די חיוב אדער מצוה צוצושטעלן מציאות צו מקיים זיין מצוות הבורא
-
- היימישער באניצער
- הודעות: 499
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג יוני 18, 2018 8:24 am
- האט שוין געלייקט: 25 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 120 מאל

איך וויל איבערשמועסן מיט'ן עולם א ענין וואס איך מיין איז נאכנישט דורכגעטוהן געווארן און הרבה גופי תורה תלויה בהן.
וזה החלי:
למשל מצוות ציצית איז א באקאנטע, און ס'איז אנגענומען געווארן אז מטוט עס אן פאר א סגולה, ווייל קיין חיוב איז נישטא, הגם ווען די מצווה איז געגעבן געווארן פלעגט מען אנטוהן א פיר קאנטיקע בגד אויפן קאפ, און דאס איז געווען די עיקר כבוד בגד, אין די בורא האט גענומען צו זיך די עסענס פון די קלייד (דורך די מצוה פון תכלת)
תפילין ווי באקאנט אין משנה איז געווען פונקט ווי א קמיע, און די בורא האט געהייסן לייג מיך אריין אין דעם. איז שוין געבליבן דאס לייגן תפילין, און דאס איז שוין אויך א חיוב (ס'דא וואס זענען גן אין קרקפתא דלא מנח, אבער למעשה איז אנגענומען לחיוב)
דירה לעשות מזוזה
און די לבנה זאל מען נישט גיין כדי לא לעקור כל זמני התורה
בן פקועה האט הרב וואזנער ממליץ געווען נישט צו מאכן א אינדוסטרי כדי שלא ישכח תורת שחיטה וכו' מן העולם.
ועוד
ווען יא און ווען נישט
למשל חזה ושוק לכהנים האט מען שיין אויסגעריסן, לקט שכחה ופאה פונקט אזוי
וואס יא און וואס נישט מען טאר נישט ווערן צומישט
פתחתי האשכול להתחיל הדיון
ווי איז שוין דא א ליקוט אדער דיון לגבי דעם
וזה החלי:
למשל מצוות ציצית איז א באקאנטע, און ס'איז אנגענומען געווארן אז מטוט עס אן פאר א סגולה, ווייל קיין חיוב איז נישטא, הגם ווען די מצווה איז געגעבן געווארן פלעגט מען אנטוהן א פיר קאנטיקע בגד אויפן קאפ, און דאס איז געווען די עיקר כבוד בגד, אין די בורא האט גענומען צו זיך די עסענס פון די קלייד (דורך די מצוה פון תכלת)
תפילין ווי באקאנט אין משנה איז געווען פונקט ווי א קמיע, און די בורא האט געהייסן לייג מיך אריין אין דעם. איז שוין געבליבן דאס לייגן תפילין, און דאס איז שוין אויך א חיוב (ס'דא וואס זענען גן אין קרקפתא דלא מנח, אבער למעשה איז אנגענומען לחיוב)
דירה לעשות מזוזה
און די לבנה זאל מען נישט גיין כדי לא לעקור כל זמני התורה
בן פקועה האט הרב וואזנער ממליץ געווען נישט צו מאכן א אינדוסטרי כדי שלא ישכח תורת שחיטה וכו' מן העולם.
ועוד
ווען יא און ווען נישט
למשל חזה ושוק לכהנים האט מען שיין אויסגעריסן, לקט שכחה ופאה פונקט אזוי
וואס יא און וואס נישט מען טאר נישט ווערן צומישט
פתחתי האשכול להתחיל הדיון
ווי איז שוין דא א ליקוט אדער דיון לגבי דעם
-
- היימישער באניצער
- הודעות: 499
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג יוני 18, 2018 8:24 am
- האט שוין געלייקט: 25 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 120 מאל
מצוות התלויות בארץ
דערטעהנט אז מדארף זיך צושטעלן צו ערד ארבעט ווייל די תורה הייסט אסאך מצוות אין דעם געביט
"לדעתו, גם בעת המודרנית על האדם לייצר באופן חקלאי בעצמו חלק ממצרכי הבסיס שלו. לדבריו, לא לחינם ציוותה התורה מצוות רבות כל כך (כעשרה אחוזים מכלל המצוות) המוטלות דווקא על חקלאים."

- קאצקע ציקער
- חבר ותיק
- הודעות: 2203
- זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אפריל 06, 2012 1:46 am
- האט שוין געלייקט: 1052 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1251 מאל
-
- ידיד השטיבל
- הודעות: 225
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 19, 2016 12:18 am
- האט שוין געלייקט: 336 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 292 מאל
Re: די חיוב אדער מצוה צוצושטעלן מציאות צו מקיים זיין מצוות ה
מורא'דיגע אינטערסאנטער אשכול.
די חידוש דא איז אז דער פותח ברענגט באלד לינקס פאר אלע צדדים אזוי אז יעדער גייט ארויס מיט א צעדרייטע קלארקייט.

- berlbalaguleh
- שריפטשטעלער
- הודעות: 20420
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
- האט שוין געלייקט: 25361 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
- קאנטאקט:
באדדי: איך באציה מיך צו דיין מאמר הפתיחה פון דעם אשכול.
אויב אונז וועללן מיר ראציאנאליזירן מצוות התורה. סיי די מצוות עשה. און סיי די מצוות לא תעשה. וועללן מיר אנקומען דארט וואו די רעפארמער. די מצווה פון היטן שבת און נישט אנצינדן א פייער איז געגעבן געווארן פאר די אידן ווייל צו אנצינדן א פייער האט מען געדארפט שווער ארבעטן. מיט 2 פייער שטיינער. און די זעלבע איז מיט קאכן. ביז מ'האט געקענט מאכן א ווירקזאמע פייער האט מען שווער געארבעט. אבער אין די היינטיגע צייטן דארף מען נאר געבן א דרוק אויף א קנעפל. אויך דער איסור פון עסן חזיר איז געגעבן געווארן פאר די אידן אין מדבר. ווייל דארט איז נישט געווען קיין געהעריגע מיטלען פון קאכן. און דאס קען שאטן פאר א מענטש. אבער אין די היינטיגע מאדערנע צייט קענמען דאס פלייש גוט אפקאכן. אויך קענמען עס לייגן אויף א קיהל פלאץ. א זאך וואס איז נישט געווען אין מדבר. אויב מ'גייט אויף דעם מהלך (וואס איז וואס די רעפארמער טוען) דאן קענמען ח"ו מבטל זיין די גאנצע תורה...! ממילא מוזן מיר זיך האלטן צו די רייד פון חז"ל, און הלכה...!
אויב אונז וועללן מיר ראציאנאליזירן מצוות התורה. סיי די מצוות עשה. און סיי די מצוות לא תעשה. וועללן מיר אנקומען דארט וואו די רעפארמער. די מצווה פון היטן שבת און נישט אנצינדן א פייער איז געגעבן געווארן פאר די אידן ווייל צו אנצינדן א פייער האט מען געדארפט שווער ארבעטן. מיט 2 פייער שטיינער. און די זעלבע איז מיט קאכן. ביז מ'האט געקענט מאכן א ווירקזאמע פייער האט מען שווער געארבעט. אבער אין די היינטיגע צייטן דארף מען נאר געבן א דרוק אויף א קנעפל. אויך דער איסור פון עסן חזיר איז געגעבן געווארן פאר די אידן אין מדבר. ווייל דארט איז נישט געווען קיין געהעריגע מיטלען פון קאכן. און דאס קען שאטן פאר א מענטש. אבער אין די היינטיגע מאדערנע צייט קענמען דאס פלייש גוט אפקאכן. אויך קענמען עס לייגן אויף א קיהל פלאץ. א זאך וואס איז נישט געווען אין מדבר. אויב מ'גייט אויף דעם מהלך (וואס איז וואס די רעפארמער טוען) דאן קענמען ח"ו מבטל זיין די גאנצע תורה...! ממילא מוזן מיר זיך האלטן צו די רייד פון חז"ל, און הלכה...!
-
- היימישער באניצער
- הודעות: 499
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג יוני 18, 2018 8:24 am
- האט שוין געלייקט: 25 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 120 מאל
דא האבן מיר עבדות קנעכטשאפט,וואס די ארטאדאקסישע מיינונג איז דערפאר און איז פאנדעמענטאל, די ווארהאפטיגקייט דערפון היינטיגע צייטן, און פארשטייצעך אז דאס ברענגט מיט מיט זיך אלע הלכות עבדים, אויזער אויב עס איז תלוי בארץ, אבער כ'דענק נישט אז ס'זאל זיין אין שו"ע
ווייטער די מצוות וואס ווערט אנגעהאנגען אין האבן א פעלד אין אר"יזעהט אויס שיין און ראמאנטיש, אבער אויב וויל מען זיך צושטעלן צו א מציאות לקיים מצוות בוראי, דאן פארוואס נאר דאס?
מצוות חלה צו געבן איינס צו פארברענען און איינס צו געבן פאר כהנים, איז ב"ה אויפגעכאפט מיט סגולות נפלאות... די שאלה איז נאר פארוואס דאס יא און דאס נישט
ווייטער די מצוות וואס ווערט אנגעהאנגען אין האבן א פעלד אין אר"יזעהט אויס שיין און ראמאנטיש, אבער אויב וויל מען זיך צושטעלן צו א מציאות לקיים מצוות בוראי, דאן פארוואס נאר דאס?
מצוות חלה צו געבן איינס צו פארברענען און איינס צו געבן פאר כהנים, איז ב"ה אויפגעכאפט מיט סגולות נפלאות... די שאלה איז נאר פארוואס דאס יא און דאס נישט
-
- היימישער באניצער
- הודעות: 499
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג יוני 18, 2018 8:24 am
- האט שוין געלייקט: 25 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 120 מאל
בגדי כהונה לויט די תקופה בזמן התורה
כי אלה הבגדים לבושי מלכות הן, כדמותן ילבשו המלכים בזמן התורה (רמב"ן)
דאן האט מען צוגעשטעלט די מצוות לויט די זמן, הייסט עס ווען היינט וואלט מען די נעקטיי גע'מצוה'ט.
דאן האט מען צוגעשטעלט די מצוות לויט די זמן, הייסט עס ווען היינט וואלט מען די נעקטיי גע'מצוה'ט.
-
- היימישער באניצער
- הודעות: 499
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג יוני 18, 2018 8:24 am
- האט שוין געלייקט: 25 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 120 מאל
אמאליגע שיינע כניסת הכלה לחופה
ביבליקעל בריידעל ענטרענס 1500$
זעה דאע
כסא שנועד לשאת אדם אחד, על פי רוב באמצעות שני אנשים האוחזים במוטות המחוברים אליו. האפריון משמש לרוב לנשיאת אנשי רמי־מעלה, כגון מלכים.
"ורבותינו התירו שתצא כלה באפריון בתוך העיר" (תוספתא, מסכת סוטה, פרק טו, הלכה ט)
"מלמד שעשה לה מעשה לקוחין - הושיבה באפריון ואהרן ומרים משוררים לפניה" (בבלי, מסכת בבא בתרא – דף קכ, עמוד א)
בד תלוי, בדרך־כלל מעל למיטה.
גיזרון
המילה מופיעה פעם אחת בלבד במקרא: "אַפִּרְיוֹן עָשָׂה לוֹ הַמֶּלֶךְ שְׁלֹמֹה מֵעֲצֵי הַלְּבָנוֹן" (שיר השירים ג, ט) מדובר במילה זרה, אולם אין תמימות דעים באשר למקורה. הדעה הרווחת היא כי מדובר במילה היוונית foreion) φορεῖον).
https://www.breakingisraelnews.com/1045 ... rd-temple/
א שאד ס'נישט געווען א חסידישע מנהג וואלט עס ווען אויסגעריסן הלכה.... און ס'וואלט שוין געהאט עפ"י קבלה פארעמעטרים...

למשל דאס אז אריה"ק האט געהאלטן (ובדרכם תלמידי בעשט) אז מזאל גיין בגדי לבן, וואס דאן איז געווען געאסרט בגדי לבן אחוץ אראבער, איז א מוראדיגע אין קאנטעקסט מציאות, וואס ווען נישט דאס פעהלט אין די גאנצע פארשטאנד פון די מערכי המנהג.
וכן מצות לא תבשל גדי מחלב אמו להאבע"ז ועוד כי כך היה מנהג עבו"ז אז, איז אויך צום פארשטיין אין קאנטעקסט.