זאכן וועלכע רעגן מיר אויף!

ארטיקלען, אנאליזן, מיינונגען, געדאנקען, און שמועסן
פארשפארט
באניצער אוואטאר
ליטוואק פון בודאפעסט
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 9706
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 6:51 pm
האט שוין געלייקט: 3162 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9133 מאל

Re: זאכן וועלכע רעגן מיר אויף!

שליחה דורך ליטוואק פון בודאפעסט »

אומפארגינערישע קאמפלימענטן

היינט בין איך געזעסען ביי קידוש, און איינער האט געזאגט א תורה און דערמאנט א הלכה אין הלכות צרעת. האט מיין אינגעל אריין געזאגט אין מיין אויער אז דאס איז די לעצטע משנה אין נגעים. א מסכת וואס ער קען. האב איך דערציילט פאר די וואס זיצען דארט אז ער זאגט אזוי.
שפעטער רופט זיך אן אן אלטע איד, אן ע"ה דאורייתא ודרבנן "אה, איך זעי ער גייט זיין א גרויסע ת"ח. ת"ח מיינט נישט וויסען וואס שטייט, נאר קענען פארענטפערן א רעק"א צו וואס".
געדענק אז דא רעדט זיך איינער וואס האט קיין רעק"א נישט געלערנט, אבער אריין זאגען קען ער. ווען קיינער האט איהם נישט געטשעפעט.

פארגין א אינגעלע א קאמפלימענט. ווען ער וועט זיין דיין קאנקורענץ, וועסטו דאך ליגען אונטער די קאלטע הארטע ערד.

Sent from my LG-K373 using Tapatalk
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
גראף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1034
זיך רעגיסטרירט: זונטאג אפריל 06, 2014 4:10 am
געפינט זיך: אויפן גיט אין דער אלטע הײם
האט שוין געלייקט: 714 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 512 מאל

Re: זאכן וועלכע רעגן מיר אויף!

שליחה דורך גראף »

@ליטוואק
פארגעס פון דער אלטע ע''ה ער האט קיין מידות טובות אויך נישט. האסט ב''ה א זין וואס לערנט מסכת נגעים און געדענקט וואס ער לערנט! אין מיינע צייטן וועלכע אינגל האט געלערנט מסכת נגעים? זאל ער שטייגן מעלה מעלה.


Sent from my SM-G950U using Tapatalk
באניצער אוואטאר
ליטוואק פון בודאפעסט
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 9706
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 6:51 pm
האט שוין געלייקט: 3162 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9133 מאל

Re: זאכן וועלכע רעגן מיר אויף!

שליחה דורך ליטוואק פון בודאפעסט »

מיר שטערט עס נישט, איך דארף נישט יענעמ׳ס קאמפלימענטן. אבער פאר מיין קינד האט עס מיר געשטערט. זאל איך איהם זאגען אז יענער איז סתם אן ע"ה? ווען יענער שטעכט איהם דירעקט, קען איך דאס טון. אבער מיט די מהלך פון שטעכן דורך א קאמפלימענט, וואס הייסט אויף ענגליש א backhanded compliment קען איך שוין גארנישט זאגען.

יענער ע"ה איז נישט אזוי אומשולדיג. ער האלט א חשבון מיט מיר און מיין זון. אבער אפיציעל קען ער עס נישט זאגען הויך. מיין זון האט, אונטער די ברמצוה, אפאר מאל געליינט די הפטרה, און יענער האט מחליט געווען אז דאס טויג נישט. פארוואס? ווייל ער האלט א חשבון מיט מיר, ווייל מיין רבי זז"ג שטיצט (לויט זיין באגריפען) איינער וואס שלאגט זיך מיט זיין ברויטגעבער. הערסט א חד גדיא?

Sent from my LG-K373 using Tapatalk
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
באניצער אוואטאר
ליטוואק פון בודאפעסט
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 9706
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 6:51 pm
האט שוין געלייקט: 3162 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9133 מאל

Re: זאכן וועלכע רעגן מיר אויף!

שליחה דורך ליטוואק פון בודאפעסט »

יונגעלייטלעך, און צומאל עלטערע לייט, וואס גיין שפאצירן געמוטליך מיט די ווייבער אין די טעג פאר פסח ארום די לעיק.

דו מאכסט נישט יו"ט די וואך?! ווי האסטו צייט?! דיין אויווען האט זיך נישט צובראכען? דו ווארטסט נישט פאר דיין קאר פון דער מעקאניק? סארא חוצפה?

Sent from my LG-K373 using Tapatalk
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
תנחום
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 324
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך סעפטעמבער 21, 2016 10:42 pm
געפינט זיך: אין די הייסטע פלאץ אין גיהינום
האט שוין געלייקט: 221 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 319 מאל

שליחה דורך תנחום »

מילא די לעיק. אבער די פרויען וואס האבן צייט צו רעדן צו די מידיע וועגן מיזעלס גייט מיר נישט אריין אין קאפ...
לא באתי לנצח (שולי)
באניצער אוואטאר
יהודי פשוט
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 703
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג דעצעמבער 30, 2014 9:00 pm
האט שוין געלייקט: 435 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 489 מאל

Re: זאכן וועלכע רעגן מיר אויף!

שליחה דורך יהודי פשוט »

שקד/קוקי איז צוריק
איך בין א נער און איך גלייב!!!
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20420
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך berlbalaguleh »

תנחום האט געשריבן:מילא די לעיק. אבער די פרויען וואס האבן צייט צו רעדן צו די מידיע וועגן מיזעלס גייט מיר נישט אריין אין קאפ...

תנחום: זיי האבן מסתמא גוטע פוילישע גוי'טעס וואס זיי האבן אוועקגעגנב'ט פון זייערע חבר'טעס און שכנים. זיי טוען שוין די ארבעט.נאר נאכדעים אויב מ'וועט (ח"ו) טרעפן חמץ אום פסח אונטער'ן בעט אדער נעבן קלאזעט,'עט מען גיין צום הוידו-נאנאשער רב שליט"א און בעטן א תיקון תשובה...!
סאנטיאגא
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 751
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 05, 2018 12:32 am
האט שוין געלייקט: 336 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 760 מאל

שליחה דורך סאנטיאגא »

איך קען נישט פארשטיין פארוואס ווען מ'באשטעלט עפעס פון א Take out צו פון א פיצא סטאר, דארף מען נאך געבן די טעלעפאן נומער און אדרעס אלעס אויפן אלטן שטייגער, יעדער פארלירט צייט, די ארבעטער און די קאסטומער, אין אזא פארגעשריטענע וועלט פארוואס קען דאס נישט ארבעטן אביסל מער סאפיסטיקירט? אויב נישט דורך אובער איטס, עטליסט שטעל צו אן אקאונט פאר יעדע סטעדי קאסטומער, און ווען מ'רופט אן, זאל מען נישט מער ווי דארפן געבן א לאגין נומבער און ס'זאל פארן א באן... ניין געב מיר דיין אדרעס, אמאל איז עס אין אפיס, אמאל איז עס אינדערהיים, יעצט וואס איז דיין אדרעס נאכאמאל? זאג איבער איך האב נישט געהערט... אז איך לייג צאם יעדע אזא פאון ארדער האב איך שוין א היבשע פאר שעה פארברענגט עס איבערצוזאגן, און רובא דרובא פאר די זעלבע סטאר...
Here’s how I think of my money – as soldiers – I send them out to war everyday. I want them to take prisoners and come home, so
.there’s more of them

Kevin O'Leary—
מיין אנאליז אויף Welcome to Eden
באניצער אוואטאר
ונבנתה העיר
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3795
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יולי 25, 2012 5:41 am
האט שוין געלייקט: 6591 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8112 מאל

שליחה דורך ונבנתה העיר »

ווען שפיץ-מאראלישע מענטשן ערווענען א כלומר'שטע דעבאטע, צי דאס באנוץ פונעם אטאם באמבע איבער יאפאן איז געווען מאראליש אויסגעהאלטן.

כ'קען ניטאמאל אריינגיין אין פרטי הטפשות, ס'ברענגט מיר ארויף די בלוט-דרוק און נידערט מיר די בלוט-צוקער.

המודיע'ס 'ענין' האט געהאט אן ארטיקל פון א Rebbi אין מאנסי: פון א אידישען פערספעקטיוו, איז דאס באנוץ פון אטאמישע וואפנס קעגן יאפאן געווען בארעכטיגט. (און ווער מיינט איר איז דער 'אידישער' פערספעקטיוו? איינשטיין און אפפענהיימער...)

אבער נאכ'ן ליינען די גאנצע ארטיקל קעניך צופיל טענות נישט האבן. מיט אזאלכע גאלדענע אויסדרוקען ווי "ווען דער האלאקאסט האט אויסגעבראכען", און "האפענטליך" האט דער אטאם געהאלפן צואיילען די ענדע פונעם קריג, קעניך נאר האפן אז איינמאל די האלאקאסט וועט ענדיגען ברעכן וועט ער שוין וויסן אויף זיכער צי די באמבעס האבן געהאלפן.

----------

ולסיים בדבר טוב, אין משפחה האביך געזען אזא שאלה:

איינער האט געשריבן זעקס בריוו צו זעקס אנדערע אדרעסן, אבער ווען ס'איז געקומען זיי אריינצולייגען אין די קאנווערטן האט ער נישט געקוקט וועלכע בריוו ער לייגט אין וועלכע ענוועלאופ. וואס זענען די שאנסן אז פונקט פינף זענען אריין אין די ריכטיגע קאנווערט?

זעראו. אויב זענען פינף אין די ריכטיגע, איז די זעקסטע אויך.
מ'דארף צוריק אראפברענגען דעם רבי'ן

אמר ונבנתה: אל עבר החלון נשקפתי ונתתי אל לבי כי שבת האדם ממנו, חומר וגשם – ורוח אין, בחנתיו, והנה הוא תולדת מקריו – כאשר ילך המקרה כך יתעצב לבו ודמותו, לרגעים אבחננו, כאשר יאמר החכם כי אין הוויית רגע מול רגע נוצרת כי אם בהתחדש מקריו, ואל מי יקר המקרה?
לבי ובשרי
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 702
זיך רעגיסטרירט: זונטאג נאוועמבער 19, 2017 10:02 pm
האט שוין געלייקט: 394 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 472 מאל

שליחה דורך לבי ובשרי »

ונבנתה העיר האט געשריבן:ווען שפיץ-מאראלישע מענטשן ערווענען א כלומר'שטע דעבאטע, צי דאס באנוץ פונעם אטאם באמבע איבער יאפאן איז געווען מאראליש אויסגעהאלטן.

כ'קען ניטאמאל אריינגיין אין פרטי הטפשות, ס'ברענגט מיר ארויף די בלוט-דרוק און נידערט מיר די בלוט-צוקער.

המודיע'ס 'ענין' האט געהאט אן ארטיקל פון א Rebbi אין מאנסי: פון א אידישען פערספעקטיוו, איז דאס באנוץ פון אטאמישע וואפנס קעגן יאפאן געווען בארעכטיגט. (און ווער מיינט איר איז דער 'אידישער' פערספעקטיוו? איינשטיין און אפפענהיימער...)

אבער נאכ'ן ליינען די גאנצע ארטיקל קעניך צופיל טענות נישט האבן. מיט אזאלכע גאלדענע אויסדרוקען ווי "ווען דער האלאקאסט האט אויסגעבראכען", און "האפענטליך" האט דער אטאם געהאלפן צואיילען די ענדע פונעם קריג, קעניך נאר האפן אז איינמאל די האלאקאסט וועט ענדיגען ברעכן וועט ער שוין וויסן אויף זיכער צי די באמבעס האבן געהאלפן.

----------

ולסיים בדבר טוב, אין משפחה האביך געזען אזא שאלה:

איינער האט געשריבן זעקס בריוו צו זעקס אנדערע אדרעסן, אבער ווען ס'איז געקומען זיי אריינצולייגען אין די קאנווערטן האט ער נישט געקוקט וועלכע בריוו ער לייגט אין וועלכע ענוועלאופ. וואס זענען די שאנסן אז פונקט פינף זענען אריין אין די ריכטיגע קאנווערט?

זעראו. אויב זענען פינף אין די ריכטיגע, איז די זעקסטע אויך.


הלוואי זאל איך אנקומען צו ליינען אזויפיל צייטונגען און מאגאזינען ווי [tag]ונבנתה העיר[/tag]
איסתרא בלגינא קיש קיש קריא
באניצער אוואטאר
ונבנתה העיר
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3795
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יולי 25, 2012 5:41 am
האט שוין געלייקט: 6591 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8112 מאל

שליחה דורך ונבנתה העיר »

ווען א ווייסער אייראפעער באזוכט אין מדינת ישראל צום ערשטן מאל; שפאצירט ארום אין חברון, א שטאט צעטיילט צווישן אידן און פאלעסטינער, מיט א טור-גייד, און שרייבט דאס:

1.jpg

סיריעסלי?

אבוויעסלי האט אזא זאך קיינמאל פאסירט.

אבוויעסלי קען זיך דער אידישער סאלדאט, מחיילי בית דוד, מיט דעם טור-גייד. מן הסתם טרעפט ער אים יעדן טאג מיט נאך א פעקל תמימות'דיגע טוריסטן.

אבוויעסלי האט ער אים באגריסט סארקאסטיש מיט'ן פסוק אין יהושע: הלנו אתה אם לצרינו.

אבוויעסלי.

אבער וואס קען איך טון? א ווייסער בריטאן האט דאך עס בפירוש אפגעדרוקט שחור על גבי לבן. אין צוויי הונדערט יאר ארום וועלן פארשער זיין זיכער אז מדינת ישראל האט אויסגעזען ווי גרויס-בריטאניע...
מ'דארף צוריק אראפברענגען דעם רבי'ן

אמר ונבנתה: אל עבר החלון נשקפתי ונתתי אל לבי כי שבת האדם ממנו, חומר וגשם – ורוח אין, בחנתיו, והנה הוא תולדת מקריו – כאשר ילך המקרה כך יתעצב לבו ודמותו, לרגעים אבחננו, כאשר יאמר החכם כי אין הוויית רגע מול רגע נוצרת כי אם בהתחדש מקריו, ואל מי יקר המקרה?
תנחום
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 324
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך סעפטעמבער 21, 2016 10:42 pm
געפינט זיך: אין די הייסטע פלאץ אין גיהינום
האט שוין געלייקט: 221 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 319 מאל

שליחה דורך תנחום »

לעצטענס אן אפטער ערשיינונג ביי אונז אין מקוה וואס ברענגט מיר בייז בלוט יעדעס מאל ווען איך א באגעגן א לויפענדיגע שויער וואס די באשויערטע האט איר ווי געלאזט אויף דאבל-פארק מיט אנגעצינדינע בלינקערס. מיט זיין שעמפא ליגענדיג אויפן ערד האלט ער אן די שויער בשעת ער מאכט זיינע שי טבילות. אלס אן אות מחאה פארנעם איך דוקא יענעם שויער וואס נארמאל האב איך בעסער ליב די ווינקל בודקע פאר שויער-מחשבות סיבות. זאל עס זיין א זכות פאר'ן יום דין.
לא באתי לנצח (שולי)
באניצער אוואטאר
קורקלענד
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3204
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 31, 2014 2:28 pm
האט שוין געלייקט: 2383 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2629 מאל

שליחה דורך קורקלענד »

און וואס טוהט איר מיטן איר אלטער פראבלעם ווען יענער זייפט זיך אינעם שויער פארמאכטערהייט אויס מורא אז ער וועט פארלירן זיין ספּאַט אויב וועט ער זיך אויסזייפן אינדרויסן?
גראף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1034
זיך רעגיסטרירט: זונטאג אפריל 06, 2014 4:10 am
געפינט זיך: אויפן גיט אין דער אלטע הײם
האט שוין געלייקט: 714 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 512 מאל

שליחה דורך גראף »

איך ווארט (האף) אז איינער א געוויסער טיפ מענטש וועט אן קומען וואס 'העט זיך אן רופן מיט א באסיווע שטימע, האלאו לאז צו יא?! גיי זייף דיר אינדערהיים!
באניצער אוואטאר
וואלווי
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3762
זיך רעגיסטרירט: זונטאג נאוועמבער 01, 2015 11:34 am
האט שוין געלייקט: 5604 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 5650 מאל

שליחה דורך וואלווי »

ווארט נישט און האף נישט. שאוער אין דערהיים. צייט אויס צו וואקסען די גאנצע מקוה ביזנעס.

חוץ אז ס'נישט דא קיין גוטע וואסער פרעשער אינדערהיים...
Until the spirit be poured upon us from on high
Isaiah 32:15 -
גראף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1034
זיך רעגיסטרירט: זונטאג אפריל 06, 2014 4:10 am
געפינט זיך: אויפן גיט אין דער אלטע הײם
האט שוין געלייקט: 714 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 512 מאל

שליחה דורך גראף »

העי! כ'רעד נישט פון גיין א יעדן טאג. נאר אז מען ברויך גיין ברויך מען גיין. אז מען האלט שוין דארט אז עס קומט נישט אויס אז מען זאל דארפן גיין דעמאלסט ביסטו שוין מסתם סייווי אנגעצויגן...[emoji13]
תנחום
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 324
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך סעפטעמבער 21, 2016 10:42 pm
געפינט זיך: אין די הייסטע פלאץ אין גיהינום
האט שוין געלייקט: 221 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 319 מאל

שליחה דורך תנחום »

די פרענקס קומען זעקס אין א שאכטל, ווידעראום, די באנס קומען געפעקלט אין אכט. כ'מיין, וואס דארף איך טאן מיט די איבריגע צוויי באנס?
לא באתי לנצח (שולי)
באניצער אוואטאר
פאליטיקאנט
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 1413
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג יאנואר 19, 2018 4:53 pm
געפינט זיך: אין דמיון
האט שוין געלייקט: 766 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2068 מאל

Re: זאכן וועלכע רעגן מיר אויף!

שליחה דורך פאליטיקאנט »

Wow
פון די לענגסטע אשכולות דא אין שטיבל......
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20420
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך berlbalaguleh »

תנחום האט געשריבן:די פרענקס קומען זעקס אין א שאכטל, ווידעראום, די באנס קומען געפעקלט אין אכט. כ'מיין, וואס דארף איך טאן מיט די איבריגע צוויי באנס?

אויפעסן...! אדער אויפמאכן א ניי פעקל פון פרענקס. וחוזר חלילה...דאס איז דאך די גאנצע איידיע...!
החוקר
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1098
זיך רעגיסטרירט: זונטאג סעפטעמבער 25, 2016 3:53 pm
האט שוין געלייקט: 619 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 916 מאל

Re: זאכן וועלכע רעגן מיר אויף!

שליחה דורך החוקר »

berlbalaguleh האט געשריבן:אויפעסן...! אדער אויפמאכן א ניי פעקל פון פרענקס. וחוזר חלילה...דאס איז דאך די גאנצע איידיע...!

גראדע נישט. ביי די פערטע פעקל פרענקס גראד זיך עס אויס.
באניצער אוואטאר
ליטוואק פון בודאפעסט
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 9706
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 6:51 pm
האט שוין געלייקט: 3162 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9133 מאל

שליחה דורך ליטוואק פון בודאפעסט »

תנחום האט געשריבן:די פרענקס קומען זעקס אין א שאכטל, ווידעראום, די באנס קומען געפעקלט אין אכט. כ'מיין, וואס דארף איך טאן מיט די איבריגע צוויי באנס?

עס איז א דבר פשוט מאד. מ'מאכט א בארביקיו, און אלע ווארטן אויף די פרענקס, די קינדער ווארפן קעטשאם איינער אויף די צווייטן, דער טענה'ט אז די צווייטע האט גע'אטעמט אויף איר, און די דריטע דארף פונקט גיין אין טוילעט ווען די פערטער איז אריין געלאפן. בקיצור, אין אזעלכע צייטן, דיקט מען יעדעם וואשן און מאכן א ברכה אויף די עלענדע ראלל. און נאך דעם עסן זיי צופיל דערפון, און עס איז נישט דא גענוג ראללס פאר די פרענקס, אבער דאנק גאט אז האלב די פרענקס זענען פארברענט געווארן, ממילא פעלט שוין גארנישט, נאר מחליט צו זיין אז נאכמאמל מאכט מען נישט קיין בארביקיו.

זיי זארגן זיך פאר דיין קינדער.
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
באניצער אוואטאר
קורקלענד
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3204
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 31, 2014 2:28 pm
האט שוין געלייקט: 2383 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2629 מאל

שליחה דורך קורקלענד »

ווען ס'איז דא צוויי אשכולות פאר די זעלבע נושא.
מנחם ציון
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 755
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יוני 10, 2020 5:47 pm
האט שוין געלייקט: 479 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 679 מאל

שליחה דורך מנחם ציון »

פארשפארט