חתן בחור האט געשריבן: אבער און מאדערן פיזיקס טאמער ווערט די בוים נישט אבזערווירט דעמאלטס מאכט עס נישט קיין גערודער, און עס פאלט נישט, און עקזיסטירט אפילו נישט, ווייל ס׳איז נישטא קיין אבזערווירער וואס זאל עס אריינברענגען אונעם מציאות.
ניין, מאדערן פיזיקס זאגט נישט אזא זאך.
גארנישט ברויך נישט אן אבזערווירער כדי עס ״אריינברענגען אונעם מציאות״. אפשר מיינסטו אן אבזערווירער כדי עס ארויסברענגען פון קוואנטום סופערפאסישן (ס׳איז אונעם מציאות פארדעם אויך) איז דאס אבער אויך נישט ריכטיג: א בוים, פונקט ווי א קאץ, איז נישט און קוואנטום סופערפאסישן — ס׳איז מער נישט א קוואנטום כוואליע, ס׳איז געמאכט פון פארטיקלס.
אגב: ״קוואנטום סופערפאסישאן״ מיינט
נישט אז עםעס עקסעזטירט יא אין עקסעזטירט נישט בבת אחת. ס׳מיינט אז עפעס עקזעסטירט אין פארשידענע אנדערע פלעצער אין האט פארשידענע אנדערע תכונות אויף איינמאל (דהיינו, א קוואנטום כוואליע). ווען די כווואליע צופאלט, בלייבט די פארטיקלס.