[justify]וואשינגטאן – דער הויפט שטאט פארט אויף רעדער אין די דאזיגע טעג, נעמליך, דער לאנג ערווארטעטער באריכט פונעם ספעציעלער קאנסול ראבערט מוללער איז שוין ענדליך ערשינען. דער פרעזידענט איז ריינגעוואשן געווארן פון האבן סיי וואס פאר א צוזאמשטויס מיט רוסלאנד.
באלד נאך דעם וואס דער באריכט איז ערשינען, האט דער אלגעמיינער אדוואקאט פון די פאראייניגטע שטאטען, הער וויליאם באַר, אפגעשיקט זיין באריכט צום רעפרעזאנטן הויז, דער באריכט האט דייטליך געלויטעט, אז דער פרעזידענט איז ריינגעוואשן פון אלערליי רוסישע-צוזאמשטויס און שטערן-יוסטיץ קלאגעס. דאס אמעריקאנער פאלק האט נאך צוויי לאנגע יארן ענדליך פריי אפגעאטעמט, דער אנגסט אז דער פרעזידענט איז גאר א געהיימער רוסישער אגענט, וואס האט געשוועבט ווי א בייזער וואלקן העכער אמעריקע, איז ענדליך צובאלאזן געווארן ווי א פוסטער זייפן בלאז. מ'האט זיך געפרייט צו הערן די גינסטיגע אנטפלעקונג פון קאנסול מוללער, אז די גאנצע רוסישע-צוזאמשטויס סעמוטאכע איז בלויז געווען הוילע ליבעראַלע פראפאגאנדע, און א הויפן שטירן אפפאל אן קיין שום זאכליכע האפט. און דאס פאלק האט ווירקליך געהאפט אז די ליבעראַלע רוסישע קאנספעראציע געהערט שוין צו די ווייטע פארגאנגענהייט, און דער רעפרעזאנטן הויז וועט ענדליך זיך ארויפשארצן די ארבל, און אנהייבן צו טאן עפעס זאכליך פארן פאלק.
ווי אנטוישט איז אבער דער פאלק געווארן, ווען די העכסטע ליבעראַלע שפיצן פונעם רעפרעזאנטן הויז האבן באלד קלארגעשטעלט, אז זיי האבן אינגאנצן נישט אין פלאן אויפצוהערן מיט די רוסישע קאנספיראציע, נאר קאפויער, זיי גרייטן זיך גאר אנהייבן פול א ברייטערער און לענגער-פארצויגענע אויספארשונג ווי דער מוללער אויספארשונג איז געווען, הויפזעכליך צוליב צוויי אנגעבליכע אורזאכן א לעגאלע און א מאראלישע. די לעגאלע איז, ווייל דער מוללער באריכט האט נישט פולקאם אויסגעשלאסן דעם פרעזידענט פון שטערן יוסטיץ. און די מאראלישע איז, צוליב קלארזיכטיקייט ( טרענספערענס''י בלע''ז) די ליבעראַלע געזעץ געבער אין שפיץ פונעם אידישען געזעץ געבער דזשעראָלד נאַדלער, וואס דינט אלס דער פארזיצער פונעם דזשודישיערי קאמיטע אינעם רעפרעזאנטען הויז, און דער פארשוין אדם שיף, וואס דינט אלס דער פארזיצער פונעם שפיאנאזש קאמיטע אינעם רעפרעזאנטען הויז, שרייען אז די אמעריקאנער באפעלקערונג האט די רעכט צו וויסן גענוי וואס עס איז זיך פארלאפן אונטער די קוליסן, זיי פארלאנגן קאטאגאריש אז דער אלגעמיינער אדוואקאט, הער באַר, זאל זיי אהין-דערלאנגן דעם גאנצן מוללער באריכט אומצענזערירטערהייט, אזוי אז זיי מיט זייער טיפזיניגע פארשטאנדן זאלן ווייטער קענען גרובלען און פארשן און האלטן גאנץ אמעריקע געשפאנט. און אנדערע ווערטער זיי אנטזאגן זיך צו אנערקענען דעם אויספיר פונעם מוללער באריכט, און זיי זענען אנטשלאסן ווייטער פארזעצן מיט זייער ליבעראַלע רוסישע קאנספיראציע. אפגעזען פון די אויסטערלישע שאדן וואס דאס פאראורזאכט פארן אלגעמיינעם אמעריקאנער פאלק, וועלכע איז שוין זאט ביז איבערן קאפ פון די ליבעראַלע שטיק.
לאמיר עטוואס פרובירן צו פארשטיין, וואס גענוי ווייסט נאך נישט דער אמעריקאנער פאלק? די עף.בי.איי. און די אלגעמיינער אדוואקאט האבן ביידע דייטליך קלארגעשטעלט, אז דער פרעזידענט איז נישט קיין געהיימער רוסישער אגענט, און ער האט נישט געשטערט יוסטיץ, און אפילו אז יא, איז דאס נישט געווען אויף א פארנעם אנגעקלאגט צו ווערן דערפאר. וואס נאך איז דען דא צו וויסן? פארוואס זענען די גענויע דעטאלן פונעם מוללער אויספארשונג וויכטיג פארן אמעריקאנער פאלק? פאר וואס זענען די אויספירן נישט גענוג? און וואס גענוי ווילן דא די ליבעראַלען דערגרייכן? פארוואס לאזן זיי נישט דעם פאלק אין פרידן? און אין יעדענספאל אז מ'רעדט שוין יא פון קלארזיכטיקייט, לאמיר טאקע זען ריכטיגע קלארזיכטיקייט.
[center]*[/center]
ווי נאר די ליבעראַלען האבן אנגעהויבן צו דערשמעקן אז דער בחור טראמפ האט שטארקע שאנסן צו געווינען די וואלן און באזיגן זייער ליבלינג פרוי קלינטאן, האבן זיי באלד אין געהיים אנגעהויבן צו וועבן פינסטערע פלענער אונטערצוברענגן די פרעזידענטשאפט פון פרעזידענט טראמפ אין פאל אז ער געווינט די וואלן, ווי ס'האט צו זייער ווייטאג ווירקליך פאסירט. אין אנדערע ווערטער, אפגעזען וועם דער פאלק וועלט אריין פאר פרעזידענט, האבן מאנכע ליבעראַלען באשלאסן איבער צו ווארפן דעם ווילן פונעם פאלק, און זיי זענען קליגער פון יעדען און בלויז זיי וועלן באשלוסן ווער ס'זאל ווירקליך זיין דער פרעזידענט פון די פאראייניגטע שטאטן. דאס איז פילייכט אין איינקלאנג מיט די קלארזיכטיקייט-ווערסיע פון די היפאקריטישע ליבעראַלען.
די ליבעראַלען האבן זיך דאן אין געהיים פארבינדן מיט א געוועזענער בריטישער שפיאן מיטן נאמען קריסטאַפער סטיל, און פארלאנגט פון אים אז ער זאל זיך פארבינדן מיטן קרעמלין אין מאָסקווע, און אפקויפן מיט גוט געלט פון די רוסן אלערליי סארטן שמוץ אויף פרעזידענט טראמפ. אלע אויסגאבען זענען באצאלט געווארן דירעקט פונעם קאמפיין קאסע פונעם סקאנדאל-געפלאגע פרוי קלינטאן. דער געוועזענער שפיאן קריסטאַפער, האט טאקע אויסגעפירט זיין אויפגאבע גאנץ, און ער האט אהערגעשטעלט פאר די ליבעראַלען א גאנצע טעקע פון שטירן אפפאל - פריש געבאקן אין די קרעמלין אויווענעס, קעגן פרעזידענט טראמפ. דאן איז געגאנגען דער געוועזענער קאראפטירטער שעף פון די עף.בי.איי. זשעימס קאומי, וואס האט אייגענטליך גוט געוויסט אז די גאנצע אינהאלט פונעם טעקע איז הוילע שטירן אפפאל, און ער האט דאס אין א פרעצעדענטאלער שריט פרעזענטירט פאר א ריכטער אינעם פייזע געריכט אלס הארטע באווייזן קעגן פרעזידענט טראמפ, און ער האט פארלאנגט פונעם ריכטער אז ער זאל אים שענקן ערלויבעניש צו קענען שפיאנירן אויפן טראמפ קאמפיין. דער ריכטער האט אים דאס געשאנקן. זינט דאן האט די עף.בי.איי אין געהיים שפיאנירט אויף פרעזידענט טראמפ. די קאאראפציע איז דאך ממש א הימל געשריי. און דאס איז פילייכט אין איינקלאנג מיט די קלארזיכטיקייט-ווערסיע פון די היפאקריטישע ליבעראַלען. און ווען פרעזידענט טראפ האט געשיקט דעם געמיינעם קערל קאומי לופטערן, האבן די פארפוילטע ליבעראַלען אן די מינדעסטע זעלבסט-ווירדע געשריגן מיט באנומענע קולות, אז דער פרעזידענט שטערט יוסטיץ, ממש אומגלויבליך. און נישט צו פארגעסן, דער היינטיגער קלארזיכטיקייט זוכער, דער פארפוילטער קערל אדם שיף, האט דאן אין א פריוו פאר קלארזיכטיקייט, אנגעוואנדן אלע זיינע מעגליכקייטן אז די אויספארשונג קאמיטע אינעם רעפרעזאנטן הויז זאל נישט דערגיין ווער ס'האט ווירקליך באצאהלט די 160 טויזענט דאללאר פארן שמוץ-טעקע, סארא שאנדע.
די דאזיגע פאלטשע שמוץ-טעקע, אינאיינעם מיט דורכגעפוילטע פאלשע ליבעראַלע מידיא, וואס האט געשפילט די הויפט ראלע אין די קאנספיראציע, און מיט א קענטליכע פארגעניגען זיך פארסמאקעוועט מיט יעדע נייע אנגעבליכע אנטדעקונג אין די קאנספיראציע ווי הייס-געבראטענס, האבן צושטאנד געברענגט דעם ספעציעלער קאנסול אויספארשונג פון הער מוללער, און אצינד ווען ס'שטעלט זיך ווירקליך ארויס אז די גאנצע רוסישע צוזאמשטויס טעאריע איז בלויז געווען הוילע ליבעראַלע פראפאגאנדע אן קיין שום זאכליכע אינהאלט, שרייען ווייטער די היפאקריטישע ליבעראַלען מיר ווילן קלארזיכטיקייט, מיר ווילן קלארזיכטיקייט... גיוואלד... און דאס אמעריקאנער פאלק שרייט מיר האבן שוין גענוג און נאך פון ענקער אנגעבליכע קלארזיכטיקייט...
ביזדערווייל באשטייערן נישט די ליבעראַלען גארנישט פארן מענטשהייט, בלויז אנטיסמיטישע רעטאריק, מארקסיסטישע פראפאגאנדע, און מיט זייער היפאקריטישע ווערסיע פון קלארזיכטיקייט... דער רעפרעזאנטען הויז וואס איז אצינד קאנטראלירט ביי די ליבעראַלען האט צום באדויערן יענץ פנים, ג-ט באהיט אמעריקע...[/justify]
די ליבעראַלע ווערסיע פון קלארזיכטיקייט:
-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 2367
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג דעצעמבער 10, 2012 11:16 am
- האט שוין געלייקט: 268 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 3324 מאל
נאך פון די ליבעראַלע קלארזיכטיקייט:
די קאראפטירטע מידיא האט אזוי שטארק מיטגעארבייט מיט די ליבעראַלע קאנצפיראציע, אזש זיי האבן פארבאטן זייער אייגענע קאמעראדן וועלכע זענען נישט געגאנגן אין שפאן מיט די קאנציפראציע אויפצוטרערטן אויף זייער טעלעוויזיע נעצן. סי. ען. ען. האט פארבאטן פארן בארימטער יוסטיץ גאון פראפעסאר עלען דערשאוויטץ אויפצוטרעטן אויף זייערע נעצן, ווייל ער איז א זעלבסט-טראכטער און איז נישט געגאנגען אין גאנצן אין שפאן מיט די רוסישע קאנספיראציע. אזוי אויך ען.בי.סי.ען. האט פארבאטן פאר גלען גרינוואלד אויפצוטרעטן אויף זייער נעצן, צוליב זיין די זעלבע בעל עבירה ווי פראפעסאר דערשאוויטץ.
נאך א לעקציע פון די ליבעראַלע ווערסיע פון קלארזיכטיקייט.

דער אנגעבליכער געיעג פאר קלארזיכטיקייט זעצט פאר.
[justify]ווי עס שיינט זענען די ראדיקאלע ליבעראַלען אזוי אבסעסירט מיט זייער רוסלאנד קאנספיראציע, אזש זיי גייען נישט אזוי שנעל צוריק צו זייער מייזן לעכער.
ראבערט מוללער וואס איז זעלבסט גאר א געניטער אויספארשער, אינאיינעם מיט זיין שטאב וואס איז באשטאנען פון 19 פּראָקוראָרן, 40 ספעציעלע עף.בי.איי. אויספארשער, 13 געניטע אדואקאטן, האבן געארבייט פאר נאנט צו צוויי יאר, אכצן שטונדן א טאג, און אויסגעפרעגט אריבער 500 עדות, און ס'האט געקאסט פאר אמעריקאנער שטייער-צאלער די קאלסאלע סומע פון 25 מיליאן דאללאר, אבער זיין אויספיר איז נאך אלס נישט גענוג קלארזיכטיג פאר די ליבעראַלען. לויט זיי קען מען די גאנצע האראוואניע פון מוללער רואיג אראפ פלאשן אינעם לאַטרינע, דאס איז נישט קיין ריכטיגע קלארזיכטיקייט. וואס איז יא קלארזיכטיקייט לויט די ליבעראַלע ווערסיע? צוויי אפציעס.
ערשטע אפציע: אז מוללער זאל זאפארט צוריקציען פון זיין אויספיר, און דעקלערן אז דער פריזידענט איז יא דייטליך א געהיימער אגענט פאר רוסלאנד, און אז ער קאלאבארירט אין געהיים מיטן קרעמלין! און אז ער האט אויסשליסליך יא געשטערט יוסטיץ.
צווייטע אפציע: אז מיללער זאל איבערגעבן פאר די ליבעראַלע געזעץ געבער זיין גאנצע באריכט, הויפטזעכליך זיינע הארטע באווייזן און דאקאמענטן, וואס ער אינאיינעם מיט זיין שטאב האבן געזאמלט אין לויף פון די אויספארשונג, אין לאזן די ליבעראַלע געזעץ געבער קומען צו זייער זעלבסטשטענדיגע אויספיר, וואס וועט פילייכט זיין אז דער פרעזידענט איז אויסשליסליך א געהיים אגענט פאר רוסלאנד.
ווען איינס פון די צוויי אפציעס וועלן דערגרייכט ווערן, וועט דער לאנג ערווארטער קלארזיכטיקייט ארויסשיינען מיט איר גאנצער גלאנץ, זאגאר יעדע אנדערע אויספיר פארשמירט דעם הייליגן קלארזיכטיקייט.
איי דאן וואס האט די גאנצע ארבייט פון מוללער אויסגעפעלט? דער אנטווארט איז זייער-גלייך. דער פלאן האט געלויטעט, אז דער מוללער, וועלכער איז אייגענטליך א פולשטענדיגער מיטגלידער אין די געהיימע ליבעראַלע שישקעס קליקע אין וואשינגטאן וועט אין געהיים מיטשטיין מיט די ליבעראַלע קאנציפראציע, און דעקלערן אז דער פרעזידענט פון די פאראייניגטע שטאטן איז א רוסישער געהיים אגענט. (דאס וואלט ווען פילייכט פאסירט ווען דער קאראפטירטער עף. בי. איי. שעף קאומי וואלט נאך ווען געווען אין אמט) דאס האט אבער נישט פאסירט. ווארום, דער פרעזידענט האט צייטליך געשיקט דעם הויפט-קאנספיראטאר קאומי אין לעזאזל אריין, און אנדערע ווינטן האבן אנגעהויבן בלאזן אינעם יוסטיץ אפטיילונג, דאס האט געצווינגן מוללער צו קומען צום אויספיר צו וועלכע ער איז טאקע געקומען.
די ראפובליקאנער געזעץ געבער זענען שוין מיד און דערשעפט פון די ליבעראַלען און זייערע זונלאזע קאנספיראציעס, זיי זענען אצינד פעסט אנטשלאסן צוריקצושטעלן דער רעפרעזאנטן הויז אויף די ריכטיגע רעלסען, און צו טאן עפעס זאכליך פארן אמעריקאנער פאלק.
זיי האבן אין א פרואוו אפצושטעלן די ליבעראַלע קאנספיראציע פירער, אנגעהויבן מיט גאנצע רייע פון גרינטליכע אויספארשונגן, צו דערגיין גענוי די אלע שייגץ שטיק מיט וועלכע די ליבעראַלען האבן זיך באנוצט אנצוהייבן מיט זייער רוסישע קאנספיראציע. לויט געוויסע אנאליזירן זענען די העכסטע שפיצן פון די ליבעראַלען געווען טיף פארמישט אין די פלאנירונג פון די קאנספיראציע, נישט אויסגעשלאסן די פארגייער פונעם איצטיגן ווייסן הויז. ווי עס שיינט גייען אין די גאר נאנטע צוקנופט אנדעקט ווערן ריכטיגע קלארזיכטיקייט.
ווי אויך האבן די ניין רעפובליקאנער געזעץ געבער וועלכע דינען אלס מיטגלידער פונעם שפיאנאזש קאמיטע אינעם רעפרעזאנטען הויז, אפגעשריבן א בריוו פארלאנגנדיג אז דער וואנזיניגער קאנספיראטאר אדם שיף, זאל אפטרערטן פון זיין אמט אלס דער פארזיצער פונעם שפיאנאזש קאמיטע . מ'קען אבער ערווארטען אז דער נארישער אויפמערזאם-זוכער שיף, וועט זיך נישט אזוי שנעל אנטזאגן פון זיין עהרנפולע פאזיציע.
דער פרעזידענט וועט ווארשיינליך דארפן אויפלעזן זיין ערלויבעניש צו פארמאגן צוטריט צו קלאַסיפיצירטע שפיאנאזש אינפארמאציע, א שריט וואס וועט אים אויסטערליש פאר שווערן פארצוזעצען מיט זיין זונלאזע אויספארשונגען און קאנספיראציעס.
ווי אויך איז ערווארטעט אז דער עקזעטיווער פליגל פון די רעגירונג וועט זיך אנטזאגן מיטצוארבייטן מיטן שפיאנאזש קאמיטע אינעם רעפרעזאנטען הויז, ווי לאנג דער צודרייטער שיף דינט אלס איר פארזיצער.
אין קורצן, עס קומען פרייליכע טעג אין וואשינגטאן.[/justify]