"אהרן קדוש השם" - תולדות הגאון רבי אהרן יהודה לייב שטיינמאן

קאמענטארן און דיסקוסיעס אויף ארטיקלען
באניצער אוואטאר
נקודת-אמת
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 489
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אוגוסט 31, 2017 3:16 am
האט שוין געלייקט: 373 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 625 מאל

שליחה דורך נקודת-אמת »

דא האט איהר די בריוו
מכתב הגרד לנדו.pdf
להגיד שבחו של ר' אהרן לייב
(373.64 KiB) אראפגעלאדנט 151 מאל
הקאצקער זצ"ל שאל לחיהרי"ם זצ"ל על הפסוק אמת מארץ תצמח, מה זורעים בארץ שיצמח מזה האמת ענה לו ה"חידושי הרי"מ" בזה הלשון: אז מען בעגראבט דעם שקר וואקסט ארויס דער אמת.
(אמת ואמונה, קלד)
קומט אויס אז דער כח ההיולי פונעם אמת איז גאר דער באגראבענעם שקר! ודו"ק
יהודה מאשקאוויטש
א גאסט אין שטיבל
א גאסט אין שטיבל
הודעות: 21
זיך רעגיסטרירט: זונטאג יאנואר 14, 2018 9:15 pm
האט שוין געלייקט: 39 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 84 מאל

שליחה דורך יהודה מאשקאוויטש »

קפה נמס האט געשריבן:
יהודה מאשקאוויטש האט געשריבן:
די אינפארמאציע איז טאקע נישט קיין גרויסע חידושים, עס איז נאר א ביאגראפיע. די חידושים וועלן האפנטליך זיין אינעם "משנת חייו" טייל, וואס וועט געבן א מער דרינגליכער אריינבליק אין זיין פערזענליכקייט און מיר וועלן אנאליזירן זיינע מידות און תכונות. דערפאר איז זיין נאטור נישט באשריבן געווארן אינעם ערשטן טייל (אגב, עס איז מיר א וואונדער אז די זעלבע טענה וואס יאיר און דו האבן געשריבן, זענען פשוט מאדנע נאכדעם וואס איך האב קלאר געשריבן אז זיינע ספעציעלע אייגנשאפטן וועלן נאכפאלגען אינעם צווייטן טייל. דער ערשטער טייל איז מער ווייניגער געווען א טריקענער ביאגראפיע פאר חסידישע אומוויסנדע. פארוואס קען מען נישט פארשטיין וואס איך האב קלאר ארויסגעשריבן?)


@יהודה,
א דאנק פאר די ארטיקל אין די וועקער, עס איז זייער שיין. אבער, לא אל הנער הזה התפללתי... אונז האבן געווארט אויף א גרונטליכע אנאליז ווי מען וועט צונעמען זיינע זעלטענע מדות און תכונת הנפש, זיין אינטערעסאנטע מהלך המחשבה און זיין צינישע חכמה.

קענסט נאך תשובה טוהן אין די קומענדיגע וועקער אדער דא אויף ק"ש, ס'איז א 'חסרון לא יוכל להמנות' ווייל קיינער וועט דאס נישט באשרייבן ערגעץ אנדערש.

גם אני מצטרף לבכיה זו.
כ'האב אינזין געהאט צו שרייבן א לענגערע אנאליז, אבער ברגע האחרון האט זיך געמאכט א מניעה, און כדי שלא להשאיר הנייר חלק... האב איך אריינגעשיקט כאטש די געציילטע עפיזאדן וואס ווארפן א שטיקל בליק אויף זיין גרויסן דמות. אין פאקט אבער וואלט געווען בעסער איבערצולאזן דעם חלק ב' פאר א געלעגענהייט ווען כ'וועל יא קענען באשרייבן באריכות א פסיכאנאליז אויף דעם גדול הדור.

וי ליה להאי שופרא דבלי בארעא (תרתי משמע).
בן ישי
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1702
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יוני 02, 2016 2:51 am
האט שוין געלייקט: 253 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 852 מאל

שליחה דורך בן ישי »

מיר קוקן שטארק ארויס אויף די צווייטע חלק
דוד בן ישי עבדך משיחך
פארשפארט