פעם אחת הייתי בדרך - אבזערוואציעס אויפ'ן ראוד
- וואלווי
- שריפטשטעלער
- הודעות: 3762
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג נאוועמבער 01, 2015 11:34 am
- האט שוין געלייקט: 5604 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 5650 מאל

על אם הדרך..
פון די ערשטע צייטען פון פארערס און רייטערס, איז טרעועלען אייביג געווען פאר'ן טרעוועלער עפעס אזא מין אינטערסאנטע עקספעריענס וואס איז געווען א מיש פון רואיגקייט און טיפע מחשבה, קלארקייט און פארקלאצקייט צוזאמען, וואס האט אייביג אריינגעלייגט דעם פארער אין עפעס א חויה מיוחדת וואס עפענט די אויגען צו פארשטיין און זען פארשידענארטיגס וואס מ'וואלטט אנדערש נישט אזוי שנעל אבזערווירט. אנגהויבען פון די צייטען פון רבה בר בר חנא אין די ע' בלעטער אין ב"ב, ביז די היינטיגע צייטען פון שלום לעמער אויפ'ן וועג אהיים, איז כמעט אין דרייוו בלא חידוש וואס מ'איז זיך נישט קונה עפעס א גילוי.
נישט סתם אזוי האט די כה"ג אריינגעריקט אינ'ם תפילה קצרה יוה"כ דעם ואל יכנס לפניך תפילת עוברי דרכים, אקעגען די תפילות פון היים זיצערס, זעט אויס אז דעם תפילת עוברי דרכים איז עפעס א טיפערע געבעט. נישט אומזונסט, ער טרעוועלט יעצט.
אלזא, עלעך מיט טיילן מיט'ן ציבור עטליכע פון די אבזערוואציעס און השגות וואס האבן זיך אנגעזאמעלט במשך די יארן, ואחרון חביב אראפשרייבן א לעצטיגער אנדערקענונג.
די equation פון די שטייטע דרייווערס דא אין די נארט איסט וואס פאר'ן פונקט אין פראנט פון מיר וועט אייביג זיין בערך אזוי:
א קאר מיט א bumper belly = פארט שטייט + רעכטע לעין
א קאר מיט א נישט ניו יארקע לייסענס פלעיט = פארט שטייט + לינקע לעין
א subaru forester = קריכט + לינקע לעין
א subaru forester + ווערמאנט פלעיטס = געפארקט + לינקע לעין
א subaru forester + ווערמאנט פלעיטס + בערני סענדערס באמפער סטיקער = רעווערס + לינקע לעין
א subaru forester + ווערמאנט פלעיטס + בערני סענדערס באמפער סטיקער + אלטע דרייווער = רעווערס + לינקע לעין + לינקע בלינקער אנגעצינדען
דוק ותשכח...

Until the spirit be poured upon us from on high
Isaiah 32:15 -
Isaiah 32:15 -
- שבת אחים
- חבר ותיק
- הודעות: 6634
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מאי 08, 2014 9:39 am
- געפינט זיך: ביי א פראטעסט קעגן טראמפּ!
- האט שוין געלייקט: 4510 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 4153 מאל
האט איר אמאל באמערקט וויאזוי חסידים טוישן א לעין?
זיי טשעינדזשען לעינס, און נאכדעם קוקן זיי אין שפיגל אויב זיי האבן געקענט...!
נאך אזאך אז איר דרייווט אויף די הייוועי אין ניו דזשערזי און איר זעהט א SUV אדער א מיני ווען פארן ש ט י י ט אויף די לינקע לעין פאר מיילן לאנג און זיך בשום אופן נישט אריינרוקן אין די רעכטע לעין. קענט איר בעטן אסאך געלט אז דאס איז א חסיד מיט א היט וואס האלט אינמיטן זאגן תפילת הדרך מיט קאפיטל קי״ט און ויהי נועם זיבן מאל און שיר השירים אהין און צוריקצווועגס, און אין די אנדערע האנט האלט ער א עלים לתרופה, א כשרע פליפ-פאון מיט א היימישע ביזנעס דירעקטארי. און עלעף קינדער טאנצן אין די בעיק מיט קולות וברקים![צומישט :?](./images/smilies/icon_e_confused.gif)
זיי טשעינדזשען לעינס, און נאכדעם קוקן זיי אין שפיגל אויב זיי האבן געקענט...!
![לאכט :lol:](./images/smilies/icon_lol.gif)
נאך אזאך אז איר דרייווט אויף די הייוועי אין ניו דזשערזי און איר זעהט א SUV אדער א מיני ווען פארן ש ט י י ט אויף די לינקע לעין פאר מיילן לאנג און זיך בשום אופן נישט אריינרוקן אין די רעכטע לעין. קענט איר בעטן אסאך געלט אז דאס איז א חסיד מיט א היט וואס האלט אינמיטן זאגן תפילת הדרך מיט קאפיטל קי״ט און ויהי נועם זיבן מאל און שיר השירים אהין און צוריקצווועגס, און אין די אנדערע האנט האלט ער א עלים לתרופה, א כשרע פליפ-פאון מיט א היימישע ביזנעס דירעקטארי. און עלעף קינדער טאנצן אין די בעיק מיט קולות וברקים
![צומישט :?](./images/smilies/icon_e_confused.gif)
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום שבת אחים, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
Everything we hear is an opinion, not a fact. Everything we see is a perspective, not the truth
Marcus Aurelius
Marcus Aurelius
- קאצקע ציקער
- חבר ותיק
- הודעות: 2203
- זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אפריל 06, 2012 1:46 am
- האט שוין געלייקט: 1052 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1251 מאל
אויפן וועג אריין צום פראספעקט עקספרעסוועי די צווייטע לעין דער וואס ס'סינגעלט נישט איז א קלארע סימן אז ער איז א חסיד. וואס הייסט איך פאר דאך קיין בארא פארק פארוואס דארף איך בלינקן?....
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום קאצקע ציקער, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
- berlbalaguleh
- שריפטשטעלער
- הודעות: 20419
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
- האט שוין געלייקט: 25361 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
- קאנטאקט:
- קאצקע ציקער
- חבר ותיק
- הודעות: 2203
- זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אפריל 06, 2012 1:46 am
- האט שוין געלייקט: 1052 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1251 מאל
- berlbalaguleh
- שריפטשטעלער
- הודעות: 20419
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
- האט שוין געלייקט: 25361 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
- קאנטאקט:
ס'איז אבער אינטרעסאנט. כל האמור למעלה רעכנט נישט אריין די איינוואוינערס פון קרית יואל/מאנרא. זיי מאכן יא די בלינקערס פאר א טוירן. בכלל דרייוון זיי מיט מער בארעכנטקייט. שלא כדרך אנ"ש ברחובותינו. מעגליך אז דאס קומט ווייל די סטעיט פאליס זענען שטרענגער מיט אינפארסירן די טראפיק רעגולאציעס...! אדער האט דאס צו טון מיט איידלקייט...!
-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 1665
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 27, 2017 6:30 pm
- געפינט זיך: הלוואי ווען כ'וואלט געוויסט
- האט שוין געלייקט: 6003 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 3632 מאל
Re: פעם אחת הייתי בדרך - אבזערוואציעס אויפ'ן ראוד
ווייל זיי האבן א שטרענגן מרא דאתראberlbalaguleh האט געשריבן:ס'איז אבער אינטרעסאנט. כל האמור למעלה רעכנט נישט אריין די איינוואוינערס פון קרית יואל/מאנרא. זיי מאכן יא די בלינקערס פאר א טוירן. בכלל דרייוון זיי מיט מער בארעכנטקייט. שלא כדרך אנ"ש ברחובותינו. מעגליך אז דאס קומט ווייל די סטעיט פאליס זענען שטרענגער מיט אינפארסירן די טראפיק רעגולאציעס...! אדער האט דאס צו טון מיט איידלקייט...!
- berlbalaguleh
- שריפטשטעלער
- הודעות: 20419
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
- האט שוין געלייקט: 25361 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
- קאנטאקט:
דער גאלדענער אדלער:דער רבי שליט"א איז נאכנישט אנגעקומען צו דעם פראבלעים. ער (און זיינע געהיים פאליציי) זענען ב"ה שטארק פארנומען אויסצוראטן סמארט פאונס. אויך, האלט מען אינמיטן דעם וימסרו קאמפיין. (דער רבי הגה"ק מהר"א שליט"א האט דאך ליעב צו געבן פאר א יעדע מערכה א צוגעפאסטן נאמען.) וואו פארביטערטע, איינזאמע מענטשן וועלכע האבן נישט קיין חברים, גוטע פריינט און באקאנטע וועם איינצולאדענען צו א שבת אדער יו"ט'דיגע סעודה. אז זיי זאללן ארומגיין שפיאנירן און מסר'ן זייערע שכנים וועלכע רופן יא זייערע גוטע פריינט צו א שבת סעודה. און מוצאי שב"ק. תיכף נאכ'ן זמן רופן זיי אריין צום ועד. און געבן איבער די נעמען פון די אנשי רעים וחטאים...! און דער וועד משמרת הצניעות טוט שוין וואס מ'דארף...!
אפשר ביי די כ' סיון פארזאמלונג פון אנ"ש וועט מען אויפברענגען די פראבלעימען...!
אויך. וואס הערטצעך מיט די ציונים...? זיי זענען שוין געפגר'ט...? און די טמא'נע צה"ל און די טמא'נע נחל חרדי. און די טמא'נע עירוב. אוי. דאס איז דאך די זאלונים'ס קאמפיין. אנטשולדיגט...!

- וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
- הודעות: 1098
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג סעפטעמבער 25, 2016 3:53 pm
- האט שוין געלייקט: 619 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 916 מאל
Re: פעם אחת הייתי בדרך - אבזערוואציעס אויפ'ן ראוד
גאנץ גרעיטער ניו יארק איז א חורבן...
נישט רעקאמענדירט צו דרייוון.
נישט רעקאמענדירט צו דרייוון.
- berlbalaguleh
- שריפטשטעלער
- הודעות: 20419
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
- האט שוין געלייקט: 25361 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
- קאנטאקט:
החוקר: ייש"כ. איך בין א שמח בחלקי. איך דארף נישט גאנץ גרעיטער ניו יארק. פאר מיר איז גענוג צו דרייוון אין בורא ד'פארקא. פרוביר צו דרייוון א באס אין אונזער היימיש שטעטל אין דעם שניי'איגן וועטער... איך האב אבזערווירט א פלא'דיגע זאך. ווען ס'לאזט זיך אראפ א שניי שטורעם. שטאטס דער עולם זאלל דרייוון מער פארזיכטיג, ווערט מען עפעס צולאזט. ס'איז איש כל הישר בעיניו יעשה. ס'עקזיסטירט נישט קיין רויט לייטס. און כל דאלים גבר. אויך. דער עולם פארקט עפעס ווי גלייך מ'וואלט געווען ביים טאטן אין וויינגארטן. ס'האט גארנישט צו טון מיט די שניי. ס'איז פשוט א נס אז די באסעס און טראקס ווישן נישט אפ קיין קארס...!
קורצע אנעקדאטן איבער א בטעות'דיגער באזוך אין מאנרא
א יוקאן אין פארנט פארט שטאט, פון די בעק ווינדאו זעה איך דעם גראבן אינגערמאן איבערגעבויגן איבער זיין טעבלעט מיט א מים חיים סעלצער באטל אין די הענט.
א לאאאנגע שווארצע סובארבאן פארט מיט די היי בימס אין בעק און לאזט נישט מנוחה.
א ליבערמאנס פריאס טעקסי פארט אנטקעגן איבער מיט געלע היי בימס שטערנדיג מיין זעה קראפט.
א שעווי טריווערס מיט טינדעט ווינדאוס דרייט זיך ווילד אריין הארט אין פארנט פון מיר אנע בלינקערס אפילו.
ער שטעלט זיך אפ אין צענטער פון עיקערס און מאכט א מאסיווער יו טורן.
אה, כ'האב פארגעסן די אלע אדיסיס אום סייענעס געפארקט לענגאויס דעם גאנצן וועג.
שוין, כ'יאג אפ פון שטעטל אבער אויף נינינזשער ראוד האט זיך פארגלוסט פאר אן אלטער אפסטעיט גוי צו פארן מיט זיין אלטן פיקאפ טראק אויף צוויי און צוואנציג מייל א שעה און אין אויסטויש קריג איך היי בימס און פייפערייען פון א שורה טשילערס מיט יוקאנס סובארבאנס און לעלאס וואס יאגן זיך קיין מאנסי.
א יוקאן אין פארנט פארט שטאט, פון די בעק ווינדאו זעה איך דעם גראבן אינגערמאן איבערגעבויגן איבער זיין טעבלעט מיט א מים חיים סעלצער באטל אין די הענט.
א לאאאנגע שווארצע סובארבאן פארט מיט די היי בימס אין בעק און לאזט נישט מנוחה.
א ליבערמאנס פריאס טעקסי פארט אנטקעגן איבער מיט געלע היי בימס שטערנדיג מיין זעה קראפט.
א שעווי טריווערס מיט טינדעט ווינדאוס דרייט זיך ווילד אריין הארט אין פארנט פון מיר אנע בלינקערס אפילו.
ער שטעלט זיך אפ אין צענטער פון עיקערס און מאכט א מאסיווער יו טורן.
אה, כ'האב פארגעסן די אלע אדיסיס אום סייענעס געפארקט לענגאויס דעם גאנצן וועג.
שוין, כ'יאג אפ פון שטעטל אבער אויף נינינזשער ראוד האט זיך פארגלוסט פאר אן אלטער אפסטעיט גוי צו פארן מיט זיין אלטן פיקאפ טראק אויף צוויי און צוואנציג מייל א שעה און אין אויסטויש קריג איך היי בימס און פייפערייען פון א שורה טשילערס מיט יוקאנס סובארבאנס און לעלאס וואס יאגן זיך קיין מאנסי.
- וואלווי
- שריפטשטעלער
- הודעות: 3762
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג נאוועמבער 01, 2015 11:34 am
- האט שוין געלייקט: 5604 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 5650 מאל
האנדע. האנדע. האנדע.
אז איר וועט אין אכט נעמען, וועט איר זעהן אז א גרויסע חלק פון די שארט סטאפס וואס מען מאכט בשעת דריווען אויף די הייוועי'ס, ספעציעל די לאקאלע הייוועיס וואס מאכט זיך אסאך סטאפ ענד גוא, געשעהנט נישט אלס זיין צו נאנט צו די קומענדיגע קאר, בפרט מיט נארמאלע דרייווערס וואס האלטן אן א סעיף דיסטענס טאקע פאר דעם סיבה, נאר די גורם איז אז די מיטעלסטע רויטע ברעיק לייט וואס איז געווענטליך אינטער אדער העכער די בעק פענסטער איז גאר אויסגעברענט און צינדט זיך נישט אן ביים ברעיקען. זאת ועוד, אסאך מאל איז עס גאר צווי-דריי קאר'ן פאראויס וואס איז גורם די שארט סטאפ דאמינא עפעקט.
איז אזוי. היות רוב עקשאן ביי אן עקספעריענסד דרייווער איז לפי תומו און כמצות אנשים מלומדה, מילא איז די אויג שוין צוגעוואוינט אז ווען ער זעהט א קאר סלויען אדער סטאפ'ן אז די דריווער פון די בעק זאל ברעיקען כמעט אליינס. די אויג איז אבער צוגעוואוינט צו זעהן צוויי רויטע לעמפלעך אויף דער זייט, וואס דאס איז נישט אזוי מערקבאר ווייל בין כך זענען די לעמפלעך רוב מאל סיי ווי אנגעצונדען נאר יעצט ווערען זיי בלויז שטערקער, משא"כ די מיטעלסטע רויט לעמפעל פון פענסטער איז געשטעלט געווארן דייקא פאר דעם סיבה כדי ס'זאל געבן עטוואס א שנעלערען מעסעדזש פאר'ן אינטערשטען דרייווער אז ער זאל זיך אפשטעלן. בקיצור, דעם לעמפעל איז קריטיש וויכטיג צו מונע זיין עקסידענטען און אויך ראטעווען פון אנגע'קאווע'טע הויזן דורך א שארט סטאפ.
הנה, דוק ותשכח אז א גרויסע חלק פון די אויסגעברענטע לעמפלעך זענען אויף אוטומאבילען פראדאצירט פון חברת "האנדע", עקארד און אדעסעס וכו', נייע און אלטע. זעט אויס אז די באדי הארדווער איז נישט רעלייעבעל. כ'וואלט זייער נישט געוואלט זיין פרעדזשעדוסד אויף א זאך וואס הנח להם לישראל על מי מנוחות, אבער מה יעשה הבן שלא יחטא אז די אדס צו פארן אינטער א האנדע מעיק איז א טאג טעגליכע ערשיינונג און גורם אסאך שארט סטאפס אפילו פון א סעיף דיסטענס.
שמע מינה תלת. שמע מינה סענטער רויטע לעמפעל למה הוא בא. שמע מינה אז אויב איר מאכט א שארט סטאפ און זענט מברך בקול א שם בן ד' אותיות האטס אינזין די צירוף פון האנד"ע. ושמע מינה, אז אני הקטן האט שוין מער נישט עפעס וויכטיגער וואס זאל פארנעמען די מח נאך אזוי פיל שעות אויפ'ן ראוד.