ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:אפשר האנדעלט מען גאר דער עלמא ווי ס'געפונט זיך דער שמש וואס אלע זע'ען לאורו אז דער רבי זכיגעניגע איז גערעכט.
יעצט אפאר שאלות - א פלאץ ווי מ'פיהרט זיך מיט חוקים קעגען דער תורה איז א בית מינים? אז מ'געפונט זיך אין א בית מינים און מ'קען נישט ארויסשפרינגען, ס'איז אלס צוגעשפארט, מעג מען גייען פון איין צימער צום צווייטען? ווען מ'געפונט זיך אין א מדינה וואס אלע איהר געזעצען זענען קעגען תורה, איז דען דא א חילוק צווישען דער געביידער און יענער?
און דער טייטש פון בית מינים ווערט געמאסטען פון שלשידעס תורה'ס צו מיט אדני ההלכה? ווי איז די הלכה אין שו"ע? וואס זאגען די פוסקים דערוועגען? און די קרומע ליטוואקע'ס דער חיי אדם צו דער משנה ברורה האבען וואס צו זאגען אויך?
נאך א שאלה, דער אלקים שלזינגר דער תלמיד פונ'ם חזו"א האט נאך אנדערע תורה'ס נאכצוזאגען פונ'ם חזון איש? ער האט א פשט אין א תוס' פון איהם אויך? אדער נאר בענין בחירות? די אלע טויזענטער מענטשען וואס האבען געהערט פונ'ם חזו"א אז מ'זאל יא גייען זענען נישט קיין תלמידים?
ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:יש לחלק בין הצאנזער רב ל'ממשיך דרכו' בעל דברי יואל, אדער בין מאשין מצות און כנסת, אדער אריזאנא ווייץ און כנסת? איך בין אין גאנצען פארמישט.
אם אין הבדלה, דעת מנין?
ישראל קאפקע: אויב דו לעבסט נאך. אדער האסטו געלערנט די גמרא נאכ'ן אויסטרונקען א רביעית יין שרף. אדער האט דער וואס האט טרענסלעיטעד די גמרא פאר גרים און בעלי טשיווע געזעהן און געשריבן פארקערט...!
בכל אופן. גיי צוריק צו דיין אדורכגעפרעסענעם מיט שנאת ישראל נארע. ביי די גרעניצן פון פלאשינג און בעדפארד...!