איבער די גניבות אין די לעצטע צייט

היימיש, לאקאל, און איבער דער וועלט
רעאגיר
איחוד פעלד
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2933
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מאי 20, 2012 6:00 pm
האט שוין געלייקט: 537 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1432 מאל

איבער די גניבות אין די לעצטע צייט

שליחה דורך איחוד פעלד »

ווי באקאנט איז פארגעקומען גניבות אין בארא פארק דורך איינער וואס איז פשוט געגאנגען פין הויז צו הויז און געגאנבעט די זילבער.
געכאפט האט מען אים דורך פאסטער סיינס וואס שומרים האט אויסגעלייגט אין די גאסען און א שכן וואס האט דערקענט דעם גנב האט אים ארויסגעגעבען.
יעצט האלט מען לאחר המעשה, און דער גנב איז ארויס אויף הונדרעט טויזענט דולער בעיל.
דער זילבער איז קוים צוריק געקומען.

ווי איז די זילבער אהין געקומען?


די באקאנטע מנורה וואס מען זעהט אויף יוטוב ווי ער גנב'ט האט מען געטראפען נישט מער נישט ווייניגער נאר אויף זעכצענטער עוועניו אין די איסטערען סילווער געשעפט.

די מנורה איז ווערט צוואנציג טויזענט דולר און פארקויפט האט ער עס פאר דריי טויזענט דולר צו דער געשעפט.

שטעלט זיך א מורא'דיגער פראגע.

וואס גייט דא פאר.

קומט אריין א מענטש אין זילבער געשעפט און דער געשעפט קויפט געגאנבעטע סחורה, און גארנישט?
דער געשעפט ליידט נישט אויף דעם נישט קיין שום פראסעקיושען?
וואיונען מיר אין א אומבאשיצטע סאסייעטי?

א געשעפט ווי איסטערען וואס מען האט געכאפט, דארף לכל הפחות פארמאכט ווערען דורך די גאווערנמענט למען ישמעו וייראו, לאו עכברא גנב אלא חורא גנב, ווען זיי האבען נישט ווי צו פארקויפען די סחורה, גנבעט מען נישט.
א משוגענער באלאנגט אין משוגעים הויז, און א מאלעסטער באלאנגט אין תפיסה!!
אדם המוכה מחבירו יכול לילך לקבול לפני עכו"ם אע"פ דגורם למכה היזק גדול (רמ"א סי' שפ"ח ס"ז), מותר לקצץ ידיו על ידי גוי (ש"ך ס"ק מ"ה).

דער אשכול פארמאגט 11 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר