איין טאג טוהן פלוצלונג מיינע געדאנקן שוועבן
שפרינגענדיג טיף אריין אין ציל פון לעבן
ווי דאס שפראך אידיש דאס קינד פון דייטש
האט ביי מיר באקומען יעדעס ווארט א נייע טייטש
א ''פארביטערטער'' רופט מען אן אויפגעקלערטער
א ביליגע פאשעקוויל איז פערל ווערטער
קרעדיט קארד געברויכער איז דער גביר פון שטעטעל
דער עולם הנגינה משפיע איז דער פאסיגע פארן ברעטל
אן אקאנט אין אמאזאן אלי ועוד איז ביי מיר פארצווייגטע געשפעטן
אלס מיטגליד אויף לינקדין ועוד טיה איך זיך מיט גרויסע קשרים באהעפטן
אויפן שכל פאריקט מיט גייסטישע לעכער
איז פאר מיר הייליג און עס איז עפעס העכער
אמונת צדיקים מיינט ליידן און שווייגן און זיך נישט שיצן
מצוות צדקה מיינט ארויסשלעפן געלט בכח (עקסטורשן) פאווער צי אויסנוצן
רשעות און שפיכות דמים ומידות רעות
ר' יהודה היה נותן בהם סימן ''קנאות''
גזירת הטכנוגלוגיה האט א שידוך געטוהן למזל טוב
מיט גיאות רציחה ושלל רב
אויסדריקליך איין משמעות האט ''והחזקת בו''
נכדי ר' אלימלך וצאנז כויוצ''ב