קו התאריך במשנתו של האדמו"ר מסאטמאר ז"ל

קאמענטארן און דיסקוסיעס אויף ארטיקלען
באניצער אוואטאר
ליטוואק פון בודאפעסט
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 9705
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 6:51 pm
האט שוין געלייקט: 3162 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9133 מאל

קו התאריך במשנתו של האדמו"ר מסאטמאר ז"ל

שליחה דורך ליטוואק פון בודאפעסט »

אין דער נייעם וועקער (#15, מאזאאיק) ברענגט ראובן א שמועס מיט הרב אליהו דוד טירנויער ז"ל, ווי ער פארציילט אז דער סאטמארער רבי האט נישט געגלויבט אז עס איז דא אן אונטערשייד פון א גאנצע טאג, אין די וועלט, ווי יאפאן איז ממש פיר און צוואנציג שעה גערוקט פון אמעריקא.
ער ברענגט פון אן אומבאקאנטען ספר וועגען חכמת התכונה פון איינער פון די ראשונים פון 900 יאר צוריק.

עס איז מיר זייער שווער צו גלויבען די מעשה. דער רמב"ן אין חומש אין פרשת בראשית ברענגט פון 'ויש מפרשים', וואס אין די נייע דרוקן לאזט מען אונז וויסען אז דאס איז דער רמב"ם אין מורה (ב, ל), אז ויהי ערב ויהי בקר יום אחד מיינט אז אין יעדער סעקונדע איז עס ערגעץ אנדערש געווען די זעלבע צייט אין טאג, ווייל דער זון דרייט דאך ארום די וועלט און אין יעדער סעקונדע שטייט עס ערגעץ אין דער וועלט ביים עלות און ביים שקיעה וכדו'.

ויש מפרשים (מורה נבוכים ב ל) כי זה רמז לתנועת הגלגל על פני כל הארץ בעשרים וארבע שעות, שכל רגע מהם בקר במקומות משתנים, וערב במקומות שכנגדם ואם כן ירמוז לאשר יהיה ברקיע אחרי הנתן המאורות ברקיע השמים:


ער מוז נישט זיין א בקי אין אלעם, אבער א רמב"ן על התורה איז גארנישט אזא ווייטע מראה מקום ער זאל עס נישט קענען.
אפשר האט הרב טירנויער נישט געוואוסט דערפון, און ער האט עס נישט פארשטאנען פון דער סאטמארער רבי'ן אויך נישט.
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
נח פייפער
א גאסט אין שטיבל
א גאסט אין שטיבל
הודעות: 14
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אוגוסט 09, 2017 11:25 am
האט שוין געלייקט: 30 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 63 מאל

שליחה דורך נח פייפער »

דער ציטאט פון ר' אלי' דוד טירנויער זאגט גארנישט איבער דעם סאטמארער רב נאר איז ליבערשט א סטעיטמענט אויפ'ן בעל מספר ר' אלי דוד זעלבסט.

ס'איז זייער נישט מסתבר אז דער סאטמארער רבי, זייענדיג א זיבעציג יעריגער איד דעמאלט וואס האט געהאנדלט מיט טויזנטער מענטשן איבער פארשידענע קאנטינענטן במשך זיין לעבן זאל נישט וויסן אזא פשוטע פאקט אז ס'איז דא פלעצער אין דער וועלט וואס איז אפגעריקט מיט 24 שעה, כ'מיין וואס איז שוין די גרויסע תורה, אז ס'איז דא פלעצער וואס זענען אפגעריקט מיט זיבן שעה קען דאך געמאלט זיין מער אויך.

ר' אלי' דוד איז נישט געווען קיין תלמיד חכם און האט זיכער ווייניג פארשטאנען איבער דעם גאנצן שמועס. בכלל איז וויכטיג צום באטאנען אז עס ווערט פארציילט פארשידענע סתירה'דיגע געשיכטעס איבער דעם שמועס צי דער רבי האט יא געהאלטן פון שי' חזון איש צי נישט וכו', איך בוצינא קדישא דערציילט ר' סענדער דייטש איין גירסא, און כמדומה אז דער טאהשער דיין רבי בנימין לאנדא וועלכער איז אנוועזנד געווען האט אן אנדערע גירסא. כמדומה אז ר' ישראל דוד הארפענעס האט דערוועגן א שמועס אין ישראל והזמנים.

ווען מ'רעדט פון אזא סארט שמועס ווי קו התאריך וואס די ארומיגע זענען קיין סך נישט געווען באהאוונט דערוועגן איז סיי וועלכע שמועה עס ווערט נאכגעזאגט איז נישט מאסגעבנד. כ'האב שוין געטראפן בעבר שטותים און גרייזן וואס ווערט נאכגעזאגט פון דעם שמועס צום ביישפיל אין זקניך ויאמרו לך ווי הרב טעלער ציטירט פון אן עלטערן איד כאילו ציטאטן פונעם שמועס, אז איינער האט דערמאנט א מאירי וואס אויף דעם בויעט זיך די גאנצע סוגיא און דער רבי האט געזאגט אז מ'קען אנדערש אפלערנען פשט אין מאירי ווי דעם חזון איש וואס כידוע איז דער גאנצער סוגיא באזירט אויפ'ן בעל המאור נישט דעם מאירי.

אליבא דאמת איז יתכן אז דער סאטמארער רבי איז אויך נישט געווען באהאוונט דערוועגן צופיל (ווען ר' חיים דרוק האט געברענגט א ספר פון זיין פאטער (עפעס אזוי גייט די מעשה) צום סאטמארער רבי'ן איבער אסטראנאמיע האט דער סאטמארער רבי זיך אנגערופן, "א חידוש פון אייער פאטער, ער שרייבט א ספר אויף א נושא וואס קיינער קען נישט", פשט איז אז קיינער קען אים נישט טשאלענדזשען. האט ער אים געענטפערט, "אנדערע קענען יא..." ווי איינער זאגט אז דו קענסט נישט מיינט נישט אז אנדערע קענען נישט...) בסך הכל האט מען דארט געשמועסט אויבערפלעכליך אין א נושא וואס פאדערט זיך א גאר שטארקע גרינטליכקייט צו האבן א ששטעלונג דערוועגן. (ס'איז דא א תשובה אין בני ציון פון הגאון ר' דוד שפירא וועלכער איז געווען א גדול בתורה אין ירושלים וועלכער האט זיך געשריבן מיט די גרעסטע גדולי ישראל בדורו ווי דער ראגאטשאווער גאון זצ"ל, רבי חיים עוזר זצ"ל און דעם חזון איש זצ"ל און איז געווען א שטארקער ידען אין אויסטראנאמיע און צווישן די גדולי הרבנים וואס האבן געשריבן זייער מיינונג איבער'ן "קו התאריך" ווען עס האט זיך געהאנדלט איבער די מירער תלמידים אין שאנכיי, שרייבט ער אין א תשובה, אז ער איז געזעסן ביי א גרויסע אסיפת הרבנים איבער דער נושא און רוב רבנים האבן נישט געהאט די מינדעסטע השגה אין די גאנצע סוגיא, סיידן געציילטע רבנים ווי רבי יחיאל מיכל טוקצינסקי ועוד איזה רבנים שהיה להם "קצת" ידיעה בענינים אלו...)

ר' ראובן האט מסתמא נישט געברענגט די שטיקל אין מאאזאיק פאר גארנישט, און אויב עפעס זאגט דער ציטאט עדות וויפיל עס איז ווערד א שמועס פון אן אלטן איד וואס רעדט זכרונות פון פופציג יאר פריער און וואס פאר א ניווא עס שטייט דער חוש הביקורות פון שרייבער און מגיהים אין היימישע צייטונגען וואס וועלן נאכשרייבן אזעלכע שטותים וואס האבן נישט קיין הענט און קיין פיס און ברענגען ניטאמאל א כבוד פאר'ן רבי'ן.
elter-zeide
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 309
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יולי 12, 2012 4:33 pm
האט שוין געלייקט: 96 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 125 מאל

שליחה דורך elter-zeide »

איז דא איינער וואס האט געקענט "הרב אליהו דוד טירנויער ז"ל", וואס אויף אים בויצעך דא א שמיס איבער'ן סאטמאר'ן רב זצ"ל
איך בין נישט אזוי אלט ווי איך זע אויס
סביב העולם
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 395
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג יולי 03, 2015 10:48 am
האט שוין געלייקט: 795 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 489 מאל

שליחה דורך סביב העולם »

elter-zeide האט געשריבן:איז דא איינער וואס האט געקענט "הרב אליהו דוד טירנויער ז"ל", וואס אויף אים בויצעך דא א שמיס איבער'ן סאטמאר'ן רב זצ"ל

ווער האט דען נישט געהערט פון רעב עליעדאוועד? א גאר טייערער איד געווען, אבער דאס נאכזאגן מימרות איבער פארצווייגטע נושאים בשמו איז ווי נח פייפער זאגט א ריכטיגע ליצנות, נישטא ווער זאל לאכן

בערל וועט זיכער קענען געבן א געהעריגע הערכה אויף אים און זיינע בני משפחה (אויף איינעם פון זיי זאגט מען אז אין ישיבה האט ער באהאלטן צוויי ספרים, זרע קודש און נדה ביהודה. נישט אז ר' אלי' דוד איז געווען אזא אנאלפאבעט, אבער ביזן בויען אויף אים איז פאלג מיר א גאנג).
Life’s not about money, it’s about love & ……I love MONEY!
נהורא נפישא
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 1717
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 23, 2013 9:42 pm
האט שוין געלייקט: 1778 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2305 מאל

שליחה דורך נהורא נפישא »

די ענין פון קו התאריך איז נישט די פשוטע הבנה אז עס איז דא אונטערשיידן פון 24 שעה איבער די וועלט, אוודאי האט דאס דער סאטמארער רב פארשטאנען, די מוכרחדיגע חידוש שבו איז אז עס איז פארהאן א פלאטץ אין די וועלט וואס דארט איז אינגאנצען אפאר סעקונדעס געריקט לויטן גאנג פון די זון אבער איז בהכרח געריקט א גאנצע טאג, ווייל פון ערגעץ מוז מען אנהויבען רעכענען די טעג לויט די וואכן טעג. איך האב אליין געהערט א טעיפ ווי ר' סענדר דייטש פארציילט דארט אז בשעת ווען די סאטמארער רב איז געפארן אויפן שיף קיין ארץ ישראל האט ער מסביר געווען פארן רבי'ן וויאזוי די קו התאריך ארבעט און די מחלוקה צעווישן די חזון איש און די אנדערע רבנים וואס אויף דעם ארויף האט דער רבי געזאגט וועלעכע שיטה עס געפעלט אים בעסער, איך האב געהערט דעם טעיפ יארן צוריק, אבער דאס געדענק איך בבירור אז בין ארויס מיט די רושם אז ער האט בכלל נישט געוויסט מדעתיה דנפשיה פון די גאנצע זאך און אויך נאך דעם וואס סענדר האט אים מסביר געווען האט ער דאס בכלל נישט עפעס אזוי ארויסגעהאט, איך געדענק אז כ'האב מיך געחידושט אז סענדר פארציילט דאס אויף אן אופן פון נעמען קרעדיט אז ער פארשטייט דאס גוט און אז ער האט דאס מסביר געווען פארן רבש"י און ס'האט אים עפעס נישט געשטערט אז די רבי קומט ארויס אן אומוויסענדער, מ'קען דעם טעיפ אפירזוכן.
למה נקרא שמו רבי נהוראי, שמנהיר עיני חכמים (עירובין:)
מיימון
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 378
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 26, 2015 12:17 am
האט שוין געלייקט: 262 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1509 מאל

שליחה דורך מיימון »

אזוי האב איך אויך פארשטאנען פון מיין זיידן וואס איז דארט געווען אויפ'ן שיף מיטן רבי'ן אז דער רבי האט בכלל נישט ארויסגעהאט וואס דא גייט פאר, כמדומה אז איינער (שכחתי) האט מסביר געווען פארן רבי'ן מיט א הוט און געוויזן וויאזוי די זון דרייט זיך ארום און דער רבי האט רעספאנדעט מיט עפעס א נארישע דזשאוק וועגן דעם הוט. ביטע בויט נישט אויף מיינע ווערטער צופיל ווייל איך געדענק נישט פונקטליך און איך גיי נישט יעצט איבערפרעגן. אבער זכורני אז דאס איז געווען מיין אימפרעשאן פון די מעשה.

מכאן ואילך פרשנות: עס דארף אבער נישט זיין קיין וואונדער, סאטמארער רבי איז געווען היבש א פארמאכטער מענטש כידוע ליודעים, ער איז טאקע געווען גאר שארף, אבער האט נישט געהאט די ריכטיגע סקילס צו דזשאדזשן זאכן, אזעלכע זאכן ווי סייענס וכדו' זענען נישי געווען ביי אים אפגיפרעגט וועגן ער האט געהאלטן אז זיי זאגן נישט גוט (ווי דער ליובאוויטשער אדער ר"א מילר וכדו') נאר פאר די זעלבע סיבה וואס מיין באבע האט נישט געהאלטן דערפון ער האט פשוט נישט געהאט קיין מושג וואס דאס איז און וויאזוי מען עסט דאס. זיין תשובה צו א קשיא פון אמונה וואלט געווען צו חוזק מאכן און מוחה זיין. פונקט אזויווי זיין רעספאנס צו ציוניזם איז געווען ספאנטאן צו אסרן און שרייען, ער האט קיינמאל נישט גענומען די מיה צו טראכטן אפשר יא, ער איז פשוט נישט געווען קעיפעבל דערצו. דאס וואלט געמאכט זיין גאנצע מציאות אויס, ער דער גרויסער מיוחס דור אחר דור וואס מאסן משכימים לפתחו זאל דארפן גיין זיך אראפזעצן מיט א מאדערנעם מענטש און לערנען פון אים, לא יעלה על הדעת. סאטמאר רב האט מעודו נישט געפרעגט ביי קיינעם קיין דיעות און געוואוסט בעסער פון יעדעם וואס צו טון (ער האט נישט געהאט אפילו קיין רבי). דעריבער האט ער אויסגענוצט זיין גאנצן שארפקייט און סיגעטן קאפ אויפצוקומען מיט דריידלעך און אונגארישע לומדות מתובל מיט מדרש פליאה סארט דרושים'לעך פארוואס צו אסר'ן ציונות און א גאנצע רייע מיט זאכן אנשטאט אדמיטן איינמאל אפילו אז אפשר איז ער געווען ראנג.

אזא ענין ווי קו התאריך האט מען נישט געלערנט אין מארמאראש, און ער האט לכאורה קיינמאל נישט געזען קיין גלאוב, דעריבער איז זיין רעספאנס ערטוארטעט פונקט ווי מיין באבנס: וואס רעדסטו שטותים עס קען נישט זיין עס מאכט דאך נישט קיין סענס. פונקט ווי איך האב רעספאנדעט נאכן הערן צום ערשטן מאל וועגן אזא מאדנע זאך. (גיי יעצט ארום פרעגן עלטערע מענטשן דאס וועט זיין ממש זייער תשובה, חוץ אויב זיי זענען שוין אסאך געפלויגן אדער ת"ח יודעים וואס ווייסן די מעשה מיטן חזו"א).

וואס יא, פראקטיש איז ער זייער געווען און האט געהאט א געלונגענעם חוש צו מענטשן, און זיין צוגאנג צו רוב עניני חול איז געווען מער רעאליסטיש ווי אסאך רביס פונעם חסידישן חדר.

סליחה על הדברים הבוטים ואני מקבל נזיפה מכל חסידי סאטמר שיבואו בהמוניהם ויירוקו על פתח ביתי כמקובל לנו מאותו זקן זיעועיכי"א
מיימון
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 378
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 26, 2015 12:17 am
האט שוין געלייקט: 262 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1509 מאל

שליחה דורך מיימון »

ואוסיף עוד אז באמת איז סאטמארער רבי גערעכט געווען (ווי אלעמאל פארשטייט זיך). אים האט לכאורה בעיקר געבאדערט אז תורהדיג לייגט זיך אזא זאך נישט אויפן שכל. אין די תורה איז יום ולילה אן אביעקטיווע ממשותדיגע זאך וואס איז נישט תלוי אין הסכמה אדער קביעה וכדו'. צו זאגן אז אויף איין פלאץ איז מאנטאג און א טפח ארויפציר דינסטאג (או שבת וחול) דאס איז א משונהדיגער חידוש וואס די תורה וואלט געדארפט ערקלערן אדער חז"ל וכדו'. דאס אז עס רוקט זיך די שעות דורכן פארן איז נישט געפערליך ווייל אין די תורה פארט מען מיט א אייזל אדער שיף און צוביסלעך רוקט מען זיך מיט מיט די שעות און ממילא ווען מען קומט אן אויף די אנדערע זייט אויב האט ער נאכנישט פארלוירן דעם חשבון אינצווישן וועט ער העכסטנס רוקן זיך מיט א טאג צוזאמען מיט דעם מנהג המקום און באשליסן אז ער האט זיך יא טועה געווען. משא"כ ווען מען פארט מיט עראפלאנען שנעלער ווי דער טאג און מען פארט אריבער קאנטינענטן בליץ שנעל איז עס א אקטועלע שאלה וואס דארף א תשובה.

אבער דער אמת איז אז ער איז גערעכט, די תורה האט נישט גערעדט פון אזא מציאות און די תורה האט נישט קיין תשובה דערויף (ווען איינער טאנצט אהין און צוריק אויפן דעיטליין צווישן שבת און וואכן וואס טוט ער?) פונקט אזוי ווי די תורה האט נישט קיין תשובה פאר ספעיס ווען עס איז דארט שבת.און פונקט ווי די תורה האט נישט קיין אנונג וואס איז דער דין מיט עלעקטריק. א פרואוו צו טרעפן אין די תורה עפעס פשטלעך איז פאלש. נאר וואס מען מוז דאך לעבן מיט עפעס א סיסטעם מוז מען זיך מאכן כאילו. אבער באמת האט דאס די תורה בכלל נישט געמיינט.
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום מיימון, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
באניצער אוואטאר
רביה''ק זי''ע
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 5435
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 15, 2018 8:46 pm
געפינט זיך: אין קוויטל-שטוב
האט שוין געלייקט: 5089 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6524 מאל

שליחה דורך רביה''ק זי''ע »

מיימון האט געשריבן:סאטמארער רבי איז געווען היבש א פארמאכטער מענטש כידוע ליודעים, ער איז טאקע געווען גאר שארף, אבער האט נישט געהאט די ריכטיגע סקילס צו דזשאדזשן זאכן, אזעלכע זאכן ווי סייענס וכדו' זענען נישי געווען ביי אים אפגיפרעגט וועגן ער האט געהאלטן אז זיי זאגן נישט גוט (ווי דער ליובאוויטשער אדער ר"א מילר וכדו') נאר פאר די זעלבע סיבה וואס מיין באבע האט נישט געהאלטן דערפון ער האט פשוט נישט געהאט קיין מושג וואס דאס איז און וויאזוי מען עסט דאס. זיין תשובה צו א קשיא פון אמונה וואלט געווען צו חוזק מאכן און מוחה זיין.

דו זאגסט זייער א טיפע נקודה, אז א קלוגע מענטש וואס ווייסט אז ער איז קלוג וועט ענדערש לאכן פון א נייע געדאנק ווי זיך אריינצוטיפן און פרובירן מאכן סענס דערפון. איך מיין אבער אז אויב וועט ער הערן אן אבסורדע געדאנק פון א קלוגע מענטש וועט ער יא פרובירן צו פארשטיין און נישט גלייך אוועקמאכן, די פראבלעם מיט סאטמארע רב איז נאר געווען, אז ער איז געווען כחכם אחד בין שבעים טפשים... כ'מיין קיינעם נישט אוועקצומאכן, אבער צו סאטמארע רב זענען זיי נישט צוגעקומען, ס'איז אים פשוט נישט איינגעפאלן אז אפשר ווייסן זיי יא וואס זיי רעדן. שטעל זיך פאר אז סענדער דייטש קומט דיר פארקויפן תורת הקוואנטום, וואלסט אפילו געהאט א הוה אמינא אז ער ווייסט וואס ער רעדט?
Do y'all remember before the internet that people thought the cause of stupidity was the lack of access to information? Yeah, it wasn't that
באניצער אוואטאר
ליטוואק פון בודאפעסט
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 9705
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 6:51 pm
האט שוין געלייקט: 3162 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9133 מאל

Re: קו התאריך במשנתו של האדמו"ר מסאטמאר ז"ל

שליחה דורך ליטוואק פון בודאפעסט »

מיימון - דער בעל המאור זאגט אונז אז די גמרא און די ברייתא פון סוד העיבור רעדן אקוראט אויף די נושא. וואס זאגסטו אז דע תורה רעדט נישט דערפון?

Sent from my LG-K373 using Tapatalk
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
מיימון
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 378
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 26, 2015 12:17 am
האט שוין געלייקט: 262 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1509 מאל

שליחה דורך מיימון »

דאס אז די מענטשן ארום זענען געווען בהמות איז נישט די סיבה נאר דער פועל יוצא. קלוגע מענטשן זענען נישט געקומען צו אים ווייל זיי האבן נישט געהאלטן אז זיי וועלן עפעס טרעפן ביי אים. צום ליובאוויטשער האבן געשטראמט דאקטוירים און געלערנטע מענטשן (נישט אז איך האלט אז ער איז געווען סופער קלוג און ער איז זיך אויך ווערד זיין געלט מיט זיין עגאצענטריזם וואס איז נאר געוארן פארשטערקערט פון זיצן איינגעשפארט אין די אייגענע ד אמות, אבער זיין צוגאנג צו חכמה האט יא אינספירירט די געלערנטע לייט. ער האט ליב געהאט צו לערנען נייע זאכן און געזען דערין א ערך און חשיבות.) צום סאטמאר רבין האבן זיך צוגעצויגן די סארט מענטשן. (זיינע אייגענע גוטע קעפ זענען אנטלאפן קיין חבד סקווער און ליטווישע ישיבות, סאטמארער רבי האט סוף כל סוף פראדוצירט א דור פון עמי ארצים און ליידיגע מוחות.

ליטוואק וועגן בעל המאור. איז דאך דאס טאקע נאר וויבאלד ער האט זיך ליידער אנגעליינט מיט סייענס רח"ל ווי ער איז אליין מעיד דארט אין די סוגיא. זע טאקע די בייזע תגובה פונעם ראב"ד דארט אויפן פלאץ. אזוי צו אזוי סאטמאר רב האט מסתמא גוט אפגעלערנט די הלכהישע אספעקטן אין די סוגיא און ארויסגעהאט די שיטות וכו' אבער דעם מציאות האט ער טאקע קיינמאל נישט פארשטאנען, און ער האט נישט געהאט ווער עס זאל אים עס מסביר זיין. די תורה מיין איך צוזאגן אז עס וואלט געדארפט זיין א חז"ל אמר רבה בר בר חנה לדידי חזי לי ההוא אתרא דבחד סטרא הוה שבתא ובאידך יום א' והוי מדלגינן מהאי להאי בעי ר ירמיה צריך לחזור ולקדש או לא ואת"ל צריך מהו שיעשה מלאכה מאי תיקו. אזאנס וואלט געווען קלאר.
באניצער אוואטאר
ליטוואק פון בודאפעסט
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 9705
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 6:51 pm
האט שוין געלייקט: 3162 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9133 מאל

Re: קו התאריך במשנתו של האדמו"ר מסאטמאר ז"ל

שליחה דורך ליטוואק פון בודאפעסט »

וואו! האסט עצות וויאזוי דער סוד העיבור וואלט געדארפט געשריבען ווערן. גארנישט שלעכט, דער אמורא שמואל האט עס אויך נישט פארשטאנען.
דער ראב"ד דינגט זיך נאר אויף איין פרט, אויב איך געדענק גוט. דער בעל המאור שרייבט קעגן די וואס ווילען נישט נעמן אינפארמאציע פון די גוים, אבער דאס איז נאר צו פארשטיין די גמרא. ער דינגט זיך נישט אז דער גמרא זאגט עס.

Sent from my LG-K373 using Tapatalk
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
באניצער אוואטאר
רביה''ק זי''ע
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 5435
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 15, 2018 8:46 pm
געפינט זיך: אין קוויטל-שטוב
האט שוין געלייקט: 5089 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6524 מאל

שליחה דורך רביה''ק זי''ע »

.
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 2 אום רביה''ק זי''ע, רעדאגירט געווארן 0 מאל בסך הכל.
Do y'all remember before the internet that people thought the cause of stupidity was the lack of access to information? Yeah, it wasn't that
באניצער אוואטאר
שמעון וואלף
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3547
זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 14, 2014 1:33 pm
געפינט זיך: אין דרום
האט שוין געלייקט: 5476 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3921 מאל

שליחה דורך שמעון וואלף »

ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:אין דער נייעם וועקער (#15, מאזאאיק) ברענגט ראובן א שמועס מיט הרב אליהו דוד טירנויער ז"ל, ווי ער פארציילט אז דער סאטמארער רבי האט נישט געגלויבט אז עס איז דא אן אונטערשייד פון א גאנצע טאג, אין די וועלט, ווי יאפאן איז ממש פיר און צוואנציג שעה גערוקט פון אמעריקא.

מיינסט אודאי צו זאגן צוועלף שעה

חברה, איך בין אויך נישט די גרעסטע חסיד פון סאטמאר רב'ס גאונות און בקיאות אבער איך מיין אז עטליכע שרייבער דא וואלטן געמעגט זיך אויסדריקן מיט אביסול מער רעספעקט.

הנלענ"ד כתבתי וד"ב
איסר האטלקי
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2265
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מאי 23, 2016 2:00 am
געפינט זיך: צווישן קאסוב אין וויזניץ
האט שוין געלייקט: 955 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1361 מאל

שליחה דורך איסר האטלקי »

אויף יאפאן איז יא דא א שאלה לגבי 24 שעה, אויב די אמת'ע קו התאריך לויפט אדורך אינמיטן יאפאן. ביים מלחמה האט מען געהאלטן 2 יום כיפור'ס אין שאנכיי מהאי טעמא.
באניצער אוואטאר
שמעון וואלף
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3547
זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 14, 2014 1:33 pm
געפינט זיך: אין דרום
האט שוין געלייקט: 5476 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3921 מאל

שליחה דורך שמעון וואלף »

איסר האטלקי האט געשריבן:אויף יאפאן איז יא דא א שאלה לגבי 24 שעה, אויב די אמת'ע קו התאריך לויפט אדורך אינמיטן יאפאן. ביים מלחמה האט מען געהאלטן 2 יום כיפור'ס אין שאנכיי מהאי טעמא.

ממילא פארדעם איז יאפאן אפגעריקט 24 שעה פון אמעריקא נישט 12?
איסר האטלקי
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2265
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מאי 23, 2016 2:00 am
געפינט זיך: צווישן קאסוב אין וויזניץ
האט שוין געלייקט: 955 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1361 מאל

שליחה דורך איסר האטלקי »

קו התאריך איז א מציאות, איך גלייב נישט אז א איד פון 40 יאר צוריק האט נישט געוואוסט דערוועגן. ס'איז נישט קיין סייענס אדער גרויסע מיסטעריעזע חכמה. מסתמא האט מען פארגעלייגט א שאלה וואס טירנויער האט נישט געהאט קיין מושג פון וואס מ'רעדט.

מער פון דעם, וויקיפידיה ברענגט אז סאטמאר רב האט אפי' געהאט א דעה אינעם ריזיגן פולמוס קו התאריך ביים צווייטן וועלט מלחמה, לגבי די מחלוקת הראשונים אויף וועלכע זייט פונעם קו התאריך שאנכיי געפינט זיך.
כשהתעוררה השאלה בתחילתה, כתב החזון איש אל הרב איסר זלמן מלצר שאינו רוצה להתערב בנושא זה. תלמידי ישיבת מיר פנו אל רבם, ראש הישיבה אליעזר יהודה פינקל, שלא גלה עימם ליפן אלא התיישב בארץ ישראל לפני המלחמה, והלה פנה אל הגרי"ז, ששהה כבר בירושלים אך לא רצה שוב לפסוק בנושא. הרב פינקל פנה אל החזון איש, שפסק שיש לשמור שבת ביום ראשון המקומי. החזון איש היה תקיף מאוד בדעתו זו ולא רצה לזוז ממנה גם לאחר שרוב רבני ירושלים לא פסקו כמוהו, אף על פי שגם ידידו הרב מלצר ניסה להניאו מדעתו. הוא אף חיבר את קונטרס י"ח שעות כתשובה לחיבורו של הרב יחיאל מיכל טוקצינסקי היומם בכדור הארץ[3]. כשקיבלו ביפן את תשובתו של החזון איש, מיד שבתו תלמידי ישיבת מיר ביום ראשון, ומסופר שלאחר קבלת התשובה, נכנס בליל שבת המשגיח הרב יחזקאל לוינשטיין לישיבה, דפק על הבימה ופתח בתפילת "והוא רחום" (תפילת יום חול).

בדעה זו החזיק גם רבי יואל טייטלבוים, האדמו"ר מסאטמר.
איסר האטלקי
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2265
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מאי 23, 2016 2:00 am
געפינט זיך: צווישן קאסוב אין וויזניץ
האט שוין געלייקט: 955 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1361 מאל

שליחה דורך איסר האטלקי »

שמעון וואלף האט געשריבן:
איסר האטלקי האט געשריבן:אויף יאפאן איז יא דא א שאלה לגבי 24 שעה, אויב די אמת'ע קו התאריך לויפט אדורך אינמיטן יאפאן. ביים מלחמה האט מען געהאלטן 2 יום כיפור'ס אין שאנכיי מהאי טעמא.

ממילא פארדעם איז יאפאן אפגעריקט 24 שעה פון אמעריקא נישט 12?

אויב ס'לויפט אדורך אינמיטן יאפאן, איז האלב יאפאן א טאג גערוקט פון צווייטן האלב יאפאן.
באניצער אוואטאר
ליטוואק פון בודאפעסט
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 9705
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 6:51 pm
האט שוין געלייקט: 3162 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9133 מאל

Re: קו התאריך במשנתו של האדמו"ר מסאטמאר ז"ל

שליחה דורך ליטוואק פון בודאפעסט »

שאנכאיי איז נישט געווען קיין שאלה. שאנכאיי איז טשיינא, קובה איז יאפאן און דארט איז געווען די שאלה.

Sent from my LG-K373 using Tapatalk
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
באניצער אוואטאר
רביה''ק זי''ע
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 5435
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 15, 2018 8:46 pm
געפינט זיך: אין קוויטל-שטוב
האט שוין געלייקט: 5089 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6524 מאל

שליחה דורך רביה''ק זי''ע »

ס'זעט מיר אויס אז דער רבי אליינס איז אראפגעקומען פון אויבן אנטיילנעמען אינעם שמועס...
Do y'all remember before the internet that people thought the cause of stupidity was the lack of access to information? Yeah, it wasn't that
אישתישבי
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3541
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 08, 2016 11:19 pm
האט שוין געלייקט: 121 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2068 מאל

שליחה דורך אישתישבי »

עס איז א שיטה ידוע, כי אין קו התאריך בכלל, און איז מבואר אין די קובצים באריכות גדול.

מיר איז א חידוש אז דא האבן שוין מגיב געוועהן אסאך ניקס און קיינער ווייסט נישט דערפין.
א קונץ צו זיין אליהו הנביא? א קונץ צו זיין איש תשבי!
גראף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1034
זיך רעגיסטרירט: זונטאג אפריל 06, 2014 4:10 am
געפינט זיך: אויפן גיט אין דער אלטע הײם
האט שוין געלייקט: 714 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 512 מאל

Re: קו התאריך במשנתו של האדמו"ר מסאטמאר ז"ל

שליחה דורך גראף »

אישתישבי האט געשריבן:עס איז א שיטה ידוע, כי אין קו התאריך בכלל, און איז מבואר אין די קובצים באריכות גדול.

מיר איז א חידוש אז דא האבן שוין מגיב געוועהן אסאך ניקס און קיינער ווייסט נישט דערפין.
נו' אפשר ביזטו מאריך הדברים? דו מיינסט צו זאגן אז ס'איז נישט דא אזא זאך ווי איבערטרעטן א ליניע וואס מען זעהט נישט און דו דארפסט מאכן קידוש?

Sent from my SM-G950U using Tapatalk
באניצער אוואטאר
ליטוואק פון בודאפעסט
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 9705
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 6:51 pm
האט שוין געלייקט: 3162 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9133 מאל

Re: קו התאריך במשנתו של האדמו"ר מסאטמאר ז"ל

שליחה דורך ליטוואק פון בודאפעסט »

טאמער דו מיינסט שיטת ר מ"מ כשר, איז עס נישט ממש אזוי. ער זאגט אז עס איז מסור ביד חכמי ישראל שבכל דור ודור.

עס איז אבער ווייט פון א שיטה. קיין שום מקור האט ער נישט געברענגט, און קיינער האט נישט מסכים געווען צו איהם.

טאמער דו מיינסט די שיטה (דוכט זיך ח"ז סלאנימסקי) אז עס ווענדט זיך פון וועלכע ריכטונג מ׳קומט. מיינט עס נישט אז עס איז נישט דא, נאר אז עס ווענדט זיך אויף די אומשטענדן.
און דאס האט אויך נישט קיין מקור

Sent from my LG-K373 using Tapatalk
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
איסר האטלקי
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2265
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מאי 23, 2016 2:00 am
געפינט זיך: צווישן קאסוב אין וויזניץ
האט שוין געלייקט: 955 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1361 מאל

שליחה דורך איסר האטלקי »

אישתישבי האט געשריבן:עס איז א שיטה ידוע, כי אין קו התאריך בכלל, און איז מבואר אין די קובצים באריכות גדול.

מיר איז א חידוש אז דא האבן שוין מגיב געוועהן אסאך ניקס און קיינער ווייסט נישט דערפין.

עס איז דא אחרונים וואס האבן אזוי געשריבן, אבער נישט אין די לעצטע 100 יאר ווען מ'האט שוין קאמיוניקירט מיט די גאנצע וועלט און יעדער האט אלעס געוואוסט. אמאל האט מען געלעבט אין א באקס.
פארשפארט