טרינקען און דרייוון:

ארטיקלען, אנאליזן, מיינונגען, געדאנקען, און שמועסן
קאך_לעפל
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 2367
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג דעצעמבער 10, 2012 11:16 am
האט שוין געלייקט: 268 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3324 מאל

טרינקען און דרייוון:

שליחה דורך קאך_לעפל »

[justify]דער הייליגער יום טוב פורים שטייט שוין אט אט אונטער טיר, די פיבערהאפטיגע פארברייטונגען זענען שוין אין פולן שוואונג, די איינגענעמענע גערוך פון די טראדיציאנאלע האלעפצעס און געפילטע העלזל פארפולן יעדע אידישע שטוב, ס'איז פרייליך אויף דער וועלט, דער לוסטיגער פורים איז שוין באלד דא.

איינס פון די סאמע וויכטיגסטע פליכטן וואס איד דארף פארפילן אינעם פורים, איז דעם תלמוד'ישער פליכט וואס לויטעט אז מ'דארף זיך גוט אנטרונקען מיט וויין, אזש מ'זאל נישט וויסן אויף וועלכע וועלט מ'געפינט זיך. דער גרויסער אדלער אין הלכות מגילה (פ''ב הל' ט''ז) לייגט אראפ גענוי ווי אזוי דער סעודת פורים זאל געפראוועט ווערן, אט דאס זענען זיינע הייליגע ווערטער: "ווי אזוי איז דער פליכט פון די דאזיגע סעודה? מען זאל עסן פלייש, און אפרעכטן א שיינע סעודה לויט זיינע מעגליכקייטן, און ער זאל טרונקען וויין ביז ער ווערט שיכור, און איינשלאפן אין זיין שכרות".

חסיד'ישע אידן נעמען דעם דאזיגן הייליגן פליכט גאר ערנסט. אלעס פיין און וואויל. זאגאר וואס מ'דארף אינאכט נעמען איז ווי פאלגענד:

דער געזעץ זאגט קלאר און דייטליך, אז עמיצער וואס איז אונטער די איינפלוס פון אלקאהאל, טאר אויף קיין שום פאל נישט טרייבן קיין אַוטאָמאָביל, אפגעזען אונטער סיי וואספארא אומשטענדן. די פאליציי דא אין ניו יארק אינפארסירן דעם דאזיגן געזעץ מיט אן אייזערנעם פויסט. אין רעזולטאט פארפלאנטערן זיך אידן יעדן פורים מיטן געזעץ, און ליידן זיך צוזאם דורכאויס דעם יאר פון ציפקע צרות פון די לעגאלע אויטאריטעטן.

ארעסט:
ווען איר ווערט אפגעשטעלט דורך די פאליציי, דארפט איר וויסן אז איינס פון די ערשטע זאכן וואס זיי טוען איז זיי שמעקן דיין אטעם פון אלקאהאל אדער אנדערע אומלעגאלע ביאלאגישע סובסטאנצן. און אויב האט איר געטרינקען זאלט איר באלד וויסן אז איר זענט אויף געהאקטע צרות... דער אפיציר וועט אייך באלד פרעגן צו איר האט געטרינקען, אדער וויפיהל איר האט געטרינקען, אפגעזען צו איר ענטפערט דעם אמת אדער נישט, וועט ער אייך פרעגן צו איר זענט גרייט דורך צו גיין א ברעטהערלייזער טעסט. אויב זענט איר איינשטימיג, און דער מאשין צייגט אז אייער בלוט אלקאהאל שטאנד איז נול פונקט אכט, ווערט איר זאפארט ארעסטירט אויפן ארט. אויב איר אנטזאגט זיך צו נעמען דעם טעסט - וואס איז אייגנטליך אייער לעגאלע רעכט - דאן איז אייער שיקזאל גענצליך אין די הענט פונעם אפיציר. ער האט די רעכט צו אנטשיידן אז איר זענט ווירקליך אונטער די איינפלוס פון אלקאהאל און אייך צו נעמען אין ארעסט. און אנדערע ווערטער סיי אז איר נעמט דעם טעסט, און סיי אז איר אנטזאגט זיך צו נעמען דעם טעסט, זענט איר מער ווייניגער אויסגעשטעלט צו באלדיגע ארעסט.

אין אלגעמיין וועט דער פאליציי אפיציר פראבירן אייך צו באווירקן מיט גוטן און מיט בייזן, אז איר זאלט יא נעמען דעם ברעטהערלייזער טעסט, דאס איז שטארק גינסטיג פאר זיי אין געריכט. דערפאר איז וויכטיג זיך צו אנטזאגן צו נעמען דעם טעסט, דאס איז צוליב צוויי אורזאכן. ערשט ווייל איר האט לייכטע שאנסן אז דער פאליציי וועט אייך פילייכט לאזן גיין. און צוויי, אויב נעמט איר נישט דעם טעסט אויפן ארט, נאר שפעטער אינעם פאליציי סטאנציע נאכן ארעסט, האט איר העכערע שאנסן אז אייער בלוט אלקאהאל שטאנד וועט נידערן צו נידעריגע ציפערן, און דאס קען אייך שטארק בייהילפיג זיין שפעטער אין געריכט.

ס'איז קריטיש וויכטיג זיך צו האלטן רואיג און נישט אריינפאלן אין היסטעריע, רעדן וואס ווייניגער, אבער גלייכצייטיג פולשטענדיג קאאפערירן מיט די פאליציי. מ'דארף געדענקען אז די פאליציי איז דא צו בויען וואס מער א שטערקערע און שטאנדהאפטיגע קלאגע קעגן אייך, און וואס מער איר רעדט אדער די מינדעסטע אומקאאפעראציע פון אייער זייט, פאלט איר אריין צו זיי אין די הענט ווי א רייפע פרוכט. האלט דעם קאפ אויפן פלאץ, איר קענט אין יעדענס פאל נישט ענדערן אייער שווערע סיטואציע, און קיין שום עסקן אדער קנאקער האט נישט די מעגליכקייטן אייך צו העלפן אין די לאגע אין וועלכע איר געפונט זיך. אנערקען די סיטואציע און זייט באוואוסטזיניג אז פאר קומענדיגע 24 שטונדן גייט איר זיין גענצליך אפגעזונדערט און איזאלירט פון ציוויליזאציע.

תיכף איר קומט אן אינעם פאליציי סטאנציע, ווערן אלע אייערע פערזענליכע זאכן קאנפיסקירט, אריינגערעכנט אייער קעש געלט - העכער הונדערט דאללאר, און אייער סעלפאן און טייסטער. מען שטייט מיט די הענט געבינדן אויף ארונטער, און מ'ווערט פראסעסירט, מ'נעמט אייער בילד, און פינגער אפדרוקן און אייער פערזענליכע אינפארמאציע. דאן באקומט איר די רעכט צו מאכן בלויז איין טעלפאנישע רוף, און באלד דערויף ווערט איר אריינגעשליידערט אין א אייזערנעם שטייג אינאיינעם מיט די ארגסטע ניו יארקער פארברעכער. און דאן הייבט זיך אן די אויסטערלישער פיין פון ענדלאזע ווארטן.

די פאליציי ווארט אז דער קאנצעליי פונעם באצירק-אדוואקאט זאל אריינגעגעבן די אפיציעלע קלאגע אין געריכט. דאס איז א לאנגע פראצעדור, וויבאלד דער קאנצעליי פונעם באצירק-אדוואקאט האט א וועלט מיט צייט, זיי יאגן זיך אינגאנצן נישט צו שרייבן די קלאגע, ס'שטערט זיי אינגאנצן נישט אז דער אנגעבליכער קרימינאל געפונט זיך אונטער די שווערסטע צושטענדן וואס ס'איז בלויז פאראן. עס קען נעמען א גוטע צען שטונדן ביז דער אפיציעלע קלאגע דערגרייכט דעם טיש פונעם געריכט. ווען די קלאגעס פון די ארעסטירטע אינעם סטאנציע ווערן עמטליך רעגעסטירט אינעם געריכט, נעמט די פאליציי צוזאם אלע ארעסטירטע, און מ'קייטלט זיי צו איינעם צום צווייטן, און מ'שטופט זיי אריין אין א פאליציאיישע טענדער וואס לאזט זיך באלד ארויס מיט שרייענדע סירענעס צום געריכט זאל, וואס געפונט זיך אינעם אונטערשטן באצירק פון ברוקלין.

סענטראל בוקינג:
פון נידעריגער צו נידעריגער – אויב ס'איז פארהאן א ארט אויף די וועלט, וואו די ווירדן פון א מענטש נידערט צו די נידעריגסטע שטופעס, איז דאס בלויז אין סענטראל בוקינג. דורכאויס די טונקלקייט פון די נאכט רומפאזשירן די ניו יארקער פאליציי ארום איבער די ניו יארקער גאסן, און קלייבן צוזאם אלערליי פארברעכער וואס נוצן אויס די פינסטערניש פון די נאכט דוכצופירן זייערע אומלעגאלע טעטיגקייטן. די אלע ווערן דאן צוזאם געברענגט אונטער איין דאך אין סענטראל בוקינג, וואו זיי ווערן פראצעסירט און רעגעסטרירט. די אנגעבליכע פארברעכער ווערן געהאלטן אן די מינימאלע הומאנעריסטישע איינריכטונגען. די גרויע נאסע ווענט, און די פילע קייטן און שלעסער, די אייזערנע שטייגן, און שטיינערנע בענק, דערמאנען די טרויעריג-בארימטע טורמעס פונעם שווארצן מיטל אלטער. פאר א איד זיך צו געפונען דארט אינאיינעם מיט דאס נידעריגסטע פון מענטשהייט, איז ערגער וואו דער גיהנום.

אין סענטראל בוקינג נעמט מען ווידער אייער פינגער-אפדרוקן און אייער בילד, און דאן ווערט איר אריינגעשליידערט אין א אייזערנעם שטייג, צוזאם געשטופט מיט אלערליי סארטן פארברעכער, מייסטנס פונעם ערגסטן סארט, ביז אייער דאקע דערגרייכט דעם טיש פונעם ריכטער. ערשט דאן ווערט איר גערופן ביים נאמען, און ארויפגעפירט צום העכסטן שטאק וואו איר ווערט ווידער אריינגעשליידערט אין א שטייג, און דארט ווארט איר צו זען אן אדוואקאט. די אדוואקטן זענען אממיינסטענס פונעם שוואכערע קאליווער, זיי פארטרעטן אייך גענצליך אומזיסט, זיי ווערן באצאלט דורכן געריכט. זאגאר אין אייער פאל איז דאס נישט קיין גרויסע אונטערשיד, ווארום אפגעזען צו איר ווערט פארטרעטן דורך א גוטער אדוואקאט אדער א שוואכער, איז אייער שיקזאל מער ווייניגער די זעלבע.

דער אדוואקאט וועט אייך אין אלגעמיין ראטן אז איר זאל זיך דעקלערן שולדיג. ווייל אויב נישט, דאן קענט איר ווערן קרימינאל אנגעקלאגט, און עס קען אייך דראהען א טורמע טערמין, אבער ווען איר דעקלערט זיך שולדיג, און איר פראקאלאמירט זיך אלס אן אלקאהאליקער וואס קען זיך נישט העלפן, דאן שיקט אייך דער געריכט פאר הילף און איר ווערט נישט קרימינאל אנגעקלאגט. און אלגעמיין כאפן זיך מערסטייל מענטשן צי צו די דאזיגע אפציע. מ'מיינט נעבאך אז דאס איז אזוי פשוט....

אין געריכט:
אט ווערט איר אריינגעברענגט אין געריכט זאל א געבינדער אין אייזערנע קייטן, און איר ווארט אז דער געריכט פארזיצער זאל רופן אייער דאקע. אין אלגעמיין איז דאס שוין כמעט גאנצע 24 שטונדן נאכדעם וואס איר זענט ארעסטירט געווארן. איר שטייט א א הונגעריגער און א אויסגעשעפטער, אפגעריסן און אפגעשליסן פארן ריכטער מיטן שווארצן כאלאט. דער ריכטער פרעגט דאס ערשטע ווי אזוי איר דערקלערט זיך, שולדיג אדער נישט שולדיג. אייער אדוואקאט ענטפערט 'נישט שולדיג'. דאן בעט דער ריכטער אייער דרייווינג לייסענס, און ער סוספענדירט אייער לייסענס אויף צום ווייניגסטן א יאר! און דאן גיבט אייך דער געריכט איבער צו די הענט פון דעם טעסק אגענטור פאר ווייטערדיגע באהאנדלונג, און דער ריכטער באשטימט פאר אייך א פרישער געריכט דאטום. און ערשט דאן זענט איר פריי אהיים צו גיין.

די נאכווייען:
דער טעסק אגענטור וועט אייך אין אלגעמיין צווינגען זיך איינצושרייבן אין א ספעציעלע רעהאַביליזאצע צענטער, וואו איר מוזט ערשיינען עטליכע מאל א וואך פאר סעסיעס און לעקציעס איבער אלקאהאל און אנדערע אומלעגאלע ביאלאגישע סובסטאנצן צוגעבינדנקייט, און איר זענט גלייכצייטיג געצווינגען דורכצוגיין א ספעציעלע טעסט וואס צייגט אויב איר זענט געקומען אין בארירונג מיט אלקאהאל אדער אנדערע סובסטאנצן. און אויב דער טעסט צייגט פאזעטיוו, ווערט דאס באריכטעט פארן געריכט, און איר ליידט דערנאך אומאיינגענעמענע קאנסעקווענצן...

דער געריכט קען אייך צווינגען צו טראגן אויף אייער פוס א ספעציעלע מאשינקע, וואס אויב איר קומט אין בארירונג מיט אלקאהאל אדער אנדערע סובסטאנצן, קלונגט דער מאשין אוטומאטיש צום געריכט... און אפילו שפעטער ווען איר זענט שוין יא ערלויבט צו דרייון, קען די געריכט אייך צווינגען צו אינסטולירן אין אייער קאר א מאשינקע אין וועלכע איר מוזט אריין אטעמען איידער איר צינדט אן אייער קאר. און אויב האט איר פארזוכט משקה, צינדט זיך די קאר נישט אן...

דורך צו גיין א די-יו-איי. אדער א די-דאבעליו-איי, קאסט אפ א פארמעגן פון צייט און געלט, און אומהויערע פלאג און עגמת נפש, וועלכע איר האט געקענט פארמיידן. דעריבער איידער איר זענט מקיים דעם מצות היום, לייגט אוועק אייער קאר שליסלעך. ס'לוינט נישט די אומזיסטיגע עגמ''נ.[/justify]
צפור בודד
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 473
זיך רעגיסטרירט: זונטאג אקטאבער 14, 2018 11:32 am
האט שוין געלייקט: 244 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 579 מאל

שליחה דורך צפור בודד »

ישר כוחכם. די שאלה וואס איז נוגע למעשה איז אויב מ'זעט עמיצער זיך אריינזעצן אדער פירן א קאר ווען אנגעטרונקען, זאל מען תיכף ומיד רופן די פאליציי כדין רודף?
מיינונגזאגער

שליחה דורך מיינונגזאגער »

איך בין נישט קאנווינסט אז רופן די פאליציי איז די מהלך, אבער מען דארף טוהן די מאקסימום השתדלות, אויב קען מען אויסשטעכן אלע רעדער וואלט געווען דאס בעסטע, אבער אויב איז ער שוין אינעווייניג אין די קאר און פארט איז די בעסטע צו רופן שומרים אדער שמורה, ווענדט זיך אין וועלעכע פון די צוויי דו האלטסט מער. אבער פאליציי איז די לעצטע אפשען.
מיינונגזאגער

שליחה דורך מיינונגזאגער »

איך טראכט מיך איבער. עס איז בכלל קיין אפשען נישט. עס איז אן ענין פון מסירה, דער רודף איז גאר דער מוסר!!!!
אויב וועט ווערן א געטועכץ דערוועגן וועל איך מסביר זיין מיין שיטה.
שמחהלע קאפשטיק
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 776
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג מאי 11, 2018 12:46 pm
האט שוין געלייקט: 1399 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1005 מאל

שליחה דורך שמחהלע קאפשטיק »

איין יאר האב איך געטרינקען ביי די צופרי פורים סעודה, (נישט געווען שיכור) וע"פ הוראת זוגתי תחי' בין איך יענע יאר געווען פטור פון צו זיין דער משפחה "בעל עגלה" פון ארומגיין און אויסטיילען די משלוח מנות פאר אירע חברטעס, מלמדים, טיטשער, ברוך ה' פאר דעם,
מיינונגזאגער

שליחה דורך מיינונגזאגער »

שמחהלע קאפשטיק האט געשריבן:איין יאר האב איך געטרינקען ביי די צופרי פורים סעודה, (נישט געווען שיכור) וע"פ הוראת זוגתי תחי' בין איך יענע יאר געווען פטור פון צו זיין דער משפחה "בעל עגלה" פון ארומגיין און אויסטיילען די משלוח מנות פאר אירע חברטעס, מלמדים, טיטשער, ברוך ה' פאר דעם,

דאס איז דער מהלך אבער נישט די נושא
קאך_לעפל
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 2367
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג דעצעמבער 10, 2012 11:16 am
האט שוין געלייקט: 268 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3324 מאל

שליחה דורך קאך_לעפל »

מיינונגזאגער האט געשריבן:איך בין נישט קאנווינסט אז רופן די פאליציי איז די מהלך, אבער מען דארף טוהן די מאקסימום השתדלות, אויב קען מען אויסשטעכן אלע רעדער וואלט געווען דאס בעסטע, אבער אויב איז ער שוין אינעווייניג אין די קאר און פארט איז די בעסטע צו רופן שומרים אדער שמורה, ווענדט זיך אין וועלעכע פון די צוויי דו האלטסט מער. אבער פאליציי איז די לעצטע אפשען.

חלילה צו רופן שומרים אדער שמורה. זיי זענען שרעקליך געפארפול אין אזעלכע אומשטענדן, זיי זענען א כאפטע אומערצויגענע חיות, וואס ווייסן נישט פון זייער לעבן צו זאגן. דאס בעסטע איז זיך צו פארבינדן מיט די אי-עם-עס. זיי האבן די נויטיגע ערפארונג ווי אזוי צו באהאנדלען מענטשן וועלכע זענען אונטער די איינפלוס פון אלקאהאל און סובסטאנצן.
ס'איז אויך זייער געפארפול זעלבסט אנצוהייבן מיט מענטשן אונטער די איינפלוס, ס'איז ראטזאם עס צו צולאזן בלויז פאר מושטירטע באאמטע מיט די נויטיגע ערפארונג.
מיינונגזאגער

שליחה דורך מיינונגזאגער »

איך קען עגריען צו דיר וועגן די אי. עם. עס., ווען נישט זיי אינוואלווען די פאליציי.
קאך_לעפל
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 2367
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג דעצעמבער 10, 2012 11:16 am
האט שוין געלייקט: 268 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3324 מאל

שליחה דורך קאך_לעפל »

אין אלגעמיין אויב א מענטש באקומט מעדעצינישע באהאנדלונג, מישן זיך די פאליציי נישט אריין.
מיינונגזאגער

שליחה דורך מיינונגזאגער »

איך האב נישט קיין עקספיריענס אין די זאכענעס. אבער איך זעהן נישט פ"וו זיי זאלן נישט פארשטענדיגן די ען וויי פי די נאציס וואס זיכען צו דעמאלעזירן דעם יוד לעצטענס
אישתישבי
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3541
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 08, 2016 11:19 pm
האט שוין געלייקט: 121 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2068 מאל

שליחה דורך אישתישבי »

עס איז לעצטענס געוועהן א קליפ ווי א בחור איז זיך מזכיר פאר ר' חיים קאניעווסקי, אז ער האט געדרייווט אהן א לייסענס, און ער האט אריין געקראכט און א וואנט, און עס ווארט אים טורמע. ר' חיים רעפיוזד אים צו בענטשן, און ער זאגט אז דער אייבערשטער זאל העלפען אז מען זאל טוהן מיט אים וואס מען ברויך. ער לייגט צו אז ער איז א רודף וכו'.
א קונץ צו זיין אליהו הנביא? א קונץ צו זיין איש תשבי!
מיינונגזאגער

שליחה דורך מיינונגזאגער »

נאך אלץ האט ער נישט געהייסן גיין צו די פאליס.
קאך_לעפל
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 2367
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג דעצעמבער 10, 2012 11:16 am
האט שוין געלייקט: 268 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3324 מאל

פון ישיבה וועלט:

שליחה דורך קאך_לעפל »

[left]By: Rabbi Abe Friedman
Law Enforcement Liaison/Community Activist
No, not a good idea at all, not for the person behind the bars, nor for his family, and neither for those trying to help.
Every year, early Purim afternoon, the phones of many askanim would start ringing off the hook. On the other side of the line there would be a frantic individual desperately seeking assistance for a spouse, parent, sibling, or friend, who drank irresponsibly and got themselves into trouble, and ended up in a police car, or in an ambulance.
In most cases, the calls relate to cases of DUI or Driving Under the Influence, or in simple language, Drinking and Driving.
Just the fact that we have to resort to writing such an OP-ED is painful enough. Why shouldn’t it be simple common sense that if you plan to drink, just plan ahead for alternative means of transportation? Yet, the unfortunate reality is, that we have no choice, but to raise our voices now, and hope that it will reach receptive ears, and save people some unnecessary anguish.
Aside of the extreme dangerous situations that these irresponsible people create, and risking their own lives, the lives of their families, and the lives of others, what about the rest of the fallout from their irresponsible action.
What about all the people whom they just deprived from their Simchas Yom Tov?
What about their own family, who just got entangled in a mess they didn’t make?
Why shouldn’t the askanim be entitled to the same Simchas Yom Tov, like everyone else, instead of being busy fixing someone else’s crisis of their own making?
What about Chinuch Habanim, what kind of message are they conveying to their kids?
What about the tremendous chillul hashem that they create with their ill-advised action?
What about all the consequences they’ll be suffering from, as a result of this foolish decision? Potential jail time, loss of driving privilege, vehicle confiscation, lifetime criminal record, and more…
State and City Law Enforcement agencies will be out in force, keeping a vigilant eye for drunk drivers.
Is it really worth it? Would you rather destroy your life, rather than just handing your car keys to someone else, when you start drinking? Would you take a gamble with human life, rather than hopping into a taxi?
No one is strong enough to override the power of alcohol, no one can have proper judgement when under the influence of alcohol, don’t try it, it’s not worth the ramifications.
If you can’t drink responsibly, just don’t drink, and if you do drink, take the proper precautions, hand your keys to a friend or family member, hop into a cab, an uber, a bus a subway, anything, just don’t get behind the wheel.
You deserve a true Simchas Purim, so does your family and friends, and so do all the askanim and their families, let’s make this Purim a happy and joyous day for all, and not a day of aggravation and misery that will end up being regretted the rest of your life.
May we all be able to celebrate this Purim in high spirits, and may we all live to remembers the great memories of the day. Happy Purim.
(YWN World Headquarters – NYC)[/left]
מיינונגזאגער

שליחה דורך מיינונגזאגער »

זייער א גוטער בריוו. אבער ענטפערט נישט די שאלה הלכה למעשה. זאל מען רופן פאליס אדער נישט?
קאך_לעפל
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 2367
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג דעצעמבער 10, 2012 11:16 am
האט שוין געלייקט: 268 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3324 מאל

שליחה דורך קאך_לעפל »

ניין! מ'טאר נישט, ס'הייסט מסירה. און ער איז בלויז א רודף בשוגג, ווייל ער איז פילייכט נישט ביי די קלארע געדאנקן....
אין יעדענס פאל וואלסטו אויך נישט געוואלט אז מ'זאל רופן די פאליציי פאר דיר אין אזעלכע אומשטענדן.
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום קאך_לעפל, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
מיינונגזאגער

שליחה דורך מיינונגזאגער »

אבער ווען ער האט אנגעהויבן איז ער דאך יא געוועזהן קלאר ?
קאך_לעפל
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 2367
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג דעצעמבער 10, 2012 11:16 am
האט שוין געלייקט: 268 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3324 מאל

שליחה דורך קאך_לעפל »

אנגעהויבן וואס?
מיינונגזאגער

שליחה דורך מיינונגזאגער »

טרינקען.
ער וואלט געדארפט אוועק ווארפן די שליסלעך פון די קאר פון זיך.
קאך_לעפל
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 2367
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג דעצעמבער 10, 2012 11:16 am
האט שוין געלייקט: 268 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3324 מאל

שליחה דורך קאך_לעפל »

בלויז אוועקווארפן די שליסלעך? ער וואלט געדארפט פארברענען זיין קאר אויף אש, נישט בלויז זיין קאר, נאר אלע קארן איבער די גאנצע וועלט....
באניצער אוואטאר
ליטוואק פון בודאפעסט
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 9706
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 6:51 pm
האט שוין געלייקט: 3162 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9133 מאל

שליחה דורך ליטוואק פון בודאפעסט »

וואס קוועטשט די עסקנים? זאלען זיי זאגן ניין מיט א גרויסע למ"ד. זאל ער בלייבן אין תפיסה, און ער וועט קיינעם נישט שעדיגן און לשנה הבאה וועט ער מיט זיין אלע ברידער\שוואגערס וויסן אז מ'שפילט נישט מיט זאכן. בשוגג צו במזיד, וואס גייט אונז אן? ער איז א סכנה פאר דעם ציבור, אוו מ׳דארף איהם אפשטעלן. עס איז אן אפענע הלכה אין שו"ע אז מ׳דארף איהם אוועקהאלטען פון דעם ציבור און מ'׳דארף נישט טראכטן פון זיין אומבאקוועמלעכקייט פון זיין אין תפיסה. ובפרט אז ער איז דאך נישט קיין שוגג, ער איז נישט אינגאנצען שיכור. אבער א סכנה איז ער, ווייל זיין רעאקציע ראטע איז שטארק אראפ, כמבואר בשטודיעס.

און פארוואס טוען נישט די עסקנים אזוי? ווייל דער געטרייער עסקן ווייסט אז טאמער ער הייבט נישט אויף, וועט א צווייטע יא העלפן, און ער איז אויס קאפעלוטש מאכער. אזוי ווי איך האב אמאל געהערט פון א דיין א מסדר גיטין, "וואס מיינט 'שעת עיגון'? ווען עס הערשט א געפאר אז דער בעל דין וועט גיין צו א צווייטע בי"ד", ודפח"ח.

צום שלוס, רוף פאליציי אדער כאפ אוועק זיינע שליסלעך, ויפה שעה אחת קודם!
באניצער אוואטאר
וואלווי
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3762
זיך רעגיסטרירט: זונטאג נאוועמבער 01, 2015 11:34 am
האט שוין געלייקט: 5604 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 5650 מאל

שליחה דורך וואלווי »

פארוואס זאל א דראנק דרייווער זיין אנדערש ווי א סואיסייד באמבער וואס וואקט אריין אין א פיצא סטאר?

ער איז א שטארקע ריסק און דענדזשער פאר זיך און פאר אנדערע. א קאר אין זיין הענט איז טויזענט פונטיגע באמבע.

מ'דארף טוהן וואס איז נאר מעגליך פאר פיקוח נפש.
Until the spirit be poured upon us from on high
Isaiah 32:15 -
מיינונגזאגער

שליחה דורך מיינונגזאגער »

ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:צום שלוס, רוף פאליציי אדער כאפ אוועק זיין שליסלעך, ויפה שעה אחת קודם!

אוועקכאפן שליסלעך יא, רופן פאליס בשום אופן, עס העלפט נישט קיינעם.
באניצער אוואטאר
וואלווי
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3762
זיך רעגיסטרירט: זונטאג נאוועמבער 01, 2015 11:34 am
האט שוין געלייקט: 5604 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 5650 מאל

שליחה דורך וואלווי »

זיי נישט איגנארענט.
רופן פאליס, העלפט און ראטעוועט א יעדן איינעם.

ווען יענער נעמט זיך פארן ח"ו, און דיין זיס יונגעלע האלט אינמיטן קראסן א האלבע גאס ארויפציר וועסטו אויך אזוי רעדן?

יעצט, מאל דיך אויס די בילד אויב מ'שטעלט יענעם נישט אפ באצייטענס...

רח"ל.

נאכדעם וועט מען זיך האקן קאפ אין וואנט פארוואס מ'האט נישט גערופן די גאנצע פאון בוק, אפי' אויף א טשענס אויב ס'וואלט נאר געהאלפן.
Until the spirit be poured upon us from on high
Isaiah 32:15 -
פארשפארט