכט גאר הויך, אבער אז דאס זאל זיין דער עיקר כוונה פונ'ם פעולה איז א ישות וואס שטימט נישט מיט'ן יסוד פון עבדות לה' וביטול אליו. דאס מאכט דער מענטש דער צענטער פונ'ם געשעפט און נישט דער אייבישטער.
איך האב מקצר געווען און ארויסגענומען אסאך פון וואס איך האב געשריבען אין אנהייב, ווייל איך בלייבען מיט דער נקודה.
איך ווייס נישט צו דו ביסט באקאנט, אבער גענוי דיינע ווערטער האט גע'טענה'ט דער הייליגער ר' נחום - דער מאור עינים זצוק''ל.
- שבת אחים
- חבר ותיק
- הודעות: 6634
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מאי 08, 2014 9:39 am
- געפינט זיך: ביי א פראטעסט קעגן טראמפּ!
- האט שוין געלייקט: 4510 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 4153 מאל
קוקי האט געשריבן:שבת אחים האט געשריבן:ליטוואַק איך בין אויך נישט קיין חסיד! אבער איך בין קיין ליטוואַק אויך ניט ! פארוואס ? גלייב מיר דו ווילסט נישט וויסן פארוואס !!!
איך ווייס פיין פארוואס..
ס'איז א סוד פאר גאנץ בראד, אז ווילכאוויץ מיט עמקות איז ווי רב שך אין ווילעדניק
קודם כל איך בין למעשה יא א חסיד. איך האלט שטארק פון ״ארגינעלע חסידות״ ווייל סהאט אסאך געהאלפן אידן בימים ההם אין אלע הינזיכטן. און ווייל זיי האבן מקרב געוועהן יעדע צובראכנע איד. און ווייל זייער פילאסאפיע איז אמת, הערליך, און שיין.
נישט צו פארדרייען די אשכול. שוין אפאר מאל ווי דו שרייעסט עפעס ״ווילחאוויץ״ כאילו... קום אויף מיט א בעסערע טשעפע. ס׳זעהט נישט אויס ווי דו האסט געליינט די מינדעסטע היסטאריע פון די שטאט ווי מיינע זיידעס האבן געוואוינט. מיט אזא שטאט ווי ״ווילחאוויץ״ און די געהויבנע חסידים וואס האבן דארט געוואוינט וואלט זיך יעדע חסידות אויף די וועלט גרויס געהאלטן.
קענסט אנפאנגן מיטן ליינען די ביכל ״איזהו חסיד״ פון ש״ב הרה״ח ר׳ יהושע העשיל קטינא שליט״א אייניקל פון הרה״צ ר׳ חיים פוקס ז״ל (ברודער פון הרה״צ ר׳ מרדכי חנא זצ״ל) וועסט האבן אביסל א בעסערע בילד. ר׳ מאטעלע וועם דו האסט אזוי פיינט האט ערענסט געטראכט זיך צו רופן ווילחאוויץ. אינדערהיים האט מען געזאגט אז ״אפילו די שטיינער פון ווילחאוויץ זענען געוועהן הייליג״. איך זעה נאכנישט וואס די טשעפע דארף
צוזיין. פארקערט אין ווילחאוויץ האבן געוואוינט אסאך אידן גרויסע תלמידי חכמים און בעלי מדריגה.
צוריק צו וואטעווער מרעדט דא. חב״ד און פארוואס איך בין נישט קיין משיחיסט...
Everything we hear is an opinion, not a fact. Everything we see is a perspective, not the truth
Marcus Aurelius
Marcus Aurelius
- ליטוואק פון בודאפעסט
- שריפטשטעלער
- הודעות: 9706
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 6:51 pm
- האט שוין געלייקט: 3162 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 9133 מאל
Re: חסידות חב"ד און פארוואס איך בין נישט קיין חסיד
איך מוז זיך אביסל צוריק ציען פון מיין אריגינעלע ווערטער. עס איז צו שארף קעגען די היינטיגע רבי אין חב"ד. איך זאג נישט אז ער איז רשכבה"ג, ער האט גערעדט אסאך זאכען וואס זענען נישט אין איינקלאנג מיט גרויס שכל און שטארקע פארשטאנד, אבער אסאך זאכען וואס ער זאגט איז יא זייער געזונט און מלא תוכן וחכמה. עס איז אזא מישאכץ פון טוב ו... אינאיינעם. איך וויל נישט אפפירען די אשכול צו א פערזענליכע אשכול אויף איהם, אבער וויבאלד איך האב אזוי געשריבען אין אנהייב, שרייב איך דאס יעצט.
Sent from my LG-K373 using Tapatalk
Sent from my LG-K373 using Tapatalk
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
(Daniel J. Boorstin) דא
- רביה''ק זי''ע
- שריפטשטעלער
- הודעות: 5435
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 15, 2018 8:46 pm
- געפינט זיך: אין קוויטל-שטוב
- האט שוין געלייקט: 5089 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 6524 מאל
ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:קומען די פוילישע צדיקים און זאגען אז עס דא א שמחה פון זיין א גארנישט. דער תניא אין זיין קשיא דינגט זיך דערמיט?
יא, אז נישט פאנגט זיך נישט אן די גאנצע קשיא, מ'קען זיך האלטן פאר א רשע און נאכאלץ זיין בשמחה אזויווי דער רבי פון לובלין.
Do y'all remember before the internet that people thought the cause of stupidity was the lack of access to information? Yeah, it wasn't that
- ליטוואק פון בודאפעסט
- שריפטשטעלער
- הודעות: 9706
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 6:51 pm
- האט שוין געלייקט: 3162 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 9133 מאל
Re: חסידות חב"ד און פארוואס איך בין נישט קיין חסיד
ער זאגט מ׳גייט נישט, זיי זאגען מ׳קען, ולק"מ.
Sent from my LG-K373 using Tapatalk
Sent from my LG-K373 using Tapatalk
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
(Daniel J. Boorstin) דא
- רביה''ק זי''ע
- שריפטשטעלער
- הודעות: 5435
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 15, 2018 8:46 pm
- געפינט זיך: אין קוויטל-שטוב
- האט שוין געלייקט: 5089 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 6524 מאל
-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 216
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מערץ 23, 2020 9:26 pm
- האט שוין געלייקט: 95 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 389 מאל
ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:דו האסט געברענגט די ווערטער 'עיקר' און 'שרש' צו ווייזען אז איך בין נישט גערעכט, האב איך געברענגט דער אומקלארקייט פון זיין לשון. און אין דעם שטעל איך זיך. דער קבלת עול ווערט נישט פארשוואונדען ביים אוהב וואס איז זיך מתנהג בחסידות. זיין חסידות איז אן עמקות פון זיין קבלת עול. אבער טאמער דער ערשטע שריט איז געבויט אויף דער ישות און געפיל פונ'ם איד, איז זיין חסידות אויך נישט אויף אזא אופן.
זייער אַן אינטערעסאַנטער אשכול, איבער אַ טעמע וואָס האָט מיך שטאַרק געעקבערט אַלס בחור. אָבער פון אַן אַנדער שטאַנדפּונקט.
ליטוואַק, דאָ לכאורה מער ווי עס איז נוגע דער לשון פון תניא, איז נוגע ווי מיר די חסידים לערנען עס. יעדערער פון אונז קאָן דיר איבער'חזר'ן די אריכות וואָס מ'האָט מיט אונז געלערנט אַז ניט נאָר איז עס ראשית וואָס מ'הויבט אָן דערפון, ניט נאָר איז עס דער עיקר אין דער עבודה, נאָר דאָס איז אויכעט דער שורש וועלכער גיט אַרײן אַ חיות אין יעדן פרט פון דער עבודה. אין חסידות רעדט זיך אַ פולע אַז קבלת עול פשוטה איז ניט נאָר פאַר אַלעס נאָר אויכעט העכער פאַר אַלעס (זייער באַוואוסט למשל איז די המשך המאמרים „ומקנה רב” וואָס אין המשך תרס״ו, וואו עס רעדט זיך פון דער מעלה פון אַן עבד פשוט איבער אַן עבד נאמן). מ'האָט אין אונז אויכעט אײנגעדרונגען אַז לעתיד לבוא יאמרו ליצחק דווקא (מידת היראה) אבינו אתה און אַז קבלת עול איז אַלעס וכו'.
ווער רעדט נאָך ווען מ'גיט אַ קוק אין דער תורה פון רבי'ן, וואָס קאָכט כסדר וואָס המעשה הוא העיקר, און רעדט אַלץ פון דער מעלה און חיוב פון פשוט קיום התומ״צ כפשוטם.
און דאָס דווקא האָט מיך געעקבערט (איך האָב געהאַלטן לאַנגע שמועסן מיט מײנע משפיעים איבער דעם). מילא אַז מ'וועט זאָגן אַז דער עיקר איז אהבה ויראה, פאַרשטאַנד אין אלקות וכו', פאַרשטיי איך אַלץ וואָס עפּעס מוז מען זײן דווקא אַ חסיד. ווען מ'זאָגט אָבער ווידער, אַז דער עיקר איז קבלת עול, קבלת עול, קבלת עול... פאַרוואָס טאַקע ניט זײן קיין ליטווישער שרץ?
- הוגה
- שריפטשטעלער
- הודעות: 3112
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 09, 2013 1:20 pm
- געפינט זיך: מאנסי
- האט שוין געלייקט: 6841 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 6553 מאל
חסידים וואלטן געענטפערט אז ס'דא א גרויסע חילוק פון קבלת עול פאר ידיעת ה' און נאך ידיעת השם. קבלת עול פון חסידות רעדט צו געהויבנע אידן וואס פילעווען אין ידיעת השם. אבער איה"נ, דער וואס לעבט מתחלה מיט קבלת עול שטייט לכאורה נישט שוואכער.
"לא מצאנו בשום מקום בתורה שמצווה אדם להיות למדן ובקי בכל חדרי התורה. שכן תכלית הלימוד אינה להיות למדן אלא להיות אדם טוב, לעשות הטוב ולהטיב לזולתו." ~ רמ"מ מקאצק ז"ל