קו התאריך במשנתו של האדמו"ר מסאטמאר ז"ל

קאמענטארן און דיסקוסיעס אויף ארטיקלען
אישתישבי
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3541
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 08, 2016 11:19 pm
האט שוין געלייקט: 121 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2068 מאל

שליחה דורך אישתישבי »

[quote]
דער בעל המאור שרייבט ערגעץ אז דער וואס גייט צום קצה המזרח פאלט אראפ? אדער איז דאס אישתשבי און דער סאטמארער רב׳ס טעות?
/quote]

קצה מיינט א עק, אזוי האט מען אמאהל געמיינט אז דער וועלט האט א עק. און א עק מיינט אז מען פאלט אראפ.
א קונץ צו זיין אליהו הנביא? א קונץ צו זיין איש תשבי!
באניצער אוואטאר
ליטוואק פון בודאפעסט
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 9706
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 6:51 pm
האט שוין געלייקט: 3162 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9133 מאל

Re: קו התאריך במשנתו של האדמו"ר מסאטמאר ז"ל

שליחה דורך ליטוואק פון בודאפעסט »

ממש נאכ׳ן סקריפט.

היהפך כושי עורו אם נמר חברבורותיו.

איך האב מורא דו ביסט געפאלען פון די עק.......

Sent from my LG-K373 using Tapatalk
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
באניצער אוואטאר
רביה''ק זי''ע
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 5435
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 15, 2018 8:46 pm
געפינט זיך: אין קוויטל-שטוב
האט שוין געלייקט: 5089 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6524 מאל

שליחה דורך רביה''ק זי''ע »

איך מיין אז מ'קען עפענען אן עקסטער אשכול איבער שטותים פונעם חזו"א וואס חרדים זאגן איבער אלץ תורה מסיני, אויפ'ן געדאנק קומט מיר יעצט ארויף שיעור פאות, ירידת הדורות, שוק באשה ערוה און אמיתות דברי חז"ל/מדרשים. ער איז טאקע געווען א גאון עולם און אן ערליכען איד, אבער ער איז זיך אויך ווערד געווען זיין געלט. ער איז אזא בחינה ווי דער רמב"ם, וואסערע שטותים ער זאל נאר נישט רעדן, וועט מען עס אלץ אפקויפן אלץ תורה מסיני אפילו ער גייט קעגן אלע גדולים ביז אים.
Do y'all remember before the internet that people thought the cause of stupidity was the lack of access to information? Yeah, it wasn't that
באניצער אוואטאר
חתן בחור
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 318
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג דעצעמבער 11, 2018 9:14 pm
האט שוין געלייקט: 520 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 256 מאל

שליחה דורך חתן בחור »

איך פארשטיי נישט וויאזוי מ׳קען זאגן ס׳איז נישטא קיין קו התאריך! מילא ווי ס׳איז, קען מען זאגן אז ס׳קומט פון חכמי אומות העולם, אבער אז ס׳איז נישטא?! נו וויאזוי רוקט זיך די וועלט א טאג פאראויס?
השמים שמים לה׳ והארץ נתן לבני אדם. בעט נישט פון גאט קיין עצות, ער וויל זעהן וואס די גייסט טוהן.
באניצער אוואטאר
ליטוואק פון בודאפעסט
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 9706
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 6:51 pm
האט שוין געלייקט: 3162 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9133 מאל

Re: קו התאריך במשנתו של האדמו"ר מסאטמאר ז"ל

שליחה דורך ליטוואק פון בודאפעסט »

חתן בחור האט געשריבן:איך פארשטיי נישט וויאזוי מ׳קען זאגן ס׳איז נישטא קיין קו התאריך! מילא ווי ס׳איז, קען מען זאגן אז ס׳קומט פון חכמי אומות העולם, אבער אז ס׳איז נישטא?! נו וויאזוי רוקט זיך די וועלט א טאג פאראויס?
די ראציאנאליסטען, וואס לאזען זיך נישט פאר גארנישט, זענען אלע מעמבערס פון די flat earth society וואס האט מעמבערס פון around the globe. זיי געבען זיך פיין אן עצה. פונקט ווי זייער ראציאנאליסטישע סיסטעם פון רעדן פון א חזו"א וואס זיי האבען נישט געזען אינעווייניג.

Sent from my LG-K373 using Tapatalk
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
באניצער אוואטאר
רביה''ק זי''ע
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 5435
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 15, 2018 8:46 pm
געפינט זיך: אין קוויטל-שטוב
האט שוין געלייקט: 5089 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6524 מאל

שליחה דורך רביה''ק זי''ע »

חתן בחור האט געשריבן:איך פארשטיי נישט וויאזוי מ׳קען זאגן ס׳איז נישטא קיין קו התאריך! מילא ווי ס׳איז, קען מען זאגן אז ס׳קומט פון חכמי אומות העולם, אבער אז ס׳איז נישטא?! נו וויאזוי רוקט זיך די וועלט א טאג פאראויס?

עיין בבא בתרא כה תניא רבי אליעזר אומר וגו'; ברייתא דרבי ישמעאל פרק ג; ירושלמי ברכות פ"א ה"א; ובברכת יוצר שחרית של שבת ובוקע חלוני רקיע וגו'.
Do y'all remember before the internet that people thought the cause of stupidity was the lack of access to information? Yeah, it wasn't that
באניצער אוואטאר
חתן בחור
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 318
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג דעצעמבער 11, 2018 9:14 pm
האט שוין געלייקט: 520 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 256 מאל

שליחה דורך חתן בחור »

רביה''ק זי''ע האט געשריבן:

יא יא, דאס איז איין זאך. אבער מאנכע וואס ווילן טענה׳ן אז די קו התאריך איז לאו דוקא, כאילו ס׳קען זיין א מחלוקת דערין, פארשטייען נישט אז ס׳איז נישט פארהאן קיין אנדערע מציאות. אחוץ זיי זענען טאקע פון די פלאכע ערד געמיינדע.
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום חתן בחור, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
השמים שמים לה׳ והארץ נתן לבני אדם. בעט נישט פון גאט קיין עצות, ער וויל זעהן וואס די גייסט טוהן.
באניצער אוואטאר
רביה''ק זי''ע
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 5435
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 15, 2018 8:46 pm
געפינט זיך: אין קוויטל-שטוב
האט שוין געלייקט: 5089 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6524 מאל

שליחה דורך רביה''ק זי''ע »

די גמרא איז געשריבן געווארן דורך מיטגלידער פון אט די פלאכע ערד געמיינדע...
Do y'all remember before the internet that people thought the cause of stupidity was the lack of access to information? Yeah, it wasn't that
באניצער אוואטאר
ליטוואק פון בודאפעסט
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 9706
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 6:51 pm
האט שוין געלייקט: 3162 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9133 מאל

Re: קו התאריך במשנתו של האדמו"ר מסאטמאר ז"ל

שליחה דורך ליטוואק פון בודאפעסט »

עס איז אזא אמונה שלימה ביי געוויסע סארט מענטשען אז די גמרא האט געהאלטען אז די וועלט איז פלאך. ווען דער בעל המאור איז מסביר די גמרא אנדערש, איז עס גאר א ראיה ווי ווייניג דער בעל המאור האט פארשטאנען. וכן הלאה. עס איז א לאנגע קייט פון גלויבונגען, אדער בעסער געזאגט ׳אויבער גלויבונגען׳.

Sent from my LG-K373 using Tapatalk
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
באניצער אוואטאר
רביה''ק זי''ע
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 5435
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 15, 2018 8:46 pm
געפינט זיך: אין קוויטל-שטוב
האט שוין געלייקט: 5089 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6524 מאל

שליחה דורך רביה''ק זי''ע »

די גמרא זאגט קלאר אין אפאר פלעצער אז דער וועלט איז פלאך.
Do y'all remember before the internet that people thought the cause of stupidity was the lack of access to information? Yeah, it wasn't that
נהורא נפישא
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 1717
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 23, 2013 9:42 pm
האט שוין געלייקט: 1778 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2305 מאל

שליחה דורך נהורא נפישא »

ר' ליטוואק אפשר זענט איר אונז מסביר וואס שיטת ר"ת איז מיט די צוויי שקיעות ?
לויט שיטת ר"ת דארף מען נישט קיין קו התאריך.
למה נקרא שמו רבי נהוראי, שמנהיר עיני חכמים (עירובין:)
אישתישבי
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3541
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 08, 2016 11:19 pm
האט שוין געלייקט: 121 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2068 מאל

שליחה דורך אישתישבי »

שיטה פין סאטמאר רב, פין הארפענעס.
א קונץ צו זיין אליהו הנביא? א קונץ צו זיין איש תשבי!
אישתישבי
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3541
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 08, 2016 11:19 pm
האט שוין געלייקט: 121 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2068 מאל

שליחה דורך אישתישבי »

חתן בחור האט געשריבן:איך פארשטיי נישט וויאזוי מ׳קען זאגן ס׳איז נישטא קיין קו התאריך! מילא ווי ס׳איז, קען מען זאגן אז ס׳קומט פון חכמי אומות העולם, אבער אז ס׳איז נישטא?! נו וויאזוי רוקט זיך די וועלט א טאג פאראויס?

וואס די האלסט טאקע אז עס יא דא?
יעדער מינוט שיינט די זון אביסל ווייטער ווי פריער, ווער זאגט דיר ווי עס האט זיך אנגעהויבן?
קו התאריך האבן גוים געמאכט א הסכם ווי עס זאל זיך אנהייבן, עס איז נישט א נברא.

ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:ממש נאכ׳ן סקריפט.

היהפך כושי עורו אם נמר חברבורותיו.

איך האב מורא דו ביסט געפאלען פון די עק.......

Sent from my LG-K373 using Tapatalk

איך ווייס נישט וועלכע סקריפט די רעדסט, אבער דער חזון איש איז נעבעך געוועהן א צוריק געשטאנען איד, וואס האבן נעבעך געמיינט אז ווייל דער בעל המאור האט געהאלטן אז מען וואוינט נאר אויף איין זייט וועלט, מוז עס זיין אמת.

פארדעם איז ער טאקע נישט געפארען קיין עראפלאנען, ווייל ער האט מורא געהאט פין דער עק.
א קונץ צו זיין אליהו הנביא? א קונץ צו זיין איש תשבי!
איסר האטלקי
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2265
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מאי 23, 2016 2:00 am
געפינט זיך: צווישן קאסוב אין וויזניץ
האט שוין געלייקט: 955 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1361 מאל

שליחה דורך איסר האטלקי »

אישתישבי האט געשריבן:שיטה פין סאטמאר רב, פין הארפענעס.

דער סאטמאר רב רעדט נישט אויב ס'איז דא א קו התאריך, נאר וואו די קו התאריך לויפט פאקטיש אדורך.
באניצער אוואטאר
ליטוואק פון בודאפעסט
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 9706
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 6:51 pm
האט שוין געלייקט: 3162 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9133 מאל

שליחה דורך ליטוואק פון בודאפעסט »

ווען מיר הערן די ווערטער 'דיברה תורה כלשון בני אדם', קען מען מיינען עס איז א תירוץ צו א קשיא, און גאר א שוואכען. דאס איז ווייל מ'קוקט אן די גמרא און די תורה מיט אויגען וואס זוכען א געוויסע זאך, און ווען זאכען שטימען נישט דערמיט, מיינט מען אז עפעס א תירוץ דארף מען. דער אמת איז, אז דיברה תורה כלשון בני אדם איז נישט קיין תירוץ נאר וויאזוי מ'דארף לערנען תורה, און וואס די תורה וויל פון אונז.
ווען די תורה רעדט פון זריחת החמה, מיינט עס די חמה וואס דער מענטש זעט. ווי דו שטייסט, זעסטו א זון אין די הימל, און די חמה איז ארויף געקומען. עס איז דיר נישט נוגע בכלל וואס איז דארט געשען, וויאזוי עס איז געקומען, און וואס איז געווען מיט די זון איידער דו האסט עס געזען. די הלכה ווערט באשטימט לויט ווי די מענטש זעט, ווייל די גאנצע בריאה עגזיסטירט פאר א די מענטש. דעריבער איז די תורה געגעבען און געזאגט געווארען אין די שפראך פון א מענטש וואס ער זעט און שפירט.
ווען מיר דארפען מאכען חשבונות לויט זאכען וואס אונז קענען נישט זען, איז די תורה שפראך אביסל אינדערויסען פון איהר שטח, עס ווערט שוין מאדנע און אומפארשטענדליך, און אפילו פאר אמוראים, אזוי ווי שמואל דארט אין די גמרא אין ר"ה. די סוד העיבור לויט דער רמב"ם איז נאר א מאטעמאטישע חשבון. עס איז אביסל שווער פאר דומ'ער מענטשן, אבער עס איז נישט מער ווי א פאר קאלעדזש קרעדיטס פאר דער וואס האט א נארמאלן קאפ. נאר די סוד דערפון איז אז עס שטימט בכלל נישט מיט די אלגעמיינעם תורה בליק אויף די וועלט, ווייל מ'גייט ארויס פון די מענטשליכע ערפארונג און מ'קוקט אין די חלקים פון די הימל וואס מיר זען נישט.
ווען די תורה רעדט פון חלוני רקיע, איז עס לפי ראות עיני די מענטש, ווייל די חלונות זענען וואס איז אונז נוגע. די זון גייענדיג ארויף צו אראפ איז אויך געבויט אויף די סארט חשבונות, נאר איך געדענק זיי נישט אויפ'ן מינוט. די גאנצע זריחת החמה איז א 'ויזרח לו השמש', דער זון שיינט פאר די מענטש. די סייענטיפישע בליק איז אז די זון קומט און גייט לויט איהר חשבונות, און די מענטש איז נישט קיין חלק פון די חשבון. אבער די תורה'ס שפראך נעמט נאר די מענטש אריין אין די חשבון. ממילא האט די תורה זיך נאר וויסענדיג געמאכט פון די זון אויף די יבשת, און די זון הייבט זיך אן ביים 'קצה הארץ', וואס דאס מיינט די עק פון ווי מענטשן וועלען זען די זון. פון דארט פאלט מען נישט אראפ, נאר פון דארט שיינט נישט די זון, עכ"פ נישט פאר קיין מענטשן, ווייל דארט איז די ים, נישט די פלאץ ווי מענטשן וואוינען.

לגבי די הלכה פון קו התאריך, איז די היסטאריא געווען מער ווייניגער אזוי. די גוים האבען געמאכט א קו התאריך, אבער דאס איז געווען אן אן עמטליכע חשבון, סתם לויט זייער קאפריסען און לויט וואס איז זיי דעמאלס געווען באקוועם. ווען די שאלה איז געווארען אקטועל לגבי שבת, האבען מאנכע רבנים געשפירט אז ווען מ'טוט אנדערש ווי די גוים, וועלן פשוט'ער עמך אידען אויפהערן היטן שבת אין גאנצן. דער חזו"א האט זייער נישט געגליכענט די מהלך. מאך נישט דיין אייגענע חשבונות מיט די תורה, קוק אין תורה און טרעף דארט וואס שטייט, ער דארף נישט דיין הילף, ער קען אליינס. צוליעב דעם איז געווען אזא ריזיגע דגש אויף די ענין. דאס איז ענדליך צו די היינטיגע 'פסקים' אז ווייבער טארען נישט דרייווען א קאר, צו אז מ'טאר נישט האבען קיין סמארטפאון וכדו'. מ'זוכט א געוויסע ציל, ד.ה. אז די קו התאריך זאל ענדלען די קו התאריך פון די גוים, אדער אז מענטשן זאלען נישט האבען קיין במארטפאון, און צו דעם בויט מען א שטיקל תורה. דער חזון איש האט דאס זייער נישט געגליכענט.
דער וואס לערנט די סוגיא און זוכט נישט קיין התירים, וועט זען אז די פשטות איז ווי דער חזו"א ברענגט פון דער בעל המאור. די סברות וואס מ'לייגט צו, הגם אז א טייל זענען פון די גדולי הראשונים, זענען אבער מער דרוש'דיג אדער השקפה'דיג, נישט ווי די אלגעמיינע הלכה'דיגע שפראך. בשעת ווען דער חזו"א האט געזאגט זיינס האט מען אויך געוואוסט אז די וועלט איז רונדיג, און מ'האט נישט געטראכט פאר קיין איין מינוט אז דער בעל המאור האט אנדערש געהאלטען. מ'האט געוואוסט אז ער האט נישט געוואוסט פון יבשת אמריקא, אבער דאס איז נישט אריין געקומען אין די חשבון. קוקט'ס אינעווייניג אין דער חזון איש קונטרס י"ח שעות, וועסטו שוין אלסדינג פארשטיין.
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
yatzmachp
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 330
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 25, 2013 11:10 am
האט שוין געלייקט: 102 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 474 מאל

שליחה דורך yatzmachp »

איך האב הנאה צו זעהן ווי די תלמידי חכמים דא אין קאווע שטיבל קענען די ענין פונעם קו התאריך. משא"כ די הייליגער סאטמאר רב איז נעבעך געווען אזוי דום אז ער האט עס נישט געקענט אויפכאפן. אכשר דרא.
באניצער אוואטאר
ליטוואק פון בודאפעסט
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 9706
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 6:51 pm
האט שוין געלייקט: 3162 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9133 מאל

Re: קו התאריך במשנתו של האדמו"ר מסאטמאר ז"ל

שליחה דורך ליטוואק פון בודאפעסט »

yatzmachp האט געשריבן:איך האב הנאה צו זעהן ווי די תלמידי חכמים דא אין קאווע שטיבל קענען די ענין פונעם קו התאריך. משא"כ די הייליגער סאטמאר רב איז נעבעך געווען אזוי דום אז ער האט עס נישט געקענט אויפכאפן. אכשר דרא.
עס האט נישט מיט כשרון, עס האא מיט mindset, ופשוט

Sent from my LG-K373 using Tapatalk
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
נהורא נפישא
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 1717
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 23, 2013 9:42 pm
האט שוין געלייקט: 1778 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2305 מאל

שליחה דורך נהורא נפישא »

ליטוואק אויב די שקיעה פון עובי הרקיע פונעם ר"ת איז דברה תורה כלשון בני אדם, דאן וויאזוי ביסטו מסביר די מחלוקה פון חכמי ישראל און חכמי או"ה לגבי אויב די זון גייט למעלה מן הרקיע או למטה מן הקרקע, זיי קריגן זיך וואס איז די בעסטע וועג לדבר בלשון בני אדם ?
אויך די חולקים אויף ר"ת זאגן אז די שיטה פון ר"ת איז מיוסד אויף די שיטה פון חכמי ישראל אויף וואס רבי זאגט אז נראין דבריהם מדברינו, זעען מיר אז זיי קריגן זיך אין מציאות'ן ?
למה נקרא שמו רבי נהוראי, שמנהיר עיני חכמים (עירובין:)
באניצער אוואטאר
חתן בחור
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 318
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג דעצעמבער 11, 2018 9:14 pm
האט שוין געלייקט: 520 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 256 מאל

שליחה דורך חתן בחור »

אישתישבי האט געשריבן:
חתן בחור האט געשריבן:איך פארשטיי נישט וויאזוי מ׳קען זאגן ס׳איז נישטא קיין קו התאריך! מילא ווי ס׳איז, קען מען זאגן אז ס׳קומט פון חכמי אומות העולם, אבער אז ס׳איז נישטא?! נו וויאזוי רוקט זיך די וועלט א טאג פאראויס?

וואס די האלסט טאקע אז עס יא דא?
יעדער מינוט שיינט די זון אביסל ווייטער ווי פריער, ווער זאגט דיר ווי עס האט זיך אנגעהויבן?
קו התאריך האבן גוים געמאכט א הסכם ווי עס זאל זיך אנהייבן, עס איז נישט א נברא.

ווי ס׳הייבט זיך אן איז טאקע נישט מוכרח, אבער ס׳איז איינמאל זיכער אז ערגעץ מוז זיין א ליניע וואס דארטן טוישט זיך דעם טאג.
השמים שמים לה׳ והארץ נתן לבני אדם. בעט נישט פון גאט קיין עצות, ער וויל זעהן וואס די גייסט טוהן.
אישתישבי
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3541
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 08, 2016 11:19 pm
האט שוין געלייקט: 121 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2068 מאל

שליחה דורך אישתישבי »

וואס עפעס?
פין ווי נעמט איר דאס אז עס מוז זיין א ליניע?
א קונץ צו זיין אליהו הנביא? א קונץ צו זיין איש תשבי!
באניצער אוואטאר
חתן בחור
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 318
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג דעצעמבער 11, 2018 9:14 pm
האט שוין געלייקט: 520 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 256 מאל

Re: קו התאריך במשנתו של האדמו"ר מסאטמאר ז"ל

שליחה דורך חתן בחור »

אישתישבי האט געשריבן:וואס עפעס?
פין ווי נעמט איר דאס אז עס מוז זיין א ליניע?

ווי טוישט זיך דעם טאג?
השמים שמים לה׳ והארץ נתן לבני אדם. בעט נישט פון גאט קיין עצות, ער וויל זעהן וואס די גייסט טוהן.
באניצער אוואטאר
רביה''ק זי''ע
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 5435
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 15, 2018 8:46 pm
געפינט זיך: אין קוויטל-שטוב
האט שוין געלייקט: 5089 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6524 מאל

שליחה דורך רביה''ק זי''ע »

ס'נישט דא אזא זאך ווי א טאג, It's a social construct...
Do y'all remember before the internet that people thought the cause of stupidity was the lack of access to information? Yeah, it wasn't that
פארשפארט