וואס פאסירט מיט די דעמעקראטישע פארטיי?
-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 2367
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג דעצעמבער 10, 2012 11:16 am
- האט שוין געלייקט: 268 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 3324 מאל
וואס פאסירט מיט די דעמעקראטישע פארטיי?
[justify]א פולשטענדיגער סומאטאכע בושעוועט אינערהאלב די דעמעקראטישע פארטיי, שוידערליכע סקאנדלן אנטוויקלונגען זיך דארט ווי שוואמען נאך א רעגן, אזש מענטשען הייבן זיך די ברעמן מיט שטוינונג און פרעגן מיט זארג וואס פאסירט דא? איז דאס טאקע די זעלבע פארטיי פונעם אלעמען-געשעצטן לעגענדארן פרעזידענט דזשאן עף. קענעדי?
1. די ראסיסטישע בילדער פונעם גיבערנאטור פון ווירדזשיניע ראָלף נאָרטהאַם און פון זיין יוסטיץ מיניסטער מארק הערינג. און דאן די שטאנדהאפטיגע קלאנגן אז דער וויצע-גיבערנאטור פון ווירדזשיניע מר. דזשאסטין פעירפאַקס האט פארגעוואלדיגט צוויי מוידן מיט די געוואלד. און צום גרויס שאנדע דינען נאך די אלע דריי פאסקודניאקעס אויף זייער עהרנפולע פאזיציעס.
2. די העסליכע אנטיסמיטישע רעטאריק פונעם רעפרעזאנטרין אילהאַן אָמאַר. יא זי האט געזאגט סארי... ווער ס'האט נאר אויגן אין קאפ פארשטייט גלייך אז איר אנגעבליכער אנטשולדיגונג איז בלויז א אנגעשטעלטע פאליטישע שריט, צו פארשטילן אירע קריטיקירער אינערהאלב פון איר אייגענע פארטיי. זי איז א וויסטע אידן-האסערן וואס האט באקומען אירע אנטשואונגען אין די טעראר קלאסן אינעם אוניווערזיטעט וואו זי האט שטודירט. זי איז א געפארפולע אנטיסמיטקע און א אויסטערלישער שאנדע פארן רעפרעזאנטן הויז פון די פאראייניגטע שטאטן.
3. די באשטעטיגונג פון סענעטראשע קאַמאַלאַ הערריס אז זי האט אין איר יוגענט גערייכערט חשיש אין גרויסן. און זיך נאך אויסגעדרוקט מיט טיפשות אז ביי דזשאַמאַיקיא-אפשטאמיגע איז דאס א נארמאלע ערשיינונג, אפגעזען אז ס'איז געזעצליך פארבאטן. א ציטאט וועלכע האט אפילו איר אייגענעם פאטער גענצליך ארויסגענומען פונעם גלייכגעוויכט. און ער האט דאס גאר שטארק פארדאמט, און זי האט נאך די פרעכהייט צו לויפן פאר אונזער פרעזידענט.
4. די העסליכע שריט פון אלעקסאנדריע קאָרטעז מיטן באראבעווען די ניו יארקער איינוואוינער פון 25 טויזענט ארבייט שטעלעס! אן קיין שום זאכליכע עקלערונג, בלויז צילוב איר פארקרימטע סאציאליסטישע און מארקסיסטישע אידאלאגיע. אפילו די דעמעקראטן שימפן אויף דעם געמיינעם קערל, זי שטעקט זיי ווי א ביין אין האלץ נישט אויסצושפייען און נישט אראפ צו שלינגען.
אנשטאט אז די דעמקראטן זאלן אריין וועלן אויף פאליטישע אמטן און רעגירונג שטעלעס פּראָמינענטע פערזענליכקייטן, שטאטסמענער מיט ערפארונג און גלייכע פארשטאנדן, וועלן זיי אין ערזאץ אריין יונגע רייפע קורצזיכטיגע שמויטעפונאס, וואס ווען נישט זייערע נשמות וואלט מען זיי ווען שוין פון לאנג ווען געדאמפט אין שמות. מאנכע פון זיי זענען נאך מער צוקניידעלט ווי זיי אויסערליכער אויסקוק. א אנגעזענע נאבעלע פארטיי מיט שיינע ווירדן איז צום באדויערן פארוואנדלט געווארן צו א פארטיי פון סאציאליסטן און מארקיסטן, פונסטערע אנטיסמיטן, געמיינע ראסיסטן, פרויען פארגעוואלדיגער און חשיש באנוצער, א ברויט פארכאפער. סארא שאנדע...די לעגענדארע דעמעקראטישע טאטעס א שטייגער ווי זשעקסאן, רוזעוועלט, און קענעדי ווארפן זיך אצינד אין קבר זעענדיג ווי נידעריג זייער פארטיי איז געפאלן און פאלט נאך ווייטער. אוי גייט דער טראמפ אפהאלטן א געווינס אין יארע 2020 ' למספ'...[/justify]

- ידיד ותיק
- הודעות: 776
- זיך רעגיסטרירט: פרייטאג מאי 11, 2018 12:46 pm
- האט שוין געלייקט: 1399 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1005 מאל
-
- וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
- הודעות: 1003
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 02, 2017 4:42 pm
- האט שוין געלייקט: 565 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 524 מאל
Re: וואס פאסירט מיט די דעמעקראטישע פארטיי?
עטליכע הערות.
1.די א.ג. העסליכע קאמענטארן פון אומאר איז סתם א פאלשער שטורעם, אפילו אויב זי האט איבערגעטריבן איבער וויפיל געלט מאכט אויס אינעם שטיצן איזראעל איז עס אבער די שיטה פון די עקסטרעם לינקע אז געלט טוט אלעס אין אמעריקע און עס איז גאנץ קלאר אז זי האט נישט געמיינט אידן.
מיר האט מער געשטערט אירע קאמענטארן וואס האבן צוגעגליכן איזראעל צו סאודי אראביע און איראן, אזא מאדנע שיטה ווייזט לכאורה סאך מער אויף אנטיסעמיטיזם ווי די געלט טוויט.
2. וואס איז שלעכט אז קאמאלא העריס האט גערייכערט אביסל חשיש? בוש 43 איז געווען אן אלקאהאליקער, איז עס בעסער?
3. די סקאנדאלן אין ווירדזשיניע זענען טאקע ממש אומגלויבליך, און עס קוקט אויס פשוט שלא כדרך הטבע , ווען איך וואלט געווען א קריסט וואלט איך געגלייבט אז יאשקעלע האט דא אינטערווענירט אפצוראטעווען אמעריקע פון זיינע עקסטרעמע חוקי רציחה.
1.די א.ג. העסליכע קאמענטארן פון אומאר איז סתם א פאלשער שטורעם, אפילו אויב זי האט איבערגעטריבן איבער וויפיל געלט מאכט אויס אינעם שטיצן איזראעל איז עס אבער די שיטה פון די עקסטרעם לינקע אז געלט טוט אלעס אין אמעריקע און עס איז גאנץ קלאר אז זי האט נישט געמיינט אידן.
מיר האט מער געשטערט אירע קאמענטארן וואס האבן צוגעגליכן איזראעל צו סאודי אראביע און איראן, אזא מאדנע שיטה ווייזט לכאורה סאך מער אויף אנטיסעמיטיזם ווי די געלט טוויט.
2. וואס איז שלעכט אז קאמאלא העריס האט גערייכערט אביסל חשיש? בוש 43 איז געווען אן אלקאהאליקער, איז עס בעסער?
3. די סקאנדאלן אין ווירדזשיניע זענען טאקע ממש אומגלויבליך, און עס קוקט אויס פשוט שלא כדרך הטבע , ווען איך וואלט געווען א קריסט וואלט איך געגלייבט אז יאשקעלע האט דא אינטערווענירט אפצוראטעווען אמעריקע פון זיינע עקסטרעמע חוקי רציחה.
-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 2367
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג דעצעמבער 10, 2012 11:16 am
- האט שוין געלייקט: 268 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 3324 מאל
אונטער חכם האט געשריבן:עטליכע הערות.

1. זי האט זעלבסט פארציילט, אז אינעם אוניווערזיטעט וואו זי האט שטודירט, זענען געווען טעראר קלאסן, וואו מ'האט געלערענט איבער די אידאלאגיע פון טעראר. זי פארציילט, אז ווען דער פראפעסער האט דערמאנט אל קעידא, האט ער זיך אונטערגעהויבן פונעם שטול מיט א קענטליכער עהרפורכט. איר מוח איז אנגעלייגט מיט אנטיסמיטישע אנטשואונגען. זי האט זיך בלויך אנטשולדיגט פארן ארויסזאגן מיט מויל וואס זי טראכט אין הארצן. דערפאר טאקע האט פרעזידענט טראמפ ארגומענטירט אז איר אנגעבליכע אנטשולדיגונג דעקלערונג איז נישט מאסגעבענד, און מ'ברויך פון איר צייטליך פטור ווערן.
https://www.youtube.com/watch?v=TknzrKNGdH0
2. אלקוהאל איז לעגאל! חשיש איז ביזדערווייל אומלעגאל.
-
- וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
- הודעות: 1003
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 02, 2017 4:42 pm
- האט שוין געלייקט: 565 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 524 מאל
Re: וואס פאסירט מיט די דעמעקראטישע פארטיי?
קודם ווייס איך שוין פון וואו דו נעמסט דיין נייעס.
און גראדע די מעשה מיט די פראפעסאר איז מייניך פארקערט , זי מאכט חוזק פונעם פראפעסאר אז דער האט גערעדט פון על קאידא ווי פון א מאנסטער.
Sent from my XT1526 using Tapatalk
און גראדע די מעשה מיט די פראפעסאר איז מייניך פארקערט , זי מאכט חוזק פונעם פראפעסאר אז דער האט גערעדט פון על קאידא ווי פון א מאנסטער.
Sent from my XT1526 using Tapatalk
-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 2367
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג דעצעמבער 10, 2012 11:16 am
- האט שוין געלייקט: 268 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 3324 מאל
[justify]ווען מען פילעוועט עטוואס אין נביא, אנטפלעקט מען זיך נאכאנאנד מיט די גוט-צוגעפאסטע שטראפן וואס ג-ט האט אויסגעקליבן צו באשטראפן זיין ווידערשפעניגער פאלק. און א טייל מאל רופט דאס ארויס שטוינונג ווען מ'זעט באשיינפערליך מיט די אויגן ווי מאכטפול און צוגעפאסט דער שטראף איז.
ועל ידי עבדיך הנביאים כתוב לאמר, אט לערנט א קאפיטל אין ישעיהו:
און אט דער הער ג-ט איבער אלע הערשאפטן טיט אפ פון ירושלם און פון יהודה אירע שטארקע און שוואכע אונטערלאנערן, אלע ברויט און וואסער אונטערלאנער, העלדן און קריגס-לייט, ריכטער און ג-ט-שפרעכער, מאַדזשינערן און באזעצענע-לייט, הערן איבער פיפציג און אנגעזענע לייט, ראטגעבער און ראציאנאלע-טראכטער, אפשפרעכער-פארשטייער. יונגאשעס וועלן הערשן אויף אייך, און זייערע העינקי פעינקיס וועלן געוועלטיגן אויף זיי. ווי רבי מאיר לייביש עקלערט דאס, אז די דורכגעפוילטע אנטשואונגען און קאפריזן פון די יונגאשעס וועלן באהערשן די אלגעמיינע באפעלקערונג, ווארום זיי וועלן שטיין אין שפיץ פון פאלק. (ווי דער פאלקס-געשיכטע לויטעט, אז דער פרוי פונעם גובערנאטור פארכט זיך פון קעץ, און דער גובערנאטור פארכט זיך פון זיין פרוי, און די איינוואוינער פונעם גובערניע פארכטן זיך פונעם גובערנאטור, דאס באדייט אז דער גאנצער גובערניע פארכט זיך פון קעץ...) דער נביא זאגט ווייטער: אנשטאט איטליכער זאל גארן אז די פאליטיקער און הערשער פון לאנד זאלן זיין פון זיין פאמיליע, וועט יעדער שרייען ניין! קיינער פון מיין פאמיליע זאל נישט זיין א הערשער און א פאליטיקער אין אזא קאראפטירטע לאנד.
לערנענדיג דעם קאפיטאל אין ישעיהו, איז מיר באלד ארויפגעשווימען אויף די געדאנקן, דעם היי יאריגער סטעיט אוו די יוניאן. פון איין זייט זענען געזעצן ערוואקסענע פּראָמינענטע פערזענליכקייטן, מיט לאנגע יארן ערפארונג אין געזעץ און פאליטיק, און פון די אנדערע זייט זענען געזעצן א כאפטע אומערפארענע יונגאשעס, וואס האבן נישט די מינדעסטע אנונג וואס עס טיט זיך מיט זייער לעבן, אזעלכע וואס דאס טיפשות שיינט אראפ פון זייער צארטע און יונגע געזיכטער. די דאזיגע האבן מיט זייער נארישע קינדערישע ספעקטאלן, פארוואנדלט דעם סטיעט אוו די יוניאן מאַניפעסטאציע, צו א צורקוס און א קינדער גארטן, וואס פאסט זיך אינגאנצן נישט פארן העכסט-רעספעקטירטע רעפרעזאנטען זאל.
דער פאקט אז א כאפטע נארישע אומערפארענע יונגאשעס האבן זיך דערשלאגן צו די מאכט, און זענען געווארן די געזעץ געבער אינעם לאנד, ווארפט א פחד און א שרעק אויף יעדן רעכטדעקיגער באשעפעניש, דער געטליכער נביאה פון ישעיהו ווערט פארווירקליכט נישט אין יהודה און ירושלים, נאר דא אין אונזער אמעריקע. די נאכפאלגן זענען פאטאל. שוין איצט האט ניו יארק פארלוירן גאנצע 25 טויזענט ארבייט-שטעלעס צוליב איינע פון די דאזיגע אומערפארענע יונגאשעס מיט פארקרימטע אנטשואונגען, אנטסמיטישע לאזונגן זענען געפייגלט געווארן אויפן געוועב דורך איינע פון די דאזיגע פאסקודניאקעס. און ווער ווייסט וואס נאך ס'קומט...
א פירערשאפט פון יונגע נארישע אומערפארענע פאסקודניאקעס, אפגעפיקעוועט מיט פארפוילטע אנטשואונגען ברענגט דער גרעסטער חורבן אויף אונזער אמעריקע.[/justify]

רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום קאך_לעפל, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
-
- וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
- הודעות: 1093
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יאנואר 18, 2018 3:34 pm
- האט שוין געלייקט: 566 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1901 מאל
*כאפטע*
"וואס וועל איך טוהן אז מ׳וועט איין שיינעם טאג געוואר ווערן אז איך בין נישט קיין אמתע רבי?"
- אהבת ישראל מוויזניץ

באמת איז טאקע א גרויסע קשיא ואס איז געווארען מיט די ליבעראלן.
אמאל ווען מ׳האט גערעדט פון ליבעראליזם האט עס געמיינט אז מ׳ברויך זיך רעכענען מיט די ארעמעלייט און די ארבעטערס און די פרויען און אנדערע מינאריטעטן.
היינט צוטאגס מיינט ליבערליזם אז יעדער ברויך זיין געי. עפעס אנדערש איז נישט דא.
אמאל ווען מ׳האט גערעדט פון ליבעראליזם האט עס געמיינט אז מ׳ברויך זיך רעכענען מיט די ארעמעלייט און די ארבעטערס און די פרויען און אנדערע מינאריטעטן.
היינט צוטאגס מיינט ליבערליזם אז יעדער ברויך זיין געי. עפעס אנדערש איז נישט דא.
"וואס וועל איך טוהן אז מ׳וועט איין שיינעם טאג געוואר ווערן אז איך בין נישט קיין אמתע רבי?"
- אהבת ישראל מוויזניץ
- אהבת ישראל מוויזניץ
-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 2367
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג דעצעמבער 10, 2012 11:16 am
- האט שוין געלייקט: 268 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 3324 מאל
גדליה האט געשריבן:באמת איז טאקע א גרויסע קשיא ואס איז געווארען מיט די ליבעראלן.
אמאל ווען מ׳האט גערעדט פון ליבעראליזם האט עס געמיינט אז מ׳ברויך זיך רעכענען מיט די ארעמעלייט און די ארבעטערס און די פרויען און אנדערע מינאריטעטן.
היינט צוטאגס מיינט ליבערליזם אז יעדער ברויך זיין געי. עפעס אנדערש איז נישט דא.
און אויך דארף מען הינעריכטן בעביס. און אויפנעמען שיין די פארברעכישע באנדעס וואס פארפלייצלן דאס לאנד אומלעגאל.
-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 2367
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג דעצעמבער 10, 2012 11:16 am
- האט שוין געלייקט: 268 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 3324 מאל
דער קאמישער שדים געיעג.
[justify]א מאדנער סעפעקטאל האט זיך אפגעשפילט אין א געריכט הויז אין רוסלאנד. א ריכטער האט פאראורטיילט עמיצען צען יאר טורמע און פינף יאר שווערע צוואנגס ארבייט אין פארפרוירענעם סיביר... דער פאראורטיילטער פרעגט דעם ריכטער, פארוואס ער באקומט אזא הארבע שטראף? ענטפערט אים די ריכטער, איך ווייס נאך נישט גענוי, די אויספארשער ארבייטן נאך אויף די קלאגעס...
אקוראט דאס זעלבע שפילט זיך אצינד אין אונזער אמעריקע...
מיטוואך פרשת לך לך תשע''ז האט זיך דאס אמעריקאנער פאלק אויפגעוועקט מיט א פרישער פרעזידענט, דער קאָנטראָווערסיאַלער רייכער געשעפטס מאן דאנאלד טראמפ, איז אריין געוועלט געווארן דורכן פאלק, צו דינען אלס דער 45טער פרעזידענט פון די פאראייניגטע שטאטן פון אמעריקע. די נייעס האט געשלאגן ווי א דינער אין מיטן העלן טאג, ס'איז כמעט נישט געווען קיין פּראָמינענטער פאליטיקער וואס האט געהאלטן אז דאס אמעריקאנער פאלק וועט ווירקליך אריין וועלן אזא סארט פיגור ווי אונזער טראמפ, אלע זענען געווען ביי די מיינונג אז דאס פאלק וועט אריין וועלן פרוי קלינטאן, זאגאר דאס אומגלויבליכס האט ווירקליך פאסירט, דאנאלד טראמפ איז דער פרעזידענט פון אמעריקע.
די ליבעראלן קענען נישט אראפשלינגן דער פאקט אז דער פאלק האט אויסגעקליבן דאנאלד טראמפ פאר זייער פרעזידענט, און נישט זייער ליבלונג פרוי קלינטאן.
די העכסטע שפיצן פונעם יוריסדיקציע מיניסטעריום און די עף.בי.איי. א שטייגער ווי דזשעמס קאומי, ראד ראזענשטיין, און ענדרוי מאקאובי האבן אנגעהויבן וועבן געהיימע פלענער דורכצופירן א עמליכער פוטש אין לאנד, און אראפווארפן פון בענקל דעם פרעזידענט וואס דער פאלק האט אריין געוועלט אין אמט! ס'הערט זיך עטוואס אומגלויבליך, דריי פאסקודניאקעס וואס דארפן אפיציעל שיצן אויפן געזעץ, האבן אין געהיים קאנספערירט דורך צו פירן א פוטש, אן אויפשטאנד, אראפצוווארפן דעם פרעזידענט פון די פאראייניגטע שטאטן, פונעם בענקל אויף וועלכע דער פאלק האט אים ארויפגעזעצט.
און די זעלבע צייט האבן די זעלבע פאסקודניאקעס אנגעהויבן צו זען רויטע רוסן איבעראל, א האסטיגער געשריי רוסלאנד! רוסלאנד! רוסלאנד! רוסלאנד! הערט זיך איבערן גאנצן לאנד. זיי זענען ווארשיינליך געקומען צום אויספיר אז ס'איז גארנישט מעגליך אז דער פאלק זאל האבן אריין דערוועלט טראמפ אלס זייער פרעזידעט, דערפאר מוז גאר זיין אז די לאנג-יאריגע טראדיציאלע פיינט פון די פאראייניגטע שטאטן, די פארהאסטע רוסן האבן דא געמישט דעם טאפ, דערפאר האבן זיי אנגעהויבן מיט א ווילדען שדים געיעג, אפיר צו זוכן די אנגעבליכע רוסישע קאלאבאראציע. און דאס גאנצע פאלק איז מיטגעכאפט געווארן מיט דעם דאזיגער רוסישער פיבער... און ביז צום היינטיגן טאג האט מען נאך גארנישט געטראפן, אבער דער צוויי יאריגער שדים געיעג גייט נאך אלס אן מיט א שטארקייט. אידלעך שרייט רוסלאנד! רוסלאנד! אידלעך שרייט רוסלאנד! רוסלאנד!...
ווען די ליבעראלן האבן אנגעהויבן צו פארדעכטיגן אז דער אנגעבליכער רוסישער בערן געפונען זיך פילייכט נישט אינטערן בעט פונעם פרעזידעט אינעם לינקלען צימער, האבן זיי אנגעהויבן מיט נייע טאקטיק. זיי האבן אפיר געקראצט דעם קאנסטעטוציע פון די פאראייניגטע שטאטן, און זיי האבן דארט געטראפן דייטליך שטיין אז דער רעפרעזאנטן הויז זאל איבערזיכטן דעם עקזעקעטיווע פליגל. אה. זיי האבן געטראפן וואס זיי האבן געזוכט... זיי האבן באלד אפגעלערנט אז איבערזיכטן באדייט גאר זוכן צו אומפוטשען. זאגאר צו אומפוטשען א פרעזידענט דארף דער פרעזידענט האבן באגאנגן קרימינאלע שריט, און וואס פאר א קרימינאלע שריט איז דער פרעזידענט באגאנגען? אויף דעם איז דער ענטפער: אז מ'ווייסט נאך נישט גענוי, מ'נישטערט אין זיינע געשעפטן, מנישטערט אין זיין פאמיליע, מ'זוכט און מ'זוכט מ'איז בודק חמץ בחורים ובסדקין, מ'האפט אז מ'וועט כאטש עפעס אפיר קראצן. יעדען טאג באזונדער רעכטן די ליבעראלען אפ א ספעציעלע געבעט צום אלמעכטיגער ג-ט, אז מ'זאל טרעפן א קרימינאלע אקט וואס דער פרעזידענט איז באגאנגן, אזוי אז מ'זאל האבן אן אויסרייד אים צו אומפוטשען, איז בידערווייל ענטפערט נישט ג-ט זייערע געבעטן. גענוי ווי דער ריכטער אין רוסלאנד: דער פרעזידענט איז א קרימינאל, פארוואס? מ'זוכט נאך... מ'האפט אויפצוקומען מיט עפעס...
די אלע שדים טאנצן פון די האס-אנגעגעסענע ליבעראלן פאראורזאכט אומהוירע שאדן פאר אמעריקע, און די גאנצע וועלט קוקט מיט שטוינונג ווי די אמעריקאנע געזעץ געבער האבן נישט וואס צו טאן מיט זייער צייט, און זענען בלויז פארנומען אפיר צו זוכן קרימינאלע אקטן וואס זייער פרעזידענט איז אנגעבליך באגאנגען... די דאזיגע וואנזיניגע אויפירונג פון די דעמעקראטן וועט גאר שטארק בייהילפיג זיין פארן פרעזידענט אין די בעפארשטייענדע וואלן...[/justify]

- לולקע באנוצער
- מאנשי שלומינו
- הודעות: 83
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 13, 2019 11:10 pm
- האט שוין געלייקט: 993 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 58 מאל
Re: וואס פאסירט מיט די דעמעקראטישע פארטיי?
די מעשה פון דזשאסי סמולעט איז לדעתי דער גרעסטער באווייז אויפן חורבן פון די ליבעראלן.
ליבעראלן היינט לעבן אויפן געדאנק פון באשיצן דעם געליטענעם. דאס גייט צו אין שטאפלען ווער ס'איז מער געליטן און איז מער חביב. נאך שווארצע און פרויען קומען אומלעגאלע אימיגראנטן און העולה על כולנה איז א טרענסדזשענדער באשעפעניש.
כדי צו האלטן די געליטענע נאנט צו זיך מוז מען זיי האלטן אין איין פארזיכערן אז מ'רודפ'ט זיי, און ביי די ליבעראלן קען מען טרעפן שוץ. זע
דא.
מילא דער דזשאסי האט פשוט רעאליזירט וואס דא קומט פאר, און כדי צו ווערן פאפולער ביי די ליבעראלע מידיא האט ער אונטערגעשטעלט צוויי מאגא-היטלעך-באקליידעטע זאלן אים אטאקירן, כדי ער זאל זוכה זיין צו דעם וויקטים טיטל.
(די זעלבע איז אויך אויף פארקערט, ווי מער מוצלח מ'איז אלס מער איז מען פארפיינטעט ביי זיי, אבער מ'העמיר נישט אריינגיין אין דעם יעצט.)
געשיקט פון מיין כשר'ע פאון נוצנדיג ראדיא כוואליעס
ליבעראלן היינט לעבן אויפן געדאנק פון באשיצן דעם געליטענעם. דאס גייט צו אין שטאפלען ווער ס'איז מער געליטן און איז מער חביב. נאך שווארצע און פרויען קומען אומלעגאלע אימיגראנטן און העולה על כולנה איז א טרענסדזשענדער באשעפעניש.
כדי צו האלטן די געליטענע נאנט צו זיך מוז מען זיי האלטן אין איין פארזיכערן אז מ'רודפ'ט זיי, און ביי די ליבעראלן קען מען טרעפן שוץ. זע
דא.
מילא דער דזשאסי האט פשוט רעאליזירט וואס דא קומט פאר, און כדי צו ווערן פאפולער ביי די ליבעראלע מידיא האט ער אונטערגעשטעלט צוויי מאגא-היטלעך-באקליידעטע זאלן אים אטאקירן, כדי ער זאל זוכה זיין צו דעם וויקטים טיטל.
(די זעלבע איז אויך אויף פארקערט, ווי מער מוצלח מ'איז אלס מער איז מען פארפיינטעט ביי זיי, אבער מ'העמיר נישט אריינגיין אין דעם יעצט.)
געשיקט פון מיין כשר'ע פאון נוצנדיג ראדיא כוואליעס
-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 2367
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג דעצעמבער 10, 2012 11:16 am
- האט שוין געלייקט: 268 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 3324 מאל
דעמעקראטן זענען דערשטיקט מיט די סאציאליסטן.
די פירערשאפט פון די דעמעקראטישע פארטיי געפונען זיך אצינד, אין א שרעקליכער קלעם.
זייער פארטיי איז גענצליך פארכאפט געווארן דורך די סאציאליסטן, זיי שטעלן דעם אפיציעלער טאן אינעם פארטיי. דער נייער סאציאליסטישע גרינער דעקרעט איז געשטיצט פון מער ווי הונדרעט דעמעקראטישע געזעץ געבער!
אלעקסאנדריע קאָרטעז האט טראציג געסטראשעט, אז זי גייט צוזאם שטעלן א שווארצע ליסטע פון דעמעקראטישע געזעץ געבער, וואס וועלן שטימען מיט די ריפאבליקאנער, און זיכער מאכן אז ווערן נישט צוריק אריינגעוועלט אלס רעפרעזאנטן אין יאר 2020!
די דעמעקראטישע פירערשאפט וויל שטארק נעמען זאכליכע שריט קעגן די פונסטערע אנטיסמיטקע און אידן האסערן, אילהאַן אָמאַר, אבער די סאציאליסטן טוען אלעס אויף די וועלט אז דאס זאל נישט צושטאנד קומען, ווייל זי איז פון די שפיצן אין זייער פארברעכישע קליקע.
די סאציאליסטן האבן אין א פרעצעדענטלאזע שריט אדאפטירט דער צוגאנג פון זייער פארגייער און העלד יאזעף סטאלין: צייג מיר דער מענטש, און איך וועל שוין באזארגן די באשולדיגען. זיי האבן אן קיין שאנדע אנגעהויבן מיט א פלייץ פון פארפאלגונגען און אויספארשונגען אויף איבער 80 אומשולדיגע ציווילע מענטשען, די פארפאלגונגען נישט באזירט אויף גאנישט, בלויז אויס האס און פיינטשאפט און אומפארגינערישקייטן. זייער איינציגסטער זינט איז אז זיי האבן פארמאגט באציאונגען מיטן פרעזידענט. די מענטשען זענען געצווינגן אויפצונעמען גרויסע אדוואקאטן און ווערן צושמירט און פארשעמט דורך די סאציאליסטישע מידיע אויף א מאסנשטאבליכער פארנעם.
די סאציאליסטן אדוואקאטירן עמטליך צו לעגאליזירן צו הינריכטן פרישע געבוירענע קינדער, זיי אדוואקאטירן צו לעגאליזירן כאשיש.
דאס איז אלעס אין קאנסטראסט פון די ארגינעלע דעמעקראטישע ווירדן. די דעמעקארעטן זענען אלס געווען די דאזיגע וואס האבן פארדאמט אנטיסמיטיזם, זיי זענען אלעמאל געווען די וואס האבן אדוואקאטירט פאר גערעכטיקייט, און פאר גערעכטע יוסטיץ. זיי זענען אלעמאל געווען די וואס האבן זיך אנגענומען פאר די באקריוועטע, און פארפאלגטע. די אלע העסליכע און קרימאנאלע און אנטיסמיטישע טעטיקייטן פון די סאציאליסטן, זענען א שאנדע פאר יעדע רעכט-דענקיגער דעמעקראט. און דאס וועט אן קיין צווייפל ענווענטועל שטארק אריין שפילן צו די הענט פון די רעפאבליקאנער.
ווען די דעמעקראטן האבן ווען א ביסל פארשטאנד און קאראזש, וואלטן זיי זיך פון געדארפט דערווייטערן מיט אפשיי פון די דאזיגע קרימינאלע, העסליכע, געפארפולע סאציאליסטן, און דעקלערן א זעלבסטשטענדיגע דעמעקראטישע פארטיי, וואס זאל אויסשליסן די גרויליגע עלעמענטן וועלכע האבן פארפעסטעט זייער פארטיי זינט אבאמא האט געדינט אלס פרעזידענט. דאן וועלן זיי האבן גוטע שאנסן צו באזיגן דעם קאנסערוועטיווער טראמפ.

- חוקר ודורש
- היימישער באניצער
- הודעות: 423
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מערץ 06, 2019 3:01 pm
- האט שוין געלייקט: 738 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 389 מאל
-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 2367
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג דעצעמבער 10, 2012 11:16 am
- האט שוין געלייקט: 268 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 3324 מאל
א שאנדע:
[justify]דאס נעכטיגער טאג איז געווען א שאנדפולע טאג פאר די פאראייניגטע שטאטן פון אמעריקע.
ס'האט זיך דייטליך ארויסגעשטעלט אז די פארשאלטענע סאציאליסטן האבן פארכאפט די דעמעקראטישע פארטיי, און נוצן אויס די פארטיי פאר זייערע געמיינע אמביציעס.
סיי די דעמעקראטן און סיי די רעפאבליקאנער, האבן אין אנהייב פארדאמט אויפן הארבסטען פארנעם, דעם פינסטערן אידן האסערן און וויסטער אנטיסמיטקע, אילהאַן אָמאַר. דער רעפרעזאנטן הויז האט זיך געגרייט דורכצופירן א אומפארטייאישע רעזעלוציע צו פארדאמען אנטיסמיטיזם, און קאנגרעס-פרוי אילהאַן אָמאַר פאר איר נאכאנאנדע גרויליגע ריטאריק קעגן אידישן פאלק.
אבער ווי אנטוישט איז דער אמעריקאנער באפעלקערונג געווארן, ווי די פארהאסטע סאציאליסטן האבן ווידעראמאל באוויזן אויסצואיבן אומהויערע דרוק אויפן פארזיצערן פונעם רעפרעזאנטען הויז נענסי פּעלאָסי, אז זי זאל ענדערן די רעזעלוציע צו א לופטיגע אלגעמייינע אנטי-האס רעזעלוציע, און אן דערמאנען די נאמען פונעם אנטיסמיטקע אָמאַר. א שריט וואס האט באשיינפערליך גענצליך פארוואנדלט די רעזעלוציע צו א אלגעמיינע ליפטיגע לעגיסלאטורישע רעוואלוציע. און די מרשעת אילהאַן אָמאַר האט נישט געליטן קיין זאכליכע קאנציקווענצן פאר אירע געמיינע אקטן. נאך מער, פרוי פּעלאָסי האט אין א פרעצעדענטלאזע שריט גאר אוועק געמאכט די אנטיסמיטישע ריטאריק פון די די מרשעת אָמאַר. פרוי פּעלאָסי טיט אלעס אויף דער וועלט צו געפעלן פאר די הייפעלע סאציאליסטישע מיידליך וואס האבן די ווארט אין די דעמעקראטישע פארטיי. סארא שאנדע.
די נעכטיגע רעזעלוציע האט דייטליך געצייגט אז די פארשאלטענע סאציאליסטן האבן א מאסגעבנדע ווארט אויף די פירערשאפט פון די דעמעקראטישע פארטיי. און אז מ'קען ארויסלאזן אנטיסמיטישע רעטאריק אינעם רעפרעזאנטן הויז, אן ליידן פון די קאנציקווענצן, ווי לאנג מ'איז א געטרייער סאציאליסט, אלעס דרייט זיך ארום סאציאליזם.
והעיר וואשינגטאן נבוכה....[/justify]

- הודעות: 1034
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג אפריל 06, 2014 4:10 am
- געפינט זיך: אויפן גיט אין דער אלטע הײם
- האט שוין געלייקט: 714 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 512 מאל
Re: וואס פאסירט מיט די דעמעקראטישע פארטיי?
איז דא א מעליכקייט פאר איינער וואס וועט לויפן קעגן די סאציעליסט'שע מיידלעך זיי צו באזיגן? זייער אונטערטאנען ליבן זיי? אויב יא פארוואס?
Sent from my SM-G950U using Tapatalk
Sent from my SM-G950U using Tapatalk
- לולקע באנוצער
- מאנשי שלומינו
- הודעות: 83
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 13, 2019 11:10 pm
- האט שוין געלייקט: 993 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 58 מאל
Re: וואס פאסירט מיט די דעמעקראטישע פארטיי?
לכאורה נישט, זייערע אונטערטאנען זענען געווענליך גאר הייס פאר זיי. אזויווי טראמפ ביי די רעכטע זענען זיי ביי די לינקע.גראף האט געשריבן:איז דא א מעליכקייט פאר איינער וואס וועט לויפן קעגן די סאציעליסט'שע מיידלעך זיי צו באזיגן? זייער אונטערטאנען ליבן זיי? אויב יא פארוואס?
Sent from my SM-G950U using Tapatalk
[justify]לכתחילה אריבער אויף אייוועלט איבער אילהאן אמאר:
די קאנגרעספרוי אמאר סעמאטוכע (דורך: לכתחילה אריבער)
אנטיסעמיטיזם איז קיינמאל נישט זייער געשמאק, און הערן ווי ערוועלטע געזעצגעבער אין די פאראייניגטע שטאטן לאזן פאלן א אנטיסעמיטישע ווערטער שטעכט שטארק, און קען היפש דערשרעקן.
איך באצו זיך פארשטייט זיך צו די ווערטער פון קאנגרעספרוי אמאר, וואס האט אצינד צום דריטן מאל אין א גאר קורצע צייט געלאזט פאלן ווערטער וואס ווערט קריטיקירט אלס אנטיסעמיטיש. די קאנגרעספרוי האט זיך שוין אפילו געהאט אנטשולדיגט פאר די ווערטער, אבער האט שפעטער נאכאמאל געזאגט ענליכע ווערטער.
די פראגע איז אלזא, צו איך האלט אז די ווערטער זענען אנטיסעמיטיש?
און עקסטער דארף מען באהאנדלען די רעאקציע צו אירע ווערטער פון אנדערע געזעצגעבער, וואס האבן נאך גאנץ ווארשיינליך געמאכט די צושטאנד ערגער.
איז ערשט צו די ערשטע פראגע, "זענען אירע ווערטער געווען אנטיסעמיטיש"? - כ'בין נישט זיכער. בעסער געזאגט מען דארף גוט אריינקלערן. און אפילו מען קומט אין די ענדע צו אז עס איז יא אנטיסעמיטיש, זאל מען ריכטיג פארשטיין פארוואס, און וויסן ווען אפצוטיילן צווישן "קריטיק" – וואס איז בארעכטיגט און אפילו בעפארצוגט - און "אנטיסעמיטיזם" – וואס דארף ווערן פארדאמט און טאר נישט פאסירן.
"איז קריטיקירן מד"י אנטיסעמיטיזם"?
די פאקט איז אזוי.
די פרא מד"י לויטע נעמען די כלל פון "קריטיקירן מד"י איז אנטיסעמיטיזם" זייער עקסטרעם בוכשטעבליך און דאס איז נישט ריכטיג. די פאקט איז אז מען קען קריטיקירן מד"י אפילו מען איז נישט קיין אנטיסעמיט. און אפילו נישט קריטיקירן נאר אלס נגד התורה, נאר אפילו קריטיקירן צום ביישפיל אז די ממשלה אין מד"י טוט זאכן וואס זענען נישט אויסגעהאלטן מוז אויך נישט מיינען קיין אנטיסעמיטיזם.
דאס לאזט נישט איבער און לייקנט נישט די אלגעמיינע כלל אז "אנטיסעמיטן זענען געווענליך אנטי מד"י אויך" – אויסער אין גאר אויסנאמס פעלער פון ראדיקאלע קריסטן מיט זייער "ענדע פון צייטן" חלום –, דאך איז אבער נאך אלס פארהאנען אזא זאך אז "מען קען זיין קעגן מד"י און נישט זיין קיין אנטיסעמיט".
לאמיר עס לייגן אביסל אנדערש. "מען קען זיין קעגן "מד"י אקטן אדער פאליסי" און נאך אלס נישט זיין קיין אנטיסעמיט".
צו זיין קעגן מד"י בכלל – אויסער ווען מען רעדט אלס דעת תורה – איז גאנץ ווארשיינליך יא אנטיסעמיטיש.
עס איז אמת אז מד"י טוט זאכן וואס מען קען קריטיקירן, און מען קען פארשטיין פארוואס מענטשן זענען קעגן דעם. אבער אויב אזוי קענסטו פארדאמען די אקט, פונקט ווי ווען די אמעריקאנער רעגירונג אדער בריטישע, פראנצויזישע, דייטשע רעגירונגען זאלן טאן זאכן וואס זענען נישט אויסגעהאלטן.
ווען די אמעריקאנער רעגירונג באמבאדירט אין איראק צום ביישפיל, און געוויסע האלטן אז דאס איז נישט ריכטיג אדער א פארברעך, וועלן זיי פארדאמען די אקט, וועלן פארדאמען דעם פרעזידענט און זיין פארטיי, וועלן פארדאמען די שטיצער פון די פאליסי אא"וו, אבער צו וועלן זיי פארדאמען "אמעריקע" אין אלגעמיין? ניין! פארקערט זיי וועלן קאמפיינען אז מען דארף טוישן די רעגירונג צו א רעגירונג וואס וועט נישט טאן די זאכן.
און טאקע די וואס פארדאמען יא אמעריקע אין אלגעמיין פאר אזעלכע זאכן ווי די איראק מלחמה און נישט נאר די אקציע זעלבסט און אירע שטיצער – עס זענען דא אזעלכע אויך - , זענען טאקע... אנטי אמעריקע! זיי זענען נישט "זיך אננעמען פאר די באקריוודעטע" זיי זענען נישט קעגן "נוצן מאכט אין אנדערע לענדער" אא"וו, ווייל פארדעם איז ריכטיג און גענוג צו פארדאמען די איינע אקט, און אירע שטיצער. אבער דאס לאנד אמעריקע אין אלגעמיין, אויב פארדאמט מען דאס ווייל מען האט נישט ליב געוויסע זאכן וואס זי טוט אדער פאליסיס וואס זי האלט איז דאס "אנטי-אמעריקע".
און מען וועט טאקע זעהן, אז צום ביישפיל די דעמאקראטן אין אלגעמיין, מען רעדט פון די מעסיגע, אדער אפילו שטארק – אבער נישט ראדיקאל – לינקע ווי שטארק זיי וועלן פארדאמען די אקציעס פון די רעפובליקאנער וועלן זיי נישט צוליב דעם פארדאמען דאס לאנד.
און טאקע די געציילטע וואס יא, זענען די אויסגערופענע ראדיקאלן, ווי לואיס פאראקאן אא"וו.
האלטן מד"י צו א העכערע סטאנדארד.
דאן איז דא א שטיקל פונקט פון פארדאמען מד"י פאר זאכן וואס אנדערע ווערן נישט פארדאמט פאר די זעלבע סארט זאכן.
און מען רעדט נישט פון האלטן מד"י און - צום ביישפיל - די פאלעסטינער אויף די זעלבע שטאפל, און מען פארשטייט אז יעדע פארשטענדליכע מענטש וועט פארלאנגען און ערווארטן פון מד"י זיך צו פירן בעסער ווי די פאלעסטינער וואס זענען אין די ענדע טאג ניטאמאל א דריטע וועלט לאנד, נאר א גרופע וואס האפן איין טאג צו זיין כאטש עפעס א לאנד.
און די זעלבע זאך איז, אז מען האלט מד"י העכער פון אלגעמיינע דריטע וועלט לענדער טאקע, צו ראדיקאל מוסלעמענער לענדער אד"ג, איז יעדער פארשטענדליכער מענטש קען איינשטימען מיט דעם אז מד"י דארף און מעג ווערן געהאלטן צו א העכערע סטאנדארד פון די סארט לענדער.
אבער ווען עס קומט צו פארדאמען מד"י פאר זאכן וואס מערב וועלט לענדער ווי די פאראייניגטע שטאטן, ענגלאנד, פראנקרייך, דייטשלאנד אא"וו ווערן נישט פארדאמט, דאס קען אויך צוגעשריבן ווערן צו אנטיסעמיטיזם.
און כאטש אז איז נישט אזוי אויסגעשפראכן אנטיסעמיטיש ווי זיין קעגן די עקזיסטענץ פון מד"י אדער ווי פארדאמען מד"י אין אלגעמיין פאר געוויסע ספעציפישע אקציעס אדער אפילו פאליסיס, דאך איז דאס גאנץ קלאר אנטיסעמיטיזם צו האלטן מד"י צו א העכערע סטאנדארד ווי אנדערע מערב וועלט לענדער.
באיקאטירן מד"י.
עס איז אויך דא די פונקט פון די "בי-די-עס" וואס איז די באוועגונג פון באיקאטירן מד"י פינאנציעל. אפילו א באיקאט קען זיין פארשטענדליך קעגן א געוויסע אקציע אדער פאליסי, איז עס עפעס וואס מד"י ווערט מער געצילט ווי אנדערע ענליכע לענדער. עקסטער וואס עס קען טאקע זיין אז געוויסע שטיצער פון די "בי-די-עס" זענען נישט קיינע אנטיסעמיטן, איז אבער די געדאנק פון "בי-די-עס" עפעס מיט וואס אנטיסעמיטן זענען אויפגעקומען, און האט די פולע שטיצע פון די ערגסטע אנטיסעמיטיזם אין די וועלט, און פארדעם זעלבסט דארף א מענטש וואס איז נישט קיין אנטיסעמיט אוועקשטיין דערפון.
און מען רעדט נישט פון באיקאטירן זאכן וואס קומען פון די זידלונגען. דאס איז עפעס וואס מען קען מער פארשטיין, זינט לויט זייער מיינונג איז דאס שטיצן דאס אקופירן דירעקט לאנד פון א צווייטן. אבער ווען עס קומט צו די "בי-די-עס" איז עס אלגעמיינע באיקאט קעגן מד"י אין אלגעמיין, דאס איז עפעס וואס קיין שום אנדערע לאנד האט נישט קעגן זיך, און איז גאנץ ווארשיינליך אנטיסעמיטיזם.
אלזא, צוריק צום פונקט. זיין קעגן ספעציפישע אקציעס פון מד"י אדער אפילו פון זייער אלגעמיינע צוגאנג צו די פאלעסטינער און וועלטס פאליטיק איז עפעס וואס מען קען הערן, און כאטש עס איז געווענליך יא אזוי, קען מען טרעפן פעלער וואס עס איז נישט דירעקט אנטיסעמיטיזם, עכ"פ מען קען נישט טרעפן קיין איבערווייז אז עס מוז זיין אנטיסעמיטיזם.
דאך, די שטארק פרא מד"י קעמפ מאכן נישט קיין חילוק. און יעדע קריטיק קעגן אפילו א אקציע פון מד"י – אפגערעדט פון קעגן א פאליסי אין אלגעמיין - וועט גלייך באצייכנט אלס אנטיסעמיטיזם, און דאס איז אין מיין מיינונג נישט ריכטיג.
בארעכטיגן יעדע סארט אנטי מד"י זאך אונטער די שלייער פון "נאר אנטי מד"י נישט אנטיסעמיטיזם".
אבער די זעלבע איז פארקערט. די מענטשן מיט די קעגנערישע מיינונג נעמען עס אויך צו אן עקסטרעם. ביי זיי, וויבאלד עס איז דא אזא זאך ווי ארויסגעברענגט, אז מען קען זיין קעגן אקציעס פון מד"י, אדער אפילו קעגן אלגעמיינע פאליסיס פון זיי, און דאך נישט זיין קיין אנטיסעמיט, דאס מיינט ביי זיי אז מען נעמט דאס צום עקסטרעם.
נעמליך, אז יעדע קריטיק פון מד"י איז בארעכטיגט, אפגעזען ווי אלגעמיין עס איז, אפגערעדט ווי אנדערש עס איז קעגן די סטאנדארד פון אנדערע מערב וועלט לענדער, אפגערעדט אין די קאנסעקווענצן וואס עס ברענגט און אפגערעדט פון יעדע זאך וואס מען קען נאר טראכטן, ביז צו – און אריינגערעכנט - דאס האלטן און זאגן אז מד"י האט נישט קיין עקזיסטענץ רעכט דאס אלעס איז אלס בארעכטיגט, און מען קען נוצן אלע ערליי ווערטער און אלע ערליי טערמינען, אלס אונטער די שלייער "עס איז אנטי מד"י נישט אנטיסעמיטיזם".
דאס איז אויך פונקט אזוי נישט ריכטיג און נישט בארעכטיגט ווי קריטיקירן יעדע סארט קריטיק פון מד"י אלס אנטיסעמיטיזם.
און אנדערע ווערטער, ביידע זייטן נעמען די ארגומענט צו ווייט, און סיי קריטיקירן מד"י אין אלגעמיין, אונטערמינעווען זייער רעכט פאר עקזיסטענץ קען נישט געשטעלט ווערן אונטער א "אנטי מד"י" שלייער, נאר איז עכט אנטיסעמיטיזם, אזוי איז קריטיק פון מד"י נישט אלס דוקא און נאר אנטיסעמיטיזם.
די ווערטער פון די קאנגרעספרוי.
דאס ברענגט אונז צו די ווערטער וואס קאנגרעספרוי אמאר האט געזאגט. זי האט אין עטליכע מעסעדזשעס ארויסגעברענגט א רייע מיט געדאנקען איבער די שטיצער פון מד"י.
זי האט געזאגט – אין אנדערע ווערטער" אז די וואס זענען פרא מד"י ווערן קאנטראלירט פון געלט. אז געוויסע געזעצגעבער זענען געטריי פאר מד"י אייניג ווי געטריי צו די פאראייניגטע שטאטן אדער נאך מער ווי צו די פאראייניגטע שטאטן. אז אופעק – די פרא מד"י לאבי – "קאנטראלירט" געוויסע געזעץ געבער, און נאך אזעלכע סארט פונקטן.
און די אמת איז, אז ווען מען רעדט "צווישן אונז גערעדט" קען מען טראכטן אז עס איז נישט אנטיסעמיטיש וואס זי האט געזאגט. מען קען אפילו איינשטימען מיט געוויסע פון אירע געדאנקען און האלטן דאס איז ריכטיג. און מען קען אפילו פארשטיין איינער וואס איז נישט צופרידן און ברוגז אויף די זאך.
אבער ווען עס קומט צו קאנגרעספרוי אמאר איז די זאך היפש אנדערש.
ערשטנס, זענען די סטעיטמענטס וואס מיר האבן געברענגט נאר פון די לעצטע שטיק צייט זינט זי איז געווארן ערוועלט צום קאנגרעס. אין די פארגאנגענהייט האט זי שוין אסאך מאל געלאזט פאלן אנטי-מד"י ווערטער, און יענע ווערטער זענען געווען שטארקע אטאקעס קעגן מד"י אין אלגעמיין.
אויסער דעם וואס זי שטיצט די "בי-די-עס" באוועגונג, זי איז באפריינדעט מיט אסאך ריכטיגע אנטיסעמיטן אא"וו.
ווען איז עפעס אנטיסעמיטיש אדער ראסיסטיש און ווען נישט?
אבער די עיקר פונקט איז נאך עפעס, וואס איז א אלגעמיינע זאך איבער אנטיסעמיטיזם און בכלל איבער ראסיזם.
א זייער גוטע ביישפיל וואלט געווען דאס וואס מען רופט די "ען ווארט" ווען מען רעדט פון שווארצע. די אמת איז, אז די שווארצע צווישן זיך נוצן די ווארט די גאנצע צייט. אין שמועסן, אין לידער, אין רעדעס און וואו נישט. און ווען זיי אליינס נוצן די ווארט ווערן אנדערע שווארצע נישט אויפגערעגט.
אבער ווען א ווייסער מאן נוצט די ווארט גייען די שווארצע ארויס פו די כלים.
און די סיבה פארדעם איז זייער איינפאך. עס איז אמת אז די ווארט אליינס איז נישט פאר זיך שלעכט. אבער די פאקט איז אז מען האט די ווארט גענוצט היסטאריש אלס א שלעכטע ווארט. און ווייל מען האט עס גענוצט אלס א שלעכט ווארט, איז "אנגענומען" אז די ווארט נוצט מען נישט.
איז אויב נוצטו יאר די ווארט איז פשט אז דו ביסט ראסיסטיש! אדער אז דו רעכנסט זיך נישט מיט די געפילן פון די שווארצע. ווייל אז עס איז אנגענומען אז די ווארט איז שלעכט, און עס פאסט נישט צו נוצן, אפילו עס איז נישט עכט אזוי, אבער פארדעם אליינס אז "מען האלט די ווארט טויג נישט" פארדעם אליינס טאר מען עס נישט נוצן.
און נאכמער. די ווארט "שווארצע" אליינס ווען מען רעדט פון "אפריקאנער אמעריקאנער" מענטשן. די ווארט איז נישט עפעס דירעקט שלעכט. און ווען מען רעדט צווישן זיך – דאס הייסט צווישן אידן – קען איך פארשטיין איינער זאל עס נוצן, טאקע ווייל עס איז נישט עכט א "שלעכטע ווארט". כאטש איך אליינס וועל זיך אין יעדן פאל צוריקהאלטן פון נוצן די ווארט. (דא האב איך עס גענוצט ארויסצוברענגען די פונקט.)
אבער ווען איינער שטייט נעבן א שווארצער אוון נוצט די ווארט, טאקע ווייל עס איז ביי זיי אנגענומען אז עס איז שלעכט, אפילו דו מיינסט נישט גארנישט, ווייסט עס אבער אז דו רעכנסט זיך נישט מיט זיינע געפילן, און דאס זעלבסט איז א שלעכטע זאך.
דאס הייסט די ווארט "איז געווארן שלעכט, ווייל... עס איז שלעכט!" עס איז אביסל וואס מען רופט א "קעטש-22" – אז יעדע איז נאר אזוי צוליב די אנדערע און אויב אזוי וויאזוי הייבט זיך עס אן – אבער למעשה איז עס שוין היינט אנגענומען פאר שלעכט, און איז דעריבער שלעכט און עס פאסט נישט צו נוצן, און אויב נוצטו עס יא, ווייזט עס אז דו רעכנסט זיך נישט מיט די געפילן פון די שווארצע. און דאס זיך נישט רעכענען מיט די געפילן פון א צווייטן און טאן זאכן וואס זענען אין יענעמ'ס אויגן זאכן וואס איז ראסיסטיש, איז עס טאקע ראסיסטיש!
אלזא צוריק צו אונזער שמועס.
די אלע זאכן וואס קאנגרעספרוי אמאר האט געזאגט, אפילו איך און דו קענען האלטן אז זיי זענען נישט "עכט אנטיסעמיטיש" , איז אבער די פאקט אז די סארט סטעיטמענטס ווערן אין די וועלט פאררעכנט אלס אנטיסעמיטיש.
דאס זאגן אז אידן זענען נישט פולקאם געטריי צו די לאנד וואס זיי וואוינען, דאס איז עפעס וואס מען האט אלס באשולדיגט אידן. אפילו נאך איידער עס איז געווען מד"י. פארשטייט זיך זינט די גרינדונג פון מד"י איז דאס נאך פיל ערגער געווארן, ווייל יעצט קען שוין די באשולדיגונג גיין "אינגאנצן", נישט נאר איז דער איד נישט געטריי פאר זיין לאנד, נאר ער איז גאר געטריי צו א צווייטע לאנד!
דאן איז דא די פונקט אז "אידן קאנטראלירן די וועלט, די פאליטיק, די פינאנצן מיט זייער געלט". דאס איז עפעס וואס מען האט אלע יארן גענוצט קעגן אידן. און בארעכטיגט אלע סארטן אקציעס קעגן אידן.
פאר די סארט באשולדיגונגען – "דועל לויעלטי" טאפלטע געטריישאפט – און – אידן קאנטראלירן די וועלט מיט זייער געלט – פאר די זאכן האט מען די אידן געפייניגט, געטשעפעט און עווענטועל אויסגעשאכטן פון זיי זעקס – זיבן מיליאן -.
און טאקע פארדעם איז "אנגענומען" אין די וועלט – די ציוויליזירטע וועלט – אז די פונקטן זאגט מען נישט. אפגעזען צו דו האלטסט עס איז ריכטיג, אפגעזען צו דו האלטסט אז איז יא אדער נישט אנטיסעמיטיש, וויבאלד אידן האבן פון דעם געליטן, און מען האט באשלאסן צוליב דעם עס נישט צו נוצן, טאר מען עס שוין נישט נוצן, אן ווער עס נוצט עס יא איז עס אנטיסעמיטיזם!
און די וועלט ווייסט טאקע פון דעם און מען וועט דאס נישט הערן. צו פריוואט זאגט מען עס? קען זיין, אזוי ווי מען נוצט גאנץ ווארשיינליך אויך די "ען ווארט" – און זיכער "שווארצע" – פריוואט. אבער נישט אין פובליק. און נישט ווייל אין פובליק איז עס ערגער, און נישט ווייל מען וויל איינעם פאפן, נאר איינפאך "ווייל עס איז אנגענומען אז מען זאגט עס נישט, און דו זאגסט עס יא, איז עס ראנג".
אז דו זאגסט עס פריוואט, דאס איז צווישן דיר און רבוש"ע, אבער אז דו זאגסט עס ברבים, האסטו געוויזן אז פייפס זיך אן אויף די געפילן פון די אידן וואס ערווארטן אז מען זאל עס נישט נוצן, און דאס זעלבסט איז די פראבלעם.
להבדיל איז דאס אזוי מיט יעדע זאך וואס מען טוט ברבים וואס איז נישט אויסגעהאלטן, איז דאס ערגער ווי פריוואט ואכמ"ל ודי בזה.
אפשר קען מען טרעפן אויף פרוי אמאר א לימוד זכות?
מען וועלט געקענט טראכטן פון א לימוד זכות אויף קאנגרעספרוי אמאר. קען זיין זי כאפט נישט דאס. קען זיין זי איז איינפאך נאאיוו און איז נישט באקאנט מיט דעם אז די סארטן געדאנקען זענען אנגענומען אלס אנטיסעמיטיזם, און געוויסע – אריינגערעכנט קאנגרעספרוי פעלאסי – האט טאקע פרובירט איז צו פארענטפערן מיט די טענה.
אבער די פראבלעם איז אז זי האט עס שוין געטאן די דריטע מאל. און נאך די ערשטע און צווייטע מאל האט זי זיך אנטשולדיגט נאכדעם וואס זי האט - לויט אירע ווערטער - גערעדט צו אידן און אנדערע וואס האבן איר פארשטיין געגעבן אז די וועטער זענען ווייטאגליך.
טא אויב דו ווייסט שוין עס איז ווייטאגליך, ווארום זאגסטו די זעלביגע נאכאמאל? איי עס איז נישט ממש די זעלבע ווערטער, איז אבער דע געדאנק די זעלבע. און איך קען אננעמען אז זי האט נישט געוואוסט אז די געדאנקען זענען ווייטאגליך, אבער זי קען דאך קיין גאנצע נער נישט זיין, נאך אלעמען איז זי אימיגראנט וואס האט זיך אין א רעלאטיוו קורצע צייט ארויפגעארבעט אנצוקומען אין קאנגרעס, טא זי קען עפעס רעכענען, האט זי געדארפט קענען אויסרעכענען אז די ווערטער און געדאנקען זענען ווייטאגליך, אפילו עס נישט גענוי די זעלבע ווערטער איבער וואס זי האט זיך שוין אנטשולדיגט.
און דאס אז זי האט נאכאמאל איבערגעזאגט די זעלבע געדאנקען, און צום דריטן מאל נאך צוויי מאל זיך אנטשולדיגן, דאס אינאיינעם מיט אירע ווערטער אין די פארגאנגענהייט איבער מד"י אין אלגעמיין, דאס לאזט נישט עכט קיין אנדערע קונקלוזיע, נאר אז זי ווייסט גאנץ גוט וואס זי זאגט, זי מיינט וואס זי זאגט, און לויט די פריערדיגע אראפ געשטעלטע כללים, איז זי גאנץ ווארשיינליך א איינפאכע אנטיסעמיטקע.
די אומפארשעמטע פארטיידיגונג פון איר שטיצער
אבער ערגער פון אלעמען איז דאס אסאך פון אירע קאלעגן וואס פארטיידיגן איר. נישט אז וואס זי זאגט איז נישט שלעכט, אבער ווען איינער טוט עפעס נישט ריכטיג, נא.. מען האט שוין געהערט אזוינס, אבער אז אנדערע זאלן עס פארטיידיגן, דאס הייסט עס לעגיטימיזירן עס מאכן פאר "נארמאל", דאס איז פיר ביטערער.
און ווען די פארטיידיגונג וואלט געווען נאר אזוי ווי די פריערדערמאנטע פארטיידיגונג פון קאנגרעספרוי פעלאסי, איז א האלבע פראבלעם. ווייל כאטש וואס די פארטיידיגונג איז נישט ריכטיג ווי ארויסגעברענגט, עס איז נאריש און מאכט א געלעכטער פון די וואס הערן עס, דאך אבער אין פרינציפ איז עס פארדאמט די געדאנקען, נאר געזאגט "האב נישט קיין טענות, יענער האט עס נישט געמיינט".
און כאטש וואס פרוי פעלאסי אליינס האט ביים פאריגן פאל יא פארדאמט די סטעיטמענטס, און דאס מאל צוליב די דרוק פון די ראדיקאל לינקע האט זי עס פארענטפערט, דאך האט זיך נישט פארטיידיגט די ווערטער נאר דעם פערזאן.
אבער אנדערע האבן דאס נישט געטאן!
איך רעד נישט פון די וואס האבן פארלאנגט אז מען זאל אין די געפלאנטע רעזאלוציע צו פארדאמען אירע ווערטער נישט זאגן איר נאמען נאר רעדן אין אלגעמיינע טערמינען. און איך רעד אפילו נישט פון די וואס האבן פארלאנגט אז מען זאל צולייגן אויך דאס פארדאמען "אנטי מסלעם" ראסיזם אויך, איך רעד פון די וואס ווילן איר פארטיידיגן, שטיצן איר ווייטער, און די וואס מיט זייערע סטעיטמענטס פון פארטיידיגונג האבן זיי נאך ערגער געמאכט.
נישט אז די וואס פארלאנגען "נאר" אז מען זאל "אויך" רעדן פון אנטי-מסלעם" ראסיזם האבן א פונקט. ווייל די זעלבע מענטשן, ווען עס איז געווען די "בלק לייווס מעטער “באוועגונג זיך אנצונעמען פאר די אפריקאנער אמעריקאנער וואס ווערן – לויט זייערע באשולדיגונגען – געצילט דורך די פאליציי, זענען געווען אזעלכע וואס האבן גע'טענה'ט אז "בלעק לייווס מעטער" איז נישט ריכטיג, מען דארט זאגן "אלל לייווס מעטער".
האבן די זעלבע וואס האבן יעצט געוואלט מען זאל רעדן "אויך פון אנטי-מסלעם" גע'טענה'ט דעמאלט אז ניין! ווייל אויב רעדסטו פון "נאך עפעס", פון "אויך אנדערע" טוסטו מיט דעם "פארקלענערן און אונטערהאקן די געדאנק אז "בלעק לייווס מעטער".
איז גוט, איך הער, קען זיין דו ביסט גערעכט, איז אויב אזוי וואס איז יעצט אנדערש??? פארוואס ווען איינער זאגט אנטיסעמיטישע געדאנקען דריי מאל – נאכן ווערן געמאכט אויפמערקזאם געמאכט און נאכן זיך אנטשולדיגן צוויי מאל – און מען וויל עס פארדאמען, זאגסטו מען זאל עס פארדאמען "אויך"! פארוואס אין די פאל ווען מען לייגט צו נאך עפעס טוט עס נישט "פארקלענערן און אונטערהאקן" די פונקט?
אבער לאמיר דאס שוין לאזן אין די זייט.
אנדערע האבן ניטאמאל דאס געוואלט!
די עקסטרעם לינקע אין די דעמאקראטישע פארטיי האבן פרובירט מען זאל אינגאנצן נישט ארויפברענגען די רעזאלוציע.
און דאן זענען דא די עטליכע דעמאקראטן וואס לויפן פאר פרעזידענט וואס האבן איר פארטיידיגט. סאנדערס זאגט אז דאס ארויפברענגען די רעזאלוציע צו פארדאמען אירע ווערטער טוט "דערשטיקן די דעבאטע"! ער זאגט נישט אז זי האט גערעדט אנטיסעמיטיזם, אבער.... נאר אז מען "דערשטיקט גאר די דעבאטע".
הייסטעס אז אנטיסעמיטיזם איז נישט קיין פראבלעם, ווייל..... דעבאטע!!
פרי העריס האט געזאגט מען קען איר נישט פארדאמען ווייל... עס שטעלט איר אין א סכנה!! דאס הייסט איינער קען זיין א אפענע אנטיסעמיט... אבער קריטיקירן טאר מען נישט, ווייל... עס איז א סכנה פאר יענעם!
און וואס טוט זיך מיט קריטיקירן א ביישפיל דעוויד דוק?
"פראפעסאר" פאול קרוגמאן איז גאר געגאנגען אינגאנצן אראפ די רעלסן!! ער האט אין אומצוויידייטיגע טערמינען געשריבן "עס איז דא אנטיסעמיטיזם אויף ביידע זייטן, אבער איך האב נאר מורא פון אנטיסעמיטיזם אויף די רעכטע זייט"!
און וואס זאגסטו א ביישפיל איבער סטאלין?
פרוי ווארען האט געזאגט אז "זאגן אז יעדע קריטיק אויף מד"י איז אויטאמאטיש אנטיסעמיטיזם, טוט שווערער מאכן די פראבע צו ברענגען שלום צום מיטל מזרח".
דאס וואס זי האט געזאגט איז "אנטי מד"י"?
דאן איז דא די "וויפ פון די הויז" איינע פון די העכסטראנגיגע דעמאקראטן אין קאנגרעס. ער זאגט אז "אמאר האט געליטן פערזענליך, און ווען מענטשן זאגן מיר "מיינע עלטערן זענען אומגעקומען אין די האלאקאוסט, דאס איז שוין א דור אפגעריקט, אירע ליידן זענען ערגער!
אין דעריבער??? דעריבער מעג זי זיין אן אנטיסעמיט??
און בכלל, דו גייסט פארגלייכן דאס "ליידן" פון איינער וואס האט געדארפט טאקע אנטלויפן פון איר לאנד – און עס איז טאקע נישט לייכט - צו די וואס מען האט אויסגע'הרג'עט זייער גאנצע פאמיליע טאטעס מאמעס, ברודער שוועסטער, פעטערס מומעס, זיידעס באבעס אא"וו?? זעקס זיבן מיליאן פון זיי??
דו ביסט געפאלן אויפ'ן קאפ? דו ביסט פון די העכסטראנגיגע פאליטיקאנטן?? איז דאס די בעסטע וואס די דעמאקראטן קענען?
און אנדערע געזעץ געבער ווי פרוי קארטעז – פארשטייט זיך... – און פרוי טאליב און נאך אנדערע האבן איר פארטיידיגט.
אבער דאס איז שוין אפילו נישט קיין וואנדער אדער נייעס, ווייל פרוי קארטעז האט איינפאך נעבעך א לופט-אנגעפילטע-טאבע פאר א מח, און טאליב איז פאר זיך א לאנגיעריגע אפענע אנטיסעמיטקע.
און דאן איז געקומען די "פארטיידיגונג" פון... דעוויד דוק און לואיס פאראקאן, צוויי אויסגערופענע אנטיסעמיטן – לויט יעדעם – פון ביידע זייטן פון די פאליטיק. דוק האט געזאגט אז פרוי אמאר איז אצינד "די וויכטיגסטע קאנגרעס מיטגליד", און פאראקאן האט געזאגט "אלעס וואס זי האט געזאגט איבער די אידן איז אמת"!
און אפילו דאס אז די צווייטע – גאנץ ווארשיינליך – גרעסטע אנטיסעמיטן אין די פאראייניגטע שטאטן פארטיידיגן און פרייען זיך מיט פרוי אמארס ווערטער, דאס איז נישט געווען גענוג פאר די דעמאקראטן זיך צו כאפן אז עפעס טויג דא נישט.
ווער רעדט נאך פון פארדאמען דוק, ווען אין די זעלבע צייט, וועט דוק האט זיך אויסגעדרוקט מיט שטיצע פאר טראמפ, און טראמפ האט אים אפילו פארדאמט מערערע מאל האבן די זעלבע דעמאקראטן געמאכט א וויי געשריי.
זי פארלירט נישט איר זיץ אויף די וויכטיגע קאמיטעען.
און נישט נאר אירע קאלעגן געבן איר שטיצע, די אפיציעלע פירערשאפט זאגן אפ די פארלאנגען אוועקצונעמען אירע פאזיציעס אויף וויכטיגע קאמיטעען.
דאס מיינט אין אנדערע ווערטער, אז קיינע עכטע "שטראף" האלט מען איר נישט ביים געבן פאר אירע ווערטער. מען וועט מאכן א פארוואסערטע רעזאלוציע, אן אירן נאמען, אבער עכט ליידן פארן דריי מאל טאן עפעס וואס זי ווייסט איז נישט ריכטיג און איז אנטיסעמיטיש, דאס נישט.
דאס הייסט די פארטיי פירערשאפט זענען באקוועם מיט אזא פרוי, און שפירן נישט קיין דרוק איר צו באשטראפן אז זי און אנדערע זאלן נישט טאן די זעלבע.
די גרעסערע פראבלעם מיט אירע ווערטער און אירע שטיצער
אבער די גרעסטע פראבלעם מיט אירע ווערטער און שטיצער איז נישט די איין פאל. דא וועט זיין א רעזאלוציע, מען וועט פארדאמען שטערקער שוואכער מאכט נישט עכט אויס.
די פראבלעם איז אז נאך אלעמען, אפילו מען האט געמאכט א רעזאלוציע קעגן איר. אפילו זי זאל עווענטועל פארלירן איר זיץ אויף די קאמיטעען, אבער דאס אז זי האט עס פאקטיש געטאן, און דאס אז זי האט עס געטאן דריי מאל, און דאס אז מען האט איר נישט צו שטארק פארדאמט, און דאס אז אסאך האבן זיך גאר אנגענומען פאר איר, די אלע זאכן לייגן אראפ א פונדאמענט אז .. "עס איז נישט געפערליך"!
עס טוט אסאך אוועקנעמען פון די שרעק וואס אנטיסעמיטן האבן נישט ארויסצוקומען אין די עפנטליכקייט, ווייל מען וועט זיי פארדאמען, אויב זי האט עס געקענט טאן אזוי אפען, און זי האט דאך געהאט אזויפיל שטיצע, איז וועט זיין נאך איינער און נאך איינער, און צוביסלעך וועט דאס ווערן גאנץ נארמאל.
דאס וואס זי טוט – און בעיקר די רעאקציע פון איר פארטיי – מאכט א לאנג-טערמין שאדן וואס לאזט זיך נישט באשרייבן.
קוקנדיג צום ביישפיל צו ענגלאנד און די כמעט אפענע אנטיסעמיטיזם וואס הערשט אין די "לעיבער פארטיי" לאזט זיך טראכטן אז עס וועט נישט נעמען לאנג – חלילה – און די דעמאקראטן אין אמעריקע וועלן זיין דאס אייניגע צו די לינקע אין ענגלאנד.
צום שלוס
עס קען טאקע זיין קאמיש פון איין זייט וויאזוי די דעמאקראטן מוטשען זיך מיט די "אמאר פראבלעם", און מעגליך א שטיל הנאה האבן אז די ראדיקאל לינקע - מיט זייער ראדיקאליזם אויף אלע זאכן פון תועבה ביז רציחה און אלעס אינדערמיט - באגראבן זיך זעלבסט נאך בעסער ווי סיי ווער עס וואלט געקענט.
אבער ווען די "קרבן" איז די איד, און ווען מען כאפט די לאנג-טערמין שאדן וואס די גאנצע סומאטאכע ברענגט, ווערט קאלמוטנע אויפ'ן הארצן.[/justify]

- רביה''ק זי''ע
- שריפטשטעלער
- הודעות: 5435
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 15, 2018 8:46 pm
- געפינט זיך: אין קוויטל-שטוב
- האט שוין געלייקט: 5089 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 6524 מאל
קיין איין גוי אינטערעסירט נישט קיין כי הוא זה צו די מדינה איז אויסגעהאלטן ע"פ תורה צו נישט, ווען יא האבן זיי טויזענט וויכטיגערע זאכן פון וואס צו רעדן.
וכן לענין די פאלעסטינער: קיינער קימערט זיך נישט מיט דעם וואס כינע הרגט אויס די טיבעטן, צו ווייסט איינער פון זיי אז דער הייליגער דאלאי לאמא ציטערט צוריק אהיימצוגיין אויס מורא פאר זיין לעבן? א נעכטיגן טאג. פונקט ווען ס'קומט צו האקן אויף די אידישע מדינה זענען זיי אלע דא, גיוו מי עי ברעיק.

Do y'all remember before the internet that people thought the cause of stupidity was the lack of access to information? Yeah, it wasn't that
- לולקע באנוצער
- מאנשי שלומינו
- הודעות: 83
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 13, 2019 11:10 pm
- האט שוין געלייקט: 993 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 58 מאל
Re: וואס פאסירט מיט די דעמעקראטישע פארטיי?
שיק מיין לייק פאר לכתחילה אריבער
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום לולקע באנוצער, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.